די זוך האט געפונען 700 רעזולטאטן

דורך ווערעצקי
דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:12 pm
פארום: ידיעות התורה
אשכול: הילף געזוכט! תקופת השופטים - ר' אביגדור מילער
תגובות: 7
געזעהן: 651

הילף געזוכט! תקופת השופטים - ר' אביגדור מילער

כדאי צו וויסן, אז די עם סגולה פון ר' אביגדור, איז שטארק געבויעט אויף "דורות הראשונים" פון ר' יצחק אייזיק הלוי, געדענק איך נישט אויב נאר די תקופה פון בית שני איז געבויעט אויפן דורות הראשונים, אדער דאס גאנצע, נאר דער דורות הראשונים איז שטארק מאריך מיט פלפולים אפצוווענדן די משכילים בימיו, און...
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:09 pm
פארום: על הצדיקים ועל החסידים
אשכול: הצדיק אבד: הגאון הצדיק מ'קאפיש זצ"ל
תגובות: 183
געזעהן: 24263

הצדיק אבד: הגאון הצדיק מ'קאפיש זצ"ל

הגה"צ מוויען שליט"א: אינטרעסאנט, דער קאפיש'ער רב [בעל משנת יעקב] איז שוין נישט געוועהן ביי זיך בעווה"ר די לעצטע פינעף יאר [יתכן מער], ווען האט זיין איידעם הגה"צ זצ"ל חתונה געהאט? דאכציך ער האט קוים געקענט זיין שווער א ערך פון צוויי יאר (פון זיין גוטע יארן). ר' אהרן גד האט ב...
דורך ווערעצקי
פרייטאג נובעמבער 23, 2018 3:39 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן
תגובות: 190
געזעהן: 26724

נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

Gilyon 3_Page_3.jpg סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא? מסתמא איז עס די בהמ"ד פון הרב גאלדשטיין שליט"א. ניין, עס איז א אנדערע ביהמ"ד, דוכט זיך 20 מינוט צו גיין. איך בין נישט זיכער צו סקווירא האט בייגעשטייערט פארן אויפבוי פונעם ביהמ"ד, אבער עס רופט זיך אלס א סקווירא שטיבל, וויבאלד דארט ...
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 1:14 pm
פארום: ועל פליטת בית סופריהם
אשכול: חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים
תגובות: 4316
געזעהן: 354567

חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים

dovidal האט געשריבן:באדרא קערעסטיר
על מכירה פומבית היום כתבו שזה הג"ר יודא גר,וו מסאטמאר האם זה נכון .?


סתם לידיעתכם, צ"ל באדראג-קערעסטיר, ובהחתימה שולב האות ג' עם האות ק' שלאחריו, ודו"ק.
דורך ווערעצקי
דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:02 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: וואטינג פראוד, ווי אזוי פאריכט מען די אישו?
תגובות: 85
געזעהן: 4165

וואטינג פראוד, ווי אזוי פאריכט מען די אישו?

אלטע אויסגעדראשענע ויכוח.
ליבעראלן: וואוטען איז א רעכט. אויב דו פארלאנגסט אן איי.די. און איך האב נישט, נעמסטו צו מיין רעכט צו וואוטען.
קאנסערוואטיווען: וואוטען איז א פריוויליגיע. אויב דו ווילסט נוצן די פריוויליגיע, דאן פארשאף דיר אן איי.די.
פון דא און ווייטער איז יעדע ווארט איבעריג.

פארראכטן.
דורך ווערעצקי
מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 10:50 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
תגובות: 10944
געזעהן: 1711151

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

יעצט דא א שיינע לבנה אין וויליאמסבורג.
כאפט אריין!!!!
דורך ווערעצקי
פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:00 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת
תגובות: 22164
געזעהן: 3088482

ברוך דיין האמת

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת
מו״ה אברהם יצחק שטערן ע״ה
לאנגיעריגע הצלה מעמבער (W-17)


געדרייווט א באס פאר סאטמאר'ע ישיבה גדולה (קווינס). מסתמא אויך פאר אנדערע מוסדות?
דורך ווערעצקי
מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:19 am
פארום: ידיעות התורה
אשכול: נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳
תגובות: 24
געזעהן: 1365

נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳

עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא. בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען...
דורך ווערעצקי
מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:08 am
פארום: ידיעות התורה
אשכול: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?
תגובות: 8
געזעהן: 833

ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות. כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן? וואס ה...
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:35 pm
פארום: ידיעות התורה
אשכול: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?
תגובות: 8
געזעהן: 833

ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות.
כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן?
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:23 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת
תגובות: 22164
געזעהן: 3088482

ברוך דיין האמת

ספעציעל אריינגעסיינט צו באוויינען אזא איש צדיק אווי ר' עקיבא זצ"ל מיר געדענקן אים גוט פונעם פוילישע שטיבל , גארניש געמאכט פון זעך א ת"ח עצום במלוא מובן המילה שייף על שייף ולא החזיק נפשיה טיבותא א איד וואס האט געקאנט קערן יעדע נאכט ס'ביהמ"ד משום כבוד ביהמ"ד און זיך אונטער געלערנט...
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 11, 2018 12:51 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
תגובות: 10944
געזעהן: 1711151

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

קוקט אויס אז די נעכטיגע מאראטאן איז געווען א מוראדיגע סוקסעס. אזש אז מנעמט יעצט אוועק די דערנעבדיגע סיטי בייק סטעישאן ביי פרעקלין מירטעל. אויב איינער קען אריינקומען מיט מער פרטים וואס זיי טוען דארט מענין לענין... ווי שוין באריכטעט, איז איין זייט סיידוואק אויף בעדפארד העכער די הייוועי אפגעשלאסן שוין...
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 11, 2018 12:41 pm
פארום: ביזנעס
אשכול: כאפט דיעלס און מציאות
תגובות: 1914
געזעהן: 314291

כאפט דיעלס און מציאות

100% קאטאן העמד מיט מאנאגרעמינג אריינגערעכענט פאר $24.95 מיט אן אפציע צו צולייגן א זיידענעם טיי פאר בלויז $19.95! https://www.paulfredrick.com/intro/intro.aspx?pg=best_t8hpgb&pagetype=introblueb&sc=t8hp9x&mc=affil&GTSE=&GTKW=&GTSE=&GTKW=&GTSE=&GTKW= מסתמא פון לינ...
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:59 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: נוי יארק חסידישע הויכע ספענדעריי אלץ סטענדארד
תגובות: 130
געזעהן: 11079

נוי יארק חסידישע הויכע ספענדעריי אלץ סטענדארד

איך בין שוין כמעט אויף אלעם מוותר, אבער די רויבעריי פון כמעט $300 טאלער א היט האט זיך שוין געמוזט נעכטן אויפהערן. קר"י בחורים גייען אין גאס מיט חאלאטן אנשטאט רעקליך, ווען וועט זיך אויפשטעלן איינער וואס וועט מאכען א סוף צו די היטן רויבעריי?! יא א נארמאלע הויכע ביבער הוט קאסט $240 דאס מיינט אז ו...
דורך ווערעצקי
מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:48 pm
פארום: ידיעות התורה
אשכול: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע
תגובות: 65
געזעהן: 4578

האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

אויב וואלט גמרא געווען געמאכט צו" זאגן", נישט צו "לערנען און פארשטיין", דאן וואס האט דוד המלך געדארפט מתפלל זיין אז "זאגן תהלים" זאל זיין אזוי חשוב ביים אויבערשטען אזוי ווי צו "זאגן נגעים און אהלות"?
דורך ווערעצקי
פרייטאג נובעמבער 09, 2018 1:13 pm
פארום: ידיעות התורה
אשכול: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע
תגובות: 65
געזעהן: 4578

האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

ס'איז באמת א בושה אז רוב מיטל יעריגע מענטשן האבן נאכנישט געענדיגט ש"ס. די בושה איז נאכמער אז אסאך מענטשן האבן מיטאמאל א ציל עס צו ענדיגן. די פראבלעם איז א גרויס חלק א פועל יוצא פון די ישיבות ווי מ'לערענט נישט אויס וויאזוי צו לערנען אליינס בקיאות. א יונגערמאן וואס האט חתונה זעצט זיך צו א מסכת א...
דורך ווערעצקי
זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:57 am
פארום: ולאחיו יאמר חזק
אשכול: וויפיל דארף מען באצאלן א שדכן?
תגובות: 50
געזעהן: 3933

וויפיל דארף מען באצאלן א שדכן?

סי'ז דא אויף דעם הלכות מפורשות אויף דעם אין די פוסקים, מ'קען ביי יעדע פאל פרעגן א חו"מ דיין הבקי בהלכות סרסרות ס'דארף אויך זיין א אנגענומענע 'סטאנדארד". רוב שדכנים וועלן נישט גיין צו דין תורה מיט א צווייטער וואס דערקלערט זיך אלס דער "ערשטער אנצוטראגן" און איז א גבר אלים. כנ"...
דורך ווערעצקי
מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 10:33 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: "טשיילד אביוז" קעיס
תגובות: 47
געזעהן: 4852

"טשיילד אביוז" קעיס

ווייסעך פון א נאנטער משפחה מיטגליד, וואס האט אויך געהאט א קינד וואס איז געפאלן אין קאנטרי, און צובראכן די פימאור, געגאנגען אין העריס האספיטאל פאר עקסרעי, און פון דארט געטרענספערט קיין מאנטיפיורא אין בראנקס, ב"ה נישט געהאט קיין שום פראבלעם וועגן טשיילד אביוז.
דורך ווערעצקי
פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:10 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת
תגובות: 22164
געזעהן: 3088482

ברוך דיין האמת

ליינער האט געשריבן:
שיר דברי האט געשריבן:בד״ה

הרה״ח ר׳ דוד לעבאוויטש ע״ה (97)

בעלעד - וומב״ג


פיליעריגע מגיד שיעור ב'ביהמ"ד עצי חיים סיגוט


אוי, שוין יארן נישט געזעהן די הייליגע צורה, געדענק מיר נאך אין חדר ווי ער פלעגט קומען אסאך אלס "סאביסטוט", אוי איז עס געווען מיט א "טעם זקנים".
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 9:07 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: מזל טוב - שידוכים!
תגובות: 5704
געזעהן: 788831

מזל טוב - שידוכים!

ראבב האט געשריבן:החתן ישראל בן הרב אברהם יוסף קאהן בן הנגיד ר' בעריש, הכלה בת הנגיד ר' משה יחזקי' ווייס
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:29 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: "עטרת שלמה" נייע עפארדעבעל חתונה זאל - אין די קעטסקילס ראיאן
תגובות: 79
געזעהן: 11392

"עטרת שלמה" נייע עפארדעבעל חתונה זאל - אין די קעטסקילס ראיאן

דריידל האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:היינט שוין געווען דארט א חתונה

כ'האב געהערט אז די חתונה איז געווען אין די זאל אינטערן ביהמ"ד נישט אין די גרויסע ballroom?


נו, אויב איז עס גענוג גרויס, איז דאך גוט, ווער דארף דווקא די "גרויסע באל-רום"?
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 1:12 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
תגובות: 10944
געזעהן: 1711151

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

אנדערע וועלן יעצט וויסן אז לויתן האט א פיש סטאר.

וואסא חילוק, דר'יקר מ'רעדט פון זיי
דורך ווערעצקי
דינסטאג אוקטובער 23, 2018 12:51 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
תגובות: 10944
געזעהן: 1711151

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

מיט וואס איז א בעיקערי און פיש סטאר די זעלבע??? ביידע פון זיי האבן געווענדליך פענס וואס בלאזן ארויס די גרוך צו די גאס.. ודו״ק אזוי פלעגט דאכט זיך מענדא ראזנבערג זאגן: אז סאנדערס בעקעריי האט געמאכט א פען וואס זאל ארויסבלאזן די גערוך צו די גאס, כדי צו ברענגן קאסטומערס, איז געגאנגען טויבערס פיש סטאר, ...
דורך ווערעצקי
פרייטאג אוקטובער 19, 2018 3:35 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
תגובות: 10944
געזעהן: 1711151

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

shalsheles האט געשריבן:וואס זענען די שטאנגען זעהט אויס ווי אנטעטענעס וואס מען צוגעטשעפעט צו געוויסע לייט פאולס (געזען אויף פארק און פלאשינג)?


אויך געזעהן און זיך געוואונדערט?
דורך ווערעצקי
דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:55 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 713
געזעהן: 67326

אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

טאקע בשם הרה"צ מלאשאנץ.
דער עולם זאגט "מגילה נקראת וכו'" מיט א פתח אונטערן רי"ש, אבער ריכטיג איז מיט א צירי.
מיט א פתח הערט זיך עס "מגילה נקרעת", די מגילה ווערט צוריסן. ודו"ק.

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש