די זוך האט געפונען 556 רעזולטאטן

דורך וואסערפאל
פרייטאג ינואר 08, 2021 12:21 am
פארום: פארמעסטן
אשכול: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #12 - הינטערן בעוואוסטזיין
תגובות: 40
געזעהן: 3790

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #12 - הינטערן בעוואוסטזיין

די ארטיקל האט מיר זייער געכאפט. עס איז פראפעסיאנאל, פאזיטיוו, אקטועל (פאר א סך מענטשן) באלאנסירט צווישן ערענסט מיט הומאר, גאלדענע מליצה’דיגע שפראך, און וואס נישט. כ’האב א חשד אז דאס איז פון א”וו וועטעראן שרייבערס.

זייער גוט ייש”כ
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 1:00 am
פארום: על הצדיקים ועל החסידים
אשכול: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א
תגובות: 135
געזעהן: 10418

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

איך וויל צוברענגען אן עפיזאד וואס מו”ז האט מיר דערציילט אז לערנענדיג אין ישיבה האהאנעמס נאכן קריג, ס’איז נישט געווען אזוי ברייט צו עסן, מ’פלעגט געבן ברויט מיט פוטער פון חלב סתם, אלע תלמידים זייענדיג גאר שטארק אפגעשוואכט פון לאגער, האבן געגעסן פון די פוטער אחוץ דער דיין זצ”ל.
דורך וואסערפאל
מיטוואך דעצמבער 09, 2020 11:25 pm
פארום: ולאחיו יאמר חזק
אשכול: איך זוך א גראם...
תגובות: 242
געזעהן: 29947

Re: איך זוך א גראם...

זעהט
וואס געשעהט
צוזאמען געקנעט
אויפן הארטן ברעט
דורך וואסערפאל
מיטוואך נובעמבער 25, 2020 8:59 am
פארום: ולאחיו יאמר חזק
אשכול: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע
תגובות: 21
געזעהן: 772

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

אויב טרינקט איר פון א גלאז קענט איר קודם אריינגיסן הייס וואסער אין גלעזל און דאס לאזן שטיין אפאר מינוט, דערנאך אויסגיסן, און אריינגיסן פון דאסניי הייס וואסער פאר די קאוווע.
די גלאז ווערט הייס מילא קילט דאס נישט אפ די קאווע, מ'דארף אכט געבן זיך נישט אפצובריען.
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 2:27 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: א שמייכל מיט די עלעקשנס.
תגובות: 357
געזעהן: 50761

Re: א שמייכל מיט די עלעקשנס.

זאגט מיר איינער היינט אז די וואך שטייט וילכו "שניהם" יחדיו "ביידן האט עס"

זאג איך אים אז צום סוף איז אבער געווען "נאחז בסבך "בקרניו": קרן איז א "טראמפ"...

ויש להוסיף:
"איל אחר" 'איל' איז 'ווידער' און 'אחר' פאר'וויילונג'
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:35 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: גיימער (זיך) העלפן דרעזדנערן
תגובות: 51
געזעהן: 3474

Re: גיימער (זיך) העלפן דרעזדנערן

שווארץ פון די אתרוגים

רייך אינפארמאטיוו קלאר
דורך וואסערפאל
פרייטאג יוני 26, 2020 5:04 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?
תגובות: 91
געזעהן: 11871

Re: קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?

מעגליכע הילף!
מיין קרובה האט געהאט אינטערעסאנטע סימפטאמען זינט קאראנע, לעצטענס איז זי געגאנגען צו אן 'אקיו-פרעשאר' (acupressure) פראקטישענער, דערווייל זענען די סימפטאמען נישט צוריק געקומען.
דורך וואסערפאל
מיטוואך אפריל 29, 2020 6:01 pm
פארום: ועל פליטת בית סופריהם
אשכול: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד
תגובות: 68
געזעהן: 7913

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

באשריבן די היסטאריע פון חזנים אין די שפעטע ני'ן יארן אין 'די צייטונג', געווען אזוי הערליך אין קלאסיש, ס'איז יעדע וואך געליינט געווארן מיט דורשט. יהא זכרו ברוך.
דורך וואסערפאל
פרייטאג אפריל 17, 2020 9:53 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
תגובות: 8939
געזעהן: 1526284

Re:

https://thechesedfund.com/berg/family/teams/kJstudents יוצאי קרית יואל, האט איר געלערנט English ביי אים? איך בעט אייך העלפטס ארויס פאר יעדע אראנדזש א הונדערטער....... איר האט מיר קלאר געמאכט וואס כ'האב זיך פארגעשטעלט זעענדיג זיין בילד. ראביי בערג ע"ה האט מען נישט געווארפן קיין טענדזשארינס, ער ...
דורך וואסערפאל
דינסטאג אפריל 07, 2020 10:14 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
תגובות: 8939
געזעהן: 1526284

Re: ברוך דיין האמת (אפגעטיילט פון ניסן תש"פ)

שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה ר אייזיק לעווי ( קרית יואל מצה בעקעריי)


וויי געוואלד, רח"ל בד"ה
דורך וואסערפאל
פרייטאג אפריל 03, 2020 4:20 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: You don't live for pleasure
תגובות: 9
געזעהן: 757

Re: You don't live for pleasure

אידן, זאלן די סיבות זיין פארשידנארטיג, דהיינו, מ'איז נישט געוואוינט צו גיין מיט א מאסק, די רעגירונג גיבט נישט קיין פארארדענונג, אדער עני אנדערע סיבה. זאל אונז נישט אנגיין להבדיל ווי די גוי גייט, לאמיר רעדן צווישן אונז אידן, ווי כ'האב געשריבן 'לאמיר נוצן די אייגענע הבנה' לאמיר אלע זיין געזונט און היט...
דורך וואסערפאל
פרייטאג אפריל 03, 2020 1:19 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: You don't live for pleasure
תגובות: 9
געזעהן: 757

You don't live for pleasure

אנטשולדיגט פאר די ענגלישע קעפל כ'וויל שרייבן פון א זאך וואס מענטשן נעמען נישט גענוג ערענסט. אין מיין ארבייט, שוין באלד צוואנציג יאר צום גוטן, קומט מיר אויס ארומצוגיין אין הייזער, און פון צייט צו צייט כאפט מען א שמועסל. די שמועס וואס איך שרייב יעצט איז געווען בערך פאר זיבעצן יאר צוריק. כ'בין דאן געוו...
דורך וואסערפאל
פרייטאג מארטש 20, 2020 1:54 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

Re: א שמייכל מיט קאראנע

רבותי, ווי ס'שיינט וועט קומענדע וואך זיין א 'לאק דאון', און אלע 40 און העכער וועלען דארפן בלייבן אינדערהיים, בעט מען בכלשב''ק ווער ס'קען רי-ארדערן די אלטע 'time-outs' די ארענדזשע donkey kong, אויך די ברוינע און די ווייסע, זאל עס אפירקראצן, אבער שוין.
דורך וואסערפאל
פרייטאג מארטש 20, 2020 1:39 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

Re: א שמייכל מיט קאראנע

שבת באווארפן:

די אידענעס וועלן ווייטער ווארפן, אנשטאט פון ווייבער שול, וועלן זיי ווארפן פון פענסטער, אנשטאט פעקלעך עלען זיי ווארפן די מענער, וכו.
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:53 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

Re: א שמייכל מיט קאראנע

יענקל וואס ביזטו אזוי צוטראגן

יענקל: ס'הייסט? כ'קען נישט גיין אין מקוה

יענקל, אז דער דיין זאגט נישט גיין איז נישט

יענקל: כ'האב אבער נישט ווי צו קראצן מיין פיס
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:00 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

Re: א שמייכל מיט קאראנע

גוי צום אידישן שכן: i knew it, כ'האב געוואוסט אז איר אידן וועט נישט האבן קיין זיצפלייש, ס'איז קאראנע און איר בארדערט.

איד: כ'האב מורא בוזט אן אנטיסעמיט

גוי: ניין, god forbid, איך בין א פלייט אטענדענד...
דורך וואסערפאל
דאנארשטאג מארטש 19, 2020 5:04 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

Re: א שמייכל מיט קאראנע

היינט ביים שחרית מנין אויפן גאס זע איך ווי א אינגערמאן טעקסט אינמיטן ויברך דוד, ציצקע איך איך אים, נא??, צייגט ער מיר עס איז זייער וויכטיג, שפעטער האט ער מיר ערקלערט אז ער האט געמוזט טעקסטן דעם גבאי'ן אז עס רעגנט אריין...
דורך וואסערפאל
מיטוואך מארטש 18, 2020 2:43 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 2796
געזעהן: 313647

היינט צופרי איז געווען א שיינע מנין אידן אין וואלד, זע איך א איד קריכט ארויף אויפן בוים און דאווענט ערליך, פרעג איך אים פשט, זאגט ער אז ביי זיך אין ביהמ"ד האט ער ליב צו דאווענען אויפן בלעמער... --- אנפאנג וואך זעע איך א אינגערמאן אין מקוה ווי ער טוט קארפערד ווי די רבנים האבן געהייסן, דהיינו, ער...
דורך וואסערפאל
זונטאג פאברואר 23, 2020 3:57 pm
פארום: ולאחיו יאמר חזק
אשכול: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם
תגובות: 14
געזעהן: 724

טעסטן א סמאוק דיטעקטאר איז דורכ'ן פרעססן די טעסטינג באטטן. פרעסס אין האלט פאר אפאר גוטע סעקונדן.
געוויסע סמ"ד ווערט בלויז אקטיוויזירט נאכן אריינהוקן אין זיין פרעים.
דורך וואסערפאל
פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:11 am
פארום: מדי שבת בשבתו ומועד במועדו
אשכול: יתרו - מיין חבר'ס הצלחה קען מיך ברענגן מנוחת הנפש!
תגובות: 7
געזעהן: 1209

גאר שיין געשריבן, ומצוה לפרסמו בכל קצוי. יש"כ.
דורך וואסערפאל
דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:02 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן
תגובות: 136
געזעהן: 9589

א דאנק, זייער שיין, שרייב נאך
דורך וואסערפאל
מאנטאג דעצמבער 30, 2019 1:11 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: רבותי וועקטס ענק אויף!!
תגובות: 52
געזעהן: 5473

הן עם לבדד ישכון

אפשר איז צייט צו סטאפן פאוסטן אידישע קורת רוח (לייען - אידיש אינטערטעינמענט) אויף יו-טוב. יו-טוב איז די וועלטס פובליק שמעלץ טאפ ווי אלע 70 פעלקער - אחוץ ביזנעס דעמאוס - פאוסטן כל ערליי פאן מיט אינטערהאלטונגען, זיצט זיך א טינקעלער אין הארלעם, וואס אחוץ פרייע וויי פיי מיט וועלפעיר האט ער גארנישט, ער ב...
דורך וואסערפאל
דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:22 pm
פארום: ולאחיו יאמר חזק
אשכול: קינד מיט שרעקעדיגע חלומות
תגובות: 39
געזעהן: 2751

בדרך אפשר ער וויל נישט גיין אין זיין בעט? ס'עט מעגליך זיין א סעקרעפייס, אבער פאר די קומענדיגע שטיק צייט נעם אים לכתחילה אריין אין דיין אדער אין זיין מאמעס בעט, דארט ווי ער וויל גיין שלאפן, זאג אים 'דא וועט דיך קיינער נישט טשעפען' וכדו. ד.ה. קום דו אים אנטקעגן מיט ליבשאפט און ווארעמקייט ער זאל באמת ש...
דורך וואסערפאל
זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:39 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)
תגובות: 1278
געזעהן: 129706

בערך אנהויב ס יארן איז א שטיק צייט געווען די היכל אין גרויסן ביהמ"ד.
דורך וואסערפאל
זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:19 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?
תגובות: 88
געזעהן: 10524

בלויז צוצילייגן צו די פריערדיגע מגיבים מבשרי אחזה, כ'פראביר זיך אנצוגרייטן חסידישע מעשהל'ך אדער געדאנקן פון די וואכעדיגע סדרה. למעשה ווען ס'קומט צום טיש 'שפיר איך אויס' די סיטואציע און ס'פירט זיך א שמועס כמעט פון זיך אליין. אז די קינדער זענען דערביי איז דאך גוט, און אז נישט, זעעט מען ווי די ווינט בל...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש