"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 14, 2020 1:52 pm

די רוסישע רעגירונג האט מער ווי געטאפּלט אירע קאראנא טויטפעלער ציפערן פאר'ן מאנאט אפּריל, נאכדעם וואס זי איז געקומען אונטער פראגעס פון דער וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע איבער אירע ציפערן.

די ארגאניזאציע האט געפרעגט פון רוסלאנד וויאזוי עס קען זיין אז זיי האבן די דריט-העכסטע צאל ציפערן פון קאראנא קעיסעס און אזא נידריגע טויט ראטע, און אין שאטן פון דער קריטיק האט רוסלאנד געטוישט, אז אירע אפּריל טויטפעלער ציפער איז געווען 2,712, אנשטאט ווי ביז יעצט געזאגט אז עס זענען געווען יענעם מאנאט 1,145 טויטפעלער.

אלעס אינאיינעם האט שוין רוסלאנד מער ווי א האלב מיליאן קאראנא קעיסעס.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יוני 14, 2020 1:55 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די רוסישע רעגירונג האט מער ווי געטאפּלט אירע קאראנא טויטפעלער ציפערן פאר'ן מאנאט אפּריל, נאכדעם וואס זי איז געקומען אונטער פראגעס פון דער וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע איבער אירע ציפערן.

די ארגאניזאציע האט געפרעגט פון רוסלאנד וויאזוי עס קען זיין אז זיי האבן די דריט-העכסטע צאל ציפערן פון קאראנא קעיסעס און אזא נידריגע טויט ראטע, און אין שאטן פון דער קריטיק האט רוסלאנד געטוישט, אז אירע אפּריל טויטפעלער ציפער איז געווען 2,712, אנשטאט ווי ביז יעצט געזאגט אז עס זענען געווען יענעם מאנאט 1,145 טויטפעלער.

אלעס אינאיינעם האט שוין רוסלאנד מער ווי א האלב מיליאן קאראנא קעיסעס.

איד דעילי

אה, און יעצט בין איך קאנווינסט זיי צו גלייבן...

פעיק, ייש"כ פארן ברענגען. מיין תגובה איז נישט געצילט קעגן דיר כמובן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יוני 14, 2020 8:50 pm

אמעריקא באריכטעט 326 פאטאליטעטן. (וויקענד)

דאס איז די נידריגסטער צאל זינט מארטש 24

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 9:02 pm

נקדימון האט געשריבן:אמעריקא באריכטעט 326 פאטאליטעטן. (וויקענד)

דאס איז די נידריגסטער צאל זינט מארטש 24

וועלכע סטעיט איז יעצט די העכסטע?

אמאל געווען
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אמאל געווען » מאנטאג יוני 15, 2020 4:40 pm


אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יוני 15, 2020 6:16 pm

נו שוין, די לעצטע פרעים זאגט אלעס אויס, די חברה זאגן שוין ליגנט פאר צווי טויזענט יאר...
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

נייע קאראנע מעדעצין באשטעטיגט און ענגלאנד

תגובהדורך נארגוטס » דינסטאג יוני 16, 2020 9:23 am

Dexamethasone proves first life-saving drug

A cheap and widely available drug can help save the lives of patients seriously ill with coronavirus.

The low-dose steroid treatment dexamethasone is a major breakthrough in the fight against the deadly virus, UK experts say.

It cut the risk of death by a third for patients on ventilators. For those on oxygen, it cut deaths by a fifth.

Had the drug had been used to treat patients in the UK from the start of the pandemic, up to 5,000 lives could have been saved, researchers say.

About 19 out of 20 patients with coronavirus recover without being admitted to hospital. Of those who are admitted to hospital, most also recover, but some may need oxygen or mechanical ventilation. These are the high-risk patients whom dexamethasone appears to help.

The drug is already used to reduce inflammation in a range of other conditions, and it appears that it helps stop some of the damage that can happen when the body's immune system goes into overdrive as it tries to fight off coronavirus.

The body's over-reaction is called a cytokine storm and it can be deadly.

In the trial, led by a team from Oxford University, around 2,000 hospital patients were given dexamethasone and were compared with more than 4,000 who did not receive the drug.

For patients on ventilators, it cut the risk of death from 40% to 28%. For patients needing oxygen, it cut the risk of death from 25% to 20%.

Chief investigator Prof Peter Horby said: "This is the only drug so far that has been shown to reduce mortality - and it reduces it significantly. It's a major breakthrough."

Lead researcher Prof Martin Landray says the findings suggest that for every eight patients treated on ventilators, you could save one life.

For those patients treated with oxygen, you save one life for approximately every 20-25 treated with the drug.

"There is a clear, clear benefit. The treatment is up to 10 days of dexamethasone and it costs about £5 per patient. So essentially it costs £35 to save a life. This is a drug that is globally available."

Prof Landray said, when appropriate, hospital patients should now be given it without delay, but people should not go out and buy it to take at home.

Dexamethasone does not appear to help people with milder symptoms of coronavirus - those who don't need help with their breathing.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:11 pm

אין א פרעסע קאנפערנעץ נעכטן זאגט די מעיאר פון מיאמי אז די שטאט וועט ארויפלייגן א האלט אויף זייער ווידער-עפענונגס פלענער.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די צאל קעיסעס אין פלארידע איז אויפן וועג ארויף, ביז גרייכן א פרישע רעקארד נעכטן פון 2,783 פרישע קעיסעס. די פאזיטיווע ראטע אין פלארידע איז עטוואס געשטיגן אין די לעצטע וואכן אבער עס שטייט נאך אונטער 10%. האספיטלאזאציעס זענען אבער יא אויפן וועג ארויף און דאס ברענגט א שטארקע זארג.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום דינסטאג יוני 16, 2020 2:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:19 pm

בעדזשינג וועט צוריק פארשליסן אלע שולעס נאך א פרישע אויפשטייג פון קעיסעס.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:25 pm

גרעניץ פארשליסונג צווישן אמעריקע מעקסיקא און קאנאדא, פארלענגערט ביז יולי 21.
צוגעלייגטע
EapnACAXkAI6t2s.jpg
EapnACAXkAI6t2s.jpg (156.33 KiB) געזעהן 1449 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:33 pm

נאך א פלאץ פון גרויס זארג איז אריזאנא

די שטאט האט היינט באריכטעט פרישע 2,392 קעיסעס; א נייע רעקארד.

פאזיטיוו ראטע שטייט ביי 23%, האספיטאלאזיציעס שטייגען, און אכציג פראצענט פון איי-סי-יו בעטן זענען אין באנוץ.

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג יוני 16, 2020 4:26 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מעגליך אינדיע האט געעפענט צו שנעל?


אינדיע איז אין ערענסטע טראבל.

אינדיע באריכטעט מער פון 12,000 נייע קעיסעס און כמעט 400 פאטאליטעטן אין די לעצטע 24 שעה


:shock:
דאס קומט נאך וואס אינדיע האט געמאכט א ריווייז אין צוויי שטאטן.

Screenshot_20200616-160017~2.png
Screenshot_20200616-160017~2.png (451.51 KiB) געזעהן 1307 מאל

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג יוני 16, 2020 6:04 pm

איינער ווייסט אפשר צו די קאראנע טעסק פארס גייט נאך אן? ווען איז געווען דער לעצטער בריעפינג?

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 8:54 pm

אגב, פאוטשי האט געזאגט היינט אז דאס לעצטע מאל וואס ער האט גערעדט מיט טראמפ איז געווען צוויי וואכן צוריק...

טראמפ איז שוין באורד פון די וויירוס.

---

אין אנדערע נייעס האט ווארלד-א-מיטערס היינט רעקארדירט פרישע 849 טויטפאלן אין אמעריקע.

---
אויך,
צוגעלייגטע
Screenshot_20200616-205931_Chrome.jpg
Screenshot_20200616-205931_Chrome.jpg (218.07 KiB) געזעהן 1072 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 16, 2020 9:07 pm

צאל קעיסעס,

אמעריקע (באפעלקערונג: 331 מיליאן) ווס. אייראפע (באפעלקערונג 445 מיליאן)
Eaq1Bc7WsAADRAb.png
Eaq1Bc7WsAADRAb.png (518.18 KiB) געזעהן 1060 מאל


פאזיטיוו ראטע
Eaq4OxfXsAAWD_1.png
Eaq4OxfXsAAWD_1.png (283.77 KiB) געזעהן 1035 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 17, 2020 10:49 am

אמעריקאנער טויטפאלן פון נעכטן

ווארלד-א-מיטערס
צוגעלייגטע
20200617_104623.jpg
20200617_104623.jpg (511.54 KiB) געזעהן 893 מאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יוני 17, 2020 3:29 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:זונטאג מאי 3

בראזיל קוקט אויס צו זיין די קומענדיגער עפי-צענטער. דער רשע באלסענארא האט אונטערגעשטעלט פיסלעך רעכטס און לינקס און זיך אפען ארויסגעשטעלט אנטקעגען נעמען ערענסט די וויירוס.

בראזיל שטייט ביי 98k אנגעשטעקט און ארום 6,800 טויטפעלער.

איך וויל זיך נישט פארשטעלן וויאזוי בראזיליער שפיטעלער קענען אויסקוקען אין עטליכע וואכן ארום.
מוצ"ש יוני 13

בראזיל האט היינט אפיציעל איבערגענומען די 2'טער ארט נאך אמעריקא מיט די מערסטע צאל אומגעקומענע. העכער ווי ענגלאנד.

בראזיל שטייט היינט ביי 830 טויזענט קעיסעס און 42 טויזענט פאטאליטעטן.

בלויז 5 וואכן צוריק האט מען גערעדט דא פון אונטער 100k קעיסעס און 6,800 טויטפעלער

בראזיל האט נעכטן - דינסטאג - באריכטעט פרישע 34,918 אנגעשטעקטע (א רעקארד צאל קעיסעס פאר איין טאג?) און ארום 1,300 פאטאליטעטן - ארויפברענגענדיג די נומערן צו העכער 920,00 אנגעשטעקטע און העכער 45,200 אומגעקומענע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re:

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יוני 17, 2020 3:51 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
New Zealand appears to have completely eradicated the coronavirus — at least for now — after health officials said Monday the last known infected person had recovered.

די פרעמיער מיניסטאר'שע פון "ניו זילאנד" האט געמאלדן אז זי גייט אקטיוויזירן דאס מיליטער צו אינפארסירן די איזאלירונג רעגולאציעס פאר מענטשן וואס ווערן אריינגעלאזט אין לאנד.

דאס קומט נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז צוויי פרויען וואס זענען צוריקגעקומען פון א באזוך אין ענגלאנד זענען ארויסגעלאזט געווארן פון איזאלירונג - אויף "רחמנות גרונדן" - אן אדורכגיין די נויטיגע טעסט'ס , ווען דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינע פון זיי איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס.

ווי די באאמטע גיבן איבער זענען דא אזויפיל ווי דריי-הונדערט און צוואנציג (320) מענטשן וואס ווערן באטראכט אלס האבן געקומען אין קאנטאקט מיט די אנגעשטעקטע, וואס דעריבער ווערן זיי געראטן זיך צו טעסט'ן פאר די וויירוס.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פארשער
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יוני 17, 2020 4:56 pm

אינטערוויו: וואס איז די אמת'ע מצב אין בראזיל? איז עס טאקע די צווייטע ארגסטע קאראונע אפעקטירטע לאנד אין די וועלט? א גרוס פון אונזערע אידישע בראזיל "די מידיע שרעקט אומזיסט אפ"
א' שלח פ'
הרב יושע פאסטערנאק, חברה קדישא בראזיל ‎
https://www.yiddish24.com/interviews/12/20602
דער טענה'ט צווישן אנדערע אז אין בראזיל באקומט די משפחה באצאלט אויב מען שטארבט פון קאראנע ממילא האבן מענטשן אן אינטערעסע אז טויטפעלער זאלן באצייכענט ווערן אלץ קאראנע.

KMW
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך KMW » מיטוואך יוני 17, 2020 11:10 pm

ברעיקינג!

בארימטע בריטישע פראפעסערקארל פריסטאן זאגט אז 80 פראצענט מענטשן קענען בכלל נישט כאפן קאָראָנא...

https://unherd.com/2020/06/karl-friston ... -covid-19/

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך לייטער » מיטוואך יוני 17, 2020 11:46 pm

KMW האט געשריבן:ברעיקינג!

בארימטע בריטישע פראפעסערקארל פריסטאן זאגט אז 80 פראצענט מענטשן קענען בכלל נישט כאפן קאָראָנא...

https://unherd.com/2020/06/karl-friston ... -covid-19/

איבער 50% פון מיינע נאנטע האבן עס געהאט, אזאנע שטיתם
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=100
viewtopic.php?t=42286
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=42191
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:28 am

טו לעיט יעדער האט עס שוין געכאפט... יעצט וויל ער קאנפיוזען די ציבור? וואסי דאס איז טאקע הפקר וועלט?

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך שרייב-פעדער » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:40 am

כ'מיין ס'נישט קיין שלעכטע מהלך, בשעת מעשה האט מען געזאגט אז יעדער האט עס זיכער, ווייל לויט אלע פראפעסארן כאפט מען עס זייער גרינג און שנעל איינער פונעם צווייטן. איי מ'האט נישט קיין סימפטאמען, דאס איז נישט קיין ראי', ווייל אפילו קינדער וועלכע מ'זעהט גארנישט האבן עס אויך, און אדרבה זיי טראגן עס נאך ארום.
נו, אפשר לאמיר פרובירן פארקערט, אפילו די וואס האבן געהאט סימפטאמען האבן עס נישט געהאט, ווייל דער פראפעסאר זאגט דאך אז 80 פראצענט מענטשן קענען עס נישט כאפן, איי זיי האבן געהאט סימפטאמען, נו, הרהורי הוויירו"ס קשין מהוויירו"ס, זיי האבן נאר געהאט סימפטאמען, אבער נישט די וויירוס אליינס.
ודוק בזה כי עמוק הוא.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:45 am

אינטערעסאנט נאר אז פונקט די וואס האבן דאן געזאגט אז מען מעג אלעס טון ווייל עס צושפרייט זיך סיי ווי מען קען זיך נישט ארויסדרייען, זאגן יעצט אז מען קען עס בכלל נישט כאפן. זיך געטענהט מיט איינעם אז די נישט אטעמען קומט נישט פון קאראנע. אר העליקאפטערס וואס שפריצן דיסאינפעקטענט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Growth hacker » דאנארשטאג יוני 18, 2020 9:18 am

]https://geneticliteracyproject.org/2020/06/17/27-truths-and-myths-about-covid-19/


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט