"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש מארטש 28, 2020 9:34 pm

שווערע נייעס אין מיימאנעדיס פון פרישע טויט פעלער
צווישן זיי א חשובער באבוב׳ער אינגערמאן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש מארטש 28, 2020 9:35 pm

אפדעיט פון שבת ארום די וועלט.


אמעריקא ארום 500 פאטאליטעטן. אמעריקא האלט שוין ביי 2211 פאטאליטעטן.

בלויז צו פארשטיין ווי שנעל זאכן קענען לויפן. דאנערשטאג בערך 250, פרייטאג 400 און שבת ארום 500.

איטאליע האט געזעהן 889 פאטאליטעטן. אריבער 10k פאטאליטעטן ביז אהער. לאמבארדיע אליינס האט געזעהן 542 פאטאליטעטן. פונקט ווי נעכטן.

שפאניע 832 פאטאליטעטן

פראנקרייך 319 פאטאליטעטן

ענגלאנד 260 פאטאליטעטן. לאנדאן 96. די אייבערשטער זאל האלטן זיין רעכטער האנט אויף לאנדאן.

איראן 139 פאטאליטעטן

רוסלאנד פארשפארט אלע אירע גרעניצן פאר אויסלענדישע.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מחשב » מוצ"ש מארטש 28, 2020 9:47 pm

גאווערנער קאומא האט געסיינט א עקזעקיוטיוו ארדער צו פארבאטן שפיטעלער פון צווינגען פרויען צו בלייבן אליין בשעת'ן געבורט. איין מענטש איז אלץ ערלויבט צו זיין אנוועזנד.

אויך האט ער גערוקט די פרעזידענטליכע וואלן פון April 28 צו June 23rd.
הוי מחשב...

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך זינגער » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:08 pm

א פירמע אין אמעריקע Abott איז ארויסגעקומען מיט א קאראנע טעסט וואס נעמט 5 מינוט צו טעסטן פאזיטיוו און 13 מינוט צו טעסטן נעגעטיוו.

זיי גייען דעליווערן 50 טויזענט טעסטס דעיע וואך
צוגעלייגטע
IMG_20200328_220556_467.jpg
IMG_20200328_220556_467.jpg (43.39 KiB) געזעהן 1209 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:13 pm

בלויז צו ממחיש זיין ווי שנעל עס לויפט שוין אין אמעריקא.

דער ערשטער טויט פאל איז געווען פאברואר 29.
דער טויזענטסטער טויט פאל איז געווען דאנערשטאג March 26
דער צוויי טויזענטסטער פאטאליטעט איז געווען היינט March 28

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:25 pm

יש ברירה האט געשריבן:א שטורעם איז אנטשטאנען דעם שבת נאך וואס טראמפ האט געזאגט אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון אפשליסן די שטאטן פון ניו יארק, ניו דזשערזי און טיילן פון קאנעטיקוט, פאר צוויי וואכן, א שטייגער ווי כינע האט געטון מיט זייערע שווער באטראפענע שטעט.

לעגאלע עקספערטן האבן גלייך ארויסגעברענגט אז עס איז נישט קלאר אויב די פעדעראלע רעגירונג האט די מאכט דאס צו טון, און געווארנער קאומא האט געזאגט אין א אינטערוויו אז אזא שריט איז גלייך צו א פעדעראלע דעקלעראציע פון קריג קעגן די שטאטן.

שפעטער אין טאג האט טראמפ געזאגט אז נאכן איבערשמועסן מיט די וויירוס טעסק-פורס איז באשלאסן געווארן אז מען וועט נישט ארויסגעבן דעם קווארענטין באפעל. אנשטאט האט ער געבעטן די CDC זאל ארויסגעבן א שטרענגע טרעוול אדווייזערי אויף די דערמאנטע געגענטער.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200328-222017_Chrome.jpg
Screenshot_20200328-222017_Chrome.jpg (324.04 KiB) געזעהן 1072 מאל

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:28 pm

זינגער האט געשריבן:א פירמע אין אמעריקע Abott איז ארויסגעקומען מיט א קאראנע טעסט וואס נעמט 5 מינוט צו טעסטן פאזיטיוו און 13 מינוט צו טעסטן נעגעטיוו.

זיי גייען דעליווערן 50 טויזענט טעסטס דעיע וואך

די FDA האט עס עקספדיידעט און עפראווד שנעל
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:29 pm

הר גריזים האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, נקדימון האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף א טעסט היינט נאכמיטאג, נאך לאנגע ווארטענישן. געלויבט גאט

א רפואה שלימה, שבת הוא מלזעוק ורפואה קרובה לבא

שכח פאר דיינע קלארע געשמאקע באריכטן, א געשמאק צו ליינען

טענקס פאר די קאמפלימענט. אפרישיעיטעד.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:32 pm

די NYPD האט ארום 700 פאליציאנטן געטעסט פאזיטיוו. ארום 12% פון די ווארק פארס זענען קראנק און ארבעטן נישט.

שאבעלע
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שאבעלע » מוצ"ש מארטש 28, 2020 10:36 pm

מיין פאטער האט מען אריינגעפירט אין שפיטאל פאריגע סוף וואך (געלויבט השם יתברך ער שפירט זיך שוין בעסער), אנקומענדיג דארט האט אים די דאקטער געזאגט אז די לעצטע אנדערטהאלבן שעה האט ער באהאנדעלט 7 פאציענטן פון אינזער קאמיוניטי!!!
די אייבערשטער זאל זיי אלע שיקען א רפואבה שלימה בקרוב ממש!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש מארטש 28, 2020 11:06 pm

טעסטינג אין אמעריקא.

די צאל טעסטס רוקט זיך ארויף ב"ה. די לעצטע עטליכע טעג לויפט עס ביי ארום 110k פער טאג. מען האלט שוין ביי ארום 735k טעסטס.

IMG_20200328_224405.jpg
IMG_20200328_224405.jpg (129.76 KiB) געזעהן 807 מאל


פער קאפיטא איז אמעריקא היפש אונטערשטעליג פון אנדערע לענדער. ניו יארק שטייט רעלאטיוו גוט מיט טעסטינג.

די *מיליאנען* טעסטס וואס טראמפ/פענס האבן מבטיח געווען וועט זיין אינמיטן מארטש, איז דערווייל נאך נישט דא.

Screenshot_20200328-225349.png
Screenshot_20200328-225349.png (408.17 KiB) געזעהן 807 מאל


קאליפארניע איז זייער מאדנע וואס דארט גייט פאר. כ'האף נישט קיין קאנספיראציעס. די צאל באשטעטיגטע פעלער נעגאטיוו ווס' פאזיטיוו לויפט רעלאטיוו גלייך מיט אנדערע פלעצער.
די מספר באשטעטיגטע טעסטס איז אבער גאר קליין פאר א סטעיט מיט 40 מיליאן בירגער. קאליפארניע האט אן אבנארמאלער צאל פון פענדינג קעיסעס וואס האלט אין איין וואקסן און ווערט פאר סאם ריעזאן נישט אויסגעקלארט.

IMG_20200328_224252.jpg
IMG_20200328_224252.jpg (51.4 KiB) געזעהן 807 מאל

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מצב כללי » מוצ"ש מארטש 28, 2020 11:20 pm

ווי קען מען זיך טעסטן אין די קרית יואל געגענט?

הרב אבא האלבערשטאם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הרב אבא האלבערשטאם » מוצ"ש מארטש 28, 2020 11:37 pm

איך הער לערך יעדע 3 צו 5 מינוט סיירענס דא אין בפ, קען מיר איינער בארואיגען? איך האב ממש געציטערט ווען כ'האב געעפנט דאס כלי מוצאי שבת. איך האב נישט קיין וואטסעפפ און כ'באקום נישט קיין פארווערדעד וואויסנאטס פין באפערס און הצלה מעמבערס. געוואלד און געשריגן: וואס גייט פאר אין ב"פ???

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ישראל_הלוי » מוצ"ש מארטש 28, 2020 11:51 pm

הרב אבא האלבערשטאם האט געשריבן:איך הער לערך יעדע 3 צו 5 מינוט סיירענס דא אין בפ, קען מיר איינער בארואיגען? איך האב ממש געציטערט ווען כ'האב געעפנט דאס כלי מוצאי שבת. איך האב נישט קיין וואטסעפפ און כ'באקום נישט קיין פארווערדעד וואויסנאטס פין באפערס און הצלה מעמבערס. געוואלד און געשריגן: וואס גייט פאר אין ב"פ???


הצלה נישט נארמאל ביזי היינט נאכט.

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך רואה חשבונות » זונטאג מארטש 29, 2020 12:00 am

הר גריזים האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:איבער 625 טויזענט טעסטס זענען שוין דורכגעפירט געווארן אין אמעריקא. 100k+ אין די לעצטע 24 שעה אליינס.

אין אנדערע נייעס, נקדימון האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף א טעסט היינט נאכמיטאג, נאך לאנגע ווארטענישן. געלויבט גאט

IMG_20200327_183904.jpg

א רפואה שלימה פאר אלעמען.

שכח פאר דיינע קלארע געשמאקע באריכטן, א געשמאק צו ליינען


RT

הרב אבא האלבערשטאם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הרב אבא האלבערשטאם » זונטאג מארטש 29, 2020 12:13 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:
הרב אבא האלבערשטאם האט געשריבן:איך הער לערך יעדע 3 צו 5 מינוט סיירענס דא אין בפ, קען מיר איינער בארואיגען? איך האב ממש געציטערט ווען כ'האב געעפנט דאס כלי מוצאי שבת. איך האב נישט קיין וואטסעפפ און כ'באקום נישט קיין פארווערדעד וואויסנאטס פין באפערס און הצלה מעמבערס. געוואלד און געשריגן: וואס גייט פאר אין ב"פ???


הצלה נישט נארמאל ביזי היינט נאכט.


שוין אגאנץ שבת. איינער מיט עפעס נאמבערס, וויפיל פראצענט איז סתם פאניק, מילד, ערנסט, ווערן אריינגעפירט א.א.וויי.?

שאבעלע
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שאבעלע » זונטאג מארטש 29, 2020 12:16 am

הרב אבא האלבערשטאם האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
הרב אבא האלבערשטאם האט געשריבן:איך הער לערך יעדע 3 צו 5 מינוט סיירענס דא אין בפ, קען מיר איינער בארואיגען? איך האב ממש געציטערט ווען כ'האב געעפנט דאס כלי מוצאי שבת. איך האב נישט קיין וואטסעפפ און כ'באקום נישט קיין פארווערדעד וואויסנאטס פין באפערס און הצלה מעמבערס. געוואלד און געשריגן: וואס גייט פאר אין ב"פ???


הצלה נישט נארמאל ביזי היינט נאכט.


שוין אגאנץ שבת. איינער מיט עפעס נאמבערס, וויפיל פראצענט איז סתם פאניק, מילד, ערנסט, ווערן אריינגעפירט א.א.וויי.?

איך האב געפרעג א הצלה מעמבער וויאזוי די שבת איז א אריבער, צו אסאך אידען זענען געווארן אריינגעפירט, זאגט ער מער אז אסאאאך מער וויפעל די ווילסט וויסען!

אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך!

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג מארטש 29, 2020 12:35 am

מצב כללי האט געשריבן:ווי קען מען זיך טעסטן אין די קרית יואל געגענט?


ביי רמב"ם אדער קערעסטיר עירזשענט קעיר.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך


צוריק צו “קאראנא וויירוס”