קורונהוויירוס אין א״י

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:00 pm

אזוינע רשעים די פאליציי!! בשעת ווען מיליאנען בירגער לויפן נאך יעדע איי האבן זיי היינט אוועקגעווארפן הונדערטע טעצער אייער, פארוואס?! ווייל מען האט עס פארקויפט אומלעגאל. (איך בין זיכער אז די אזויגערופענע פאליציי האבן קודם אראפגענומען מעשר פאר זיי האבן עס אוועקגעווארפן....)
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.24-1 (1).jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.24-1 (1).jpeg (161.62 KiB) געזעהן 1485 מאל
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1365x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1365x1024.jpeg (193.62 KiB) געזעהן 1485 מאל
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1.jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1.jpeg (219.12 KiB) געזעהן 1485 מאל
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:07 pm

היטשינער האט געשריבן:אזוינע רשעים די פאליציי!! בשעת ווען מיליאנען בירגער לויפן נאך יעדע איי האבן זיי היינט אוועקגעווארפן הונדערטע טעצער אייער, פארוואס?! ווייל מען האט עס פארקויפט אומלעגאל. (איך בין זיכער אז די אזויגערופענע פאליציי האבן קודם אראפגענומען מעשר פאר זיי האבן עס אוועקגעווארפן....)
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.24-1 (1).jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1365x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1.jpeg

זאגשע און וועלכען מדינה מעג מען פארקויפן אייער אומלעגאל?
איינער נעמט אחריות אויב עס איז אנגשטעקט מיט מחלות?
די אייער פארוון זיי נישט אוועק אלס עונש, נאר אלס אחריות אז קיינער זאל נישט עסן דערפון!
רשעים זענען זיי, אבער נישט וועגן די אייער....

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:24 pm

פארפעסטעטע אייער קען חלילה זיין נאך מער מסוכן פון קאראנע, עס קען שווער שאטן פאר קליינע קינדער אויכעט, ה"י.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:25 pm

לידיעת הרבים.jpg
לידיעת הרבים.jpg (45.41 KiB) געזעהן 1431 מאל
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:28 pm

עס דרייט זיך ארום קליפס ווי פאליציי ארעסטירט עטליכע מענטשן צווישן זיי פרויען.
וואס איז די מעשה דארט?

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:49 pm

היטשינער האט געשריבן:
לידיעת הרבים.jpg

לידיעת הרבים.
המודעה הזו אינה מטעם רבותינו וכו'.
אלו מטעם סיקיריקים, שאחרי שבכל מדינה ומדינה הבינו שחובת השעה להתפלל ביחידות, רק בארץ הקודש אסור.
והטעם ידוע...

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 01, 2020 4:48 pm

עטליכע קרישקעלעך

ביבי האט באפוילן אז קיינער טאר נישט ארויסגיין אן א מאסק

קיינער טאר זיך געפינען ווייטער ווי 100 מעטער פון זייער הייזער חוץ פאר א גאר וויכטיגע צוועק

נאן סיטיזענס זענען נישט ערלויבט אריינצוקומען אין לאנד

סיטיזענס וואס קומען פון חו"ל דארפן זיך קווארענטינען און ספעציעלע דעזיגנירטע האטעלס

סיניאר סיטיזינס און קינדער אינטער 18 וועלן באקומען 500 ש"ח קמחא דפסחא (ביז 4 קינדער פער משפחה)

בני ברק איז אינטער לאקדאון, מ'קען נישט אריין און נישט ארויס. אין שטאט אליינס קען מען ארומגיין אזוי ווי אין גאנצן לאנד

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך אפריל 01, 2020 6:52 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:אזוינע רשעים די פאליציי!! בשעת ווען מיליאנען בירגער לויפן נאך יעדע איי האבן זיי היינט אוועקגעווארפן הונדערטע טעצער אייער, פארוואס?! ווייל מען האט עס פארקויפט אומלעגאל. (איך בין זיכער אז די אזויגערופענע פאליציי האבן קודם אראפגענומען מעשר פאר זיי האבן עס אוועקגעווארפן....)
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.24-1 (1).jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1365x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2020-04-01-at-17.06.25-1.jpeg

זאגשע און וועלכען מדינה מעג מען פארקויפן אייער אומלעגאל?
איינער נעמט אחריות אויב עס איז אנגשטעקט מיט מחלות?
די אייער פארוון זיי נישט אוועק אלס עונש, נאר אלס אחריות אז קיינער זאל נישט עסן דערפון!
רשעים זענען זיי, אבער נישט וועגן די אייער....

;l;p- ;l;p-
דער היטשינער איז סתם א אנטיסמיט
לעצט פאראכטן דורך אזוי גאר! אום מיטוואך אפריל 01, 2020 7:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב די ווילסט נישט דיין אונטערשריפט זאל ארויף גיין אויפן טיש, דאן גייט נישט אריין דא
קרעדיט: דא

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:28 pm

2020-04-01.jpg
2020-04-01.jpg (36.86 KiB) געזעהן 1168 מאל
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:פארפעסטעטע אייער קען חלילה זיין נאך מער מסוכן פון קאראנע, עס קען שווער שאטן פאר קליינע קינדער אויכעט, ה"י.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:37 pm

דראמאטיש

יענקל ליצמאן מיט זיין וייב זענען אנקערט אלס קאראנא טראגערס.

דער גערער רבי, און רוב ממשלה ויועציה גיין אריין אין בידוד

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:38 pm

*הודעת לשכת שר הבריאות:*

שר הבריאות יעקב ליצמן ורעייתו אובחנו כחולים בקורונה.

השר ליצמן ורעיתו מרגישים טוב, מטופלים כראוי וישהו בבידוד ובהשגחה בהתאם להנחיות משרד הבריאות.

כפי הנדרש ובהתאם לחקירה האפידמיולוגית שתתבצע, יימסרו הודעות לכניסה לבידוד לאלו שנחשפו לקירבת השר ליצמן ורעייתו בשבועיים האחרונים.

ראש הממשלה בנימין נתניהו עודכן בפרטים. שר הבריאות ליצמן ימשיך לנהל מביתו סדר יום רגיל, בהתאם להמלצות הרפואיות.

*תקשורת שר הבריאות*
אויב די ווילסט נישט דיין אונטערשריפט זאל ארויף גיין אויפן טיש, דאן גייט נישט אריין דא
קרעדיט: דא

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:41 pm

אבן יקרה האט געשריבן:דראמאטיש

יענקל ליצמאן מיט זיין וייב זענען אנקערט אלס קאראנא טראגערס.

דער גערער רבי, און רוב ממשלה ויועציה גיין אריין אין בידוד

ווי אויך די ראש המוסד און די ראש המטה לביטחון לאומי
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

גימפעל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 2:47 am

1.jpg
1.jpg (393.36 KiB) געזעהן 1071 מאל

2.jpg
2.jpg (564.9 KiB) געזעהן 1071 מאל

3.jpg
3.jpg (581.9 KiB) געזעהן 1071 מאל

גימפעל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 2:47 am

4.jpg
4.jpg (654.04 KiB) געזעהן 1071 מאל

5.jpg
5.jpg (314.37 KiB) געזעהן 1071 מאל

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך בערעלע קבצן » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 4:31 am

איך גלייב אז די אידן וואס זענען הונטער די אנקלאגע און זענען אזוי צוקאכאט פון די אומאויסגעהאלטענע פארארדענונגען ארום תפילה בציבור וכו', זענען געוויס שומרי תורה ומצות בדחילו ורחימו מיטן גאנצן קאך און ברען, און האבן געוויס געלערנט די הלכות הנוגעים לשמירת הגוף והנפש, הלכות פיקוח נפש, אויך איבער לא תעמוד על דם רעך (אויב נישט איז מען דאך ווייניגנסטנס אן עם הארץ חסיד אדער אין בור ירא חטא און פיל מאל קען מען חלילה אריינגיין אין כלל פון לא תעמוד, און שופך דמים וכו')

געוויס האבן זיי אויך אדורך געטוהן דעם ענין מיט רופאים מומחים ווי אזוי די מחלה ה"י לויפט ארום און ווי ווייט ס'איז שעדליך.

בוודאי איז אויך קיין צווייפל אז זיי זענען צוגעקומען צו א מסקנא אז די סיבה פון די איינארדענונגען פון די רעגירונג איז - בלויז פאר עקירת הדת.

אויך איז מובן פאר די אנקלאגער אז די וועג צו באקעמפן די גזירה פון 'בלויז עקירת הדת' איז זיך באנוצן מיט לויערס דורך אויפווייזן אז געזעצליך איזעס נישט אויס געהאלטן, און אויך דראען מיט אנקלאגן פארן סופרים קארט פון מדנ"י.

אלזא, פארשטענדליך ווארום איז נישט ערשינען קול קורא'ס פון די גדולי הרבנים ארויס צוגיין מיט א מסירות נפש'דיג קאמפף קעגן די עקירת הדת גזירות - ס'איז פשוט כביעתא בכותחא...

אויך איז מובן פארוואס ווען די פאליציי קומט טיילן טיקעטס פאר די פארלעצער ווערן זיי באשריגן מיט "נאצי" לאזונגען...
גדול המחטיאו יותר מן ההרגו..

אי"ה חוה"מ פסח, ווען זיי וועלן נישט האבן וואס צוטוהן, וועט מען זיי פארציילן א טשאדעלע באדעלע מעשה'לע, איבער אידן, עלטערע יונגע אנשים ונשים, אין ניו יארק [אין אלע געגנטן], אפסטעיט ניו יארק, ניו דזשערסי, לאנדאן און נאך, וואס זענען נעבעך אוועק אין די מאסן רח"ל פון עפעס אן 'אומבאוואוסט' מחלה ה"י, און ס'איז געוועהן א צעקה עד לב השמים וואס אין בית אשר אין שם... און אפט נישט איינס.
(הלוואי זאל זאל זיין אן עבר - אוי! טאטע אין הימל, רבש"ע! גענוג!!!)

זיי וועלן געוויס אויסשיסן אין א הילכיג געלעכטער...
עה.. אן אויסגעטראכט קאמיש פאבריק געשיכטעלע...



----
האט הערט כמה גזירות פון עקירת הדת וואס איז לעצטנסט ארויס:
1 - פארן מיט א יולדות אין שפיטאל אריין ביום השבת קודש - א נייע תירוץ אויף חילול שבת...
2 - צווינגען אידן צו עסן יוה"ק מיטן אויסרייד אז ס'איז א סכנה פאר זיי - צוטרעטן דעם הייליגן יו"כ...
3 - הצלה מעמבערס זאלן דרייוון שבת צו אידן מיט טשעסט פעין - ווייזן אז מען קען געהעריג פארן שבת...
4 - גיבן צו עסן געוויסע מאכלות אסורות פאר חולים וואס ס'איז פאר זיי א רפואה - א וועג אריינברענגען גוי'אישקייט...
5 - נישט קומען אין בית המדרש מיט א מסוכן אנשטעקיג קראנקהייט - מבטל זיין אידן פון תפילה בציבור...
6 - פרעגן א חוות דעת פון א דאקטאר וועגן פיקוח נפש - שטעלן וויסנשאפט העכער די תורה...
7 -
8 -
9 -
10 -



_______
וועלכע רעליגיע האבן די מענטשן?
וואו און וואס פאר א תורה האבן זיי באקומען?

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:55 am

בערעלע קבצן האט געשריבן:וועלכע רעליגיע האבן די מענטשן?
וואו און וואס פאר א תורה האבן זיי באקומען?


זיי האבן די זעלבע רעליגיע ווי "אלע" חברי הבד"ץ וואס דאווענען מיט מנין יעדן טאג (חוץ מרן הגאב"ד שליט"א וואס האט נאך ביז נעכטן געדאווענט מיט א מנין אפגעריקט וה' ישלח לו רפו"ש במהרה)

די זעלבע רעליגיע ווי רוב רובם פון רבנים אין א"י וואס דאווענען נאך מיט מנין (על אף וואס מען זאגט אין זייער נאמען אז מען טאר נישט, און איין דוגמה וואס איך בין אן עדות אישי וועל איך דא געבן אז עס איז נתפרסם געווארן שוין פאריגע וואך אז הגר"נ נוסבוים שליט"א זאגט אז מען טאר נישט דאווענען מיט מנין, דערווייל זע איך אים יעדן טאג דאווענען אין זיין קביעות'דיגע מנין, און מפי השמועה הער איך עס אויף נאך אסאך רבנים ואכהמ"ל)

זיי האבן די זעלבע רעליגיע ווי אסאך רבנים אין חו"ל כמבואר בדרשת כ"ק האדמו"ר מפארשעי שליט"א.

(אגב, דאס וואס מען שרייט נאצי איז נישט אויף דעם וואס זיי פארמאכן די בתי מדרשים נאר אויף דעם וואס זיי רצח'נען אן יעדער איד וואס זיי טראכטן נאר אז ער טראכט צו מאכן א מנין.)
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:25 am

קודם כל געטס א קוק דא https://www.kikar.co.il/354170.html.

צווייטנס איז דא א גרויסע חילוק צווישן דאווענען במנין מאכענדיג זיכער אז מען איז אפגערוקט 6 פיס, און צווישן שיקען א אפיציעלע מחאה צום ראש ממשלה וואס וועט לכאורה זיין א גרויסע חילול השם און פארשטערקערן די שנאת חרדים וואס איז שוין אויך אנדעם אויף גענוג א הויכע שטאפל.

דריטנס דאכט זיך מיר אז די פאליציי רצחנט נישט אן אין דעם פאל (כאטש אז אין אנדערע פעלער יא), ממילא איז גאר עקעלדיג און א גרויסער חילול השם צו שרייען נאציס ווען זיי קומען נאר אינפארסירען די געזעץ.

און די עיקר איז אז אלע גדו"י זענען נישט מתיר צו דאווענען נישט אפגערוקט איינער פון די אנדערע, און די סיבה פארוואס די ישראלישע ממשלה האט געאסרט צו דאווענען במנין אנגעהויבן פון צוויי טעג צוריק איז ווייל אין אסאך מנינים האט מען זיך נישט אכטונג געגעבן, איז דערפאר קען מען נישט אנרופן די געזעץ א גזירת עקירת הדת.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:36 am

בערעלע קבצן האט געשריבן:.

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס די ווילסט! די זעהסט אין דעם קלאגע איין ווארט פון עקירת הדת? זיי ווילען סך הכל פעסט שטעלן זייער רעכט עפ''י חוק צי פראקטיצירן זייער ריליגיע. אלזא ווי קומט דא אריין יוכ''פ? אויב זיי האלטן אז עפ''י תורה טאר מען נישט דאווענען מיט מנין גייען זיי דאס נישט טוהן, פונקט ווי זיי גייען פאלגן די דאקטאר בנוגע עסען יום כיפור. זיי זאגן סך הכל אז די מדינה האט נישט קיין שום לעגאלע רעכט זיי אפצוהאלטן פון מנין.

און אגב זעה איך דיך נישט שרייען קעגען א פרומע אדוואקאט פון נ''י וואס האט אריינגעגבען אט די זעלבער קלאגע קעגען קאומא. אולי ווייל ער איז.... און זיי זענען........ ?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:47 am

מיר ווילען בעטן די אחראים צו ארביער לייגן די טענרייען צו די אשכון פון מנין/מקוה
אויב די ווילסט נישט דיין אונטערשריפט זאל ארויף גיין אויפן טיש, דאן גייט נישט אריין דא
קרעדיט: דא

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:54 am

דייקן האט געשריבן:קודם כל געטס א קוק דא https://www.kikar.co.il/354170.html.

צווייטנס איז דא א גרויסע חילוק צווישן דאווענען במנין מאכענדיג זיכער אז מען איז אפגערוקט 6 פיס, און צווישן שיקען א אפיציעלע מחאה צום ראש ממשלה וואס וועט לכאורה זיין א גרויסע חילול השם

להערה: נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער קיין חילול ה' קען דאס נישט ווערן אנגערופן.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך בען שפירא » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 10:53 am

עס איז נישט איבערצוקומען דאס פאלטשקייט פון די איזרעילי לינקע מידיא. שוין טעג אויף טעג וואס זיי טוען האמערן אויף די חרדים פארן נישט אויספאלגן די הוראות פון דעם משרד הבריאות בנוגע דעם קאראנע. הגם וואס רובו דרובו היימישע אידן האבן עס יא גענומען ערנסט זענען דאך אייביג דא דעם מיעוט וואס וועט איבערדרייען און זיך נישט לאזן און די מידיא האט זיך ארויפגעכאפט דערויף מיטן גאנצן ברען, פובליצורינדיג ווידאוס, בילדער און אנעליזן באשילדיגונגעדיג דעם היימישן ציבור טאג און נאכט.

נעכטן איז אבער דער פאליציי אריין אין אראבישן יפו צו אינפארסירן די געזעצן פון דעם משרד הבריאות און א גיהנום האט זיך אנגעפאנגען... עס האט אויסגעזעהן דארטן ערגער ווי ביי די אומרוען אין די שטחים. עס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן פון דער נאכט. שרעקליכע אומרוען. אבער די זעלבע מידיא וואס האט געראטעוועט דעם פאלק פון די חרדים דורכן באריכטן טאג און נאכט ווי מען פאלגט נישט האט פאר אן אומבאקאנטע סיבה איינגענומען א שווייגעיש און ווען מען האט דאס שוין יא געמאלדן האבן זיי פארגעסן צו זאגן די ווארט "אראבער". זיי האבן געטראפן יעדעס סארט ווארט, צעירים, מוחים, און וואס נישט אבי נישט צו זאגן דאס ווארט אראבער.
4.jpg
4.jpg (124.65 KiB) געזעהן 809 מאל

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 03, 2020 4:16 am

בען שפירא האט געשריבן:עס איז נישט איבערצוקומען דאס פאלטשקייט פון די איזרעילי לינקע מידיא. שוין טעג אויף טעג וואס זיי טוען האמערן אויף די חרדים פארן נישט אויספאלגן די הוראות פון דעם משרד הבריאות בנוגע דעם קאראנע. הגם וואס רובו דרובו היימישע אידן האבן עס יא גענומען ערנסט זענען דאך אייביג דא דעם מיעוט וואס וועט איבערדרייען און זיך נישט לאזן און די מידיא האט זיך ארויפגעכאפט דערויף מיטן גאנצן ברען, פובליצורינדיג ווידאוס, בילדער און אנעליזן באשילדיגונגעדיג דעם היימישן ציבור טאג און נאכט.

נעכטן איז אבער דער פאליציי אריין אין אראבישן יפו צו אינפארסירן די געזעצן פון דעם משרד הבריאות און א גיהנום האט זיך אנגעפאנגען... עס האט אויסגעזעהן דארטן ערגער ווי ביי די אומרוען אין די שטחים. עס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן פון דער נאכט. שרעקליכע אומרוען. אבער די זעלבע מידיא וואס האט געראטעוועט דעם פאלק פון די חרדים דורכן באריכטן טאג און נאכט ווי מען פאלגט נישט האט פאר אן אומבאקאנטע סיבה איינגענומען א שווייגעיש און ווען מען האט דאס שוין יא געמאלדן האבן זיי פארגעסן צו זאגן די ווארט "אראבער". זיי האבן געטראפן יעדעס סארט ווארט, צעירים, מוחים, און וואס נישט אבי נישט צו זאגן דאס ווארט אראבער.
4.jpg

האלאווי! נעכטן אויף ערוץ 12 האט מען אראפגעלייגט ווי כאילו די מדינה ציטערט פון די חרדים און יעדער מאהל מ'וויל באוואשען די חרדים פאר נישט פאלגן די געזעצן מוז מען צולייגן די אראבער ווייל אויב נישט וועט מען כאפן פון די חרדים. הגם, שרייט יענער, וואס די אראבער פאלגן פונקט ווי די אלגעמיינער באפעלקערונג, מוז מען זיי נעבעך צולייגן צום ליסטע וועגן די חרדים. עט'ס כאפט'ס וואס דא טוט זיך???!!
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 03, 2020 4:58 am

מחאה גדולה.jpg
מחאה גדולה.jpg (119.73 KiB) געזעהן 707 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך דייקן » פרייטאג אפריל 03, 2020 6:00 am

ביטע זיי נישט גורם אז אויך די אשכול זאל מען פארשפארען.

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

Re: קורונהוויירוס אין א״י

תגובהדורך בערעלע קבצן » פרייטאג אפריל 03, 2020 6:17 am

סטיטשינער האט געשריבן:
מחאה גדולה.jpg

באלאנגנט כלל נישט צו "קורונהוויירוס אין א״י" אשכול.
האט גארנישט מיט ארץ ישראל נייעס אין אלגעמיין.
פראוועקאציעס פון א קליין צאל צולאזענע היץ יונגען וואס חכמה איז נישט פונקט זייער הויפטפונקט און תורה איז זיי גענצליך אומבאקאנט.

באלאנגט ענדערש אין "אינטערעסאנטע ווייטאג-קאמיש געשעהנישן" אפטיילונג.

נאך אשכולות וואס באלאנגט דארט:
קאראנאוויירוס = קאמיק מעשה ביכעלע..
לוויות אין די מאסן רח"ל = בלה בלה בלה ...
דעת רופאים מומחים = רשעים שונאי ישראל עוקרי דת!
שלחן ערוך הלכות חובל ומזיק, הלכות פקוח נפש וכו' = וואס?...
נישט אריבער פארן ביי א רויטן ליכט = אנערקענוג בחוקי הציונים..
אלמירן פאליציי צו א גנב = מסירה! פארטרייבן די פליציאנטן מיט 'נאצי' לאזונגען
(מעשה שהיה!)
אן אמבולאנס קומט צו פארן כדי צו טעסטן אידן מיטן חשש פון קאראנאוויירוס = שותפים מיט די נאצים! באהאלגען מיט שטיינער און פארטרייבן (מעשה שהיה!)
----


אגב, נישט אמת וואס שטייט אינעם "נאמני העדה החדית" פאשקעוויל וואס מען האט אהער געשטעלט

-------

וויכטיג צו וויסן, "קאראנאוויירוס", ביי געוויסע עלעמענטן, איז טייטש - "עקירת הדת"

די זעלבע עלעמענטן האבן ארומגעטיילט אין די פאסטקעסטלעך עפעס א וואנזיניג חוות דעת פון א געוועזענער פונעם געזונטהייט מיניסטעריום, א צורודערדער חוזק עקסטרעם לינקער היץ קאפ וואס טענה אז ס'איז גארניש מיט נישט...
ער טענה'ט אז די וועלט איז גלאט משוגע.

דער זעלבער פאר א מאנאט צוריק האט ער גע'טענה'ט אז 100 % וועט די ווירוס זיך נישט צושפרייטן איבער די גרעניצן פון כינע, און מען בריך גארנישט צו טוהן...
שפטער ווען ס'האט זיך שוין פארשפרייט האט ער געשריגן אז מען טאר נישט צו מאכן די גרעניצן...

די מידיא האט איב ליב כסדר אונטערוויוען ווייל ער איז סיי א חוזק א הויל פאנטאניאנער און סיי ער איז קעגן די רעגירונג
ממילא האט מען צוויי פייגל, זיך אונטערצוהאלטן און האבן פלוידעריי קעגן די רעגירונג וואס זיי האסן אזוי (נישט ווייל זיי האבן געלערנט ויואל משה..).

און זיין 'מיינונג' האט די עלעמענטן ארומגעטיילט אין די פאסקעסטלעך כדי אפצוקיהלן פון די זהירות וואס באלאנגט זיך בעת ובמקום חשש סכנה פאר זיך און בעיקר פאר יענעם.

וועלכן גיהנם וואלט מען זיי, די הפקר יונגען, געגעבן ווען זיי וואלטן געהאט שכל?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כא כא כא און 45 געסט