בלאט 1 פון 12

קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 2:11 am
דורך הערשקא
די מצב פון קאראנא וויירוס ווערט ערענסטער וואס א מינוט עס גייט אריבער, מענטשן דרייען זיך ארום מיט פחדים, אפשר האב איך עס אדער אפשר נישט,
פון אנהייב האט מען ארויסגעגעבן די סמנים פון די וויירוס,
פיבער,
א טריקענע היסט,
קורצע אטעם,

למעשה זענען מענטשן ארויסגעקימען זאגן אז זיי האבן געהאט אינגאנצען אנדערע מינע סמנים און זיי האבן געטעסט פאסעטיוו,

למשל אויף קול מבשר איז דא אן אינטערוויא מיט שטויבער, זאגט ער אז ער האט כמעט נישט געהאט קיין פיבער, ער האט די עיקר געפילט א שוואכקייט און א ווייטאג אין די ביינער, און ווי אויך איז ער געווען קאלט,

דאס מאכט א גרויסע צימישעניש ביי מענטשן וויל זיי ווייסען נישט ווי זיי שטייען, האב איך עס יא אדער נישט,
בפרט ווען ביי מענטשן אינטער די 60 לאזט מען זיך נישט טעסטען,

וואלט געווען א וויכטיגע זאך ווען איינער וואס האלט שוין נאכדעם, ער איז שוין צירוק געקימען פאסעטיוו, אדער די ווייסט פון א באקאנטע וואס איז געטעסט פאסעטיוו, טייל מיט די סמנים,
זאלען אנדערע מענטשן וויסען ווי זיי שטייען, און וואס זיי האבן צי טון.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 2:14 am
דורך fiena nieas
יא געהערט פון איינעם אז ער האט כמעט נישט קיין פיבער נאר פיבערי און ווייטאג אין די רוקן ער האט זיך נישט געטעסט אבער ער איז פאזיטיו אז ער איז פאזיטיוו

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 5:47 am
דורך א גולם
סקען זיין דעי שטויבער פון קול מבשר איז מיעד און קאלט וואל ער איז נישט געשלאפאן געהעריג די לעצטע פאר נעכט ווי אסאך אידען

אין דערזייט איז ער געווען פאזעטיוו אין ער איז פון די מענטשן וואס האט נאך נישט געוויזען סימפטאמס

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 6:44 am
דורך Haklal
fiena nieas האט געשריבן:יא געהערט פון איינעם אז ער האט כמעט נישט קיין פיבער נאר פיבערי און ווייטאג אין די רוקן ער האט זיך נישט געטעסט אבער ער איז פאזיטיו אז ער איז פאזיטיוו

וויאזוי איז ער פאזיטיוו אז ער האט עס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 8:20 am
דורך יישר כח
Haklal האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:יא געהערט פון איינעם אז ער האט כמעט נישט קיין פיבער נאר פיבערי און ווייטאג אין די רוקן ער האט זיך נישט געטעסט אבער ער איז פאזיטיו אז ער איז פאזיטיוו

וויאזוי איז ער פאזיטיוו אז ער האט עס?

ער קוק יעדע זאך מיט א פאזעטיווע בליק :grin:

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 9:06 am
דורך farshlufen
לבי אומר לי אז זיי ווייסן נאך ניטאמאל וואס די סימפטאמען זענען, יתכן אז ביי יעדן אטאקירט עס אן אנדערע חלק פון גוף.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 9:12 am
דורך המה כרעו ונפלו...
איך האב שטארקע קאפ-וויי, ביינאכט האב איך געהאט טשילס, אבער נישט קיין הוסטן. איך האף אויפן בעסטן

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 9:13 am
דורך fiena nieas
farshlufen האט געשריבן:לבי אומר לי אז זיי ווייסן נאך ניטאמאל וואס די סימפטאמען זענען, יתכן אז ביי יעדן אטאקירט עס אן אנדערע חלק פון גוף.

ניין מעינלי אטאקירט עס די לונגן חלק ווייל דארט איז ווארעם

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 9:22 am
דורך ר' יום טוב
א צאל ספארט שפילער וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אן אפעקטירטן האבן געטעסט פאזיטיוו, בלויז איינער פון זיי האט באריכטעט מילדע סימפטאמען.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:21 am
דורך ניס קראכער
ברעכן/בויך ווי איז איינע פון די סימפטאמען ביי קינדער?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:49 am
דורך הערשקא
מחשב האט געשריבן:קינדער קענען יא כאפן די ווירוס, און האבן ערנסטע סימפטאמען.

א סטאדי וואס האט באטראכט 6 קינדער וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט קאראנא, שטעלט אזוי אראפ די פאקטן.

די מיטלגארטיגע יארגאנג איז 3, אלע קינדער זענען געווען פארדעם גענצליך געזונט. זייערע סימפטאמען זענען געווען פיבער איבער 102 ביי אלע זעקס קינדער, הוסטן ביי אלע זעקס, און ברעכן ביי 4 קינדער. 4 קינדער האבן באקומען נעמאניע, איינער האט געדארפט אנקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט (ICUׂׂ). אלע האבן ריקאווערט בעזרת ה' צווישן 5 ביז 13 טעג.

https://www.nejm.org/doi/full/10.1056/N ... lB_article

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 12:12 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
ווילאנג נעמט פאר א געווענליכע מענטש ביז מען קריכט ארויס פון דעם וויירוס? דהיינו, וילאנג נאך מען באקומט עס קומען ארויס די סימפטאמען, און ווילאנג האלט אן די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 1:58 pm
דורך fiena nieas
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווילאנג נעמט פאר א געווענליכע מענטש ביז מען קריכט ארויס פון דעם וויירוס? דהיינו, וילאנג נאך מען באקומט עס קומען ארויס די סימפטאמען, און ווילאנג האלט אן די סימפטאמען?

האסט עס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 2:00 pm
דורך ר' יום טוב
הערשקא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:קינדער קענען יא כאפן די ווירוס, און האבן ערנסטע סימפטאמען.

א סטאדי וואס האט באטראכט 6 קינדער וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט קאראנא, שטעלט אזוי אראפ די פאקטן.

די מיטלגארטיגע יארגאנג איז 3, אלע קינדער זענען געווען פארדעם גענצליך געזונט. זייערע סימפטאמען זענען געווען פיבער איבער 102 ביי אלע זעקס קינדער, הוסטן ביי אלע זעקס, און ברעכן ביי 4 קינדער. 4 קינדער האבן באקומען נעמאניע, איינער האט געדארפט אנקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט (ICUׂׂ). אלע האבן ריקאווערט בעזרת ה' צווישן 5 ביז 13 טעג.

https://www.nejm.org/doi/full/10.1056/N ... lB_article

אקעי, אבער למעשה איז נאך נישט געווען קיין איין אומגעקומענער פון אונטער 10 יאר, איז ריכטיג?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 2:23 pm
דורך מחשב
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווילאנג נעמט פאר א געווענליכע מענטש ביז מען קריכט ארויס פון דעם וויירוס? דהיינו, וילאנג נאך מען באקומט עס קומען ארויס די סימפטאמען, און ווילאנג האלט אן די סימפטאמען?


בדרך כלל קומט עס ארויס צווישן 4 און 5 טעג, עס קען ארויסקומען ביז 14 טעג, פאר דעם דארף מען זיך אפזונדערן 14 טעג. (געוויסע פלעצער האב איך געזעהן אז ס'קען ארויסקומען פון צוויי טעג).

די סימפטאמען האלטן אן געוואנדן לויט די ערנסטקייט פונעם קעיס. גרינגערע פעלער קען נעמען פון איינס ביז צוויי וואכן. מער ערנסטע פעלער ביז זעקס וואכן.

די וויירוס קען בלייבן לעבן אין גוף אסאך נאכדעם וואס מ'האט זיך ערהוילט, די פונקטליכע צייט איז נישט קלאר, ווי אויך ווי אנשטעקיג עס איז דעמאלטס.

https://www.health.harvard.edu/diseases ... rce-center

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 2:24 pm
דורך מחשב
ר' יום טוב האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:קינדער קענען יא כאפן די ווירוס, און האבן ערנסטע סימפטאמען.

א סטאדי וואס האט באטראכט 6 קינדער וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט קאראנא, שטעלט אזוי אראפ די פאקטן.

די מיטלגארטיגע יארגאנג איז 3, אלע קינדער זענען געווען פארדעם גענצליך געזונט. זייערע סימפטאמען זענען געווען פיבער איבער 102 ביי אלע זעקס קינדער, הוסטן ביי אלע זעקס, און ברעכן ביי 4 קינדער. 4 קינדער האבן באקומען נעמאניע, איינער האט געדארפט אנקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט (ICUׂׂ). אלע האבן ריקאווערט בעזרת ה' צווישן 5 ביז 13 טעג.

https://www.nejm.org/doi/full/10.1056/N ... lB_article

אקעי, אבער למעשה איז נאך נישט געווען קיין איין אומגעקומענער פון אונטער 10 יאר, איז ריכטיג?


כ'מיין אזוי. עכ"פ אין טשיינע זיכער.

עס איז אויף אזויפיל צו וויסן אז עס איז נישט קיין דזשאוק אפילו ביי גאר יונגע קינדער.

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:47 pm
דורך Growth hacker
I got weird back pain on my left side, no fever,
no cough, etc. I'm so scared i have no idea what it's about

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:48 pm
דורך fiena nieas
Growth hacker האט געשריבן:I got weird back pain on my left side, no fever,
no cough, etc. I'm so scared i have no idea what it's about

Probably corono

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:50 pm
דורך מחשב
פארוואס עפעס זאגט איר אזוי?

מסתמא האט ער שווער געארבעט צו פסח'דיג מאכן.

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:53 pm
דורך Growth hacker
fiena nieas האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:I got weird back pain on my left side, no fever,
no cough, etc. I'm so scared i have no idea what it's about

Probably corono

?Source?

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:55 pm
דורך Growth hacker
Can having one symptom only, be a sign without any
Or other pain? cough, fever,

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:57 pm
דורך fiena nieas
Growth hacker האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:I got weird back pain on my left side, no fever,
no cough, etc. I'm so scared i have no idea what it's about

Probably corono

?Source?

אין חכם כבעל ניסיון...

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 11:59 pm
דורך Growth hacker
fiena nieas האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:I got weird back pain on my left side, no fever,
no cough, etc. I'm so scared i have no idea what it's about

Probably corono

?Source?

אין חכם כבעל ניסיון...

?You're tested positive

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 19, 2020 12:00 am
דורך שמערלער
איך היס שוין פאר די לעצטע 4 טאג כגלויב סהאט א שיכות מיט קראנע.

Re: קאראנא וויירוס - וואס זענען די סימפטאמען?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 19, 2020 12:02 am
דורך מחשב
שמערלער האט געשריבן:איך היס שוין פאר די לעצטע 4 טאג כגלויב סהאט א שיכות מיט קראנע.


אייער נאז רינט אויך לפי ערך אייער היס?