א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מארטש 20, 2020 4:33 pm

א בריוו פון די טיפענישן פון מיין הארץ, צו מיין ליידיגער פלאץ אין שול.

מיין פלאץ אין בית המדרש.pdf
(42.44 KiB) דאונלאודעד 161 מאל


איך ווענד זיך צו דיר מיטן גרעסטן יראת הכבוד, און מיט הייסע טרערן שרייב איך דיר אן איבערבעטונגס בריוול, נאכדעם וואס ס'איז באשטעטיגט געווארן אז איך גיי נישט קומען דעם שבת אין בית המדרש.

אין געהעריגע זמנים, ווען עולם כמנהגו נוהג, נעם איך אן דאס דאווענען אין שול היפש ערנסט, אבער דאך טוט דאס געוואוינהייט נאטורלעך אפקילן אביסל די געפילן, און עס פארבלענדעט די אויגן פון צו פארשטיין די זכייה וואס מיר האבן, אריינקומענדיג אין שול: ואני ברוב חסדך אבוא ביתך! יא, ס'איז א חסד פון הימל אז מ'קען קומען אין בית המדרש דאווענען.

יעצט טו איך אנערקענען וויפיל דו פעלסט מיר אויס. יעצט זע איך איין ווי ווייט כ'קען זיך נישט באגיין אן דיר. דו ביסט מיין הארץ, מיין לעבן, מיין נשמה!

מיין שבת'דיגער סידור איז אויף מיין מקום קבוע, עס גייט דארט בלייבן פארמאכט די וואך. סידור'ל טייערע, מיין באליבטע סידור'ל, טאקע אזוי פארמאכטערהייט, ליגנדיג איינזאם אויפן טיש, כאבן שאין לה הופכין, זאלסטו מתפלל זיין מיט מיר פונדערווייטנס, אז יהי רצון שלא יהא לשבת אחרת כן, נאר כ'זאל קענען קומען אין שול אריין דעם קומענדיגן שבת געזונטערהייט, אינאיינעם מיט יעדן, יונג און אלט, עס זאל קיינער חלילה נישט פעלן.

אונטער געווענליכע אומשטענדן שטעלסטו מיר צו א פלאץ וואו כ'קען זיך אויסגיסן מיין הארץ צו השי"ת מיט השתפכות הנפש. דער שבת'דיגער מקום קבוע, ברענגט ארויף א געוואלד מיט זכרונות פונעם שבת'דיגן חן. אנהייבנדיג מיט פרייטאג צונאכטס, דער שיר השירים, דער 'יודו לה' חסדו', די מנחה, די לכו נרננה און לכה דודי.

אזוי ווייטער, די לאנגע זיסע פסוקי דזמרה, די קריאת התורה, די מי שברך'ס, דער מוסף. וכעת חסרנו כל אלה. אה, וואס מ'קען משלים זיין ביחידות, וועט מען אוודאי דאווענען ביחידות, אבער מיט גאר א ביטערן טעם אין מויל.

אוי גיי איך פארפאסן די וואך אין שול דעם ברכת החודש, די יוצרות (וועלכע איך זאג אייביג בערגה), דער 'הנה זה בא לפרקים', דער 'כאשר שמענו כן עוד נחזה'. וויאזוי וועל איך אויסהאלטן אן דעם?

וואספארא טעם האט א דאווענען אינדערהיים, בפרט שבת, און נאכדערצו אזא שבת? כ'בין אבער אנגעזאגט געווארן אז מוטב לבטל שבת אחת אין שול, ווי איידער חלילה מבטל צו זיין מערערע שבתים. דערפאר האב איך בלית ברירה אנגענומען דעם אויפפאדערונג מוותר צו זיין אויף דעם תענוג רוחני, אויף דעם מעין עולם הבא!

גרויסער באשעפער, דו גייסט פרעגן שבת אינדערפרי "מדוע באתי ואין איש?" אבער דו ווייסט דעם ענטפער: "לעשות רצונך אלקי חפצתי!" – רבונו של עולם, אז דו ווילסט איך זאל דעם שבת נישט קומען אין שול, גיי איך מקבל זיין דיין גזירה באהבה און טון דיין רצון, כאטש ס'איז מיר זייער שווער אויפן הארץ.

איין זאך קען איך דיר וואונטשן, מיין טייערער פלאץ: המקום ימלא חסרונך בקרוב. איך זאל קענען צוריקקומען ווי אמשנעלסטן. אויך א טרייסט: פון קומענדיגע וואך און ווייטער, וועל איך אי"ה מער וויסן דיר צו שעצן!

מיט זודיגע טרערן באגריס איך דיר פונדערווייטנס: א גוט שבת!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מארטש 20, 2020 5:18 pm

במושכל שני איז וויכטיג צו באטאנען, אז מ'גייט אי"ה האבן א לעכטיגן פרייליכן שבת, מ'גייט דאווענען א געשמאקן דאווענען אינדערהיים, און נישט וויינען. דאך געבט א שטאך אין הארץ טראכטנדיג ווי נעבעכדיג מיין ליידיגער פלאץ אין שול זעט אויס...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:15 pm

זייער הארציג, די אויגן זענען פייכט
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:33 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:זייער הארציג, די אויגן זענען פייכט

Haklal
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך Haklal » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:46 pm

מלא רגש

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג מארטש 20, 2020 6:53 pm

עס פארט ארום אויף די גרופעס. יישר כח.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך !want to be good » מוצ"ש מארטש 21, 2020 3:58 pm

מיין אויגן האט באקומען א ליעק.....
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מארטש 22, 2020 10:53 am

מה עשה הקב"ה?
בפניא מעלי שבתי האט מען מיר מודיע געווען, אז אין אונזער שול גייט פארקומען א מנין מצומצם, אנשטאט די געווענליכע 100+ מתפללים וועלן נאר זיין 10.

בינעך געגאנגען אין שול און דארט געטראפן מיין נשמה'לע, מיין סידור'ל. מ'האט דארט געדאווענט ווייט אפגערוקט איינער פון אנדערן, ממש 12 מענטשן, אין דער טונקל. אבער ס'איז געווען זייער דערהויבן. בפרט נאך אזא התבוננות, נאך אזא בריוו. ס'איז געווען 'משהו משהו'.

אה איז דאס געווען א שבת חזק צום געדענקען! מיט גאר אסאך התחזקות!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מארטש 22, 2020 5:20 pm

יעצט געטראפן ס'בריוועלע
טרערעלעך....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23761
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2020 12:07 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:זייער הארציג, די אויגן זענען פייכט
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מארטש 27, 2020 1:32 pm

ירחם המרחם מ'זאל שוין קענען גיין אין שול אריין!
באשעפער, רצוננו לעשות רצונך!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 29, 2020 2:06 am

הערליך שיין, חוח'ל
א דאנק אייך פאר דעם ארטיקל, און אגב, פאר אלע אייערע ביישטייערונגען צום אייוועלטל
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

Kollel
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך Kollel » זונטאג מארטש 29, 2020 4:25 pm

לכאורה האט געשריבן:הערליך שיין, חוח'ל
א דאנק אייך פאר דעם ארטיקל, און אגב, פאר אלע אייערע ביישטייערונגען צום אייוועלטל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

בחדרי חרדים

תגובהדורך !want to be good » מוצ"ש מאי 02, 2020 5:29 pm

מעשה היה בחסיד שהתגורר באחד הכפרים הנידחים באוקראינה הענקית. יהודי בודד בין מאות ערלים נבערים, בלי מנין ובלי בית כנסת בו יוכל לשבת יחד עם יהודים נוספים ולהתעלות בעבודת ד'. בכל חודש-חודשיים, כאשר חש שאינו עומד יותר בחוסר הרוחני והגעגועים לחצר הקודש של רבו, היה מתיישב החסיד ומעלה על הכתב את רחשי לבו ההומים בערגה לנעשה בצילו של הצדיק, לאווירה המרוממת בצילא דמהימנותא לה זוכים אחרים, ואילו הוא נאלץ לשבת בדד בין גויים ללא טיפה רוחנית.

בכל פעם, היה הצדיק משיב לו במכתב תשובה, שאכן מבין הוא את הרגשת הבדידות להתגורר במרחקים ללא קהילה יהודית, אך לכל אחד יש את השליחות שלו, וכנראה זוהי שליחותו העכשווית. כך התנהלה חליפת המכתבים בין החסיד לרבו משך תקופה, עד שבאחת פסקו המכתבים לבוא מהכפר לעיר הגדולה.

מששלח הצדיק לברר את הסיבה, התקבלה התשובה מפי החסיד: 'הזמן עושה את שלו! אמנם לא נעים לומר זאת, אבל התרגלתי למצב הנוכחי; כבר לא כל כך קשה לי עם הבדידות, מצאתי חברים ערלים בשכנותי והכל בסדר; לא רואה צורך עוד לבטא את הגעגועים'...

עוד באותו יום שיגר לו הצדיק מכתב בהול שיעזוב בדחיפות את הכפר המרוחק ויבוא לקבוע משכנו בסמוך אליו. 'כל זמן שהיית מלא בגעגועים לזכות להיות בין יהודים ובצל הצדיק', שח לו הרבי בנעימה מוסרית חביבה, 'הרי שרגשי הכמיהה השלימו את מה שהיה חסר לך בפועל, אולם עתה שכבר השלמת עם גורלך והגעגועים פסקו באחת, אסור לך להישאר במקום אפילו רגע אחד'.

לעניינינו: בתחילה, כאשר ננעלו בתי המדרשות על מסגר ובריח בהוראת משרד הבריאות, העצב ניכר על פני כולם. לא היה אחד שדיווח לילדיו ולבני ביתו על סגירת המרכזים הרוחניים בחדווה. אמנם לא מדובר בגזירה חלילה, כי אם אמצעי זהירות לביטוח שלום הציבור, אבל עדיין כולנו קיבלנו את הבשורה בהלם ובתדהמה. הרי המקומות האלו הם מרכז החיים של כל אחד, כאן אנו מתפללים שלש פעמים, כאן אנו קובעים עתים לתורה בכל יום, כאן פוגשים אנו את כל הידידים והמכרים. איך נשרוד בלי זה???

עתה, כל אחד יבדוק את עצמו אם הסיפור שנזכר לעיל אינו תואם את רגשותיו האישיים. בתקופה הראשונה אכן נשמעו צקצוקי לשון כאובים למראה בתי המדרשות והיכלי הישיבות החשוכים והנעולים, אך מנהגו של עולם הוא שהרגל נעשה טבע. אט-אט התרגלו רבים לשלש תפילות במרפסת (הסיפור עם הילד שהכין תפילין ממשחק לגו, לא ידע ימים יפים יותר...), לעשות את הפסח ושבעת ימיו בין כותלי הבית, וכן הלאה. כבר שומעים פה ושם מיהודים נחמדים אמירות בסגנון: 'מה רע להתפלל בגינה עם השכנים?'; 'חשבתי שלא נוכל לשרוד זאת'; 'כמה נחמד לשמוע קריאת התורה מהחלון'...

הבה לא נהיה כאותו חסיד בן-כפר שהסתגל למצבו הרוחני המדוכדך. אסור לנו להתרגל בשום אופן לתקופה הזמנית הנוכחית. נזכור היטב את הרגעים הנפלאים ברוב עם הדרת מלך, נמתין בכיליון עיניים לשוב לבתי המדרשות ולהיכלי התורה, כאשר רשפי אש אלו יזרזו את הגאולה הפרטית והכללית של כולנו, אמן ואמן.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך לייטער » זונטאג מאי 03, 2020 12:12 am

איך ווייס נישט צי דא איז די פלאץ באט במקום שאין אשכול
ווער קען די נויגן א שיינע חלום האב איך געזעהן?
איינער קען מיר העלפן, איך האלט אינמיטן בויען עפעס

א שיינע חלום האב איך געזעהן
אין ביהמ"ד איז דאס געווען
גרויסע מנינים מען דאווענט אינאיינעם
מען האט נישט מורא מוועט אנשטעקן קיינעם
מקואות און קאווע ווארעמע אזוי פיין
עטליכע מנינים אזוי הערליך און שיין
הערליכע בנינים ליפטיג און ריין

און אט דעמאלטס איז געווען
איך געדענק עס קלאר אזוי איז עס געווען
באסעס פיקען אויף יעדן באזונדער
פון די גאנצע שטאט אלע קינדער
צי די חדר מיטן מלמד

<נו העלפט מיר מיט די ניגון >


און פון שלאף האב איך מיר אויפגעוועק
אוי
נישט געדאגהט אידן עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מניט'קעלע געבליבן די ביהמ"ד וועט שוין אויפן זיין
שמחה און פרייד געזינטערהייט גיין מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר מיטן רבין אינאיינעם אמן ואמן
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א בריוו צו מיין שבת'דיגער פלאץ אין שול

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מאי 03, 2020 12:21 am

want to be good א דאנק פאר די שיינע מעשה. we also want to be good.

לייטער. הערליך! שוין לאנג געוואוסט אז א לייטער האט עפעס צו טון מיט א חלום...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: בחדרי חרדים

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:26 am

;l;p- ;l;p- [quote="!want to be good"]מעשה היה בחסיד שהתגורר באחד הכפרים הנידחים באוקראינה הענקית. יהודי בודד בין מאות ערלים נבערים, בלי מנין ובלי בית כנסת בו יוכל לשבת יחד עם יהודים נוספים ולהתעלות בעבודת ד'. בכל חודש-חודשיים, כאשר חש שאינו עומד יותר בחוסר הרוחני והגעגועים לחצר הקודש של רבו, היה מתיישב החסיד ומעלה על הכתב את רחשי לבו ההומים בערגה לנעשה בצילו של הצדיק, לאווירה המרוממת בצילא דמהימנותא לה זוכים אחרים, ואילו הוא נאלץ לשבת בדד בין גויים ללא טיפה רוחנית.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט