טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 23, 2020 2:56 pm

אה, ענדליך א קבוצה ערליכע יונגעלייט וועלכע זענען בענקן זיך צוריק צו די כותלי הביהמ"ד, שיעורי תורה און עבודת השם בטהרה.. דער אשכול איז עקסקלסיוו פאר די וועלכע זענען גרייט אויסצופאלגן דעם שו"ע, פוסקים הראשונים ואחרונים, דעת תורה פון מו"ץ ומנהיגי דורינו, אונזער הייליגע מסורה, דעם געזעץ און שטאטישע פראטיקאלן פארגעשלאגן אלטס פארזיכטיגקייט.

צו זיין ערלויבט אין דעם אשכול מיז מען קענען די הלכות פונעם פיפטן שו״ע ישר והפך, אויב זענט איר נישט אויסגעקאכט אין די דינים.. אדער ווער עס שפירט אז ער איז נישט גרייט זיך צוצושטעלן צו אפילו נאר איינע פון די תנאים הנ"ל, איז מכובד אפצוטראגן פון שטח, זייט מוחל און גייט פון דאנעט צו ווי די שווארצע וואקסט.

צום פינטל.. דער געזעץ:

מטעם די CDC, דער פעדעראלע ״צענטער פון דעזיס קאנטראל״, אנגעפירט דורך א שטאב פון פעדעראל געקליבענע דוקטורים און געזונטהייט עקספערטן, איז אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן פארבאטן מענטשליכע צוזאמקומנישן פון מער ווי 50 קעפ אינטער איין דאך. ווייניגער ווי דעם איז געהעריג אויסגעהאלטן. דער פרעזידענט זעלבס האט אבער יא "ראקאמענדירט" זיך צוריקצוהאלטן פון קלענערע צוזאמקומענישן מיט העכער צען מענטשן. לויט ביידע פון זיי ברויך מען אפילו אזוי נאכקומען א רייע פארזיכטיגקייט מוסנאמען, וואס נעמט אריין זיך כסדר וואשן די הענט, שטיין אפגעזינדערט פון אנדערע, וכו׳ וכו׳.

נעכטן נאכט אים אכט אזייגער אין אווענט איז אין ניו יארק סטעיט, וכן ענליך אינעם שכנות׳דיגן ניו דזשערסי, אפציעל אריין א "פאזע" צושטאנד, ווי ע"פ רוב זענען ריטעיל געשעפטן און גרויסע אפיסעס געצווינעגן געווארן צו שליסן די טויערן, קיינער טאר נישט ארבעטן, מיט אויסנאמען פון פארשידענע אינדעסטרי׳ס (רוב..). דא קענט איר זעהן די פרטים פון די איצטיגע סטעיט גיידליינס פונעם ״פאזע" צושטאנד. יעדער איז מכובד צו טרעפן זיין אינדאסטרי ערגעץ ווי. ליידער מיינט דאס אבער אז רוב געשעפטן פון לי עוועניו, 13׳טע עוווניו אין ב״פ, וכו׳ וכו׳.. מיזן פארשפארן דעם געשעפט יעצט ביפאר דעם הייסן ערב פסח סעזאן. המקום ימלא חסרונם, דער אייבישטער פארלאזט נישט קיינעם.

דער געזעץ פון ניו יארק אדרעסירט נישט די עצם וויירוס, מעדיקאל סעלושענס און ראקאמדאציעס.. ס״ה שטעלן זיי אראפ זייער פראנט איבער דעם מהלך החיים אויף א לאקאלן לעוועל צו דערשטיקן דעם קריזיס. די מעדיקאל חלק שבו איז אויסשליסליך פאר די פעדעראלע CDC.

לעת עתה איז מצד די לאקאלע גאווערמענט נישט פארבאטן ארויסצוגיין אויף די גאס צו וואס עס זאל נאר זיין. איינקויפן, איבונגען, גיין אין ארבעט (אויב עס איז ערלויבט צו פונקציענירן), גיין באזיכן משפחה מידגלידער, זיכן פארקינג, גיין נאכגעלט, שפילן מיט א גיטאר ביים באן סטאנציע.. וכו׳ וכו׳. עס איז צום האפן צו באשעפער אז זיי וועלן עס נישט ארויפריקן מיט א שטאפל העכער, וואס מיינט א פולקאמער לאקדאון. אדער עכ״פ א קורפיו דורכאויס די ביינאכט שעות.

א טריט צוריק צו די יעצטיגע סטעיט גיידליינס, פאלגענד איז אן אויסצוג פונעם לינק הנ״ל, א סעיף וועלכע אדרעסירט ספעסיפיש פובליק געביידעס ווי קלויסטער׳ס און להבדל אלא״ה.. בתי מדרשים, זעה סעיף י״ב.

בילד

אין אנדערע ווערטער (נישט אנדערע, נאר ממש דאס) די פעדעראלע גיידליין פון 50 קעפ אין ארויף איז בתקפו אין די אלע פלעצער, מיטן תנאי אז מען האלט זיך צו די פארזיכטיגקייט ליניע׳ס אוועקגעשטעלט דורך די CDC, כנ״ל. זיי ״ראקאמענדירן״ אבער נישט צו פראווען קיין מנינים, שלום זכרים וקידושים וכו׳. און אלע פארזיכטיגקייט מוסנאמען מיז ווערן אפגעהיטן, זעלבס פארשטענדליך.

לגבי סווימינג פולס, אפענע בעידער און ביי אונז אידישע קינדער מקוואות.. ווי אויבן אויף איז עס יא מער אויסגעשטעלט אויף א אופן דער וויירוס זאל זיך אריבערכאפן.. צו עס איז אויסגעהאלטן לויט די פעדעראלע CDC צו נישט.. דיני דמלכותא דיני, לאמיר זעהן און הארכן וואס זיי האבן צו זאגן דערויף. דא האט איר דעם לינק. און פאלגענד איז דער אויסצוג פונעם סעיף וואס באציעט זיך דירעקט צו די סארט פלעצער.

בילד

איר הערט? א פייג. ניטאמאל ראקאמענדירן זיי צו פארשליסן די בעידער.. אפגערעדט אויב מען האלט זיך צו די פראטעקאלן.. אבי א שטורעם. און דער וואס גייט אין מקוה.. אשריכם ישראל!

היוצא לנו מזה, אז די גאנצע ענין פון פולקאם האלטן די בתי מדרשים און מקוואות פארשלאסן איז נישט מער ווי לפנים משורת הדיני דמלכותא. וואס איז קיין שום ענין נישט.. (און איך וואלט זייער געוואלט זיכערמאכן די אלע מדקדקים במצוות של דיני דמלכותא אז זיי פארדינען נישט קיין פרוטה אחת אויפן שווארצן ביך... נאכדעם וועל איך מיט זיי אנהויבן דן זיין איבער די מקוואות.) און ווער עס טרעפט א בית מדרש, ווער עס ווייסט פון א ביהמ״ד, ווער עס כאפט א טבילה.. תבע״ב! עס איז פולקאם אויסגעהאלטן מטעם די רעגירונג, ווילאנג די פראטעקאלן זענען איינגעשטעלט און ווערן נאכגעקומען.

דאס וואס די רבנים און דיינים האבן באפוילן.. נאך אלעם איז דאס געווען דער איינציגסטער אפציע ליידער צו פארטרייבן די עלטערע אידן פון ביהמ״ד (אזוי צו זאגן).. און אפציעל מתיר צו זיין אידן, ערליכע אידן.. צו דאווענען ביחידות לכתחילה, וכן די דינים אין הלכות טהרה. עס איז נישט קיין מציאות יעדער זאל קענען דאווענען אין די בתי מדרשים אדער גיין אין די מקוואות אהן פארלעצן די פארלאנגטע פארזיכטיגקייט מוסנאמען, האט מען געמיזט ארויסקומען מיט אן אויפפאדערונגען אפציעל צו פארשליסן. אבער די א״ג אינטערן טיש מנינים!? די אינטערן טיש מקוואות!? נע, אויפן טיש! אויב שפירט איר איר קענט, איר האט א געלעגענהייט.. קיין שום פראבלעם, נישט מצד דיני דמלכותא, נישט מצד ונשמרתם מאוד, און נישט אלטס חילל ה׳.. בעלאוני מאקעראוני!

והשינית, פארוואס מען איז געווען געצווינגען צו שליסן אפציעל. אידישקייט האט א באזונדערע אייגענארטיגקייט.. אפגעזעהן וואס דער געזעץ איז יא אדער נישט, און אויב מען האלט זיך דערצו יא אדער נישט.. זענע אלע אויגן געוואנדן צו אונז אידן, ובפרט חרידים, און מיר קענען זיך נישט העלפן דערמיט, מיז מען גיין אויפן אנדערן עקסטרעים.. מען מעלדט פאר די גאנצע וועלט אז מען פארשליסט אפציעל די בתי מדרשים, מקוואות און מוסדות התורה.. און מ׳פארשליסט טאקע! אלעס צו צייגן אז מען קומט נאך אלעס, פולקאם.. איבערהויפט נאכדעם וואס דער ווייסע הויז זעלבס האט זיך פארבינדן מיט עטליכע ניו יארקער רבנים צו בעטן פרעזענדליך אריינצושטעלן די פארזיכטיגקייט מוסנאמען. אבער אן איסור אויף תפילה בציבור? אן איסור אויף גיין אין די מקוואות?.. קיינמאל.

אין פאל איינער האט יא באקומען א קלארע הוראה פון זיין מורה דרך, וואס האט ממש גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין אדער גיין אין מקוה.. אפילו אויב קומט מען נאך די געזעצליכע פראטיקאלן, זאל ער מוחל זיין און שיין אויספאלגן זיין פסק. כפי ידיעתי איז אבער נישט פארהאן אזא פסק.

איך האב שוין נעכטן געשריבן אן הקדמה צו דעם אשכול, נאכן אזויפיל הערן פון די מדקדקים במצוות דורכאויס די לעצטע פאר טאג, און פון די מוסרים.. נישט צום גלייבן וואס דא האט פאסירט. אין ערגעץ נישט אויף דער וועלט האט זיך אפגעשפילט דאס וואס האט פאסירט נעכטן נאכט אין וומסב״ג, אין א ריזן בעיסמענט אינטער א באוואוינטע בנין.. יעדער איז געשטאנען אפגעריקט לויטן פארלאנגטער שיעור.. פליצלונג זענען די פאליציי אנגעקומען און ידען פארטריבן. פארוואס? ווייל ער זענען ליידער דא אידישע קינדער מקפידים ביותר ווען עס קומט צו ונשמרתם מאוד, בכלל, דאס איז שוין א אלטע כלל וואס גייט צוריק צו אברהם אבינו.. ווען ער האט זיך ליידער געלזאגט אריינווארפן בכבשן האש צו ווערן געהרגעט.. וואס פארט חילל ה׳ דער האט געמאכט דעמאלטס. געבט נישט אבאכט אויף זיין לעבן און אויף זיין ברודער הרן.. וכו׳.

העמער זיך צוריק זעהן נאך לאנטש.

א גוטן.
לאור המצב..

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:03 pm

לענ"ד האט מען שוין אלעס ארומגערעדט אין די פאררעטער אשכול.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
עכט נאריש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:11 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך עכט נאריש » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:06 pm

Kosher Travel האט געשריבן:לענ"ד האט מען שוין אלעס ארומגערעדט אין די פאררעטער אשכול.

איך גלייך אבער זייער די נאמען פינעם אשכול דא
ישר כח @טשא פארן עס אזוי קלאר בשרייבן

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:06 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
I LOVE YOU

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:10 pm

שכוח טשאדעלע, זייער שיין און קלאר!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:13 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:שכוח טשאדעלע, זייער שיין און קלאר!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:14 pm

איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22857
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:15 pm

טשאדעלע, ווארע רייד.

Kosher Travel האט געשריבן:לענ"ד האט מען שוין אלעס ארומגערעדט אין די פאררעטער אשכול.

דארט איז דאך שוין דא פופציג פערזאן..
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:18 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


יאפ. ס׳איז ליידער מקיום געווארן ביידע אויף אמאל.. ונסתם ואין רודף אתכם.. און אף אני אלך עמם בקרי.. ווען אידישע מוסרים האבן אינפארמירט די אינסטאנצן אז דאית-טאנצן.
לאור המצב..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22857
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:19 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.

בלומבערג?

זאל ער זיך בייזערן וואו לאנג ער וויל.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:19 pm

דער אמת איז אז דער רעגירונג פארבאט צו פארשפרייטן דעם וויירוס און מיר דארפן העלפן דאס דורכפירן אלס ונשמרתם און דינא דמלכותא.

מיר ווייסן דעם אמת נאך בעסער ווי די רעגירונג ווייסט, אז בתי מדרשים און מקוואות פארשפרייטן דעם וויירוס, מיר זענען אידן וואס קענען נישט שטיין ווייט, און קריאת התורה איז אויך נישט מעגליך דורך שטיין 6 פיס ווייט איינער פון צווייטן. און אויב איז דא מנינים קומען אויך עלטערע אידן.

דאס גענוי איז פארבאטן לויטן געזעץ.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:21 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


יאפ. ס׳איז ליידער מקיום געווארן ביידע אויף אמאל.. ונסתם ואין רודף אתכם.. און אף אני אלך עמם בקרי.. ווען אידישע מוסרים האבן אינפארמירט די אינסטאנצן אז דאית-טאנצן.

ממש ואין רודף? עלטערע אידן שטארבן אויס, די שפיטעלער זענען פול, אבער ואין רודף.

אויב אינגע גייען אין שול, טאנצן נאך די עלטערע, דאס ווייסטו אויך...

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:22 pm

farshlufen האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.

בלומבערג?

זאל ער זיך בייזערן וואו לאנג ער וויל.

עטס האטס א פערזענליכע time machine? בלומבערג מאן דכר שמיה?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:23 pm

הסרפד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.

בלומבערג?

זאל ער זיך בייזערן וואו לאנג ער וויל.

עטס האטס א פערזענליכע time machine? בלומבערג מאן דכר שמיה?

בלומבורג האט געשיקט צום ווייסן הויז רופן די רבנים.

Kodak
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Kodak » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:23 pm

נייע "ווייז גיי" אשכול, אויבער חכמים, גאניט מיט ערליכע אדער חסידישע, העלט איך געווען אביסעל שארפער העלט איך געשריבען רציחה אשכול, אבער איך בין א מער נוחיותדיקער מענטש, טיה איך אס נישט
א בילד נעמט מען מיט Kodak film

אוועטאר
עכט נאריש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:11 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך עכט נאריש » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:24 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:דער אמת איז אז דער רעגירונג פארבאט צו פארשפרייטן דעם וויירוס און מיר דארפן העלפן דאס דורכפירן אלס ונשמרתם און דינא דמלכותא.

מיר ווייסן דעם אמת נאך בעסער ווי די רעגירונג ווייסט, אז בתי מדרשים און מקוואות פארשפרייטן דעם וויירוס, מיר זענען אידן וואס קענען נישט שטיין ווייט, און קריאת התורה איז אויך נישט מעגליך דורך שטיין 6 פיס ווייט איינער פון צווייטן. און אויב איז דא מנינים קומען אויך עלטערע אידן.

דאס גענוי איז פארבאטן לויטן געזעץ.


זאגט מיר איינער היינט אז דער וואס ערלעדיגט די חדרים און ******** האט אים געזאגט אז ער ריפט יעדן חוץ די שומרים און הצלה קינדער‎, און אלעס גייט ב"ה אן‎
ביי מיר און בעיסמענט האמיר געהאט א כיתה א' היינט‎, לשם ולתפארת‎
לעצט פאראכטן דורך עכט נאריש אום מאנטאג מארטש 23, 2020 3:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך רואה חשבונות » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:25 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


דער האלט נאך אינמיטן די "בלומברג" עפאכע.... ער שוין גאנצע 6 יאר נישט אין אמט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:25 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז די סי די סי גיידליין אויף ווייניגער ווי 10 מענטשן, נאר די פעדעראלע רעגירונג אינפארסט נישט די דאזיגע גיידלייינס לעת עתה.

אבער מטעם דעם פרעזידענט האט מען געבעטן צו פארשפארן אלע בתי מדרש מוסדות התורה און מקואות.

די סטעיט גיידליין איז כנראה נאך אלץ ביי 50 מענטשן, און דאס אינפארסט מען.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:27 pm

@טשאדעלע
צוריקגעקומען מיט פול אף פאוער! טענקס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:27 pm

רואה חשבונות האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


דער האלט נאך אינמיטן די "בלומברג" עפאכע.... ער שוין גאנצע 6 יאר נישט אין אמט!

:lol: :lol: :lol:
מאך נישט חוזק פון עלטערע אידן...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:28 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


יאפ. ס׳איז ליידער מקיום געווארן ביידע אויף אמאל.. ונסתם ואין רודף אתכם.. און אף אני אלך עמם בקרי.. ווען אידישע מוסרים האבן אינפארמירט די אינסטאנצן אז דאית-טאנצן.

ממש ואין רודף? עלטערע אידן שטארבן אויס, די שפיטעלער זענען פול, אבער ואין רודף.

וויפיל?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:28 pm

מען מעג פרעגן פון וועלעכע ביעסמענט מעשה מען רעדט?
און אויב האבן דו מענטשן דארט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס. דאן מיט וואספארא רעכט קען די פאליציי פארטרייבן?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:30 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין פאל איינער האט יא באקומען א קלארע הוראה פון זיין מורה דרך, וואס האט ממש גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין אדער גיין אין מקוה.. אפילו אויב קומט מען נאך די געזעצליכע פראטיקאלן, זאל ער מוחל זיין און שיין אויספאלגן זיין פסק. כפי ידיעתי איז אבער נישט פארהאן אזא פסק.

אדמו"ר מבאבוב 45 האט יא אזוי געפסקנט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:32 pm

דריידל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין פאל איינער האט יא באקומען א קלארע הוראה פון זיין מורה דרך, וואס האט ממש גע׳אסרט דאס דאווענען מיט מנין אדער גיין אין מקוה.. אפילו אויב קומט מען נאך די געזעצליכע פראטיקאלן, זאל ער מוחל זיין און שיין אויספאלגן זיין פסק. כפי ידיעתי איז אבער נישט פארהאן אזא פסק.

אדמו"ר מבאבוב 45 האט יא אזוי געפסקנט

אדמור מבאבוב פלעין האט אויך געזאגט בע"פ פאר די חסידים, און האט אליינס געדאווענט ביחידות עטליכע טעג (קען זיין אז נאכאלץ).

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך רואה חשבונות » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:33 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז די גרויסע חתונות אין קאנטינענטאל/עטרת אברהם האבן גורם געווען צו שליסן די בתי מדרשים.

נישט איך מיין, נאר כך שמעתי אז דאס האט די מערסטע אויפגערעגט בלומבורג.


דער האלט נאך אינמיטן די "בלומברג" עפאכע.... ער שוין גאנצע 6 יאר נישט אין אמט!

:lol: :lol: :lol:
מאך נישט חוזק פון עלטערע אידן...


יא, יא, אנטשאלדיגט.
אין די יעצטיגע טעג דארף מען טאקע ספעציעל זיין גאר סענסעטיוו צו די 'אשרי יושבי ביתך' געמיינדע. :lol:


צוריק צו “קאראנא וויירוס”