טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:38 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:דער אמת איז אז דער רעגירונג פארבאט צו פארשפרייטן דעם וויירוס און מיר דארפן העלפן דאס דורכפירן אלס ונשמרתם און דינא דמלכותא.

מיר ווייסן דעם אמת נאך בעסער ווי די רעגירונג ווייסט, אז בתי מדרשים און מקוואות פארשפרייטן דעם וויירוס, מיר זענען אידן וואס קענען נישט שטיין ווייט, און קריאת התורה איז אויך נישט מעגליך דורך שטיין 6 פיס ווייט איינער פון צווייטן. און אויב איז דא מנינים קומען אויך עלטערע אידן.

דאס גענוי איז פארבאטן לויטן געזעץ.


דאס האט טאקע טשאדעלע געשריבן בין הדברים. (אפשר האסטו נישט באמערקט)

עס איז נישט קיין מציאות יעדער זאל קענען דאווענען אין די בתי מדרשים אדער גיין אין די מקוואות אהן פארלעצן די פארלאנגטע פארזיכטיגקייט מוסנאמען, האט מען געמיזט ארויסקומען מיט אן אויפפאדערונגען אפציעל צו פארשליסן.

איפכא מיסתבר
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:44 pm

איך האב עס שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אבער היות די שרייערס זענען אויך דא אהער געקומען, וועל איך עס איבער פרעגן נאכאמאל דא.
ויפיל מאל זענט עטץ שוין געפארן וועקעישאן אויף א פלאץ ווי ס'איז נישט דא קיין מנין אדער א מקוה? אדער וויפיל מאל זענט איר אהיים געקומען שפעט און געדאווענט ביים כותל און בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו גיין זוכן א מנין?
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:49 pm

אין שיקאגא גייט מען גאר שטארק לחומרא.
עפ"י הוראת הרבנים איז נישט פארהאנען קיין שום מנין בלי שום יוצא מן הכלל.
א קבוצה פון חסידישע יונגעלייט האבן געמאכט א באהאלעטענע מנין אין די אינטערגרונט, און די רבנים זענען געוואויר געווארן דערפון, און מען האט זיי שטרענג באזידלט אז לא ישמע כזאת בשיקאגא.
א ברית ווערט דארט געמאכט יעצט נאר בנוכחות די מוהל סנדק און אבי הבן. א מנין איז חס מלהזכיר.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 23, 2020 3:54 pm

איפכא מיסתבר האט געשריבן:איך האב עס שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אבער היות די שרייערס זענען אויך דא אהער געקומען, וועל איך עס איבער פרעגן נאכאמאל דא.
ויפיל מאל זענט עטץ שוין געפארן וועקעישאן אויף א פלאץ ווי ס'איז נישט דא קיין מנין אדער א מקוה? אדער וויפיל מאל זענט איר אהיים געקומען שפעט און געדאווענט ביים כותל און בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו גיין זוכן א מנין?

וואס פונטקליך פראבירט איהר צו זאגן? וואס?
בערך צוויי יאהר צירוק, האב איך נישט פארפאסט כמעט קיין איין תפילה בציבור, א גאנץ יאהר, א חוץ מוצאי תשעה באב, ווען איך האב שווער געפאסט, און איך האב געשטעלט א שומר זאל מיך אויפוועקען פאר מעריב, און ער איז געקומען צו מיהר און צימער און רחמנות געהאט און מיך נישט אויפגעוועקט. און יא, איך בין אויך געוועהן אויף וואקאציע אין פלארידא און זייער שווער אויסגערעכענט אז מען זאל נישט פארפאסן א מנין. זיי מיטן פארן, סיי מיטן קומען.

מיהר טוט איצטער גאר וויי אז איך מוז דאווענען ביחידות. נישט אז איך בין אזא גרויסע צדיק. איך בין נישט. ערשט איצטער כאפ איך ווי שטארק מער איך וואלט געדארפט נזהר זיין מיט תפילה בציבור, נישט רעדן אין שוהל וכו'.

איבערקייען נאכאמאהל: מען טאר נישט מסר'ן. אבער מען טאר אויך נישט לייגן אנדערע אין א סכנה. ביי אונז אין די קהילה, האט מען געזאגט, מען זאל בכלל נישט מאכן קיין מנינים אפילו אינדערהיים. איך האב געהערט נאך שבת פון מנינים אויף porches מיט בעקיארדס, און אפילו קריאת התורה, איעדער אין זיין אייגענע פארטש און בעקיארד. זייער א שיינע זאך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:13 pm

אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך פרידן » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:20 pm

יעצט איז נישט די צייט
אבער אי"ה ווען די לופט וועט זיך אויסקלארן און די שטויב וועט זיך זעצן האף מער געהעריג צו אנעלעזירן די מ**** וואס מען האט זיי געקענסעלט זייער פסח פעשען שאוי און די תלמידי ה*** און ח*** וואס איז פארמאכט און אלע סלאוס דרייען זיך ליידיג, באר׳ס און קלאבס אין אלע זייער מקומות הקדושים זענען פארמאכט אלע שקצים דרייען זיך ליידיג, האבן זיי זיך גענומען איבער אונז

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:25 pm

הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:26 pm

נחוניא האט געשריבן:אין שיקאגא גייט מען גאר שטארק לחומרא.
עפ"י הוראת הרבנים איז נישט פארהאנען קיין שום מנין בלי שום יוצא מן הכלל.
א קבוצה פון חסידישע יונגעלייט האבן געמאכט א באהאלעטענע מנין אין די אינטערגרונט, און די רבנים זענען געוואויר געווארן דערפון, און מען האט זיי שטרענג באזידלט אז לא ישמע כזאת בשיקאגא.
א ברית ווערט דארט געמאכט יעצט נאר בנוכחות די מוהל סנדק און אבי הבן. א מנין איז חס מלהזכיר.

מסתמא זענען די שיקאגו אידן בכלל שטארקע מחמירים אין אידישקייט

אוועטאר
עכט נאריש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:11 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך עכט נאריש » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:27 pm

פרידן האט געשריבן:יעצט איז נישט די צייט
אבער אי"ה ווען די לופט וועט זיך אויסקלארן און די שטויב וועט זיך זעצן האף מער געהעריג צו אנעלעזירן די מאנגאוס וואס מען האט זיי געקענסעלט זייער פסח פעשען שאוי און די תלמידי העסק און חוש וואס איז פארמאכט און אלע סלאוס דרייען זיך ליידיג, באר׳ס און קלאבס אין אלע זייער מקומות הקדושים זענען פארמאכט אלע שקצים דרייען זיך ליידיג, האבן זיי זיך גענומען איבער אונז

אלעס איז ווערט געווען צי הערן דיין שטימע, איך בעט דיר לאז אונז נישט לאנג ווארטן

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:28 pm

הר גריזים האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אין שיקאגא גייט מען גאר שטארק לחומרא.
עפ"י הוראת הרבנים איז נישט פארהאנען קיין שום מנין בלי שום יוצא מן הכלל.
א קבוצה פון חסידישע יונגעלייט האבן געמאכט א באהאלעטענע מנין אין די אינטערגרונט, און די רבנים זענען געוואויר געווארן דערפון, און מען האט זיי שטרענג באזידלט אז לא ישמע כזאת בשיקאגא.
א ברית ווערט דארט געמאכט יעצט נאר בנוכחות די מוהל סנדק און אבי הבן. א מנין איז חס מלהזכיר.

מסתמא זענען די שיקאגו אידן בכלל שטארקע מחמירים אין אידישקייט

יש חכמה בגויים תאמין. ווי אויך זאלסטו גלויבן אז עס איז דא ערליכע אידן אויסער ווילאמסבורג אויך.
די פרומע אידן אין שיקאגו, זענען גאר פרום. איך בין דארט געוועהן פאר באלד צוויי וואכן פאר א ביזנעס שוי.
ווי האט מיין באבע געזאגט? אינדערהיים זענען אויך נאר די ערליכע אידן געוועהן ערליך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3532
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:36 pm

פרידן האט געשריבן:יעצט איז נישט די צייט
אבער אי"ה ווען די לופט וועט זיך אויסקלארן און די שטויב וועט זיך זעצן האף מער געהעריג צו אנעלעזירן די מאנגאוס וואס מען האט זיי געקענסעלט זייער פסח פעשען שאוי און די תלמידי העסק און חוש וואס איז פארמאכט און אלע סלאוס דרייען זיך ליידיג, באר׳ס און קלאבס אין אלע זייער מקומות הקדושים זענען פארמאכט אלע שקצים דרייען זיך ליידיג, האבן זיי זיך גענומען איבער אונז

פאר דיין ארטיקל אליין איז כדאי קאראנע זאל זיך שוין ענדיגן ווי שנעלער..
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:39 pm

הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

סאבוועי איז שוין באגרעניצט צו וויכטיגע ערטער. פאליציי שטייען אין די סטאנציעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:39 pm

געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-טיש-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

איך ווייס עלטערע אידן וואס זענען געגאנגען דאווענען מיט מנין, ווייל "ס'דא מנינים". די זעלבע מיט מקווה.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג מארטש 23, 2020 4:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:40 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אין שיקאגא גייט מען גאר שטארק לחומרא.
עפ"י הוראת הרבנים איז נישט פארהאנען קיין שום מנין בלי שום יוצא מן הכלל.
א קבוצה פון חסידישע יונגעלייט האבן געמאכט א באהאלעטענע מנין אין די אינטערגרונט, און די רבנים זענען געוואויר געווארן דערפון, און מען האט זיי שטרענג באזידלט אז לא ישמע כזאת בשיקאגא.
א ברית ווערט דארט געמאכט יעצט נאר בנוכחות די מוהל סנדק און אבי הבן. א מנין איז חס מלהזכיר.

מסתמא זענען די שיקאגו אידן בכלל שטארקע מחמירים אין אידישקייט

יש חכמה בגויים תאמין. ווי אויך זאלסטו גלויבן אז עס איז דא ערליכע אידן אויסער ווילאמסבורג אויך.
די פרומע אידן אין שיקאגו, זענען גאר פרום. איך בין דארט געוועהן פאר באלד צוויי וואכן פאר א ביזנעס שוי.
ווי האט מיין באבע געזאגט? אינדערהיים זענען אויך נאר די ערליכע אידן געוועהן ערליך.

דעס האב איך דאך געזאגט, די ארטיגע זענען אבוועסלי גאר שטארקע מחמירים אין אידישקייט, אויב אויף א באהאלטענע חסידישע מנין האבן זיי געמאכט אזאנע קולות, שטעל איך מיך נאר פאר זייערע קולות פאר אנדערע אידישקייט ענינים

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3532
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:42 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחנך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:42 pm

איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:43 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.

1000000%
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:44 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.

פארוואס זאל עס זיין ערגער?

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:45 pm

הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:46 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.

פארוואס זאל עס זיין ערגער?

ווייל אין שוהל אויב די פילסט אז די דארפס היסן, העסטעך איינהאלטן מיט קופערנע קייטן דאס נישט צו טוען ווייל... מ'העט זאגן אז די זאלסט אהיים גיין פון דאנעט..
משא"כ אין גראסערי קענסטו טוען וואס די וויסט, גייט קיינעם נישט אן...
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:47 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.

די שולן זענען ליידער אויך ליידיג און מ׳וואטשט אויך צו זיין אויסגעשפרייט
לעצט פאראכטן דורך הר גריזים אום מאנטאג מארטש 23, 2020 4:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3532
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:48 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

און די זעלבע, אויב נישט ערגער, איז מיט איינער וואס גייט אין גראסערי אן אויספאלגן די רעגולאציעס, אדער אויב געפינט זיך אן עלטערער איד אין גראסערי.

פארוואס זאל עס זיין ערגער?

ווייל דו האסט א ברירה צו מאכן א פאון ארדער.

--
קראכער האקט. אויך אמת...
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:49 pm

הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

האט איר געפרעגט א רב רבי אדער דיין פאר איר האט געמאכט אייער באשלוס??
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:49 pm

מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,

איך זעה די פארשטייסט נישט.
אלע רבנים האט מען געצווינגען (ווי אויך די קהילות וואס האבן ארויסגעגעבן א קול קורא אינטערגעשריבן פון אלע דיינים).
רוב דאקטוירים ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
קיינער איז נישט קראנק פון קאראנא. קיין איין אלטע איד איז נישט אויף א רעספירעיטער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:57 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

האט איר געפרעגט א רב רבי אדער דיין פאר איר האט געמאכט אייער באשלוס??

צו די עטליכע דיינים וואס ס׳איז מיר אויסגעקומען צו רעדן לעצטע פאר טעג דאווענען זיי דערווייל אלע מיט מנין אין די קליינע שולן.

איין שאלה אבער, יעדעס מאל פאר דו אדער דיין בני בית גייט ארויס אין גראסערי עפעס קויפן קאלסטו א דיין זיך דורכרעדן צו ס׳איז טאקע אזוי עמערזשענסי און צו מ׳קען זיך נישט אפשר באגיין אן דעם??


צוריק צו “קאראנא וויירוס”