טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מחנך » מאנטאג מארטש 23, 2020 4:57 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,

איך זעה די פארשטייסט נישט.
אלע רבנים האט מען געצווינגען (ווי אויך די קהילות וואס האבן ארויסגעגעבן א קול קורא אינטערגעשריבן פון אלע דיינים).
רוב דאקטוירים ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
קיינער איז נישט קראנק פון קאראנא. קיין איין אלטע איד איז נישט אויף א רעספירעיטער.


;l;p-

איפכא מיסתבר
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:00 pm

Kosher Travel האט געשריבן:[quote
וואס פונטקליך פראבירט איהר צו זאגן? וואס?

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז די אלע יודן וואס זענען מקפיד אויף מקוה און תפילה בציבור, אפי' אויב זיי דאווענען נישט יעצט מיט מנין - פארשטייען זיי די יונגעלייט וואס זוכן זיך יעצט מקוואות און מנינים און שרייען נישט אויף זיי רוצחים וכו', און די אלע שרייערס איז ביי זיי תפילה בציבור בכלל נישט קיין עסק.

און בכלל אויף די ארגעמענט "אז אויב איז דא א יוד מיט א שוואכע אימיון סיסטעם - און ער קומט אין ביהמ"ד -און ער ווערט אנגעשטעקט הייסט מען א רוצח בשוגג", ברענגט מיר א נאמען פון 1 דיין וואס איר האט דאס געהערט פון אים (נישט איש מפי איש מפי איש). ביי אונז און ביהמ"ד איז דא א יוד וואס עס זיך אן מיט תיקון - און ס'איז נישט געזונט פאר עם - ממילא ווער עס ברענגט תיקון איז א רוצח בשוגג
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:13 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:געזונטער'הייט.

אבער איינער וואס האט געדאווענט מיט א אונטער-טיש-מנין, קען ער זאגן ער האט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס? ווי אויך איז נישט געווען קיין עלטערע איד ביים מנין?

אויב ער קען עס זאגן, דען אקעי, אבער אויב נישט, א רוצח איז ער.

איך ווייס עלטערע אידן וואס זענען געגאנגען דאווענען מיט מנין, ווייל "ס'דא מנינים". די זעלבע מיט מקווה.

כ׳ווייס אויך פון עלטערע אידן וואס גייען אין גראסערי וועגן ׳ס׳איז אפן׳

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:14 pm

יפה דברת הרב טשאדי! ודפח"ח.

די נקודה איז זייער שטארק, הגם איך דאווען שוין די לעצטע פאר טאג אינדערהיים ביחידות. נישט ווייל איך האב געהאט עני סימפטאמס נאר משום מעשה שהי'.
איך האב געהאט א געשמאקער מנין, אויף א שטילע פלאץ, מיט א ספר תורה אפילו. ווען איין טאג איז אנגעקומען א איד א בן שבעים, איך האב מיט דרך ארץ פרובירט אים צו פארטרייבן, און ווען ער האט זיך נישט געלאזט האב איך מבטל געווען יענע מנין לגמרי, און איך האב זיך באזעצט אינדערהיים, ואמרתי "כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך קבלתי שכר על הפרישה".

עס ציפט מיר ביים הארץ יעדן תפילה וואס איך דאוון ביחידות, אבער איך וויל נישט האבן ח"ו קיין חלק אין שפיכות דמים. (איך האב זיך דורך גערעדט מיט מיין מורה הוראה פארשטייט זיך).

פארוואס דערצייל איך דאס אייך? אז איר זאלט וויסן!

מיט געפונען זיך דא אין די עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול, און איך גלייב אז א גרויסע חלק פון אייך פרובירן צו דאווענען בציבור, אבער נעמט אין אכט אז בשעת איר טוט דאס זענט איר נישט מזיק קיין צווייטן ח"ו.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
הייליג
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך הייליג » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:15 pm

טשאלענט האט געשריבן:יפה דברת הרב טשאדי! ודפח"ח.

די נקודה איז זייער שטארק, הגם איך דאווען שוין די לעצטע פאר טאג אינדערהיים ביחידות. נישט ווייל איך האב געהאט עני סימפטאמס נאר משום מעשה שהי'.
איך האב געהאט א געשמאקער מנין, אויף א שטילע פלאץ, מיט א ספר תורה אפילו. ווען איין טאג איז אנגעקומען א איד א בן שבעים, איך האב מיט דרך ארץ פרובירט אים צו פארטרייבן, און ווען ער האט זיך נישט געלאזט האב איך מבטל געווען יענע מנין לגמרי, און איך האב זיך באזעצט אינדערהיים, ואמרתי "כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך קבלתי שכר על הפרישה".

עס ציפט מיר ביים הארץ יעדן תפילה וואס איך דאוון ביחידות, אבער איך וויל נישט האבן ח"ו קיין חלק אין שפיכות דמים. (איך האב זיך דורך גערעדט מיט מיין מורה הוראה פארשטייט זיך).

פארוואס דערצייל איך דאס אייך? אז איר זאלט וויסן!

מיט געפונען זיך דא אין די עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול, און איך גלייב אז א גרויסע חלק פון אייך פרובירן צו דאווענען בציבור, אבער נעמט אין אכט אז בשעת איר טוט דאס זענט איר נישט מזיק קיין צווייטן ח"ו.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:20 pm

און דאס וואס איר דערמאנט וועגן גיין אין מקוה, כפי ידעתי, איז מטעם הבריאות דאס אויך גרינגער ווי זיך צוזאמען נעמען, זינט די בור האט קאלארין, און איך האב אפילו געהאט אפאר טאג אן אום אפציעלן מקוה, אבער יענץ איז שוין ליידער פארשפארט (טאקע צוליב די גוטהארציגע אידן וואס זייער הארץ גייט זיי אויס פאר מיין וואוילזיין, ווי זענט איר געווען ביז היינט? איך האב נישט געוואוסט אז איך האב אזעלכע געטרייע פריינד וואס זארגן זיך אזוי פאר מיר... דאכט זיך אז זיי זענען די זעלבע וואס טראגן זיך אלס מיט מיט די לאזונג MIND YOUR OWN BUSINESS, וואס איז עפעס יעצט געשעהן? קוקט אויס אז זיי האבן נישט קיין ביזנעס, אויב אזוי דארפן זיי טאקע וויכטיג האבן די וויש מאשינען לצורך כ'ווייס נישט פונקטליך וואס...)

די סיבה פארוואס איינער פון די גרעסטע רבנים אין ניו יארק שליט"א האט באפוילן פאר אלע מקוה אידן ארויס צו לאזן די וואסער איז, ווייל מען איז אים געקומען פארציילן אז עס זענען דא עלטערע אידן בני שמונים און אפילו עלטער וואס זענען זיך מוסר נפש (במלוא מובן המלא) און גייען אין מקוה, האט ער דאס באפוילן.

אבער א יונגע געזונטע מענטש וואס האט די מעגליכקייט זיך צו מטהר זיין במקוה דארף דאס אוודאי טאן. און דאכט זיך מיר אז אין סקווירא איז דא א מהלך דערין, ווער עס האט מער פרטים איז מכובד צו מיטטיילן
לעצט פאראכטן דורך טשאלענט אום מאנטאג מארטש 23, 2020 5:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:24 pm

הר גריזים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.

די שולן זענען ליידער אויך ליידיג און מ׳וואטשט אויך צו זיין אויסגעשפרייט

טוה מיר א טובה...
מ'שטייט נישט 6 פיס א חילוק..
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:28 pm

טשאלענט האט געשריבן:און דאס וואס איר דערמאנט וועגן גיין אין מקוה, כפי ידעתי, איז מטעם הבריאות דאס אויך גרינגער ווי זיך צוזאמען נעמען, זינט די בור האט קאלארין, און איך האב אפילו געהאט אפאר טאג אן אום אפציעלן מקוה, אבער יענץ איז שוין ליידער פארשפארט.

די סיבה פארוואס איינער פון די גרעסטע רבנים אין ניו יארק שליט"א האט באפוילן פאר אלע מקוה אידן ארויס צו לאזן די וואסער איז, ווייל מען איז אים געקומען פארציילן אז עס זענען דא עלטערע אידן בני שמונים און אפילו עלטער וואס זענען זיך מוסר נפש (במלוא מובן המלא) און גייען אין מקוה, האט ער דאס באפוילן.

אבער א יונגע געזונטע מענטש וואס האט די מעגליכקייט זיך צו מטהר זיין במקוה דארף דאס אוודאי טאן. און דאכט זיך מיר אז אין סקווירא איז דא א מהלך דערין, ווער עס האט מער פרטים איז מכובד צו מיטטיילן

יתכן דו רעדסט פון זעלבן רב וואס איך רעד, אבער אזא סארט רב וואס האט געהייסן ארויסלאזן די מקוה וואסער, האט געטראפן דעם שבת א אינגערמאן צוריקקומענדיג פון מקוה, דער אינגערמאן האט אים דערציילט ווי ער איז געווען, און ער האט נישט פארגעהאלטן אז ס'איז א סכנה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:33 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.

די שולן זענען ליידער אויך ליידיג און מ׳וואטשט אויך צו זיין אויסגעשפרייט

טוה מיר א טובה...
מ'שטייט נישט 6 פיס א חילוק..


כשטעל מיך פאר אז דו גייסט נישט אין ביהמ"ד לויט ווי דו לייגסט אראפ דיין שארפע שיטה, על כן וויל איך דיר מודיע זיין אז איך האב היינט געדאווענט אין א ביהמ"ד וואו מען האט איינגעהאלטן די 6 פיס אפגערוקטקייט, אבער נאכווי (חוץ ביים ליינען)

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:38 pm

די פאליציי האבן פארשפארט דיע אלע פלעצער (חתונות שולן וכוד') ווייל מ'האט נישט איינגעהאלטן די רולס.


איך וואלט נישט גערופן קיין פאליציי.

אבער למעשה אויב זיי האבן אפגעשפארט האט מען אבוויעסלי נישט אויסגעפאלגט די רולס, ווי אויבער-חכמים.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:43 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אזוי אמת יעדעס ווארט הרב טשאדעלע

ב״ה דערווייל האמיר געדאווענט אלע תפילות מיט מנין כן יעזור ה׳ להלאה,

ווילאנג אונזערע געזונטהייט אינסטאנצן האלטן אז די אייז קריעם האוז און ספרינקעלס מעגן אריינלאזן קאסטומערס פיל איך גענוג סעיף צו גיין אין ביהמ״ד צופרי דאווענען, און ווילאנג אונזערע אפישעלס לאזן דעם עולם טרעוולן אויף די סאבוועי און באסעס אנע באגרענעצונגען בין איך גענוג קאמפטערבל אויך צו דאווענען מנחה מעריב בציבור.

שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.

די שולן זענען ליידער אויך ליידיג און מ׳וואטשט אויך צו זיין אויסגעשפרייט

טוה מיר א טובה...
מ'שטייט נישט 6 פיס א חילוק..


כשטעל מיך פאר אז דו גייסט נישט אין ביהמ"ד לויט ווי דו לייגסט אראפ דיין שארפע שיטה, על כן וויל איך דיר מודיע זיין אז איך האב היינט געדאווענט אין א ביהמ"ד וואו מען האט איינגעהאלטן די 6 פיס אפגערוקטקייט, אבער נאכווי (חוץ ביים ליינען)

איר זאלט טוען וואס איר פארשטייט.

אבער,
"אחוץ ביים ליינען", "אחוץ ביים ...",איבעראל איז אן אנדערע "אחוץ", און טאקע אזוי כאפט זיך די ווירוס אריבער.

איך רעד פארשטייטזיך נישט פון דאווענען אויף פארשטעס און ענליך, וואס איז זייער גוט. (1, קענסט דאווענען תפילה בציבור 2, שטעלסט נישט איין קיין לעבנס ווען דו טוסט עס)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:48 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:שוין א אויבער-חכם.

גראדע יעדע נארמאלע געשעפט האט רולס איבער ווי אזוי מ'מעג זיין דארט.
און די סאבוועי איז ליידיג.

די שולן זענען ליידער אויך ליידיג און מ׳וואטשט אויך צו זיין אויסגעשפרייט

טוה מיר א טובה...
מ'שטייט נישט 6 פיס א חילוק..


כשטעל מיך פאר אז דו גייסט נישט אין ביהמ"ד לויט ווי דו לייגסט אראפ דיין שארפע שיטה, על כן וויל איך דיר מודיע זיין אז איך האב היינט געדאווענט אין א ביהמ"ד וואו מען האט איינגעהאלטן די 6 פיס אפגערוקטקייט, אבער נאכווי (חוץ ביים ליינען)

איר זאלט טוען וואס איר פארשטייט.

אבער,
"אחוץ ביים ליינען", "אחוץ ביים ...",איבעראל איז אן אנדערע "אחוץ", און טאקע אזוי כאפט זיך די ווירוס אריבער.

איך רעד פארשטייטזיך נישט פון דאווענען אויף פארשטעס און ענליך, וואס איז זייער גוט. (1, קענסט דאווענען תפילה בציבור 2, שטעלסט נישט איין קיין לעבנס ווען דו טוסט עס)


רבי טייערער, קיין ליגענער בין איך ב"ה נישט, און 'חוץ ביים ליינען' (יא, נאר ביים ליינען) פאר פינף מינוט איז פונקט אזוי ווי 'חוץ אין גראסערי ווען עס איז געפאקט' און דארט דאכט זיך זענען די אלע מחמירים דא נישט אזוי מחמיר מאיזה סיבה, נאר פלוצלינג דא איז מען אזוי מדקדק בקלה כבחמורה (אויב ביזטו טאקע יא מחמיר אין גראסערי תבוא עליך ברכה)

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 5:57 pm

רוב געשעפטן וואס איך ווייס פון, (מסתם אנדערע פון וואס דו ווייסט פון..) האבן קלארע רולס אז נאר איינער פון א משפחה זאל אריינגעקומען (דא אפילו קלענערע געשעפטן, וואס הייסן ווארטן איינער זאל ארויסקומען, פאר דו גייסט אריין), און מ'מאניטערט וויפיל מענטשן זענען אינעוויניג.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:04 pm

געווען אמאל צוויי גנבים וואס האבן זיך אריינגעבראכן אין א קליידער געשעפט, בשעת די חברה ליידיגן אויס די שעלפס זעהט איינער א סוועטער וואס די פרייז שטייט 20 אלפים, רופט זיך אן איינער צום צווייטען, צוואנציג אלפים פאר א סוועטער? א באנדע גנבים.

אזא פנים האט די "ערליכע היימישע" אשכול.
יעדע רב אין מורה דרך האט געשריבן אז די אינטערנעט איז טרייף חוץ לצורך פרנסה, מיר (ואני בתוכם ליידער) גרויסע אויבער חכמים וואס פארשטייען סאך בעסער אין האט יעדעם פשוט אין פראסט פארפאקט.
אין בשעת מ'פארברענט שעות אויף די אינטערנעט (יא א תגובה מיט 4000 תגובות מיינט אז ער איז סך הכול א גרעסערע ליידיג גייער), איז מען א גאנצע מבין וואס די תורה אין באשעפער מיינט.

עס איז קלאר אז כמעט יעדע פוסק רב דיין האט געזאגט אז מ'זאל פארמאכן די מוסדות אין מקואות, אבער די זעלבע פאר אויבער חכמים פארשטייען בעסער.
ערליכע היימישע אויבער חכמים.
אגב איך שרייב קיינמאל זעכע שטרענגע תגובות, אבער עס האט א שיעור פין אריינעמען אזוי פיל פויזען.
פיינט האבן טראמפ, מיינט נישט ליב האבן אבאמא!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:05 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:רוב געשעפטן וואס איך ווייס פון, (מסתם אנדערע פון וואס דו ווייסט פון..) האבן קלארע רולס אז נאר איינער פון א משפחה זאל אריינגעקומען (דא אפילו קלענערע געשעפטן, וואס הייסן ווארטן איינער זאל ארויסקומען, פאר דו גייסט אריין), און מ'מאניטערט וויפיל מענטשן זענען אינעוויניג.


ווייסעך נישט וואו איר וואוינט, אבער ביי אונז אין וומסב"ג האב איך נישט געטראפן אזא געשעפט

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך חיים יענקל » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:09 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:געווען אמאל צוויי גנבים וואס האבן זיך אריינגעבראכן אין א קליידער געשעפט, בשעת די חברה ליידיגן אויס די שעלפס זעהט איינער א סוועטער וואס די פרייז שטייט 20 אלפים, רופט זיך אן איינער צום צווייטען, צוואנציג אלפים פאר א סוועטער? א באנדע גנבים.

אזא פנים האט די "ערליכע היימישע" אשכול.
יעדע רב אין מורה דרך האט געשריבן אז די אינטערנעט איז טרייף חוץ לצורך פרנסה, מיר (ואני בתוכם ליידער) גרויסע אויבער חכמים וואס פארשטייען סאך בעסער אין האט יעדעם פשוט אין פראסט פארפאקט.
אין בשעת מ'פארברענט שעות אויף די אינטערנעט (יא א תגובה מיט 4000 תגובות מיינט אז ער איז סך הכול א גרעסערע ליידיג גייער), איז מען א גאנצע מבין וואס די תורה אין באשעפער מיינט.

עס איז קלאר אז כמעט יעדע פוסק רב דיין האט געזאגט אז מ'זאל פארמאכן די מוסדות אין מקואות, אבער די זעלבע פאר אויבער חכמים פארשטייען בעסער.
ערליכע היימישע אויבער חכמים.
אגב איך שרייב קיינמאל זעכע שטרענגע תגובות, אבער עס האט א שיעור פין אריינעמען אזוי פיל פויזען.


שפתיים יושק!

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך Programming » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:43 pm

מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,


דו ביסט א שטיקל מתעבר על ריב לא לו

די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר איז דא א שטילע מלחמה'לע, א קאלטע קריג אזוי צו זאגן צווישן די - לאמיר זיי אנרופן - "פרידן אידן", און די א.ג. "באפערס".

עס איז נישט דא דאס פלאץ צו אריין גיין אין א אריכות איבער די 2 סארטן גרופעס, וואס עס טרייבט די קאנפראנטאציע צווישן זיי. אבער עס זעהט אויס ווי די באפערס האבן איצט א געלעגנהייט נקמה צו נעמען אין די גרופע וואס האט זיי פארטריבן פון - אדער אמווייניגסטנס ענג געמאכט זייערע טריט אין - די מעינסטרים בתי מדרשים, מיט די סמארטפאון'ס און וואס נישט.

איז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, צוליב די באטשד רעספאנס פון אונזער ציבור בכלליות צו דעם וויירוס בעת די באפערס זענען גראדע געווען אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו, און צום סוף נאך אפאר טאג ווען די גאנצע עסטאבלישמענט איז (ענדליך) אראפ געקומען זייער שטארק אויף די פארקערטע זייט, איז דא דא אסאך עמאושענעל ענערזשי פון ביידע צדדים וואס דערקענט זיך אויף סאשעל מידיא, אויף די גאסן און אויף אייוועלט

אויב ביסטו נישט פערזענליך אינוועסטעד אין איינע פון די 2 צדדים, איז עס א ראנג אשכול. הענס, דער קעפל פונעם אשכול. און עס איז א שאד די צייט צו פרובירן צו האבן א לאגישע דיסקוסיע איבער די מעריטס פון איין צוגאנג איבער א אנדערע, ווייל עס איז א געפיל אישו.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:46 pm

פעיק נוז האט געשריבן:@טשאדעלע
צוריקגעקומען מיט פול אף פאוער! טענקס.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך יש בו » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:@טשאדעלע
צוריקגעקומען מיט פול אף פאוער! טענקס.
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:15 pm

טשאלענט האט געשריבן:יפה דברת הרב טשאדי! ודפח"ח.

מעשה שהי'.
איך האב געהאט א געשמאקער מנין, אויף א שטילע פלאץ, מיט א ספר תורה אפילו. ווען איין טאג איז אנגעקומען א איד א בן שבעים, איך האב מיט דרך ארץ פרובירט אים צו פארטרייבן, און ווען ער האט זיך נישט געלאזט האב איך מבטל געווען יענע מנין לגמרי, און איך האב זיך באזעצט אינדערהיים, ואמרתי "כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך קבלתי שכר על הפרישה".


האב היינט געהאט אזא מעשה, א איד אין די נידריגע זעכציגער יארן, איז אריינגעקומען ביי אונז אין ביהמ"ד, האב איך אים זייער שטארק געזאגט אז ער איז איז עובר אויף די הוראה פונעם דיין, און ער איז אויף זיין אייגענע אחריות, ווי אויך האב איך אויסגערופן הויעך פארן גאנצן עולם (די אנדערע אכט אידן) אז דא איז דא א איד וואס טאר נישט קומען ע"פ הוראת הדיין,

למעשה איז ער נאר געקומען צו קריאת התורה,

נאכן ליינען גיי אך צו צו אים, אין איך זאג אים אזוי,

ר' ..... זייט וויסן,
איך פערזענליך האב נישט קיין שום פראבלעם אז איר קומט, נאר וואס דען,
די דיין (וואס ברבים האב ער קלאר ג'אסר'ט) האט מיר געגעבן הוראות ווי אזוי די מנין קען און זאל פונקציאנירן

די הויז דא איז מיינס, נישט אייערס, איך בין נישט מסכים אז די דיין זאל מיר אפפשפארן די גאנצע מנין צוליב אייך,

דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אריכת ימים ושנים ביז די 130,
אויב איר ווילט זייער שטארק קומען, אדער אז איר האלט אז איר מעגט, און אז דער דיין לאזט אייך,
זאלט איר ברענגען א היתר בכתב,
ביז דעמאלטס בעט איך אייך איר זאלט מיר נישט מאכן קיינע שאדנס,

ס'איז איבריג צו אויספירן אז דער איד (נעכס) האט פארשטאנען
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:36 pm

דער פותח האשכול שרייבט פיין און אמת, איך וויל דיר אבער מגלה זיין עפעס וואס כ׳האב נארוואס פריער אין טאג געהערט פון א חשובער רב.. רעדנדיג מיט אים אויפן טעלפאון.

עס זענען דא מעטשן וועלכע איגנארירן דעם גאנצן ענין. פעריעד. מאכן חוזק און לאכן אפ פון דעם גאנצן וויירוס, איך וויל נישט אריינגיין אין דעם אנטי-וואקסין גרופע שמועס.. אבער פון זיי רעדט מען. זיי וועלן קומען אין ביהמ״ד אפילו זיי שפירן א מיחש, פשוט ווייל לפי הם איז די גאנצע קאראונע א האוקס. אזוי איז ער גרייט אנצושטעקן אנדערע לכתחילה.. לויט זיי איז דאך געזונט צו זיין קראנק..

אה, די עלטערע אידן!? אויב קען זייער עמיון סיסטעם נישט איבערטראגן דעם וויירוס איז עס ווייל זיי זענען נישט נאטורליך.. און עסן גארבידזש וכו׳. זאגט מיין רב אז דא איז דער פראבלעם!

פרעג איך מיין רב, נו אויב אזוי, פארוואס האט מען טאקע נישט ארויפגעשטעלט אן איסור צו דאווענען מיט מנין? אויף וואס דער תירוץ איז געווען טאקע דאס וואס דו ברענגסט ארויס.. ווייל דער געזעץ האט עס פאקטיש נישט פארלאנגט. אויב דער געזעץ פארלאנגט עס נישט קענען די רבנים נישט פארארדענען אזא שטארקע זאך.

מיין רב האט אויסגעפירט אז דער אמת איז מיר זענען אלע צעמישט.. און דאס איז אונזער נסיון.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:38 pm

Programming האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך קוק דא צו די דיקאסיעס שוין א לאנגע צייט, איך האלט זיך איין מיט קייטען נישט צו מגיב זיין, מ'קען צופלאצט ווערן ווי מענטשן שטופן אן אגענדע בו בפרק וואס צענדליגער רבנים מובהקים האבן ארויסגעשריבן און אויסעגערופען זיער מיינונג ברבים, צוזאמען מיט דאקטוירים און הצלה און אלע געזונט עקספערטס, זענען דא מענטשן וואס קענען בעסער לערנען ווי זיי, פארשטייען בעסער ווי זיי עד כדי כך צו קענען עפענעען אן אשכול מיט אזא עקלדיגע קעפל, כאילו די רבנים זענען קלים ורקים און קאלטע אידן, די עכטע ערליכע און חסידישע זענען 2-3 ניקס וואס זיצן שטופן דעם טאג אויף אינטערנעט, און זיי וועלן זאגן וואס די תורה וויל און דא אויף די אינטערנעט וועט געהערט די ריינע דעת תורה פון די עכטע ערליכע חסידישע אידן - ניקס,


דו ביסט א שטיקל מתעבר על ריב לא לו

די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר איז דא א שטילע מלחמה'לע, א קאלטע קריג אזוי צו זאגן צווישן די - לאמיר זיי אנרופן - "פרידן אידן", און די א.ג. "באפערס".

עס איז נישט דא דאס פלאץ צו אריין גיין אין א אריכות איבער די 2 סארטן גרופעס, וואס עס טרייבט די קאנפראנטאציע צווישן זיי. אבער עס זעהט אויס ווי די באפערס האבן איצט א געלעגנהייט נקמה צו נעמען אין די גרופע וואס האט זיי פארטריבן פון - אדער אמווייניגסטנס ענג געמאכט זייערע טריט אין - די מעינסטרים בתי מדרשים, מיט די סמארטפאון'ס און וואס נישט.

איז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, צוליב די באטשד רעספאנס פון אונזער ציבור בכלליות צו דעם וויירוס בעת די באפערס זענען גראדע געווען אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו, און צום סוף נאך אפאר טאג ווען די גאנצע עסטאבלישמענט איז (ענדליך) אראפ געקומען זייער שטארק אויף די פארקערטע זייט, איז דא דא אסאך עמאושענעל ענערזשי פון ביידע צדדים וואס דערקענט זיך אויף סאשעל מידיא, אויף די גאסן און אויף אייוועלט

אויב ביסטו נישט פערזענליך אינוועסטעד אין איינע פון די 2 צדדים, איז עס א ראנג אשכול. הענס, דער קעפל פונעם אשכול. און עס איז א שאד די צייט צו פרובירן צו האבן א לאגישע דיסקוסיע איבער די מעריטס פון איין צוגאנג איבער א אנדערע, ווייל עס איז א געפיל אישו.

כבין נישט זיכער אז פרידן האט א פראבלעם מיט אן עוורידזש נארמאלן ארבעטער... אמת אז סאסייעטי איז געווארן זייער פאולערייזד די לעצטע דור צוויי.. אבער לאז אפ מיין באליבטע פרידן..
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:40 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:דער פותח האשכול שרייבט פיין און אמת, איך וויל דיר אבער מגלה זיין עפעס וואס כ׳האב נארוואס פריער אין טאג געהערט פון א חשובער רב.. רעדנדיג מיט אים אויפן טעלפאון.

עס זענען דא מעטשן וועלכע איגנארירן דעם גאנצן ענין. פעריעד. מאכן חוזק און לאכן אפ פון דעם גאנצן וויירוס, איך וויל נישט אריינגיין אין דעם אנטי-וואקסין גרופע שמועס.. אבער פון זיי רעדט מען. זיי וועלן קומען אין ביהמ״ד אפילו זיי שפירן א מיחש, פשוט ווייל לפי הם איז די גאנצע קאראונע א האוקס. אזוי איז ער גרייט אנצושטעקן אנדערע לכתחילה.. לויט זיי איז דאך געזונט צו זיין קראנק..

אה, די עלטערע אידן!? אויב קען זייער עמיון סיסטעם נישט איבערטראגן דעם וויירוס איז עס ווייל זיי זענען נישט נאטורליך.. און עסן גארבידזש וכו׳. זאגט מיין רב אז דא איז דער פראבלעם!

פרעג איך מיין רב, נו אויב אזוי, פארוואס האט מען טאקע נישט ארויפגעשטעלט אן איסור צו דאווענען מיט מנין? אויף וואס דער תירוץ איז געווען טאקע דאס וואס דו ברענגסט ארויס.. ווייל דער געזעץ האט עס פאקטיש נישט פארלאנגט. אויב דער געזעץ פארלאנגט עס נישט קענען די רבנים נישט פארארדענען אזא שטארקע זאך.

מיין רב האט אויסגעפירט אז דער אמת איז מיר זענען אלע צעמישט.. און דאס איז אונזער נסיון.


דא אויפן וועלטעל אליין, האט איינער געשריבען אז ער האט נישט מורא און קימערט זיך נישט מיטן וויירוס.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:43 pm

וואס איז דער חידוש? איך האב נישט מורא פון דעם וויירוס. א ודאי וועל איך מיר נישט דרייען צווישן מענטשן אויב איך שפיר מיר נישט גוט. אבער אני כשלעצמי האב נישט קיין פראבלעם מיט'ן וויירוס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאראונע: דער עקסקלוסיוו "ערליכע חסידישע אידן" אשכול

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 23, 2020 7:52 pm

כ'האב דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, טשאדעלע זאגט אזעלכע אמת'ע ווערטער. די סאטמארע רבנים דא אין מאנטריאל שרייבן בעצם פונקט ווי ער זאגט, אז מיט די ריכטיגע תנאים מעג מען דאוונען מיט מנין, און אזוי איז אויך דא נאך רבנים וואס האלטן אז בעצם די בתי מדרשים דארפן זיין פארמאכט, אבער פריוואט מעג מען מאכן מנינים.

די טעם הדבר איז באמת נישט נוגע בכלל, רבנים האבן זייער טעם און נימוקים מיט זייערע פסקים און דארפן זיך נישט פארענטפערן. און די זעלבע גייט אן לגבי די רבנים וואס פסק'נן אז מען זאל קלאר נישט דאוונען מיט מנין בשום אופן.

די וואס רעגן זיך אין די אשכול, איז כנראה פשוט נאר א תוצאה פון זיין פארשפארט... ווייל ביידע צדדים האבן [לפי המגיבים] שטארקע רבנים צו זיך, און ס'איז נישט שייך זיך צו רעגן אויף די וואס זאגן מאך יא א מנין אויף אן אופן וואס איז אויסגעהאלטן. און די זעלבע פארקערט, זיכער נישט שייך זיך צו רעגן אויף די ערליכע אידן וואס האלטן אפ פון מאכן מנינים. אבער בפשטות קען מען אויף דעם זאגן קלאר אז די פסק איז געוואנדן יעדע רב לויט ווי ער קען זיין עולם.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”