בלאט 1 פון 1

קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 2:53 am
דורך גימפעל
היינט ז' ניסן קען מען שויין מאכן קידוש לבנה,
נישט פארגעסן.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 6:16 am
דורך גימפעל
ספר אליהו רבה או"ח - סימן תרב
כתב בסוף ספר אורח חיים סיפר לי החסיד מהר"י מייזל"ש מעשה באחד שפגע בו כותים בלילה ורצו להרגו וביקש מהם שיניחנו לעשות מצוה אחת קודם מותו, והלבנה היתה בחידושה וקידשה בפניהם בכוונה גדולה, ונעשה לו נס כשדלג וקפץ שלוש פעמים כמנהג ונשאו הרוח וניצול מהם, גם שמעתי שמי שיקדש הלבנה מיום שיקדשה לא ידאג שימות באותו החודש מאותו היום ואילך, עד כאן.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:51 am
דורך אחת ואחת
וואס טוט מען אויב מען זאגט עס ביחודות פאר וועם זאגט מען שלום עליכם?

Re: קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 4:19 pm
דורך שרייב-פעדער
אחת ואחת האט געשריבן:וואס טוט מען אויב מען זאגט עס ביחודות פאר וועם זאגט מען שלום עליכם?

עס פעלט נישט אויס. די גאנצע זאך פון זאגן שלום עליכם, איז נאר וויבאלד מ'זאגט "תפול עליהם אימתה ופחד וכו'", אויף די גוים, ממילא זאגט מען פאר די ארומיגע "שלום עליכם", ענק מיינט מען נישט, פאר ענק זאל זיין פרידן, ממילא אויב איז נישטא קיינער ארום, איז דאך אוודאי גוט. (עיין בשו"ע, ותמצא נחת)

Re: קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 6:12 pm
דורך פארדינט
מוז מען עס זאגן אויפן גאס אינטערן הימל, אדער מען קען פון די פענסטער אויך?

Re: קידוש לבנה

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 6:18 pm
דורך אביונה
פארדינט האט געשריבן:מוז מען עס זאגן אויפן גאס אינטערן הימל, אדער מען קען פון די פענסטער אויך?

שטייט אין שולחן ערוך סימן תכ"ו, אז מען זאל נישט זאגן קידוש לבנה אינטער א דאך, ועיי"ש במשנה ברורה (ס"ק כא) ומ"מ כ"ז הוא רק לכתחלה אבל מי שחושש באיזה מיחוש שלא יוכל לצאת לחוץ אי נמי שהמקום אינו נקי או ששרוי בין העכו"ם יקדש בביתו דרך חלון או פתח הפתוח נגד הלבנה:

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 4:00 pm
דורך פארדינט
יישר כח 'אביונה', למעשה האב איך עס געמאכט אויפן פארטש, ארויפגעצויגן די אונינג און אזוי געמאכט.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 7:56 pm
דורך חוח בין השושנים
ווער ס'האט א איבריגע לבנה צו בארגן פאר 5 מינוט, זאל אזוי גוט זיין עס אהערגעבן. ס'דוכצעמער אז די הימל איז נישט קלאר און כ'וויל היינט מאכן קידוש לבנה.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:26 pm
דורך ירנן
ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:36 pm
דורך חוח בין השושנים
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:37 pm
דורך nmi
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:41 pm
דורך חוח בין השושנים
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

נאך מעריב. סידעך שוין לאנג נאכט.

ס'נאך עכט דא מענטשן וואס דאווענען נישט מעריב פאר די 72? נישט געוואוסט.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:42 pm
דורך ירנן
מען מעג נישט?
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?


חוח געלאכט

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 8:53 pm
דורך nmi
חוח בין השושנים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

נאך מעריב. סידעך שוין לאנג נאכט.

ס'נאך עכט דא מענטשן וואס דאווענען נישט מעריב פאר די 72? נישט געוואוסט.

זעהטסעך אויס אזוי.

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 9:08 pm
דורך טשאלענט
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

און וואס איז דען דער פראבלעם צו מאכן קידוש לבנה פאר מעריב?

Re: קידוש לבנה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 02, 2020 10:22 pm
דורך nmi
טשאלענט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

און וואס איז דען דער פראבלעם צו מאכן קידוש לבנה פאר מעריב?

איינער זאגט אז ס'איז א פראבלעם? כ'האב פשוט געפרעגט