בלאט 2 פון 4

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 1:18 am
דורך לייטער
איעדע שטאט דארף מאכן א חוה''מ פראגראם וואס מען דארף נישט ארויסגיין אין גאס,

1 טאג פערישאט'ס סזאל ארימפליען אין אלע זייטן שטאט אז יעדער איינער זאל עס קענען זעהן פון די ווינדאס אדער אייגענע פארטש
2טע טאג עריפלאן שאו
3טע טאג וועט ארום פארן א פערד און וואגן אין אלע גאסן פון שטאט

די פראגראם זאל גיין מיט א טעלעפאן ליניע וואס זאל מאכן א מצב פאר די קינדער פארדעם און נאכדעם, די ספאנסארס פון די פראגראם וועלן קענען עטווטייזן אויפן ליין

אויב נישט וועט די עולם ארום פארן און סוועט זיין א שרעקליכע חולל השם

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 3:56 am
דורך סטיטשינער
אפשר זיך איינקויפן א נייעם בארד געים וואס נעמט א שטיק צייט (למשל מאנאפאלי וכדומה, יעדער לפי די average age פון זיינע קינדער) און זיך פשוט ארום זעצען די טיש, טאטי* מאמי און די קינדער, און פשוט שפילען געשמאק, הנקרא Good old family time. עס וועט קאסטען די ביליגסטער, אויסקומען די לייכסטער, ועל כולם, בלי שום ספק די קינדער וועלען די מערסטע הנאה האבען.



*מיט אן אויסגעלאשענער סעל.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 9:33 am
דורך פעטער שמואל
מען קען אזוי סאך זעהן פון בלויז ארום פארן און קאר. מען בינדט צו די קינדער און מען לאזט זיך ארויס. מען קען יעדע קלייניגקייט וואס מען זעהט מאכן אינטערעסאנט און ארום רעדן דערפון פאר עטליכע מינוט און אזוי האלטן די קינדער ביזי.

עטליכע איידעיס ווי מען קען פארן און בלייבן אין קאר.

*טור פון אידישע שטעט:
מען פארט ארום צו אידישע שטעט ווי די קינדער זענען נאך קיינמאל געווען און מען געט זיי א שטיקל טור. לדוגמא, א באבובער קינד פון בארא פארק קען זייער ענדזשויען א טריפ קיין קרית יואל און זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס א אידישע שטאט מיט אלע צוגעהערן פון בית השחיטה צו א פייער דעפארטמענט ועוד. מען קען נעמען די קינדער קיין סקווער, קאשוי, מאונט קיסקא, בלומינגבורג, לינדען, סטעטן אילענד וכו' וכו'

*אמיש טאון Lancaster County, PA
אויף צו זעהן די לייפסטייל פון די אמיש איז פונקט גענוג צו בלויז ארום פארן די געגנטער, מען מוז נישט פארן אויפן וואגן אדער באזוכן קיין מוזעום'ס, די גאנצע געגנט איז איין שטיק מוזעום.

*זעהן שיינע הייזער
דאס איז עפעס וואס קינדער האבן ליב צו זעהן. מען קען עס זעהן אפילו נאנט צו היימישע געגנטער, ווי צפון ניו דזשערזי אדער וועסטשעסטער. אויב וויל מען עס מאכן פאר א געהעריגע טריפ קען מען זיך ארויסלאזן צו מזרח לאנג איילענד אדער קאנעטיקוט (Greenwich Area ). אפשר קען איינער מאכן א ליסטע מיט טאונ'ס ווי קען זעהן טייערע הייזער.

* Plane sighting
עס זענען דא פלעצער ווי מען קען זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן פון דער נאנט. איך האב שוין געברענגט אזא פארק אין קווינס אין אן אנדערע חוה''מ אשכול. די שאלה איז נאר וויפיל פליגערס פארן יעצט (קארגא פליגערס פארן זיכער).

לאמיר הערן נאך איידיעס פון ווער עס האט

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 9:41 am
דורך nmi
זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן איז זייער בארורינג ווייל ס'איז עכט נישטא קיין פלאץ ווי מ'קען עס זעהן פון די זייער נאנט און ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט אז ס'זאל זיך לוינען צו ווארטן א האלבע שעה פון איין פליגער צום צווייטן. איבערהויפט יעצט ווען קיין פליגערס פארן כמעט נישט.

וואס איז די פינקטליכע עדרעסס פון די עמיש טאון אין פענסלעוועניע?

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 9:44 am
דורך פעטער שמואל
nmi האט געשריבן:זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן איז זייער בארורינג ווייל ס'איז עכט נישטא קיין פלאץ ווי מ'קען עס זעהן פון די זייער נאנט און ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט אז ס'זאל זיך לוינען צו ווארטן א האלבע שעה פון איין פליגער צום צווייטן. איבערהויפט יעצט ווען קיין פליגערס פארן כמעט נישט.

וואס איז די פינקטליכע עדרעסס פון די עמיש טאון אין פענסלעוועניע?

עס האט נישט קיין אדרעס. זיי וואוינען אויסגעשפרייט ארום גאנץ לענקעסטער קאונטי.
לייג אריין אין GPS Lancaster County, PA

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 9:47 am
דורך פעטער שמואל
nmi האט געשריבן:זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן איז זייער בארורינג ווייל ס'איז עכט נישטא קיין פלאץ ווי מ'קען עס זעהן פון די זייער נאנט און ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט אז ס'זאל זיך לוינען צו ווארטן א האלבע שעה פון איין פליגער צום צווייטן. איבערהויפט יעצט ווען קיין פליגערס פארן כמעט נישט.

וואס איז די פינקטליכע עדרעסס פון די עמיש טאון אין פענסלעוועניע?

בנוגע פליגערס, זעה וואס איך האב געשריבן וועגן Plainview Park לעבן לא גווארדיע
viewtopic.php?p=1912024#p1912024

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 05, 2020 10:46 am
דורך דריידל
פעטער שמואל האט געשריבן:מען קען אזוי סאך זעהן פון בלויז ארום פארן און קאר. מען בינדט צו די קינדער און מען לאזט זיך ארויס. מען קען יעדע קלייניגקייט וואס מען זעהט מאכן אינטערעסאנט און ארום רעדן דערפון פאר עטליכע מינוט און אזוי האלטן די קינדער ביזי.

עטליכע איידעיס ווי מען קען פארן און בלייבן אין קאר.

*טור פון אידישע שטעט:
מען פארט ארום צו אידישע שטעט ווי די קינדער זענען נאך קיינמאל געווען און מען געט זיי א שטיקל טור. לדוגמא, א באבובער קינד פון בארא פארק קען זייער ענדזשויען א טריפ קיין קרית יואל און זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס א אידישע שטאט מיט אלע צוגעהערן פון בית השחיטה צו א פייער דעפארטמענט ועוד. מען קען נעמען די קינדער קיין סקווער, קאשוי, מאונט קיסקא, בלומינגבורג, לינדען, סטעטן אילענד וכו' וכו'

*אמיש טאון Lancaster County, PA
אויף צו זעהן די לייפסטייל פון די אמיש איז פונקט גענוג צו בלויז ארום פארן די געגנטער, מען מוז נישט פארן אויפן וואגן אדער באזוכן קיין מוזעום'ס, די גאנצע געגנט איז איין שטיק מוזעום.

*זעהן שיינע הייזער
דאס איז עפעס וואס קינדער האבן ליב צו זעהן. מען קען עס זעהן אפילו נאנט צו היימישע געגנטער, ווי צפון ניו דזשערזי אדער וועסטשעסטער. אויב וויל מען עס מאכן פאר א געהעריגע טריפ קען מען זיך ארויסלאזן צו מזרח לאנג איילענד אדער קאנעטיקוט (Greenwich Area ). אפשר קען איינער מאכן א ליסטע מיט טאונ'ס ווי קען זעהן טייערע הייזער.

* Plane sighting
עס זענען דא פלעצער ווי מען קען זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן פון דער נאנט. איך האב שוין געברענגט אזא פארק אין קווינס אין אן אנדערע חוה''מ אשכול. די שאלה איז נאר וויפיל פליגערס פארן יעצט (קארגא פליגערס פארן זיכער).

לאמיר הערן נאך איידיעס פון ווער עס האט

מאנהעטן קען אויך זיין זייער אינטערעסאנט. איצט זענען די גאסן זייער שטיל.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 5:18 am
דורך פראבירט
ספרים שטוב האט געשריבן:יעזורו זאגט אז זיי גייען ארויסגעבן א ביכל מיט זאכן מיט וואס מען קען אינטערהאלטן די קינדער אינדערהיים.


יעזורו מיט א ליסטע פון איבער 75 איינפאלן פון אלע סארט "היימישע" אקטיוויטעטן הנאה צו האבן מיט די משפחה אינעווייניג ביי זיך אינדערהיים, אדער אינדרויסן אין הויף.

בלייבט אינדערהיים, בלייבט געזונט!

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 11:28 am
דורך ניס קראכער
ערנסטע קלער צו בויען די סוכה חוה"מ!...

לקיים מה שנאמר, אז ווען די פרויען וואלטן געבויט די סוכה. אין די מענער פסח געמאכט. וואלט מען אנגעהויבן די זעלבע צייט...

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 1:58 pm
דורך אור
פראבירט האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן: יעזורו מיט א ליסטע פון איבער 75 איינפאלן פון אלע סארט "היימישע" אקטיוויטעטן הנאה צו האבן מיט די משפחה אינעווייניג ביי זיך אינדערהיים, אדער אינדרויסן אין הויף.

גאנץ מאגערע סחורה. אבער קיין גרויסע ברירה איז נישט דא

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 2:31 pm
דורך פאטאקי08
ניס קראכער האט געשריבן:מיט די קינדער האב איך נישט אזא פראבלעם
די פראבלעם פאנגט זיך אן, אז צופרי איז נישטא ווי אפצוזיצן די צייט
דאס נעמט דאך אויף דאס עיקר חלק פונעם טאג...

ווען מ'קומט אהיים איז דאך שוין באלד איינסע, ווי לאנג מ'פרעגלט די אייער שפייז, מיט די שטיין זאלץ אויף די מצה ענדיגט זיך קייען...
איז שוין באלד האלב פירע, נאכן נעמט מען ארויס דעם ביכל צו קוקן ווי מ'קען אפשר גיין חאלעמויד האלטן, נאכן איז דאך שוין מנחה
אזוי קומט אן די הייליגע יו"ט שביעי של פסח....

איך האב געמיינט אז נאר איך האב אזא חול המועד סדר יעדעס יאר :lol:

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 2:47 pm
דורך ספרים שטוב
אור האט געשריבן:
פראבירט האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן: יעזורו מיט א ליסטע פון איבער 75 איינפאלן פון אלע סארט "היימישע" אקטיוויטעטן הנאה צו האבן מיט די משפחה אינעווייניג ביי זיך אינדערהיים, אדער אינדרויסן אין הויף.

גאנץ מאגערע סחורה. אבער קיין גרויסע ברירה איז נישט דא

אין מעלות איז אמאל געווען גאנץ א לאנגע און גוטע ליסטע פון אזאלכע סארט זאכן, איך בין געווען זיכער אז זיי וועלן עס איבערלייגן יעצט לאור המצב, אבער למעשה האבן זיי נישט, ווער עס האט עס און קען עס איבערלייגן דא לטובת הציבור וואלט עס געווען א שטארקע מזכה את הרבים.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2020 5:41 pm
דורך ברעטל
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב נעכטן געהערט אז אין קרית יואל גייט ר' שמעון יואל קליין צושטעלן א פלעי פאר די קינדער אויף די טעלעפאן פאר בחנם אין די מסגרת פון די חול המועד חדר אך שמח (מהר"א). די פלעי גייט הייסן שווארצע זיגל. איינער קען קאנפוירמען? מיינע קינדער הערן זיין פאריגע פלעי שווארצע פלענער פאר לאנגע שעות זייט זיי האבן עס געקויפט אין דורון ביי די סעיל.


?What day will it be
?And what's the number

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:13 am
דורך סטיטשינער
שוין! ארי אבראמאוויטש האט זיך מרחם געווען און ארויס געגעבען א שפיל פאר חול המועד.
viewtopic.php?p=2152327#p2152327
ראהטזאם צוצוטיילן אויף דריי טעג...

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:16 am
דורך אלטער
פאטאקי08 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מיט די קינדער האב איך נישט אזא פראבלעם
די פראבלעם פאנגט זיך אן, אז צופרי איז נישטא ווי אפצוזיצן די צייט
דאס נעמט דאך אויף דאס עיקר חלק פונעם טאג...

ווען מ'קומט אהיים איז דאך שוין באלד איינסע, ווי לאנג מ'פרעגלט די אייער שפייז, מיט די שטיין זאלץ אויף די מצה ענדיגט זיך קייען...
איז שוין באלד האלב פירע, נאכן נעמט מען ארויס דעם ביכל צו קוקן ווי מ'קען אפשר גיין חאלעמויד האלטן, נאכן איז דאך שוין מנחה
אזוי קומט אן די הייליגע יו"ט שביעי של פסח....

איך האב געמיינט אז נאר איך האב אזא חול המועד סדר יעדעס יאר :lol:

הע סיז דא נאך אסאך יודן אזוי... אבער איך האב נישט ממש די זעלבע, ווייל איינסע איז נאך אביסל פרי אהיים צו קומען...

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 8:49 am
דורך לעכטל
פעטער שמואל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:זעהן פליגערס זיך הייבן און לאנדן איז זייער בארורינג ווייל ס'איז עכט נישטא קיין פלאץ ווי מ'קען עס זעהן פון די זייער נאנט און ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט אז ס'זאל זיך לוינען צו ווארטן א האלבע שעה פון איין פליגער צום צווייטן. איבערהויפט יעצט ווען קיין פליגערס פארן כמעט נישט.

וואס איז די פינקטליכע עדרעסס פון די עמיש טאון אין פענסלעוועניע?

עס האט נישט קיין אדרעס. זיי וואוינען אויסגעשפרייט ארום גאנץ לענקעסטער קאונטי.
לייג אריין אין GPS Lancaster County, PA

איר זאלט נאר וויסן אז דאס איז א רייזע פון 2 אין א האלב שעה, איך וואלט נישט געזאגט אז ס'לוינט'זיך צו פארן אזוי לאנג, נאר צו קענען זעהן פון די פענסטער.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 8:50 am
דורך אויסטערליש
ברעטל האט געשריבן:
אויסטערליש האט געשריבן:איך האב נעכטן געהערט אז אין קרית יואל גייט ר' שמעון יואל קליין צושטעלן א פלעי פאר די קינדער אויף די טעלעפאן פאר בחנם אין די מסגרת פון די חול המועד חדר אך שמח (מהר"א). די פלעי גייט הייסן שווארצע זיגל. איינער קען קאנפוירמען? מיינע קינדער הערן זיין פאריגע פלעי שווארצע פלענער פאר לאנגע שעות זייט זיי האבן עס געקויפט אין דורון ביי די סעיל.


?What day will it be
?And what's the number


845-414-8007
עקסטענשאן 6

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 10:14 am
דורך שואלכענין
איך טו עס שוין יארן לאנג: איך וואוין אין קרית יואל, איך דרייוו ארום מיט די קינדער, און יעדער אין די רייע האט א רעכט צו זאגן "רעכטס" "לינקס" "גראד", און איך פאלג זיי ווי א טאטעלע...
די גרעסטע געווינס פאר די קינדער איז זיך ארויסצוזען פון די געגנט, און ארומפארן דארט וואו איך האב קיין אהנונג וואו איך בין... מען באטראכט שיינע זאכן אינטערוועגנס, דא זעט מען א פאנאראמע, דארט א שיינע הויז, דא א הערש נעבן די ראוד, א.א.וו.
נאכדעם צינדט מען אן דעם גפ"ת, און ער ווייזט די וועג אהיים.
איך טו עס נישט צו לאנג, ווייל עס ווערט נמאס, אבער למשל 45-60 מינוט איז זייער גוט, זיי האבן שטארק הנאה דערפון ב"ה.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 1:25 pm
דורך לעכטל
שואלכענין האט געשריבן:איך טו עס שוין יארן לאנג: איך וואוין אין קרית יואל, איך דרייוו ארום מיט די קינדער, און יעדער אין די רייע האט א רעכט צו זאגן "רעכטס" "לינקס" "גראד", און איך פאלג זיי ווי א טאטעלע...
די גרעסטע געווינס פאר די קינדער איז זיך ארויסצוזען פון די געגנט, און ארומפארן דארט וואו איך האב קיין אהנונג וואו איך בין... מען באטראכט שיינע זאכן אינטערוועגנס, דא זעט מען א פאנאראמע, דארט א שיינע הויז, דא א הערש נעבן די ראוד, א.א.וו.
נאכדעם צינדט מען אן דעם גפ"ת, און ער ווייזט די וועג אהיים.
איך טו עס נישט צו לאנג, ווייל עס ווערט נמאס, אבער למשל 45-60 מינוט איז זייער גוט, זיי האבן שטארק הנאה דערפון ב"ה.

גאנץ א גוטע איידיע.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 1:29 pm
דורך shalsheles
און ווען יענקל זאגט רעכטס און בערל זאגט לינקס און צארטל זאגט גראד (כמעט אויטאמאטיש) וואס טוט מען?

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 1:35 pm
דורך חוח בין השושנים
shalsheles האט געשריבן:און ווען יענקל זאגט רעכטס און בערל זאגט לינקס און צארטל זאגט גראד (כמעט אויטאמאטיש) וואס טוט מען?

איך טו עס אויכעט שוין יארן. וברוך שכיוונתי. נישט נאר חוה"מ, נאר אמאל סתם אין א ביזי פרייטאג (ווי פאריגע וואך למשל).

ס'גייט אז די קינדער זאגן רעכטס, לינקס אדער גראד, און מ'איז 'מוותר' איינער פארן צווייטן, אמאל דער און אמאל יענער. אדער איז מען משכנע איינער דעם צווייטן און מ'טענה'ט זיך אויס: "א איד גייט רעכטס", "מ'דארף גיין בדרך הישר - גראד", "מ'קען דאך נישט א גאנצע צייט גיין נאר רעכטס", וכדומה (איך האב זיי אנהייב געגעבן די איידיעס).

די אינטרעסאנטסטע איז ווען סאיז נישט לאוקעל.

כ'קויף זיי אבער פאר דעם נאש, מיט א גרויסע טרינק, ס'זאל זיין א עכטע טריפ! און די שמחה איז ריזיג.

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2020 4:41 pm
דורך שואלכענין
איך פארשטיי נישט די פראגעס, ביי מיר איז עס אין א רייע, קודם דער גרעסטער, דערנאך איינער נאך אים, א.א.וו.
נאר איינער האט די רעכט צו זאגן ביים קומענדיגן פרשת דרכים. יעדער אין זיין רייע.
טיפ: איך לאז אנגעצינדן דעם גפ"ת די גאנצע צייט, נישט אויף צו פירן ערגעץ, נאר סתם אויף צו ווייזן די מאפע, אזוי זע איך בערך וואס עס קומט פאראויס, און פרעג שוין פריער וואס מען זאל טאן באלד. אויך איז עס א מעלה אז מען פארט נישט אריין אין יעדן דעד-ענד וכדומה.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 4:52 am
דורך סטיטשינער
''לא נבראו הימים האלה לטיולים במקומות רחוקים ומאורעות הזמן יגידו לך עמי בא בחדריך,חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...''
viewtopic.php?p=2154357#p2154357

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 9:22 am
דורך א פיינע מענטש
ווייסט איינער צו די ביטשעס אין נ"י זענען אפען צו כאפן דארט א שפאציר ?

Re: חוה"מ תש"פ - וואס טוט מען מיט די קינדער?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 10:51 am
דורך j718
א פיינע מענטש האט געשריבן:ווייסט איינער צו די ביטשעס אין נ"י זענען אפען צו כאפן דארט א שפאציר ?

Domino Park איז אפען