האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:26 pm

די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך א גוטן יונה » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:31 pm

קיט"ל ד'סאטמאר (ביידע..) שרייבן אין זייער הלכות צעטל אז מ'זאגט יא אפילו ביחיד מיט א ברכה
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

צפנת פענח
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:49 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך צפנת פענח » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:44 pm

געהערט א שיעור פון הרב ר׳ יואל משה מרדכי בן אדמור מוויען שליט״א ער ברענגט קלאר יא צו זאגן מיט א ברכה.

להודות
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך להודות » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:57 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר


שוין אסאך געשריבן געווארען אויף דעם.
למשל http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=73&t=50040

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:05 pm

ב'עלים לתרופה' נכתב בהלכות מפי הדומ"ץ הרה"ג ר' שמאי קהת הכהן גראס שליט"א בעמח"ס 'שבט הקהתי' שכן אומרים אף ביחיד.

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:11 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר

אגב.
די מנהג צי זאגן הלל ביי מעריב ליל פסח, איז נאר ביי אונז חסידים.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:32 pm

moishy56 האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר

אגב.
די מנהג צי זאגן הלל ביי מעריב ליל פסח, איז נאר ביי אונז חסידים.

מיינסט היינט למעשה? ווייל דוכט זיך די תלמידי הגר"א האבן אויך געזאגט. פארשטייט זיך אז די ספרדים זאגן אויך אזוי ווי עס שטייט אין מחבר.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:48 pm

געשריבן אינעם הלכה שאלות אשכול, און אהער געברענגט
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:למעשה מאכט מען א ברכה בשם ומלכות אפילו ביחידות.

אויף פסח ביינאכט איז אבער נאך א שאלה פאר מיר.

ווער זאגט אז למעשה מאכט מען? קען זיין, איך ווייס נישט. בפשטות אויף א זאך וואס איז נישט שכיח איז נישט שייך קיין מנהג

מען קען מאכן א ברכה. עי' ברכי יוסף תפ"ז סק"ח שכן נהג הרמ"ע מפאנו ז"ל

ווי מאנכע האבן שוין ארויסגעברענגט די ברכ"י אז פסח ביינאכט קען מען זאגן א ברכה אפילו ביחידות.

וב"ה שכוונתי לדעתו הגדולה, כי אצלי היה זה דבר פשוט אשר אותם האומרים הלל בליל פסח - מברכים על זה אפילו ביחידות. כי מקור אמירת הלל בלילי פסחים מקורה ממס' סופרים - מובא בטור סוף סי' תע"ג - "ר' שמעון בן יהוצדק אומר שמונה עשר ימים ולילה אחד גומרין בהן ההלל ובגולה עשרים ואחד ימים ושני לילות" הרי לפניך כי אמירת הלל בלילי פסחים דומה ממש להלל בימים טובים אשר פשיטא שמברכים עלי' אפילו ביחידות.

= = = = = =

כי מיבעיא לי, אויף הלל חוה"מ האב איך א שטיקל ספק צו מ'קען לכתחילה זאגן א ברכה ביחידות.

כי כבר כתב הרמב"ם (הל' חנוכה פ"ג) "ימי הפסח חוץ משני ימים הראשונים שוים בקריאת ההלל לראש חודש" - וכתב הרב המגיד ש"כן נראה שהוא דעת המפרשים חוץ מהרמב"ן". וכן מבואר בשו"ע הרב כי אמירת הלל בחוה"מ פסח דומה לדין הלל בר"ח.

ובר"ח הרי ידוע כי לכתחילה צריך לאומרו בציבור משום ספק ברכות, ה"ה בחוה"מ פסח בודאי לכתחילה צריך לאומרו בציבור משום אותה ספק עצמה - כי דין ברכת הלל שוה בשניהם.

מ"מ למעשה כבר נהגו בני אשכנז שגם בר"ח מברכים על אמירת הלל אפילו ביחידות - ובודאי ה"ה גם בחוה"מ פסח שמברכים אפילו ביחידות.

אבל כתבתי רק להעיר על השואל הראשון אשר שאל לגבי לילי פסחים ולא שאל על חוה"מ, כי באמת הדבר הוא בהיפוך כי בלילי פסחים הוא דבר פשוט שמברכים אפילו ביחידות ובחוה"מ הוא רק מצד מנהג בני אשכנז
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:50 pm

moishy56 האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר

אגב.
די מנהג צי זאגן הלל ביי מעריב ליל פסח, איז נאר ביי אונז חסידים, ווי אויך בני אר"י, און די בני ספרד ווי אויך - לכאורה - די וואס קומען פון ארצות המזרח.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 06, 2020 9:22 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט צי זאגן בצבור, לכאורה יחיד אינו אומר

אגב.
די מנהג צי זאגן הלל ביי מעריב ליל פסח, איז נאר ביי אונז חסידים, ווי אויך בני אר"י, און די בני ספרד ווי אויך - לכאורה - די וואס קומען פון ארצות המזרח.

די ווילנע גאון האט געזאגט (און פאר דעם זאגן עס בני א"י, כידוע אז אסאך מנהגי א"י האבן די תלמידי הגר"א איינגעפירט)

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג אפריל 06, 2020 10:36 pm

איך מיין עס ווענט זיך וואס איז די טעם פארוואס מען זאגט אין שול מיט א ברכה, צו ווייל סאיז בציבור דאס מיינט מען זאגט עס וועגן די מענטשן וואס קענען נישט די ווערטער לויט דעם זאגט מען עס נישט ביחיד.
צו ווייל מען מאכט נישט קיין ברכה ביים סדר זאגט מען עס אין שול פארדעם מיט א ברכה לויט דעם קען מען עס יא זאגן ביחיד.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך Programming » מאנטאג אפריל 06, 2020 10:45 pm

וואס איז די מקור פון מסכת סופרים? מהיכי תיתי עס מיינט אין שול, עס מיינט וואס מען זאגט ביי די הגדה

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך rutledge » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:09 pm

ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך איינס » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:40 pm

גזעהן אמאל אז נודע ביהודה פלעגט זאגן ביחידות
ווייל בים איהם אין שטאט איז נישט געווען קיין מנין כמנהג האשכנזים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך איינס » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:42 pm

rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

סווערט געברענגט אז ביי אמירת הלל בליל הסדר זאל מען זאגן אזוי
אבער סשטייט נישט אז סאיז ווייל סאיז ביחידות, ווייל פשטות הלשון איז משמע אפילו אויב האט מען הציבור דארף מען דעמאלטס אזוי זאגן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אפריל 07, 2020 12:57 am

rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

נאר ווען מ'האט זימון. מ'קען אויך אריינרעכענען די ווייב און קינדער שהגיעו לחינוך.

אויב איז נאר דא צוויי, זאגן ביידע הודו.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך rutledge » דינסטאג אפריל 07, 2020 1:35 am

מחשב האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

נאר ווען מ'האט זימון. מ'קען אויך אריינרעכענען די ווייב און קינדער שהגיעו לחינוך.

אויב איז נאר דא צוויי, זאגן ביידע הודו.

מיין שאלה איז נישט ביים סדר וואס ממאכט נישט קיין ברכה נאר פאר די וואס גייען דאווענען ביחידות יו״ט ביינאכט
מעג מען זאגן אליינס הודי נאך די יאמר נא׳ס אדער דארף מען טרעפן איינעם צו זאגן הודי
אפשר דארף מען ביחידות נישט זאגן די הודי׳ס
דיינים קומט אריין

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אפריל 07, 2020 1:54 am

rutledge האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

נאר ווען מ'האט זימון. מ'קען אויך אריינרעכענען די ווייב און קינדער שהגיעו לחינוך.

אויב איז נאר דא צוויי, זאגן ביידע הודו.

מיין שאלה איז נישט ביים סדר וואס ממאכט נישט קיין ברכה נאר פאר די וואס גייען דאווענען ביחידות יו״ט ביינאכט
מעג מען זאגן אליינס הודי נאך די יאמר נא׳ס אדער דארף מען טרעפן איינעם צו זאגן הודי
אפשר דארף מען ביחידות נישט זאגן די הודי׳ס
דיינים קומט אריין


האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.

ביחידות אדער מיט צוויי מענטשן, זאגט מען טאקע בכלל נישט דעם הודו, נאר איינמאל הודו, דערנאך יאמר.

די הלכה ווערט אויסגעשמועסט ביים סדר, אבער לכאורה איז די זעלבע הלכה ביים דאווענען
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 07, 2020 5:27 am

950285.png
950285.png (178.45 KiB) געזעהן 441 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 07, 2020 5:27 am

950285_1.png
950285_1.png (88.04 KiB) געזעהן 441 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך באדראטשיג » דינסטאג אפריל 07, 2020 6:50 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ב'עלים לתרופה' נכתב בהלכות מפי הדומ"ץ הרה"ג ר' שמאי קהת הכהן גראס שליט"א בעמח"ס 'שבט הקהתי' שכן אומרים אף ביחיד.


דא
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 9&gil=2199
און נאך וויכטיגע הלכות מעניינא דיומא!!!

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג אפריל 07, 2020 10:51 am

הלל במשנת הראשונים והאחרנים.
צוגעלייגטע
יהא חלקי מגומרי הלל.pdf
(41.12 KiB) דאונלאודעד 13 מאל

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אפריל 07, 2020 10:55 am

rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

מ'זאגט זיך אליינס נאך,

בשם מיין דיין
דא קען מען זיך באדאנקן פארן ירום הודו https://www.whitehouse.gov/contact/

viewtopic.php?f=104&t=42683&p=2204272#p2204225

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אפריל 07, 2020 1:32 pm

יש בו האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

מ'זאגט זיך אליינס נאך,

בשם מיין דיין


זייער א אינטערעסאנטע פסק.

בפשטות האט עס נישט קיין פשט.

דא האסטו פון ערוך השולחן. אות ט'.
image (3).png
image (3).png (93.83 KiB) געזעהן 270 מאל


גראדע אין היום יום פון ליובאוויטש זאגט ער יא מ'זאל זאגן אפילו אליין. אויב דו באלאנגסט דארט..

יעצט האב איך געטראפן דאס אין חיי הלוי פון הרה"ג ר' יוחנן וואזנער שליט"א חלק י', סימן ס"א.

unnamed.png
unnamed.png (29.32 KiB) געזעהן 270 מאל
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: האם יחיד אומר את ההלל בליל פסח?

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אפריל 07, 2020 1:40 pm

מחשב האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:ביי הודי ... יאמר נא .. דארף א צווייטער נאכזאגן הודי
כן שמעתי ווען מזאגט הלל ביחידות
איינער מיט מער אינפא?

מ'זאגט זיך אליינס נאך,

בשם מיין דיין


זייער א אינטערעסאנטע פסק.

בפשטות האט עס נישט קיין פשט.

דא האסטו פון ערוך השולחן. אות ט'.
image (3).png


גראדע אין היום יום פון ליובאוויטש זאגט ער יא מ'זאל זאגן אפילו אליין. אויב דו באלאנגסט דארט..

יעצט האב איך געטראפן דאס אין חיי הלוי פון הרה"ג ר' יוחנן וואזנער שליט"א חלק י', סימן ס"א.

unnamed.png

טעם ע״פ סוד,
אין ליובאוויטש זאגט מען נוסח אר״י
דא קען מען זיך באדאנקן פארן ירום הודו https://www.whitehouse.gov/contact/

viewtopic.php?f=104&t=42683&p=2204272#p2204225


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 41 געסט