מחשבות פון אונטערן מאסקע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך שמארטיקל » מוצ"ש מאי 02, 2020 11:57 pm

[כאב דעם שמארטיקל נישט מגי׳ געװען. קאראנא איז שוין אזא אויסגעדראשענע טאפיק אז איך האב אליינס נישט געהאט קיין נערוון ס'איבער צוליינען. ואתכם הסלי]

שטייטלעך האבעך געעפענט די אויגן, זיך אפגעגאסן נעגל וואסער, מיט א קיש אין שטערן זאג איך פאר מיין ליבע טאכטער'ל, יישר כח פאר די נייע שמארטיקל...

וואס ווען V

לאמיר נישט כאפן קיין קאלטע לאקשן קיגל, נאר ליבערשט אנווארעמען ס'קיגל בעפארן עסן..

איז אזוי, ס'קראונא.

ניש געניג? וועלעכע הקדמה ברויך איך דא מאכן? הא? ווער כאפט דען נישט וואדא גייט פאר? כ'מיין, ס'נאכניש געזען געווארן אזאנס זייט ששת, די גאנצע וועלט ממצרים ועד הנה איז ביזי מיט איין זאך, קאראנא.

כ'האב באמת נישט קיין אהנונג וואס כ'גיי דא אלס צאם שרייבן אין די קומענדיגע מינוטען, אבער אזוי ווי איך זעה אז די אלע לעגענדארע שרייבער יאווען זיך ארויסצוגעבן סחורה דיזע טעג האבעך שאבלאסן אז גם אני ונערותי לצים כן, כעלם איך ארויפשארן די ארבעל, אראפשארן די ווינדא שעיד, און פּרובירן עפעס צו שרייבן.

וואס קענעך שרייבן? זאל איך שרייבן פון מיינע מחשבות פון אונטערן רויט לייט?
וואס טוט די עולם בשעת'ן ווארטן אויפן לייט? אפשר זאל מען מאכן אן אנקעטע צוויי... איהר באטראכט די פיסגייער? איהר באטראכט די לייט ווען ווערט עס שוין גרין? איהר קוקט אויף אלע זייטן אויב א קאַפּ קומט און איהר רייסט דורך? איהר זענט מסדר די נאז? איהר שפילט קענדי קראש? וואס נאך?

מיר איז היינט בייגעפאלן חידוש ביים רויטן לעקטערל, כ'בין געקומען צום החלטה אז א מענטש קען זיך באמת קיינמאל נישט זען, פרעג איינעם צו ער האט שוין אמאל געזען זיין פנים, העט ער זאגן אוודאי כ'האב מיך געזען אין שפיגל, אבער דער אמת סיז אז א שפיגל הייסט נישט געזען, ס'איז מערסטענס אזוי ווי קוקן אויף א בילד, אזויווי איכל נישט זאגן אז כ'האב זוכה געווען צו זען די רבי זכרונה, ווייל כ'האב איהם געזען אןיף א בילד, והדברים פשוטים וידיעום עד למאד, אבער היינט האבעך איינגעזען אז די שפיץ נאניע איז די איינציגסטע חלק פונעם פרצוף וואס א מענטש קען זיך באמת זען...

אבער ליידער ליידער לעבן מיר אין א דור חסר דעה, ווי מענטשן דרייען זיך ארום מיט מאסקעס אויף די נאז צודעקענדיג די איינציגסטע חלק האנושי וואס מען קען נאך זען...

פאַפ!!!!! פאַפ!!!!! פאַפ!!!!

וואס, ס'שוין גרין????

נישט אינטערסאנט, לאמיך שרייבן פון אן אנדערע ענין,

זיך איך מיך דא אינדערהיים קוואראנטירט, ווי א פעני וואס זיצט און ווארט אויף טשענדש, ארומגענומען מיט די ווייב און קינדער ווי א חוח צווישן שושנים, פארנט פון מיר א בעקעלע פרישע בראוני קעיק, כ'האלט עטליכע סלייסעס אוועק פון 300 פונט, גלייבטס מיר רבותי, ס'ניש גרינג. אויב הערט עטס איין שיינעם טאג אז שמארטיקל איז געשטארבן זאלט עץ וויסן אז ס'ניש פונעם וויירוס וד''ל...

כעל פרובירן אביסל צו שרייבן די שווערעקייטן וואס איך מאך מיט/אן זיצענדיג אינדערהיים. כ'פארשטיי עץ זענץ שוין זאט פון קאראנא דשאוקס, העלעך שרייבן נאר 'אינסייד דשאוקס' (חחחח...)

למשל ווען איך רעד צו מיין מאמע אויפן פאון און איך וויל שוין אראפלייגן, איז געווענליך די תירוץ, כ'דארף לויפן! אבער יעצט איז נישט דא ווי צו גיין...

ס'ווייב מיינער וואונדערט זיך וויזוי ס'דאווענען נעמט אזוי שנעל.. זאג כיר ס'די הויכע שמ'נעסרע וואס נעמט געווענליך...

נאך טענה'ט זי, אז אויב מיין תשעה קבין נעמט אזוי לאנג, מעג זי פארניצען פיל מער פון די תשעה קבין שיחה וואס גאט האט איהר צוגעטיילט..

כ'קוק ארויס פון פענסטער, זעה איך א צומישטע מעסקיטא וואס איז נארוואס אויפגעשטאנען פון זיין ווינטער שלאף, וואונדערט זיך ווי אין די וועלט די גאנצע עולם איז...

אפילו כ'בין זאט ווי א טיק, בינעך נישט קיין פרעמדער צום פרידשעדער. אבער ב''ה איך האלט מיך אין שעיפ די טעג (רינדעכיג איז אויך א שעיפ...) אבער מיין חבר זאגט מיר מ'דארף זען די גוטס אין יעדע זאך, גראבע מענטשן איז שווערער צו קידנעפן... כ'הער.

אבער איין זאך קענעך אייך זאגן רבותי ורמורי, איך גיי נישט ליידיג! כ'בין א גאנצע טאג ביזי ווי א האלב-בלינדע קאץ וואס לאקערט אויף צוויי מייזן לעכער... כ'קען נישט אויסרעכענען מיטן פינגער וויפיל נייע דשאבס זענען ארויפגעצווינגן געווארן אויף מיר בלא יודעים אין די צייט. צווישן זיי איז די אויפגאבע פון שליכטן די קאמפן צווישן קינדער. ס'ניש גרינג.

די קינדער דרייען זיך דאך ליידיג ווי מעשיגע, מיין קליינע וואוילע רואיגע פיר יעריגס, דרייט זיך ארום ווילד ווי א פארבלאדשענט פליג אין א בעסס דראם..

מיין אשת האט צופיל צייט צו טראכטן די טעג, ווייל זײ האט מורה צו קאלן די קאראנאוויירוס האטליין (אויך באקאנט אלס קול מבשר), וואס געווענליך ניצט זײ די אויבערדערמאנטע לײען נישט צו זיין אליינס מיט איהרע געדאנקען...

איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען פון די גאנצע קווארענטאציע, אז מ'קען נישט גיין צו די באבעס. דאונט גט מי ראנג, כאב זייער ליב צו גיין צום באבען, אבער נישט פארא סעודה... כ'וויל נישט רעדן קיין לשון הרע, אבער איין זאך קענען זאגן: כ'ווער קאנסטיפעיטעד נאר טראכטענדיג פון אירע חלות, איהרע קניידלעך איז אזוי הארט אז ס'וואלט געקענט איבערלאזן א דענט אין א קאר אויב פארמישט אין אן עקסידענט, איהר זופ איז קאלט ווי די סטערינג וויעל פון מיין קאר פינעווע פארטאגס אין סאמען טבת... אקעי אודה ולא פייבוש, כ'האב עטוואס איבערגעטריבן, אבער כ'האב נישט געוואלט רעדן לשון הרע האבעך עס געדארפט שרייבן מיט א שינוי...

אבער פארוואס זיך אפרעדן און קלאגן ווען ס'העלפט נישט. ווי האט יענער (ווער?) געזאגט, ''לאך, וועט די וועלט לאכן מיט דיר. וויין, וועט די וועלט נאך שטערקער לאכן...''

אפשר קענעך שרייבן עפעס איבער די ''זיבענער געשריי'', ניין, כ'רעד נישט ווען מען שרייט אין מקוה די זיבעטער!! פאר די אינגערמאן וואס שויערט זיך 16 מינוט נאכן זמן. כ'רעד פון א טעגליכע געשריי וואס קומט פאר יעדן טאג זיבן אזייגער. כ'האב מיך געווינדערט אז קיינער רעדט נישט דא דערפון, (אדער יא), קען זיין אז מ'הערט עס נאר אין מיין געגענט ווייל איך וואוין אין א גויאישע געגענט.

יעדן טאג, ארויסציווייזן הכרת הטוב פאר די דאקטורים, ווערט אפגעראכטן קולי קולות איבער די גאסן פינקטלעך זיבענע, פרעג מיך נישט די פשט.

מענטשן שרייען, wuuuuuu!!!! מענטשן קלאטשן מיט די הענט, קארס פייפן... עטליכע וואכן צוריק אין א פרייטאג האבן די בתי מדרשים אויך אנטייל גענומען אין די געשריי, ווען פינקטלעך זיבענע האבן זיך די פייפערס אויף די דעכער צופיפן...

אקעי כעל אריבערגיין צו נאך א שנירעלע אינעם קאראנא קריזיס, א גאר שווערע מיטמאכעניש וואס איך בין דורך, וואס מאנכע ווייסן ניטאמאל דערפון, דאס איז די איבערלעבעניש פון צוריקגיין ס'ערשטן מאל צום בעסמעדריש.

איז אזוי, אזויווי אנדערע טויזענטער אידן האבעך אנגענומען די פסק הרבנים, הצלה, דאקטורים, און באאמטע, צו דאווענען אינדערהיים. מיט א שווער הארץ האבעך אהיימגעטראגן די טלית ותפילין, און געדאווענט אינדערהיים צו די ברייט צועפענטע אויגן פון מיין קליינטשיגער.

ווען איך גיי שוין יא ארויס גייעך מיט א מאסק, כאטש איך האלט אז די מאסקע איז בערך אזוי ווערטלאז ווי א סקרין פענסטער אין א סומבערין. נאר ווי געזאגט, רעזייד איך אין א גויאיש באוואוינטע געגנט, ברויך מען דאך מאכן א קידוש השם, ס'נישט גרינג. אמאל האבעך געמיינט אז די ערגסטע זאך וואס קען געשען צו א מענטש איז ווען מ'שלינגט אראפ א שירעם און ס'עפענט זיך אין בויך... אבער אין יעצטיגן רעקארד ברעכענדיגן מצב, האבעך איינגעזען אז ס'דא ערגערס ווי דאס, א שטייגער ווי ווען ס'עסן קומט ארויף בשעת די מויל און נאז זענען אייסאלירט אין איין קליינעם מאסקע...

אבער ס'געקומען א צו פוינט דעם שבת אינערפרי וואס כ'האב דעסיידעד צו גיין דאווענען אין ביהמ''ד מיט מנין און הערן קריאת התורה. ביינונז אין געגענט איז דא א קליין ס'מדרשל, ווי ס'גייט ווייטער אהן די מנין. כ'האב אלעס אויסגעפלאנט, כ'וועל ניצן די טלית פאר א מאסק, כעל שטיין זעקס פיס אפגעריקט פון יעדן, וכו'

אבער פלוצלינג איז מיר עס אריין אין קאפ. איך האב געגעבן א האסטיגע שטעל אפ מיינע ציגרייטונגען צו גיין. איך האב נאר געקענט טראכטן פון איין זאך:

ר' יושע מענדל!!!!

וויאזוי קען איך בכלל אנהייבן צו מסביר זיין ווער ב'שיעמענדל איז. ב'שיעמענדל איז דער איד וואס האלט זיך מיט א קאפ העכער פון אונז פשוטע בירגער, און ער מאכט זיכער יעדער זאל עס וויסן. ב'שיעמענדל איז פון די מענטשן וואס נעמען דעם בשבילי נברא העולם צום נעקסן לעוועל, אהן קיין פשטל'ך, פשוט פשט. ווען גאט האט געזאגט נעשה אדם האט ער אוודאי איהם געמיינט, ער גייט אזוי מיטן נאז ארויף אז ער קען זיך דערטרענקן אין א שטארקע רעגן שטורם...

אין מיין פאנטאזיע קענעך שוין זען ווי ב'שיעמענדל פרעגט מיך אויס, האסט געהעריג געדאווענט אינדערהיים?? פרעגט ער מיט וואונדער, אין מקוה ביסטו נאכניש געווען פאר עטליכע וואכן??? איך האב ברוך השם געדאווענט מיט מנין יעדן טאג! טוט ער זיך אויף מיט א קענטליכע שטאלץ, כאב נאכניש פארפאסט א מקוה אין פיפציג יאר! זאגטער בשעת זיין קאפ ווערט העכער און העכער אנטפלעקענדיג זיין אדם'ס עפעלע פון אונטערן לאנגן בארד זיינעם.

דערנאך וועט ער מיך ווי זיין שטייגער ווארשיינלעך אינטערוויוען,

וואס האסטו געטוהן מיט ויכילו? האסט געזאגט די תפילות אנשטאט ברכו און קדיש? וואס האסטו געטוהן מיט תחנון? קריאת התורה?

כ'ווער באגאסן מיט תשעה קבין קאלטע שווייס נאר טראכטענדיג פון ב'שיעמענדל.

האבעך דעסיידעוועד, זאל זיין וואס זאל זיין, כעל מיך אנטאהן דאס טלית איבערן קאפ פארן אריינקומען אין שוהל, אזוי וועט מיך קיינער נישט באמערקן. אויך האבעך געהאפט אז ב'שיעמענדל וועט אפשר דאווענען פארן עמוד היינט, ער האלט דאך בשיטה אז די זון שיינט אויף בלויז איהם צו הערן זינגען..

געזאגט אין געטוהן, כ'ווארף ארויף די טלית איבערן נאז, און איך שלייכע מיך צו צו מיין פלאץ אויף די שפיץ פיס..

אבער וואס ווען ווי ווער, נישט קיין צווייטער ווי ב'שיעמענדל קומט מיך קעגן, ער קוקט מיך אן מיט ביטול און לאזט מיך נישט דורך... די סאציאלע דערווייטערונג געזעצן מיינען נישט איהם... און נישט נאר דאס, ער האט מחליט געווען מיך צו פארשעמען בפני כל עם וזיידע, ער האט זיך פארמאסטן נישט מער און נישט ווייניגער אראפצושלעפן מיין טלית פון מיין קאפ!

ער שלעפט ער שלעפט..... איך כאפ אהן מיין טלית מיט אלע כוחות, אבער ער שלעפט ווייטער... לאמיך אפ! מורמל איך... ער שלעפט ער שלעפט... איך שלעפ צוריק...

פלוצלינג הייבט ער אן שרייען! שמארטי! האסט א אראנדשע נאז!! שמארטי! האסט א אראנדשע נאז!! וואס?? לאמיך אפ! סטאפ שלעפן! ער שלעפט ווייטער... אהן רחמנות.. שמארטי! האסט א אראנדשע נאז!! וואס ווילסטו פון מיך? מורמל איך א געבעט...

אבער מיין טאכטער'ל שלעפט ווייטער מיין דאכענע, טאטי! כ'דאף אראנדש דשוס!!

שטייטלעך האבעך געעפענט די אויגן, זיך אפגעגאסן נעגל וואסער, מיט א קיש אין שטערן זאג איך פאר מיין ליבע טאכטער'ל, יישר כח פאר די נייע שמארטיקל...
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג מאי 03, 2020 12:11 am

שמארטיקל האט געשריבן:.

הא הא הא!! די ביסט אזוי גיט! מדארף פאר דיר מאכן א באזינדערע שמייכל עמאזשי....
ביידעוועי כ'דארף א אפהאנדלונג אויף דעם שמיילייב פון די הגבה געשעניש...
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג מאי 03, 2020 12:21 am

לייק
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך אלטער » זונטאג מאי 03, 2020 12:26 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

שמארטי ווי אלעמאל! גארנישט אנטוישט,

כאטש וואס די דרייסט דיך נישט אזוי אפט דא די לעצטע שטיק צייט....
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך מעכטיג גרויס » זונטאג מאי 03, 2020 12:32 am

;l;p- ו ;l;p-

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מאי 03, 2020 1:36 am

דער ווערט נאר בעסער און בעסער!

"שיגענער!!!" וויפיל מאל דארף מען דיר עס זאגן??

דיינע טאלאנטן זענען שלא מעלמא הדין! דיין חוש הפעדער איז אייזן צעדרייט!

לאז'זשע גריסן דיין חבר ר' שיכעבענדל. מאך אויך זיכער אז דיין טאכטער'ס אראן דזשוס גיסט זיך אויס, אזוי וועט מען אפשר באקומען נאך א שמארטיקליכע אבזערווירונג.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 03, 2020 1:52 am

WOW
just WOW

(איין הערה: א מענטש קען זיך יא אליינס זעהן, דורך א דאפעלטע שפיגל, א שפיגל וואס שפיגלט אפ דעם ערשטן שפיגל)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך מחשב » זונטאג מאי 03, 2020 2:12 am

געשמייכלט...

יישר כח!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 03, 2020 2:16 am

איך האב נישט קיין מחשבות אינטערן מאסק פשוט ווייל כ'האב נישט קיין מאסק

ביי די וועי דער שמארטיקל ארטיקל האבן מיר באלעקט די פינגער'ס אזש ס'גערינען פין מיר שמאלץ

ייש''כ
您需要整理导致这个病毒世界的中文。

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג מאי 03, 2020 2:36 am

שמארטי... a1.. געוואלדיג....

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 03, 2020 3:03 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:grin: :grin: :grin: :smile: :grin: :grin: :grin: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מאנטאג מאי 04, 2020 5:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4931
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 03, 2020 3:46 am

;l;p-
ס'בעסטע שירה לדעתי
שמארטיקל האט געשריבן: אויב הערט עטס איין שיינעם טאג אז שמארטיקל איז געשטארבן זאלט עץ וויסן אז ס'ניש פונעם וויירוס וד''ל...


"מיט א קיש אין שטערן זאג איך פאר מיין ליבע שמארטי, יישר כח פאר די נייע שמארטיקל..."
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך לייטער » זונטאג מאי 03, 2020 8:48 am

וויאזוי קיקט אויס שמארטיקל?
איך האב געמיינט אז איך קען ארויסהאבן א מענטש מיטן דמיון
איך האב געוועלט דאר, יעצט פון די ארטיקל זע איך אז ער וועגט 300 פונט

viewtopic.php?f=21&t=41588&hilit=%D7%A9%D7%9E%D7%90%D7%A8%D7%98%D7%99%D7%A7%D7%9C
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מאי 03, 2020 11:19 am

פפפפפפחחחחחחחככככככ :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג מאי 03, 2020 12:15 pm

שמאאאארטי.... וואס מאכסטו מיר לאכן ווען מאן לעפצען טעיסט נאך פין ערד אין שאלאשודעס בולקע ביינאזאם ?....

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מאי 03, 2020 2:38 pm

WOW
געוואלדיג!!!

קוקט אויס ווי ער הייבט אן א סעריע פון 'אונטער'ןס'..

אונטערן וואסער

אונטערן מאסקע

וואס איז נעקסט???

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך אלטער » זונטאג מאי 03, 2020 2:41 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:WOW
געוואלדיג!!!

קוקט אויס ווי ער הייבט אן א סעריע פון 'אונטער'ןס'..

אונטערן וואסער

אונטערן מאסקע

וואס איז נעקסט???

מ'דארף מאכן אן אנקעטע וועליכע אונטערן מחשבות שמארטי זאל נעקסט האבן...
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 03, 2020 2:49 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:דער ווערט נאר בעסער און בעסער!

נו שוין....

שמארטיקל האט געשריבן:ארומגענומען מיט די ווייב און קינדער ווי א חוח צווישן שושנים
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך Kollel » זונטאג מאי 03, 2020 3:04 pm

פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:grin: :grin: :grin: :smile: :grin: :grin: :grin: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- :lol: :x :x :x :x :x
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג מאי 03, 2020 3:12 pm

פיין געלאכט! אוי ביסטו גוט...

דעס איז קוואראנטין סינדראם?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מאי 03, 2020 3:17 pm

שטארק הנאה געהאט!

איך ווארט אויף נאך...

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג מאי 03, 2020 3:32 pm

יישר כח פאר אלע קאמענטוטערס,

פרישע,
כעל נאך צוריק קומען צו שמיילייב אי''ה, אזוי אויך אלע אנדערע חברים פון שיהל, מען טרעפט זיך אבער נישט די טעג...

נעגל,
ווי גלייך ס'וואלט געווען א קנעפל.

אלטער,
זעהסטו דען נישט ווי ביזי כ'בין?

מעכטיג,
יישר

חוח,
נאדיר איינס פאר ר' שיכעבענדל, און איינס פאר אראן דזשוס..

כאורה,
עפעס זאסטע, כעל עס דורכטראכטן ביים נעקסטן רעד לייט

מחשב,
וואס ווער, זיי מסביר יעדעס פינטל

מומחה,
קום אריין דא, מ'וועט דיר שאפן א מאסק

בא שבת,
יישר כח, (בד''וו ס'דא א a1 עמאדשי)

פרידן,
כ'פארשטיי בערך דיין תגובה, די לעצטע 5 בוכשטאטן ברויכסטו מיך אבער מסביר זיין

סטיטשי, ש'כח פאר די פיד בעק, (און פאר די קישקע)

לייטער,
קריך אראפ פון לייטער

בענקל,
ש'כח פארן אנשפייען מיין סקרין..

בלעכי,
ערד?? זיי מסביר

אונגארישע,
ש'כח
(האסט אויסגעלאזט מחשבות פון אינטערן טלית)

פעיק, כאמיך טאקע געווינדערט פארוואס ער קאמענט נישט דערויף...

Kollel,
יישר כח, (האסט נישט געקענט אויפקומען מיט א אייגנס?)

ממה נפשך,
האסט עס ארויס.. פיין אויסגעגעבן, יעצט שפיר איך בעסער

קלאצי,
יישר כח, איך אויך

און צו אייך אלע חשובע ליינער,
יישר כח פארן ליינען מיינע מחשבות פון אינטערן דאכענע (כ'האב עס נישט געניצט פארן קעפל, ווייל משומר און גדר וואלטן עס מסתם געבלאקט...)
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מאי 03, 2020 5:23 pm

יישר כח שמארטי!!
הרני מצרף את עצמי עם כל הלשונות של הנאה וקורת רוח ושמחה ותענוג ורנה וששון וגילה שהידריקו עצמן כאן למעלה כל אחד ואחד בניקו הטוב יבורך ויהיו נא בראשך כאילו הייתי פוטרם
והכותב יכתב בכפלי כפלים לשביעת רצונם של כל הציבור החשוב עדי נזכה לשמחת עולמים
החותם בברכת מתיר אסורים בקרוב אמן
@שיוטב לנו עכשיו!!!

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4931
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:58 am

אז מ'האט דיר שוין דא לייוו טייערע שמארטעלע, וויל איך דיר פרעגען, דיין נאמען האט עפעס מיט די כמעט געלונגענע מקוה בעג פון א''י?
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 5:28 pm

Re: מחשבות פון אונטערן מאסקע

תגובהדורך יאסל קעניג » מאנטאג מאי 04, 2020 1:00 am

אלטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:WOW
געוואלדיג!!!

קוקט אויס ווי ער הייבט אן א סעריע פון 'אונטער'ןס'..

אונטערן וואסער

אונטערן מאסקע

וואס איז נעקסט???

מ'דארף מאכן אן אנקעטע וועליכע אונטערן מחשבות שמארטי זאל נעקסט האבן...

viewtopic.php?f=104&t=42385

כ'האב ממש דאס געוואלט בעטן.. דזשאסט אן אנקעטע.. פונקליך אויף וואס?..
מלך שהשלום שלו


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shefele, יוסף פריעדמאן, פארפלאנטערט, פעטער שמואל, קרעפלעך און 24 געסט