פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך פ' לך לך » פרייטאג מאי 08, 2020 1:38 am

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹקיכֶם
...כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם


מיר א גאר שטארקע פארלייכטערונג גרייט מען זיך צום שב"ק פ' אמור, די שבת וואס וועט געדענקט ווערן ביי כלל ישראל אלס דער 'שבת נחמו' נאכן ביטערן 'קאראנע' וויירוס ה"י.

חסדי ה' אז מען האלט שוין דא, צעביסלעך גייען זאכן צוריק צום ארדענונג, בתי מדרשים און מקוואות ווערן צוריק געעפענט, מוסדות החינוך שטעלן זיך אין פלאץ, ביזנעסער הייבן אהן ווידער צו פונקציאנירן. וכן יעזור ה' להלאה מען זאל קענען גענצליך צוריק גיין צום געווענטליכע לעבנס שטייגער.

ליידער ליידער האט כלל ישראל באצאלט א ביטערע פרייז. די שוידערליכע ווירוס האט אוועקגעריסן פון אונז דאס שענסטע און דאס בעסטע, מקטן ועד גדול, אנשים ונשים, אדמורי"ם ורבנים, זקנים משער שבתו, על זה היה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו. ס'איז צוגעקומען הונדערטער יתומים ויתומים, אלמונים ואלמנות, וועמען נאר דער איין איינציגע באשעפער קען טרייסטן.

פאר אונז איבערלעבער, אודים מוצלים מאש, ליגט א חיוב אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת, מודים אנחנו לך על חיינו המסורים בידך, מדבר מלטתנו ומחלים רעים רבים ונאמנים דליתנו, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבנו חסדיך ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח.

אין די זעלבע צייט דארפן מיר מתפלל זיין פאר די חולי ישראל וועלכע ליגן נאך אין די שפיטעלער און ווארטן אויף א רפואה מן השמים, ווי אויך דארפן מיר ארויסהעלפן די צובראכענען משפחות וועלכע האבן פארלוירן זייער טייערסטע און זיי אביסל גרינגער מאכן די פיין דורך זיך באטייליגן מיט סכומים הגונים ביי די קאמפעינס.

שטייענדיג ערב דעם יומא דהילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז די בקשה אז זכותו הגדול זאל מגין זיין אז די שעדליכע ווירוס זאל פארשוואונדן ווערן לעולמי עד. קיין שום אידיש נפש זאל מער נישט געשעדיגט ווערן דערפון, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך נארגוטס » פרייטאג מאי 08, 2020 1:53 am

אביסל צופרי צו זאגן אז אמור איז שבת נחמו, אפשר איז דא פלעצער וואס איז אביסל גרינגער
אבער נישט איבעראל

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך העלאו » פרייטאג מאי 08, 2020 6:34 am

פ' לך לך האט געשריבן:נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹקיכֶם
...כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם


מיר א גאר שטארקע פארלייכטערונג גרייט מען זיך צום שב"ק פ' אמור, די שבת וואס וועט געדענקט ווערן ביי כלל ישראל אלס דער 'שבת נחמו' נאכן ביטערן 'קאראנע' וויירוס ה"י.

חסדי ה' אז מען האלט שוין דא, צעביסלעך גייען זאכן צוריק צום ארדענונג, בתי מדרשים און מקוואות ווערן צוריק געעפענט, מוסדות החינוך שטעלן זיך אין פלאץ, ביזנעסער הייבן אהן ווידער צו פונקציאנירן. וכן יעזור ה' להלאה מען זאל קענען גענצליך צוריק גיין צום געווענטליכע לעבנס שטייגער.

ליידער ליידער האט כלל ישראל באצאלט א ביטערע פרייז. די שוידערליכע ווירוס האט אוועקגעריסן פון אונז דאס שענסטע און דאס בעסטע, מקטן ועד גדול, אנשים ונשים, אדמורי"ם ורבנים, זקנים משער שבתו, על זה היה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו. ס'איז צוגעקומען הונדערטער יתומים ויתומים, אלמונים ואלמנות, וועמען נאר דער איין איינציגע באשעפער קען טרייסטן.

פאר אונז איבערלעבער, אודים מוצלים מאש, ליגט א חיוב אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת, מודים אנחנו לך על חיינו המסורים בידך, מדבר מלטתנו ומחלים רעים רבים ונאמנים דליתנו, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבנו חסדיך ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח.

אין די זעלבע צייט דארפן מיר מתפלל זיין פאר די חולי ישראל וועלכע ליגן נאך אין די שפיטעלער און ווארטן אויף א רפואה מן השמים, ווי אויך דארפן מיר ארויסהעלפן די צובראכענען משפחות וועלכע האבן פארלוירן זייער טייערסטע און זיי אביסל גרינגער מאכן די פיין דורך זיך באטייליגן מיט סכומים הגונים ביי די קאמפעינס.

שטייענדיג ערב דעם יומא דהילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז די בקשה אז זכותו הגדול זאל מגין זיין אז די שעדליכע ווירוס זאל פארשוואונדן ווערן לעולמי עד. קיין שום אידיש נפש זאל מער נישט געשעדיגט ווערן דערפון, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א


שעפעלע זיסע אויב האסטו שוין געהאט די ווירוס און דו האסט שוין אנטי באדיס נא גיי געזונטערהייט מאך א שבת נחמו שבת הודאה טוע וואס דו ווילסט
אויב אבער דו האסט עס נאכנישט געהאט זיי מוחל און זיץ איינגעלייגט וייטער אינדערהיים איך וייס נישט אויף וועלכע וועלט דו לעבסט אבער אויפן עולם העשיה וואו איך לעב שטארבן יעדן איינציגן טאג א פאר טויזענט מענטשען אין אמעריקא אליינס די מגיפה איז ליידער אין פילן קראפט ה''י בלייב אינדערהיים ונשמרתם מאד לנפשותיכם א פרייליכען שבת

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 08, 2020 3:21 pm

נישט קיין ספק אז איבערלעבער דארפן טאנצן און שפרינגן מיט שבח והודאה לד' הטוב, שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה.

אבער צו געבן א לעגיטימע "גרין לייט", אז מען קען שוין צוריק גיין צום געהעריגן לעבנס שטייגער, איז נישט אחריות'דיג. ס'קען חלילה זיין געפארפול ה"י.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 08, 2020 3:26 pm

העלאו האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹקיכֶם
...כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם


מיר א גאר שטארקע פארלייכטערונג גרייט מען זיך צום שב"ק פ' אמור, די שבת וואס וועט געדענקט ווערן ביי כלל ישראל אלס דער 'שבת נחמו' נאכן ביטערן 'קאראנע' וויירוס ה"י.

חסדי ה' אז מען האלט שוין דא, צעביסלעך גייען זאכן צוריק צום ארדענונג, בתי מדרשים און מקוואות ווערן צוריק געעפענט, מוסדות החינוך שטעלן זיך אין פלאץ, ביזנעסער הייבן אהן ווידער צו פונקציאנירן. וכן יעזור ה' להלאה מען זאל קענען גענצליך צוריק גיין צום געווענטליכע לעבנס שטייגער.

ליידער ליידער האט כלל ישראל באצאלט א ביטערע פרייז. די שוידערליכע ווירוס האט אוועקגעריסן פון אונז דאס שענסטע און דאס בעסטע, מקטן ועד גדול, אנשים ונשים, אדמורי"ם ורבנים, זקנים משער שבתו, על זה היה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו. ס'איז צוגעקומען הונדערטער יתומים ויתומים, אלמונים ואלמנות, וועמען נאר דער איין איינציגע באשעפער קען טרייסטן.

פאר אונז איבערלעבער, אודים מוצלים מאש, ליגט א חיוב אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת, מודים אנחנו לך על חיינו המסורים בידך, מדבר מלטתנו ומחלים רעים רבים ונאמנים דליתנו, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבנו חסדיך ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח.

אין די זעלבע צייט דארפן מיר מתפלל זיין פאר די חולי ישראל וועלכע ליגן נאך אין די שפיטעלער און ווארטן אויף א רפואה מן השמים, ווי אויך דארפן מיר ארויסהעלפן די צובראכענען משפחות וועלכע האבן פארלוירן זייער טייערסטע און זיי אביסל גרינגער מאכן די פיין דורך זיך באטייליגן מיט סכומים הגונים ביי די קאמפעינס.

שטייענדיג ערב דעם יומא דהילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז די בקשה אז זכותו הגדול זאל מגין זיין אז די שעדליכע ווירוס זאל פארשוואונדן ווערן לעולמי עד. קיין שום אידיש נפש זאל מער נישט געשעדיגט ווערן דערפון, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א


שעפעלע זיסע אויב האסטו שוין געהאט די ווירוס און דו האסט שוין אנטי באדיס נא גיי געזונטערהייט מאך א שבת נחמו שבת הודאה טוע וואס דו ווילסט
אויב אבער דו האסט עס נאכנישט געהאט זיי מוחל און זיץ איינגעלייגט וייטער אינדערהיים איך וייס נישט אויף וועלכע וועלט דו לעבסט אבער אויפן עולם העשיה וואו איך לעב שטארבן יעדן איינציגן טאג א פאר טויזענט מענטשען אין אמעריקא אליינס די מגיפה איז ליידער אין פילן קראפט ה''י בלייב אינדערהיים ונשמרתם מאד לנפשותיכם א פרייליכען שבת

איז וויאזוי וועט מען וויסן אז עס איז אווער?

עס זעט מיר אויס אז עס איז שוין א דורך א צוויי וואכן און מער, וואס ב"ה מיר האבן נישט געהערט פון קיין איין איד וואס איז "יעצט" קראנק געווארן. איז וואס זאגט עס?

די אלע וואס זענען געווען אין גאנצן אפגעזינדערט פאר די לעצטע צוויי חדשים, זיי שרעקן זיך די מערסטע ארויס צו גיין ווייל זי האבן מורא אז זיי האבן נישט באקומען די אימיוניטי דערצו. איך פארשטיי זיי זייער גוט, און ווער קען דען זיי זאגן אז זיי זאלן נעמען טשענסעס. אבער דא אויך האבן פון זיי שוין אנגעהויבן נאך לאזן פון זייער אפגעזינדערטקייט, און טייל גייען שוין יא ארויס אין גאס, און פון "זיי" אויך האבן מיר ב"ה נישט געהערט אז איינער זאל ח"ו עס "יעצט" באקומען.

הצלה הער איך האט נישט מער קיין קאלס ווי פאר די מגיפה, פון די חברה קדישא הער איך אויך אז זיי האבן שוין נישט מער טהרות ווי פריער, איז וואס זאגט עס?

די אבזערווציעס אומר דרשוני. איך וועל ח"ו נישט זאגן אז מען זאל נאך לאזן פון גארנישט, אבער זיך צו מאכן כאילו יעצט איז דעמאלט איז אויך נישט ריכטיג. עס איז ב"ה בעסער, און גאר א סאך בעסער, און טייל זאגן אז עס איז אווער דא אין ניו יארק סיטי.

ברענגט ביטע די צדדים לכאן וצדדים לכאן ווייל איך מיין אז די נקודות מוז ווערן אדרעסירט צו באקומען א קלארערע בילד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 08, 2020 3:33 pm

קיין ספק אז די מצב איז הודו לד' פיל פיל רואיגער. כה יעזור השם להלאה ברוב רחמיו וחסדיו.

אבער ס'איז זייער א גרויסע אחריות און ריסק, צו דערקלערן "געים אווער" אויף די אייגענע האנט.

מען ווייסט נישט וועלכע איד, מיט סיי וועלכע קאנדישאן, קען אננעמן די "שבת נחמו" דעקלעראציע, אלס היתר זיך מער נישט צו היטן. די קאנסקעווענצן קען ח"ו זיין פאטאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 08, 2020 3:47 pm

זייער ריכטיג, אבער ווען יא וועט מען קענען זאגן געים אווער? דער גאווערנער האט זיך זיינע אינטערעסן אז דאס זאל זיך ציהען וואס לענגער, די דאקטוירים זאגט איינער אזוי און דער צווייטער אזוי. איז וואס איז יא דער מעסטער?

למעשה טוה איך וואס מען הייסט מיר, אבער דורך שמועסן שאט נישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 08, 2020 3:51 pm

די פראגעס זענען:

דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס מער נישט באקומען?

דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס נישט מער איבערגעבן?

וועט זיין ח"ו א צווייטע וועיוו? האט מען טאקע אויף דעם מורא? און אויב מען האט טאקע אויף דעם מורא, וואס זאל מען טוהן אין צווישן?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 08, 2020 3:53 pm

גג
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מוצ"ש מאי 09, 2020 10:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 08, 2020 3:56 pm

נניח אז עס איז יא דא אזא זאך פון זיין אימיון, איז דער פראגע וואס וועט געשעהן אויב ער גייט ווי עס בושעוועט נאך דער מגיפה, צו קען ער עס דארט יא כאפן? איז טאקע דא נאך סטרעינס פון דער וויירוס? און איז אין יעדער לאנד דא א אנדערע סטרעין? און אויב מען איז אימיון צו איין סטרעין צו מען איז אויך אימיון צו א צווייטע סטרעין.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 08, 2020 3:58 pm

זארג נישט האט געשריבן:זייער ריכטיג, אבער ווען יא וועט מען קענען זאגן געים אווער? דער גאווערנער האט זיך זיינע אינטערעסן אז דאס זאל זיך ציהען וואס לענגער

די דאקטוירים זאגט איינער אזוי און דער צווייטער אזוי

איז וואס איז יא דער מעסטער?


דערווייל זעהט מען נישט קיין שום אחריות'דיגע היימישע ארגאניזאציע, לדוגמא חברה הצלה פון סיי וועלכע געגענט, זאל זאגן אז מען קען נאכלאזן. (הוא הדין איז דאכט זיך נאכנישט דא אזא הוראה פון קיין שום ערנסטע בית הוראה)

אלע געזעצן, אין אלע צייטן, ווערן דורכגעפירט, נאר א דאנק עקלדיגע פאליטישע אינטערעסן. מיט דעם אלעם האט די תורה קובע געווען אז דינא דמלכותא דינא.

כ'בין נישט אויסגעקאכט, ממילא ווייס איך נישט. אבער וועלכע דאקטוירים זאגן "געים אווער", און מען קען שוין נאכלאזן פון די באגרעניצונגען?
לעצט פאראכטן דורך הלשון אום פרייטאג מאי 08, 2020 4:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 08, 2020 3:59 pm

זארג נישט האט געשריבן:די פראגעס זענען:

דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס מער נישט באקומען?
99% אז נישט.
דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס נישט מער איבערגעבן?
זיכער נישט.
וועט זיין ח"ו א צווייטע וועיוו?
90% אז יא!
האט מען טאקע אויף דעם מורא?
אפילו פאר די "וועיוו" איז דא וואס מורא צו האבן.
און אויב מען האט טאקע אויף דעם מורא, וואס זאל מען טוהן אין צווישן?
איבער 60, אדער מיט הארץ-לונג קאנדישן, אדער צוקער וכדומה זאל ווייטער בלייבן אינדערהיים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך פעשען » פרייטאג מאי 08, 2020 4:01 pm

צו שנעל פריילעך.. ס'דא שמועות אז אונזער דעבּלאזיע האט נאך ערנסטע לאַק-דאון פּלענער פאר June..

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 08, 2020 4:07 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:די פראגעס זענען:

דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס מער נישט באקומען?
99% אז נישט.
דער וואס האט ענטיבאדיס צו קען ער עס נישט מער איבערגעבן?
זיכער נישט.
וועט זיין ח"ו א צווייטע וועיוו?
90% אז יא!
האט מען טאקע אויף דעם מורא?
אפילו פאר די "וועיוו" איז דא וואס מורא צו האבן.
און אויב מען האט טאקע אויף דעם מורא, וואס זאל מען טוהן אין צווישן?
איבער 60, אדער מיט הארץ-לונג קאנדישן, אדער צוקער וכדומה זאל ווייטער בלייבן אינדערהיים.

אויב עס איז 90 פרוצענט זיכער אז עס גייט זיין א צווייטע וועיוו איז אפשר זיך באזעצן אין ארץ ישראל אדער אויף דעזערט-איילענד? פארוואס איין שטעלן דא?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 08, 2020 4:09 pm

אמן! זאל דער באשעפער העלפן אויף ווייטער.
אין מיין אבער ס'איז אביסל צו פרי, ווי זעט איר אז מוסדות עפענען זיך שוין?


איין זאך וואס מען דארף טוען יעצט -מ'וויל נישט מקטרג זיין אינעם ברען פון א מגיפה- נאכדעם וואס ס'קילט זיך אפ, זעען וואס איז שולדיג דערצו? פארוואס איז מען געווען אזוי נאכלעסיג אז ס'האט געמוזט קאסטן אזוי פיל קרבנות, פארוואס האט מען געמוזט זיין אויבער חכמים?

אוודאי קומט אלעס פון דער פון אויבן, אבער מ'דארף זיך נאכאלס היטן.
איך וויל פערזענליך איבערבעטן יעדער אויפן וועלטל וואס איז געווארן געטראפן פון מיר.
און כ'האף ביסט מיר מוחל, כ'העל אי"ה פרובירן זיך צו פארבעסערן.

איך בין יעדעם דא מוחל, און כ'וויל טאקע אנוואונטשן יעדעם דא, א גמר חתימה טובה, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מאי 08, 2020 5:07 pm

מיהר האפן אלע צו קענען מאכן א גרויסע שבת נחמו בקרוב ממש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 08, 2020 6:03 pm

@ פרשת לך לך ביסט נישט קיין דאקטער, און דו ביסט נישט קיין הצלה. קיינער דארף דיך נישט פאלגן. ווען ס'קומט צו אזעלכע זאכן האמיר רבנים, דאקטורים, הצלה, און געזעץ. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך גראמער » פרייטאג מאי 08, 2020 6:25 pm

חסדי השם אז מען זעהט שוין די לעכטיגקייט ביים ענדו פון טונעל, אבער אונז זעמער נאך אינעם טונקעלן טונעל, אבער ווייט ווייט פון א שבת נחמו. ווילאנג עס איז דא אידן אמן שפיטאל, און די משפחות ווייסן נישט וואס דאס מארגן גייט צוברענגן קען מען נישט זאגן אז עס איז גענצליך פאראיבער. (דאס איז חוץ דעם וואס עס איז נאך דא פרישע קעיסעס איצט.)

חמרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך חמרא » פרייטאג מאי 08, 2020 6:37 pm

זארג נישט האט געשריבן:נניח אז עס איז יא דא אזא זאך פון זיין אימיון, איז דער פראגע וואס וועט געשעהן אויב ער גייט ווי עס בושעוועט נאך דער מגיפה, צו קען ער עס דארט יא כאפן? איז טאקע דא נאך סטרעינס פון דער וויירוס? און איז אין יעדער לאנד דא א אנדערע סטרעין? און אויב מען איז אימיון צו איין סטרעין צו מען איז אויך אימיון צו א צווייטע סטרעין.

איך מיין אז מיט דיינע תגובות, זאלסטו טוישן דיין ניק

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 10, 2020 12:31 am

זענען געווען באווארפנס די שבת? לכאורה דארף זיין היפש אפאר חתונות די וואך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 10, 2020 12:32 am

שמעתי פון א באווארפן וואס איז פארגעקומען אין חצר פון די אידישע קאמפלעקס אויף קלעסאן עוו. אין וומ"ס

אויף מיין בלאק מאכט אויך איינער חתונה די וואך, כ'ווייס נישט וואו די באווארפן איז געווען
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מאי 10, 2020 1:35 pm

אין ***** איז געווען א באווארפן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מאי 10, 2020 1:40 pm

פיינער אתחלתא דשבת נחמו געוועזן די וואך
ב"ה זיך געטראפן מיט אידן וואס מ'האט שוין נישט געזען פאר קנאפע 2 חדשים

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 10, 2020 1:44 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אין ***** איז געווען א באווארפן

האט עס נישט געדארפט זיין אין #####?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פ' אמור - שבת נחמו תש"פ לפ"ק

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מאי 10, 2020 1:45 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פיינער אתחלתא דשבת נחמו געוועזן די וואך
ב"ה זיך געטראפן מיט אידן וואס מ'האט שוין נישט געזען פאר קנאפע 2 חדשים


ווי האט מיר איינער געזאגט: עס קוקט אויס ווי די הייפעלע איבערלעבער נאכן קריג וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען איינציגווייז אין די גרויסע בתי מדרשים...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, ברוקלינער יונגערמאן, להודיע, ענדרויד פען, פינחס און 37 געסט