אז ער קען, קען איך אויך

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

אז ער קען, קען איך אויך

תגובהדורך גאליציאנער » זונטאג מאי 31, 2009 1:22 pm

דעם יו"ט האב געליינט אן ארטיקעל אין איינע פין די אידישע צייטונגען וואס ריפט זיך "טויט פאר די קארטאפעל" ער רעדט דארט ארום פין די איראנער וואלען אין אז עס האבען זיך איינגעגעבען 475 קאנדידאטען צי לויפען פאר פרעזידענט, אין איינער פין זיי איז געווען א צוועלעף יעריגער בחור'ל וואס האט זעהט זיך אויס אפגעמאכט אז אויב אכמעדינידזשאד קען קען ער אויך ווייל דער אכמעדינידזשאד פירט זיך אויף ווי א דריי יעריג קינד, עכ"פ דער צוועלעף יעריגער האט א פלאן וואס ער גייט טוהן אלץ פרעזידענט ער גייט מאכען סדר אין מיטל מזרח ער גייט אפקויפען דעם האוואי אינדזעל פין אמעריקע אין מדינת ישראל וועט זיך דארט באזעצען אין אזוי וועט שטיל ווערען, אין איין זאך איז זיכער אז דער בחור'ל קען עניטיים מאכען א בעסערען דזשאב פין דעם בארירטען אכמעדינידזשאד, איז אזוי אבער דא אין די קרעטשמע איז גאר עפעס אנדערש, ס'טוט ווי דאס הארץ צי זעהן אז די קרעטשמע שפילט נישט א וויכטיגע ראלע אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע, אין דערפאר זעה איך פאר וויכטיג צי ארויס שטעלען א קאנדידאט וואס וועט פירען די קרעטשמע צי ווערען א אנערקענטער אינטערנאציאנאלער קערפערשאפט אין צי הייבען די אנזעהן פין די קרעטשמע אפילו אין די ווייטע אפריק, עכ"פ כ'האב געזיכט אזא קאנדידאט אין כ'האב נישט געקענט טרעפען ביז כ'האב אמאל געקוקט אין שפיגעל אין כ'האב גלייך געטראכט דאס איז עס דער איז דער ריכטיגער פערזאן אין דער דארף לויפען, אין דאן האב איך גענומען א דיסיזשען אז כ'גיי ארויס שטעלען מיין קאנדידאטור דא אינער באשיידענעם ארטיקעל אנע טראסק אין אנע פאמפ ווייל ווער עס ווייסט ווייסט אין ווער נישט איז א שאד די קרעפעל תורה, אין זאלט עטץ אלע וויסען אז כ'גיי מיר נישט רעכענען מיט פאליטיק אין מיט אינטערעסען נאר די אמת וועט זיין א לעכט פאר מיינע פיס אין די תורה וועט לעכטיג מאכען מיינע וועגען,
יעצט וועל אנהייבען ארויס צי לייגען מיין אגענדע, אינטער מיין פירערשאפט וועט די קרעטשמע אקטיוו אנטייל נעמען אין אינטערנאציאנאלע שלום געשפרעכען, כ'וועל מאכען שלום צווישען וועם עס וועט זיך לאזען מדינת ישראל מיט די פאלעסטינער , צווישען טשעיני אין קאלין פאול, אלע שלום בית שלעגערייען וועט ווערען מסודר אין נאו טיים, די טאליבאנער וועלען ווערען געטרייע קריסטען אין די פויפבס וועט ווערען א הייסע מוסלעמענער אין זיך אויפרייסען אין א זעלבסמארד מיסיע, מען וועט שיקען גרויסע געלטער פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, מען וועט אוועקנעמען יעדענס נוקלארע וואפען אין עס שיקען אויף ספעיס , די עקאנאמיע וועט בליען ווי א שיינע רויז אין די קרעטשמע וועט וואקסען ווי א שיינע אתרוג,
יעצט לאמיר זיך נעמען צי דעם איצטיגען ראש הקהל (צייטליך כ'מיין נישט דיר זיי מיר מוחל)
ראש הקהל טיייערער אינטער זיין זייגער איז די עקאנאמיע געגאנגען אין די ערד, די בענק באנקראט,די קאר פאבריצירער געגאנגען שלאפען, צפון קאוריע געשאסען נוקלארע וואפען, אין אן א שיעור קאטאסטראפעס מיר קענען דאס נישט צילאזען מער פארוואס האסטו דיר נישט מער אריינגעלייגט אין די צרכי הכלל אלץ ביסטע ביזי געווען מיט דיין עיר קאנדישען אין דיין קאמפיוטער אין אימעיל אז די האסט נישט געהאט קיין צייט צי טוהן עפעס קאנסטראקטיוו פאר די מענטשהייט איז יעצט איז די צייט צי זאגען בואו חשבון אין גלייך נאכדעם זאגען בואו בשלום אין מיר איבערגעבען דעם בענקעל
אין מיט דעם וועל איך היינט דא ענדיגען אין מען בעט מיינע שטיצער זיך צי ווארעם אנריפען אין וואלענטירען פארען קאמפיין
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 31, 2009 1:26 pm

אינטערנאציאנאלע עקספערטן הייבן אן צו שרייבן ארטיקלען ימין ושמאל איבער דעם קאנדידאטור פון גאליציאנער, ווי עס שטעלט זיך ארויס, וועלן זיי אין די קומענדע טעג אויפקומען מיט א וואזשנעם אטאקע, נעמילך: גאליצינער האט געממית'ט צוויי מענטשן, און אראפ געווארפן א קאר אין טול, וואס קען גאר שטארק שאטן פאר די ענווייראמענט....


חחחח גאלי, אז דו ביסט גוט, ביסטו גוט אויך.... וואס?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » זונטאג מאי 31, 2009 1:51 pm

שמערי בערי האט געשריבן:אינטערנאציאנאלע עקספערטן הייבן אן צו שרייבן ארטיקלען ימין ושמאל איבער דעם קאנדידאטור פון גאליציאנער, ווי עס שטעלט זיך ארויס, וועלן זיי אין די קומענדע טעג אויפקומען מיט א וואזשנעם אטאקע, נעמילך: גאליצינער האט געממית'ט צוויי מענטשן, און אראפ געווארפן א קאר אין טול, וואס קען גאר שטארק שאטן פאר די ענווייראמענט....


חחחח גאלי, אז דו ביסט גוט, ביסטו גוט אויך.... וואס?

;l;p-

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 31, 2009 2:02 pm

גאליץ די ביסט סופער!!!
דיינע איידיעס זענען מעגא!!
דאס אז די פויפסט העטצעך אויפרייסען מיין איך פעלט נישט אויס,

משה64
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 30, 2009 3:03 am

תגובהדורך משה64 » זונטאג מאי 31, 2009 2:15 pm

גאלי איך גיי נאר וואטן פא דיר נאר טאמער דו ענדיגסט דע פארזעצונג וואס לאסט מיר נישט שלאפן

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מאי 31, 2009 5:08 pm

גאלי ;l;p-

האסט פארגעסן אז אונטער זיין זייגער איז אויך דא א בעטערי...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט