וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג ינואר 26, 2018 12:37 pm

אפשר קען מען טייטשן דעם לרחצה אזוי, ביים סדר נאכט ביי ורחץ באקומט מען א קארג שטיקל רעטעך, ביי רחצה באקומט מען א גאנצן סעודה לרחצה..

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 1:07 am

מיגו האט געשריבן:שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט

שושלת קומט פון שלשלת וואס מיינט שרשרת
א דינסטאציע איז א קייט פון דורות
ס'איז א נייע ווארט וואס מען טרעפט נישט אין די פריערדיגע ספרים בכלל

ODOM
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:31 pm

זענדל האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט

שושלת קומט פון שלשלת וואס מיינט שרשרת
א דינסטאציע איז א קייט פון דורות
ס'איז א נייע ווארט וואס מען טרעפט נישט אין די פריערדיגע ספרים בכלל


שושילתא, איז ארמית, און דאס מיינט א קייט. (גמרא אין כתובות כ"ז ע"א): כגון דמהדר ליה למתא שושילתא וכלבא וגווזא ואווזא.
פון דעם רופט מען דער גאלדענעם יחוס שושילתא דדהבא, און מיט א לשון-הקודש'דיגע אפקלאנג, איז דאס שושלת.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:16 pm

ODOM האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט

שושלת קומט פון שלשלת וואס מיינט שרשרת
א דינסטאציע איז א קייט פון דורות
ס'איז א נייע ווארט וואס מען טרעפט נישט אין די פריערדיגע ספרים בכלל


שושילתא, איז ארמית, און דאס מיינט א קייט. (גמרא אין כתובות כ"ז ע"א): כגון דמהדר ליה למתא שושילתא וכלבא וגווזא ואווזא.
פון דעם רופט מען דער גאלדענעם יחוס שושילתא דדהבא, און מיט א לשון-הקודש'דיגע אפקלאנג, איז דאס שושלת.

אין ערוך שטייט אז שושילתא קומט פון שלשלת, און שלשלת פון שרשרת
אלעס מיינט א קייט

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:32 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך פלאג מיך.
פון ווי קומט די ווארט "חוזק", וואס פאר א שייכות האט דאס מיט ליצנות?

אפשר מיינט עס בלשון סגי נהור
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:35 pm

קיפעלע טראכט איך קומט אפשר פון די ווארט קיפל הקדוש ב''ה וכו'. ווייל מ'דרייעט עס איין.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:45 pm

דאנציגער האט געשריבן:קיפעלע טראכט איך קומט אפשר פון די ווארט קיפל הקדוש ב''ה וכו'. ווייל מ'דרייעט עס איין.

די אידענעס האבען געקענט אזוי גוט לה"ק ?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 5:46 pm

ניין, און וועגן דעם איז פון קיפל געווארן קיפעלע (אזויווי אלע ווייבערישע זאכן וואס ווערן א 'לע...)
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:18 pm

דאנציגער האט געשריבן:קיפעלע טראכט איך קומט אפשר פון די ווארט קיפל הקדוש ב''ה וכו'. ווייל מ'דרייעט עס איין.

וכן נפל מחשבה הזאת בראש כל ילד בר ש..

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:03 pm

וואס איז די ווארט 'אבעשאו' א פגישה ביי אונז חרדים. איז דאס א יודישע ווארט אדער ענגליש אזויווי אויף שאו.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:16 pm

דאנציגער האט געשריבן:וואס איז די ווארט 'אבעשאו' א פגישה ביי אונז חרדים. איז דאס א יודישע ווארט אדער ענגליש אזויווי אויף שאו.

א בעשא איז פון deutsch
די אינגע טוען זיך אנשאען

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 2:11 pm

קיקיון האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:וואס איז די ווארט 'אבעשאו' א פגישה ביי אונז חרדים. איז דאס א יודישע ווארט אדער ענגליש אזויווי אויף שאו.

א בעשא איז פון deutsch
די אינגע טוען זיך אנשאען

wow א ריזן גראבע שקויעך.. איך האב געזוכט און נישט געפונען און דו האסט מיר דערפרייעט. אבער וויאזוי האסטו טאקע אויסגעפונען. האסטו יעצט געזוכט אדער האסט שוין געוואוסט פאר דעם?
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 21, 2018 2:25 pm

דאנציגער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:וואס איז די ווארט 'אבעשאו' א פגישה ביי אונז חרדים. איז דאס א יודישע ווארט אדער ענגליש אזויווי אויף שאו.

א בעשא איז פון deutsch
די אינגע טוען זיך אנשאען

wow א ריזן גראבע שקויעך.. איך האב געזוכט און נישט געפונען און דו האסט מיר דערפרייעט. אבער וויאזוי האסטו טאקע אויסגעפונען. האסטו יעצט געזוכט אדער האסט שוין געוואוסט פאר דעם?

איך בין נעם נישט אן דאנקען אין א גראבע שפראך

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 2:39 pm

I get it
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:26 pm

דאנציגער האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך פלאג מיך.
פון ווי קומט די ווארט "חוזק", וואס פאר א שייכות האט דאס מיט ליצנות?

אפשר מיינט עס בלשון סגי נהור

wow!
גאנץ געשמאק זיך צו טרעפן מיט א תגובה פון זיבן יאר צוריק...

ODOM
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מוצ"ש מארטש 03, 2018 5:50 pm

פון ווא נעמט זיך דער אויסדרוק אויף א ארעמער מענטש - א דלפון?
וואס האט ארימקייט מין דעם פאראשוין פון עשרת בני המן?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מארטש 04, 2018 12:47 am

מלשון 'אל תגזול דל כי דל הוא'.
וכתיב כדלים וכרשים דפקנו דלתיך.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 04, 2018 9:00 am

פון דל ואביון איז געווארען דלפון ?

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מארטש 04, 2018 9:02 am

פון וואו קומט 'יעקיש'
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 04, 2018 9:34 am

ויתן לך האט געשריבן:פון וואו קומט 'יעקיש'


די יעקישע ידענים ווייסען אויך נשיט

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מארטש 04, 2018 1:31 pm

קיקיון האט געשריבן:פון דל ואביון איז געווארען דלפון ?

אז מ'וויל זאגן די ווארט 'דל' מיט אן אינטערעסאנטן קנייטש.

ODOM
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג מארטש 05, 2018 8:01 am

קיקיון האט געשריבן:פון דל ואביון איז געווארען דלפון ?

ס'הערט זיך גאנץ גוט, פאר וואס האסטו צו געשטעלט א פראגע צייכין?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דינסטאג מארטש 06, 2018 2:20 pm

קיקיון האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:פון וואו קומט 'יעקיש'


די יעקישע ידענים ווייסען אויך נשיט


ס'איז מיר אינטערעסאנט צו ליינען אז 'יעקע' קען מעגליך שטאמען פון "דזשעקעט" (די יעקישע אידן זענען געגאנגען מיט קורצע רעקלעך...) אדער "יעקל" (די יעקישע זאגן יעקל און די גאליציאנער-חסידישע זאגן "יענקל").

בונדל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

די ווארט איינטשאלדיג

תגובהדורך בונדל » דינסטאג מארטש 06, 2018 3:31 pm

ווען עמיצער וויל אדורך גיין א.דג. וועט ער זאגן פאר'ן דערנעבנדיגן איינטשאלדיג..
איז דא מאנכע וואס עלען צוריק ענטפערן ''די ביסט אנטשולדיקט'' אנשטאט זיך אוועקדרייען
איז מיין שאלה וואס איז די אפטייטש פון די ווארט??

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 06, 2018 3:46 pm

בונדל האט געשריבן:ווען עמיצער וויל אדורך גיין א.דג. וועט ער זאגן פאר'ן דערנעבנדיגן איינטשאלדיג..
איז דא מאנכע וואס עלען צוריק ענטפערן ''די ביסט אנטשולדיקט'' אנשטאט זיך אוועקדרייען
איז מיין שאלה וואס איז די אפטייטש פון די ווארט??

excuse me ווייסט יא ?
אנטשולדיג" איז זיי מיר מוחל" לאזט מיר דורכגיין
איז טאקע דא מאנכע "מאדנע מענשען" וואס וועלען דיר זאגען "איך האב דיר מוחל געווען" אין נישט דורך לאזען?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט