בלאט 2 פון 2

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 12:35 pm
דורך בני היכלא
כבר דשו בו חכמי ושרי הקרעטשמע, ואוי לדור שכך עלה בימיו שבני היכלא צריך לחפש לאשכולות ישנים, איפה מאשקע? איפה קרעמער?, ואולי בלשונות אחרים יבינו התמי' ביותר, אשתמש בהרבה לשונות של תמי', איה? אנה? איו? אי? אן? היכן?

דא איז דער לינק צום ענין: [אגב זעט מען דארט א גרויסע טרייסט, און האפענונג פאר די וואס זארגן זיך אויפן וואוילזיין פון קרעזי, אז קרעזי וועט זיין דא בקרוב פעסט].
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1559

מילער, ס'איבערגעטייטשט פלעין אויף אידיש, אבער פארוואס אידישיסטיש?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 1:08 pm
דורך מיללער
איך האב נישט געמיינט דעם "ייבא" אידישיסטיש, איך האב געמיינט "אידישייסד" סתם נאכגעבאמבעלד און נישט איבערגעטייטשט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 1:21 pm
דורך בני היכלא
האב איך דען געמיינט, אז דו האסט געמיינט?

יעצט כאפ איך מיך, אז ביסט בעצם יא גערעכט, ווייל פלעין אידיש וואלט געדארפט זיין, "אינטערנעשאנעל".

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 1:56 pm
דורך מיללער
אקיצור רבי, וואיזוי וואלסטו געטייטש INTERNATIONAL אויף עכט אידיש?

די פשוטע דיקשינערי אפטייטש אויפן פריפיקס INTER איז:
Inter- is a prefix meaning "between", among, or "within a group


איז אפשר ראטזאם צו שרייבן "צווישן-נאציאנאל" (געגעבן אז נאציאנאל איז אידיש) אדער "צווישן-לענדער" (פאר מער פראסטע לייענערס), אויב מעג מען א ראי' ברענגען פון די טמע'נע עברית כענין מאובי תחכמני, קען מען זעהן זייער "בין-לאומי" איבערטייטש ווי זענען אויך געגאנגען מיט "צווישן" (פוי).

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:03 pm
דורך בני היכלא
איינער האט שוין גוט געזאגט.

"אלוועלטליך"

דאס איז נאר נישט קיין איבערטייטש פון אינטערנעשאנעל, צווישן איז אויך נישט די ריכטיגע איבערטייטש, ווייל עס הערט זיך ווי צווישן, אזוי ווי BETWEEN.
דא מיינט עס מער, WITHIN A GROUP.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:12 pm
דורך מיללער
לא כך לימדוני רבינו,

"אלוועלטליך" איז דער אפטייטש פון "GLOBAL" (אין נישט גלאבאל) וועלכע באצייכנט א זאך וואס נעמט ארום די גאנצע וועלט (אדער עכ"פ א גרויס חלק), אינטערנעשענאל טוט באצייכענען א זאך וועלכע גייט ארויס פון נאציאנאלע גרעניצן אפי' נאר צו א צווייט לאנד, למשל אז אמעריקע שליסט אן אפמאך מיט קאנאדע איז עס אן "אינטערנעשאנעל אפמאך", און אלוועלטליך וואלט נישט געשטימט דא.

דאס אז צווישן איז אויך נישט די ריכטיגע איבערטייטש, ווייל עס הערט זיך ווי צווישן, אזוי ווי BETWEEN.
דא מיינט עס מער, WITHIN A GROUP. כלשון רבינו, אויף דעם האב געברענגט בן-יהודא בבחינת טעיק-איט אר ליעוו-איט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:38 pm
דורך בני היכלא
ביסט גערעכט וועגן אלוועלטליך, פילייכט קען מען זאגן דא "אל-פעלקליך" [נאציאן מיינט ליבערשט א פאלק ווי א לאנד].
וואו קומט בכלל אריין דער אראבישער אחלאח דא?


יעצט האב איך געמערקט אין דיין ראי', ער האט טאקע געטייטשט פשוטו כמשמעו.
קען זיין ביסט גערעכט, אז צווישן-נאציאנאל, אדער צווישן-פאלקישע, אדער צווישן-לענדער, איז יא דער ריכטיגער אפטייטשט, און צווישן מיינט דא, אנדערש ווי "אינמיטן", נאר אזוי ווי, "צווישן די אלע מענטשן איז נישטא קיינער וואס ווייסט דעם פשט"..

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:40 pm
דורך מיללער
ביני ובינך מה הוא, זאגט דער פאפפער עפרון, צווישן מיר און דיר, ביטווין מי ענד יו, עס מיינט אויך נישט אינדערמיט נאר "וויטאין".

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:46 pm
דורך בני היכלא
יאפס, אין אנדערע ווערטער, "צווישן" האט צוויי אפטייטשן.

דו רעדסט אפשר פון פעפער?
איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון אים, האסט א גרוס פון אים? וואס מאכט ער?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2007 2:49 pm
דורך מיללער
ער האט פריער געשריבן ביי אלעקסיי'ן איבער ענינים פון ווער ס'געדענקט נאך, גיב א קוק אפשר איז ער נאך דארט.

נאכאמאזעל, אז דער אשכול האט נישט קיין נושא, קען מען דא שרייבן וואס ס'לאצעך.

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 9:00 pm
דורך טרעגער
וואס טוט זיך מיט די ווארט אנקעטע. פון וואנען שטאמט דאס, פון די ווארט אנעקדאט? נעה, אזש פון ווי יא. וואס האט אנקעטע מיט פאולס בלע"ז אדער סקר בלע"ק

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 9:04 pm
דורך טרעגער
נאך אזאך אין ענגליש איז דא א אויסקוועטש טודעי ד.מ. היינט, טומאראו מיינט מארגן, טונייט מיינט היינט נאכט, מיין פראגע איז, איז דא אזא ווארט טומארנינג און זאל מיינען היינט אינדערפרי?

און וואס אי מיט יידיש, איז דא א ווארט וואס באצייכנט היינט נאכט טונייט דארף ווען ווערן אין יידיש צונאכט, און למשל פרייטאג צונאכטס זאגט מען טאקע צונאכט, פארווס זאל מען דינסטאג מיטאג נישט קענען זאגן צונאכט און זאל מיינען היינטנאכט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:32 pm
דורך פעיק נוז
למעשה שרייבט מען ווארים אדער ווארעם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:36 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה שרייבט מען ווארים אדער ווארעם?

ווענצעך: אויב רעדסטו פון די בעל חי, איז די ווארט ווארעם, אויב רעדסטו פון די ווארט שרייבט מען: ווארום, און אויב רעדסטו פון ווארעם מיט א פתח שרייבט מען אויך ווארעם.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:22 pm
דורך גרעסער
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה שרייבט מען ווארים אדער ווארעם?

ווענצעך: אויב רעדסטו פון די בעל חי, איז די ווארט ווארעם, אויב רעדסטו פון די ווארט שרייבט מען: ווארום, און אויב רעדסטו פון ווארעם מיט א פתח שרייבט מען אויך ווארעם.

איר זענט זיכער? מיר דאכצעך ווארים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:58 pm
דורך גרשון
גרעסער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה שרייבט מען ווארים אדער ווארעם?

ווענצעך: אויב רעדסטו פון די בעל חי, איז די ווארט ווארעם, אויב רעדסטו פון די ווארט שרייבט מען: ווארום, און אויב רעדסטו פון ווארעם מיט א פתח שרייבט מען אויך ווארעם.

איר זענט זיכער? מיר דאכצעך ווארים

וואַרעם (ווי אזוי דער טעמפעראטור איז); וואָרים (וואס קריכט). ס'זענען דא וואס שרייבן אויך וואַרים, אבער ס'איז מער אנגענומען וואַרעם, אזוי ווי ארעם אנשטאט ארים.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:25 am
דורך אסדר לסעודתא
מ'שרייבט ווארעמער אינדרויסן? כ'מיין אז ווארימער.

ארים, ארימאן, נישט ארעמאן. כנ"ל.

ארעם מיינט די זרוע הנטויה.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:36 am
דורך פעיק נוז
איך מיין אויך אזוי, איך בין נאר נישט געווען זיכער.

שכח @אסדר.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:38 am
דורך פעיק נוז
גרשון האט געשריבן:
גרעסער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה שרייבט מען ווארים אדער ווארעם?

ווענצעך: אויב רעדסטו פון די בעל חי, איז די ווארט ווארעם, אויב רעדסטו פון די ווארט שרייבט מען: ווארום, און אויב רעדסטו פון ווארעם מיט א פתח שרייבט מען אויך ווארעם.

איר זענט זיכער? מיר דאכצעך ווארים

וואַרעם (ווי אזוי דער טעמפעראטור איז); וואָרים (וואס קריכט). ס'זענען דא וואס שרייבן אויך וואַרים, אבער ס'איז מער אנגענומען [b]וואַרעם, אזוי ווי ארעם אנשטאט ארים[/b].


איך מיין אז דאס זענען "אנגענומענע מסטעיקס", און א עכטע ארגינעלע שרייבער וועט שרייבן "ווארים" און "ארים".

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:38 pm
דורך גרשון
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מ'שרייבט ווארעמער אינדרויסן? כ'מיין אז ווארימער.

ארים, ארימאן, נישט ארעמאן. כנ"ל.

ארעם מיינט די זרוע הנטויה.

קיין איינס איז נישט אומריכטיג, כ'האב אבער געזען "ארעם" פון אסאך גוטע שרייבערס. אסאך ווערטער האבן צוויי באדייטן, אין יעדער שפראך.