שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג

תגובהדורך מאָזעס » זונטאג יולי 13, 2014 6:35 am

שרייבן און ארויסרעהדן קארעקט

איך בין ניי דא און דאס איז די ערשטע זאך וואס איך שרייב. איז לאמיר צו צוגיין צום עניין.

כ'האב צאמגענומען און מסדר געווען א ליסטע פון ווערטער וואס איז זייער גרינג צו צוקומען צו א טעות מיט שרייבן. בין איך טאקע גערעכט מיט אלץ וואס כ'האב געשריבן? האט איהר נאך דוגמאות צו ווערטער וואס מען קען קומען צו א טעות? זייט אזוי גוט און שרייבט מיר.
אלזא, דאס זענען די ווערטער:

אויבן ≠ אויוון, און ≠ אין, אויך ≠ הויך, אונטער ≠ הינטער, אלץ ≠ אלס, געזעסן ≠ געזעצן, וואו ≠ ווי, לעבן ≠ נעבן, עהרליך ≠ הערליך, ענדלעך ≠ ענלעך, פיל ≠ פיל ≠ פול, צו ≠ ציה ≠ צי. איז אזוי:


אויבן - למעלה (Up). אויוון - תנור (Oven).
דוגמא: אויבן אין הימל. א מצה אין אויוון.


אויך - גם (Also). הויך - גבוה (High).
דוגמא: דער ראש ישיבה איז אויך געווען אויף דער חתונה. דער זשיראפע איז זייער הויך.


און - ו (And). אין - ב (in).
דוגמא: דער חתן און די כלה. די שטריימל איז אין דער פושקע.


אונטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.


אלץ - הכל (Everything), תמיד (Always). אלס - בתור (As a)
דוגמא: אלץ וואס מען טוהט דארף זיין לשם שמיים. אלץ לערנט ער פלייסיג. דער דאקטער אלס דאקטער ווייסט וואס ער זאגט.


געזעסן (אינפינטיוו: זיצן) - לשבת (Sit). געזעצן - חוקים (Rules).
דוגמא: דער רב איז געזעסן איבער א ספר. אבער: זיי זיצן שוין לאנג. א פאליציאנט איז מענטש וועלכער איז פאראנטווארטלעך מען זאל האלטן די געזעצן.


וואו - איפה (Where). ווי - כמו (As), וויאזוי איך (How).
דוגמא: וואו ביסטו געווען? כ'האב דיר לאנג געזוכט!. ער איז געווען בלאס ווי דער וואנט. ווי קען מען וויסן.


לעבן - חיים (Life). נעבן- ליד (Near).
דוגמא: דאס לעבן איז א פארשפיל פון די אמת'דיגן לעבן. די מקוה איז נעבן דער שול.


עהרליך - ירא שמים (God fearing). הערליך - מדהים ביופי (Breathtaking beauty).
דוגמא: יוסל איז אן עהרליכע יונגערמאן. ירושלים איז א הערליכע שיינע שטאט.


ענדלעך - סוף כל סוף - סוף סוף (Finite). ענלעך - געראטן - דומה (Similar).
דוגמא: ענדלעך זענען מיר אנגעקומען. די צווילינג זענען זייער ענלעך איינער צום צווייטן.


פול / פוהל - אנגעפילט, מלא (Full). פיל/ן / פיהל/ן (זאכווארט: געפיל / געפיהל) - שפירן להרגיש (Feel), פיל / פיהל - אסך הרבה (Much).
דוגמא: די זאל איז געווען פול, אבער: אנפילן דעם גלאז. איך פיל מיך ב"ה זייער גוט. ס'איז געווען אין זאל פיל מענטשן.


צו - ל (To), יתר על המידה (Too). ציה / צי - שלעפ, משיכה, מתיחה (pull). צי - או (Or), בין אם (Whether), אם (if).
לדוגמא: מען דארף צו זיי גיין און זיי זאגן אז זיי שטערן לערנען. דאס שטריימל איז צו טייער. ביטע ציה נישט ביים דאווענען. וועלכער פארב האסטו מעהר ליב רויט צי געל?. א איד צי א גוי, ביידע זענען באשעפענישן. מענטשן ווילן וויסן צי ס'איז טאקע אמת.
לעצט פאראכטן דורך מאָזעס אום דינסטאג יולי 22, 2014 1:19 am, פאראכטן געווארן 12 מאל סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יולי 13, 2014 7:52 am

שלום עליכם הרב מאזעס!! האסט אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פיס, א הערליכע אריינפיר, קלאר און צו דער זאך! האף מיר אז איר וועט הנאה האבן דא און כמפא"פ אונז כסדר מהנה זיין מיט אזעלכע נוצבארע געשרייבעכץ.

שכח!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » זונטאג יולי 13, 2014 8:02 am

געוואלדיג שיין

וואס איז מיט: די / דער / דעם
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » זונטאג יולי 13, 2014 8:10 am

אזוי אויך:
ווען שרייבט מען שיינע / שיינעם / שיינער
וכדומה
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am

גדול, דער אפטייטש פין די ווערטער איבער וואס דו פרעגסט, איז בעצם די זעלבע נאר זיי ווערן אנדערש געזאגט אלס ל' זכר/נקיבה/יחיד/רבים, ר' מאזעס האט גערעדט פין ווערטער וואס מיינען כלל נישט די זעלבע זאך נאר זענען גראדע ענליך אין אויסלייג און אין אויסשפראך.

כ'וואלט נישט ברוגז געווען ווען הרב מאזעס זאל איינגיין צו געבן א שיעור דערויף אויך, אבער דאס איז שוין א העכערע לעוועל, נעמליך 'דקדוק' אונז האלט מיר נאך ביי 'שפראך', ודו"ק.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 13, 2014 9:01 am

מאזעס, יו נעילד איט! איר האט געשלאגן דעם נאגל אויפן קעפל, זייער גוט מבאר געווען די חילוקי תיבות.

קענטיג אז איר זענט פון א"י, ווייל בני חו"ל זענען זיך נישט טועה צווישן "אויך/הויך" און "ערליך/הערליך", ווייל מיר האבן אן אנדערע הברה ביים ה' ווי ביים א'/ע'.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג יולי 13, 2014 9:11 am

זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.

דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יולי 13, 2014 9:16 am

ידיד האט געשריבן:זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.

דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"

און מיר דאכטצעך אז נאר ביי אטע דעם 'צי' קומט עס מיט א יו"ד, משא"כ ביי דעם 'צו' וואס מיינט אדער קומט עס יא מיט א וא"ו.

און פאר איך פארגעס, א גרויסן דאנק הרב מאזעס, לערן דא אויס אביסל דעם עולם.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » זונטאג יולי 13, 2014 9:21 am

יישר כח פאר אלע מגיבים. לגבי אלץ - אלס, בין איך נישט זיכער ווייל כ'האב זעזעהן א בפירוש'ע "המבשר די וואך" וואס שרייבט אלץ אנשטאט "מיין" אלס.

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג יולי 13, 2014 9:36 am

זייער שיין.
אגב ביזט זיכער אז זשיראפע איז מיט א 'דער'?
און פארוואס שרייבסטו אינטער נישט אונטער
אלץ איז אויך א לשון פון אלעמאל: אלץ לערנט ער פלייסיג וכדו'.
נאך א נקודה, רוב פראפעסיאנאלע שרייבער האבן שוין לאנג באזייטיגט אלע איבריגע ה'ס א שטייגער ווי ערליך, רעדן, טוט, מער וכדו'.

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » זונטאג יולי 13, 2014 9:38 am

מאָזעס האט געשריבן:עהרליך - ירא שמים (God fearing), הערליך - מדהים ביופי (Breathtaking beauty).
דוגמא: יוסל איז אן עהרליכע יונגערמאן. ירושלים איז א הערליכע שיינע שטאט.


ברוכים הבאים ר' מאזעס.

א גרויסן יישר כח פארן מבאר זיין די ענין מיט א קלארקייט.

איין הערה נאר, לדעתי איז די ריכטיגע טייטש פון "עהרליך" - נאמן, ישר... (Honest).
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 13, 2014 11:53 am

ידיד האט געשריבן:זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.

דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"

מיר שרייבן אין אזא פאל "ציה"

'ציהסט אפ פון דא'? אין איין ציה...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 13, 2014 11:53 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.

דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"

און מיר דאכטצעך אז נאר ביי אטע דעם 'צי' קומט עס מיט א יו"ד, משא"כ ביי דעם 'צו' וואס מיינט אדער קומט עס יא מיט א וא"ו.

און פאר איך פארגעס, א גרויסן דאנק הרב מאזעס, לערן דא אויס אביסל דעם עולם.

דאכט זיך אז עס דאכט זיך דיר נישט גוט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 13, 2014 1:29 pm

ס'קוקט מיר אויס אז מאזעס וואוינט אין א"י.
ביי אונז אין אמעריקע מישט מען זיך נישט אויס צווישן אויך און הויך, אדער צווישן הינטער און אינטער, און די זעלבע צווישן הערליך און ערליך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 13, 2014 1:35 pm

זאכליך האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז מאזעס וואוינט אין א"י.
ביי אונז אין אמעריקע מישט מען זיך נישט אויס צווישן אויך און הויך, אדער צווישן הינטער און אינטער, און די זעלבע צווישן הערליך און ערליך.

אויך געהאט די זעלבע הערה, אבער געזעהן אז לכאורה האט עס שוין דערמאנט.

ישר כח פאר מאזעס, א גוטע אנהייב, יהא בואכם לברכה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 13, 2014 1:41 pm

נישט באמערקט...
שוין שלשה "כותבים" הבאים כאחד...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » זונטאג יולי 13, 2014 2:13 pm

איך וואוין טאקע אין ארץ ישראל און אפילו הכי צעמיש איך מיך נישט צווישן הערליך / עהרליך, אינטער / הינטער און אודאי נישט מיט אויך און הויך וכו', על אף אז מיין מוטער שפראך איז העברעיש ל"ע, אבער וויבאלד אז איך האב געזעהן אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן א טעות אין דעם, האב איך געהזעהן צו וויכטיג אויף דאס צו שרייבן. די חסידישער אויסלענדישע וואס האבן זוכה געווען צו ווערן געבוירן מיט אידיש אין וואוינען אין א סביבה פון אידיש, לייענן אסך אידיש וכו' טאקע מקנה צו זיין, זיי דארפן עס אפשר טאקע נישט האבן...

אגב, ס'איז דא נאך סימנים אז דער כותב שטאמט פון ארץ ישראל ווי צום ביישפיל: מאשין, און דאס אז די ערשטע איבערזעצונג איז צו לש"ק, וכו'.

מעניין לעניין באותו העניין מיין איך אז ס'איז א געדאנק צו עפענען אין א געלייגנהייט א אשכול וועגן די חילוקים צווישן די צוויי "דיאלעקטן" אמעריקאנר אידיש און ארץ־ישראל'דיגער אידיש.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג יולי 13, 2014 7:55 pm

מען קען אנהייבן מיט דעם אשכול.

דער אשכול איז גוט סתם אזוי צו ליינען אין א שווערע מינוט....
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » מאנטאג יולי 14, 2014 7:21 pm

כ'האב יעצט צוגעלייגט נאך צווי נייע ווערטער: פיל - פיל - פול, אויבן אויוון. קוקט אויבן...

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » דינסטאג יולי 15, 2014 6:12 am

כ'האב צוגעלייגט ר' ציפקע'ס אלץ, און ר'ידיד'ס ציה,

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דינסטאג יולי 15, 2014 8:09 am

מאָזעס האט געשריבן:אינטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.


נאכאמאל א יישר כח ר' מאזעס.

אונטער (Under) ווערט געשריבן מיט וא"ו.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » דינסטאג יולי 15, 2014 1:32 pm

א יישר כח ר' שמחת עולם כ'האב עס פאראכטן

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » דאנארשטאג יולי 17, 2014 3:21 am

איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 17, 2014 5:47 am

מאָזעס האט געשריבן:איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?

פארוואס עפעס? ווא זעסטו - אין אונזער היימישן אידיש אז צוויי יו"ד'ען זאלן געזאגט ווערן מיט א חיריק?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 17, 2014 7:09 am

מאָזעס האט געשריבן:אינטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.

בין איך געוואויר געווארן אז ס'יז דא א חילוק צווישן אונטער - הונטער.
אילו לא באנו אלא משום זה דיינו.

הגם איך האב נישט אויפגעפאסט אין אונזער (אויסלענדישן) דיאלעקט מיר זאלן מקפיד זיין דערויף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט