טעותים ביים טייפן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

טעותים ביים טייפן

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:21 pm

לעצטענ'ס האב איך באמערקט גאר אן 'אינטערסאנטע ערשיינונג' וואס מאכט זיך ביי מיר ביים טייפן, אז איך טויש אויף אותיות וואס זענען פונעם זעלבן מוצא, ווי למשל א' און ע', ח' און כ', וכדומה. און דאס איז אין צייט וואס אין מוח ווייס איך קלאר די ריכטיגע ספעלינג, נישט נאר איך ווייס, נאר אדרבה ווען איך זעה אזא טעות ביי א צווייטן שפרינג איך אויף אין א מילי-סעקונדע, און דא ווען איך טייפ אליינ'ס (בעיקר ווען איך טייפ אייגענע זאכן פון מוח ארויס, נישט ווען איך טייפ איבער א צווייטנ'ס כתבים) זאל זיך מאכן אזוינע טעותים?

איך האב געטראכט אז פילייכט נעמט זיך דאס ווייל ס'קומט פון אן אנדערע חלק אין מוח, ווי זיי שרייבען אז טייפינג איז טיף איינגעקריצט אין מוח, אז דאס פארבלייבט אייביג, אפילו נאכדעם וואס א מענטש גייט אדורך גאר א שווערע טראמא, ווי למשל נאך א שווערע עקסידענט, וואס דער מענטש פארגעסט אלעס, און "אלעס" מיין איך אלעס, ווער ער איז, ווי אזוי ער הייסט, זיין ווייב און קינדער וכו', אבער געציילטע זאכן פארגעסט ער נישט, ווי למשל ווי אזוי זיך צו באלאנסירען אויף א בייק וכדו', איינע פון די געציילטע זאכן וואס בלייבן איינגעקריצט אין מוח, איז טייפן, ער דארף זיך דאס נישט לערנען נאכאמאל.

האב איך געקלערט אז מעגליך דאס איז די סיבה, וויבאלד ס'קומט פון צוויי באזונדערע חלקים אין מוח, אבער איך קען דאס נאך אלץ נישט פארענטפערן געהעריג, אויב עמיצער ווייסט א פאסיגע ענטפער, ביטע זיך לאזן הערן.

יישר כח
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט