אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:57 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איך מיין צו זאגן, אז ווען דו וועסטיך טענה'ן מיט איינעם, אדער דו געפינסט זיך אויפ'ן דעבטאע פלאטפארמע און דו ווילסט אפפרעגן זיינע באמערקונגן און באהפויטונגן. עס איז דא א וועג, פון גלייך גיין צום פונקט, אבער אין עינגליש וואלט מען דאן גע'געבן א קוועטש די ווארט Well, וואס אין אידיש האב איך נאכנישט געטראפן די ריכטיגע זאץ דערפאר. עס איז דא די ווערטער, נו, אלזא, הכלל, אבער די באדייט דערפון איז נישטאמאל קיין ווייטע קאזינס פון דעם ווארט.


דו בעסטע ערזעץ וואס איך קען טראכטן איז "קוק", איך מיין אז דאס איז שוין יא גאנץ א נאנטע קוזין.
דארפסט פארשטיין אז well מיינט באמת גארנישט, עס איז בלויז אזא אויסדרוק אן קיין אפטייטש, מען וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן "באם" נאר happens to be אז מען זאגט well. ממילא איך מיין אז "קוק" אדער "קוק אהער" איז גאנץ א גוטע אויסדרוק אנשטאט.

טשולענט בונדלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:39 am

צומער אדער צוממער?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:50 am

ציממער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:42 pm

צימער.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:02 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צימער.

איז דאס נישט די זעלבע מחלוקת הפוסקים איבער זומער אדער זוממער?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:03 am

וואס איז דער ריכטיגער אויסלייג פון:
פיליזאף? פיליזאפן? פיליזאפיע?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:15 am

פיל"א"זאף, אןו דאך די איבעריקע צוגאבען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:18 am

צו געזונט האט געשריבן:פיל"א"זאף, אןו דאך די איבעריקע צוגאבען

א דאנק
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:38 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:שרייבט מען באפעלקרונג אדער באפעלקערונג?

באפעלקערונג
וואס איז בכלל די הו"א?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:51 am

להגדיל האשכול ולהאדירה..

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:02 am

חלב ישראל האט געשריבן:להגדיל האשכול ולהאדירה..

ולהאדירו
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:57 am

נאו נעים האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:שרייבט מען באפעלקרונג אדער באפעלקערונג?

באפעלקערונג
וואס איז בכלל די הו"א?

מ׳האט שוין געפרעגט סך פאניער״ע זאכן דא
למעשה ארויסזאגן זאגן עס פיל מענטשן ׳באפעלקרונג׳, האט ער געהאט א הוא אמינא..

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:25 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צימער.

איז דאס נישט די זעלבע מחלוקת הפוסקים איבער זומער אדער זוממער?

ניין. דער טעות (אדער שיטה) פון 'זוממער', נעמט זיך פונעם ענגלישן 'summer'. עפעס וואס איז נישט שייך דא.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:20 pm

פארוואס נישט? אויף דייטש שרייבט מען עס zimmer

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:26 pm

ווייל דער דייטשער שפראך איז נישט באקאנט ביים היימישן ציבור אז מ'זאל קענען ציען א טעות דערפון.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:36 pm

איז די ווארט ריכטיג אויסגעלייגט? "באאויפטראגט"

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:55 pm

אילו זכינו האט געשריבן:איז די ווארט ריכטיג אויסגעלייגט? "באאויפטראגט"

יא!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 8:59 am

וואס איז מער ריכטיג.
פארלאפענע אדער פארלאפענעם?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:54 am

ווענד זיך וואס קומט נאכדעם.

אין די פארלאפענע יארן

פארלאפענעם יאר
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:57 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז מער ריכטיג.
פארלאפענע אדער פארלאפענעם?

אנגעכאפט דעם שפיץ פאדים פון אידישע גראמאטיק.

בקיצור: אין לשון רבים קומט אייביג פארלאפענע; אין לשון יחיד ווענדט זיך פון וואס מ'רעדט. ביי לשון זכר קומט פארלאפענער (נאמינאטיוו) אדער פארלאפענעם (אקוזאטיוו, דאטיוו), ביי לשון נקיבה קומט פארלאפענע (נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) אדער פארלאפענער (דאטיוו), און ביי לשון סתמי קומט פארלאפענע (נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) פארלאפענעם (דאטיוו) אדער סתם פארלאפן (ביי אן אומבאשטימטן ארטיקל - ביי דעם ווערב הערט זיך אביסל אינטערעסאנט, אבער ביי ענליכס צו דעם וואלט מען געזאגט א פארשלאפן קינד, א מעכטיג פאלק, א ווייך הארץ, א געניט אויג, אד"ג).

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 8:50 am

גרשון האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז מער ריכטיג.
פארלאפענע אדער פארלאפענעם?

אנגעכאפט דעם שפיץ פאדים פון אידישע גראמאטיק.

בקיצור: אין לשון רבים קומט אייביג פארלאפענע; אין לשון יחיד ווענדט זיך פון וואס מ'רעדט. ביי לשון זכר קומט פארלאפענער (נאמינאטיוו) אדער פארלאפענעם (אקוזאטיוו, דאטיוו), ביי לשון נקיבה קומט פארלאפענע (נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) אדער פארלאפענער (דאטיוו), און ביי לשון סתמי קומט פארלאפענע (נאמינאטיוו, אקוזאטיוו) פארלאפענעם (דאטיוו) אדער סתם פארלאפן (ביי אן אומבאשטימטן ארטיקל - ביי דעם ווערב הערט זיך אביסל אינטערעסאנט, אבער ביי ענליכס צו דעם וואלט מען געזאגט א פארשלאפן קינד, א מעכטיג פאלק, א ווייך הארץ, א געניט אויג, אד"ג).

א דאנק אייך גרשון.
זייער קלאר און אינפארמאטיוו.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 8:51 am

איך בין אויפגעוואקסן מיט די ווארט 'פעדערן' (מקדים זיין)
בליקנדיג אינעם בוך פון א. ראטה ווערט דאס נישט דערמאנט, איינער ווייסט מער איבער דעם, ווי אזוי מען שרייבט דאס ריכטיג?
(אדער צו דאס איז בכלל ריכטיג).
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:59 pm

וועלעכע איז ריכטיג? מיט אדער אן דער "ד"?
אויסערגעווענליכע אדער אויסערגעווענדליכע

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:01 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן מיט די ווארט 'פעדערן' (מקדים זיין)
בליקנדיג אינעם בוך פון א. ראטה ווערט דאס נישט דערמאנט, איינער ווייסט מער איבער דעם, ווי אזוי מען שרייבט דאס ריכטיג?
(אדער צו דאס איז בכלל ריכטיג).

די רבי'ס אין חדר פלעגן אסאך טייטשן מיט דעם ווארט. כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיין סיבה פארוואס עס נישט צו ניצן.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:02 pm

אילו זכינו האט געשריבן:וועלעכע איז ריכטיג? מיט אדער אן דער "ד"?
אויסערגעווענליכע אדער אויסערגעווענדליכע

אן דעם ד'.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט