אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 05, 2008 11:21 pm

קרעמער,
לויט מאשקעס פריערדיגע רעאקציע; מיט א יודעלע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 05, 2008 11:22 pm

יישר. איך האב אויך אזוי פארשטאנען, נאר געוואלט זיכער מאכן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:40 am

נאך א ווארט וואס איך וויל וויסן:

פיץ/פוץ

מען פיצט די ציין אדער מען פוצט זיי?

איז דא אויך א חילוק צווישן עבר/עתיד פעל/מתפעל?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 12:11 pm

דער עולם איז קענטיג נמאס געווארן פון מיינע פראגעס -- און זיי זענען גערעכט! קיינער איז נישט שולדיג אז איך האב זיך אונטערגענומען מגיה צו זיין א אידישע ספר.

לאמיר אבער פרובירן מיין מזל נאך איינמאל:

וועלכע ווארט איז ריכטיגער: דויערן אדער געדויערן.

ווילאנג דויערט צו פארן פון וומ"ס קיין ב"פ? אדער ווילאנג געדויערט עס?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 1:00 pm

הרב קרעמער,איך דענק אז דאס ווענדט זיך אין אויסשפראך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 9:00 pm

מען זאל נישט אליינס באשליסן; דויערן.

פיצן/פוצן ווייס איך נישט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 9:05 pm

דויערט איז ריכטיק.

אגב, האט דאס עפעס מיט 'באדויער' ?

[איך באדויער וואס כ'אב יעצט געשריבן]
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 11:59 pm

לכאורה אין להם שום שייכות.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

נאכנישט -- נאך נישט

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 08, 2008 3:35 pm

איך זעה דא זייער אפט א שטיקל צומישעניש אין דעם אפילו ביי גאר גוטע שרייבערס :-)

וועלכער איז ריכטיג?
"נאכנישט" אדער "נאך נישט".
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוקטובער 09, 2008 9:35 pm

נאכנישט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוקטובער 09, 2008 9:36 pm

און דאס קען רואיג צוזאמגעשמאלצן ווערן מיט "אידישע ווערטער און זייער אויסלייג".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 09, 2008 10:16 pm

נאך נישט אזוי זיכער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 15, 2011 4:58 am

סאכדעס האט געשריבן:פראבע, פרובירן, פרוביר,

מאן יימר אז עס איז דא אין אידיש אזא ווארט?

א בית, (אן א פינטל) האבן מיר א כלל אז עס איז נישט דא אין אידיש. אלזא, זאל מען זאגן כ'וויל דיך אויספרואוון? ניין עס ליגט מיר נישט אין זכרון אזא ווארט אין די אידישע ליכט. זאגט מען ענדערש אזוי, כ'וויל דיר אויספרובירן. אהה דאס רעדט שוין ווערטער..

און אזוי ווי אסאך נייע געבוירענע ווערטער, איז 'פרואוון' אויך געבוירן געווארן ערגעצוואו.

דאס איז נאר בדרך אפשר, באלד וועט אפירקומען דיזער, וואס האט שוין א קבלה כמה דורות ביז הרב ייס און ער וועט אונז שוין מגלה סוד זיין.

איך האב מקובל דורי דורות ביז צו מ' לעהמאן אז ס'איז אויסדרוקליך פארהאן דעם אויסדריק פרואוון . און עס איז אפי' דוכט זיך מיר, פארהאן, פרובן
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 15, 2011 7:06 am

הרב קולמוס
דאכטזיך אז פרואווען
מיינט בעיקר
to taste
און פראבירען
מיינט בעיקר
to try....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 15, 2011 9:00 am

זעסטו די ביסט שוין א דריטע שיטה. אז מען שרייבט עס מיט אן ע צום סוף "פרואווען" נישט ווי איך פרואוון.
און ס'איז לאוו דווקה מוכרח - לטעם. נאר וואו עס זאל שטיין "זיי האבן געמאכט א פרואוו צו אנטלויפן"
אדער "די באשעפער האט אים בלויז געוואלט "אויספרואוון", זעהן צו ער וועט ביישטיין.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 15, 2011 9:42 am

קרעמער האט געשריבן:לאמיר גיין ווייטער מיטן ווערטער שפיל: און "ספראוון" (צום ביישפיל, דאס קינד איז אזוי ווילד אז מען קען זיך שווער ספראוון מיט אים) איז שוין גאר א דריטע ווארט..

נראה לי לומר אז ספראוון קומט מיט א ע אין ענדע. ספראווען. אדער ספראווענען.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

ערנסט אדער ערנצט?

תגובהדורך דוד פיישוט » מאנטאג יולי 25, 2011 7:56 pm

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען שרייבן מיט א צדי

אבער איך האב געטראפן ווי ד"ר מ. וויינרייך שרייבט יא "ערנצט"

אלזא וואסי פשט?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 26, 2011 5:08 am

לענ"ד ווענדט זיך דאס אויב אין דייטש איז דא א
t
פאר די
s
אבער וויבאלד מען שרייבט אויף דייטש
ernst
וואלט מען געדארפט שרייבען אויף אידיש ערנסט און נישט ערנצט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג יולי 26, 2011 5:49 pm

שוועמל האט געשריבן:דויערט איז ריכטיק.

אגב, האט דאס עפעס מיט 'באדויער' ?

[איך באדויער וואס כ'אב יעצט געשריבן]

מאשקע האט געשריבן:לכאורה אין להם שום שייכות.

און "דויערהאפטיג"?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 26, 2011 7:26 pm

אויך נישט צוטוהן מיט באדויער . דויערהאפטיג איז מל' דויערט..אזוי ווי.. די רעקל איז א דויערהאפטיגס! ד.מ. עס האלט א לאנגע צייט!
קען זיי אז בדרך מליצה , האט דויערן מיט באדויער..איך "באדויער" די צייט וואס עס האט מיך "געדויערט" די באשעפטיגונג - (וואס אימער עס זאל זיין!)
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 28, 2011 6:18 am

אזוי ווי דער טייטש פון דער שבלי הלקט אז שבת הגדול הייסט אזוי
ווייל דער רב דרשנט און דרשנט און דרשנט
און עס געדויערט און געדויערט און עס אזא לאנגע שבת גרויס ווי די גלות...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

גארדאן
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2011 10:31 am

תגובהדורך גארדאן » דאנארשטאג יולי 28, 2011 9:33 am

פעדער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:פראבע, פרובירן, פרוביר,

מאן יימר אז עס איז דא אין אידיש אזא ווארט?

א בית, (אן א פינטל) האבן מיר א כלל אז עס איז נישט דא אין אידיש. אלזא, זאל מען זאגן כ'וויל דיך אויספרואוון? ניין עס ליגט מיר נישט אין זכרון אזא ווארט אין די אידישע ליכט. זאגט מען ענדערש אזוי, כ'וויל דיר אויספרובירן. אהה דאס רעדט שוין ווערטער..

און אזוי ווי אסאך נייע געבוירענע ווערטער, איז 'פרואוון' אויך געבוירן געווארן ערגעצוואו.

דאס איז נאר בדרך אפשר, באלד וועט אפירקומען דיזער, וואס האט שוין א קבלה כמה דורות ביז הרב ייס און ער וועט אונז שוין מגלה סוד זיין.

איך האב מקובל דורי דורות ביז צו מ' לעהמאן אז ס'איז אויסדרוקליך פארהאן דעם אויסדריק פרואוון . און עס איז אפי' דוכט זיך מיר, פארהאן, פרובן



"פרואוון" איז אפשר א פריש-געבוירענער אויסדרוק, איך האב נישט אזא קבלה פון דורות. אבער "פרואוו" איז דער אידישער ווארט פאר "נסיון".

גארדאן, אין א פרואוו צו אויסקלארן דאס ווארט פרואוו.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 28, 2011 10:58 am

וויסט (פוסט) - געוואוסט, פארוואס פאסט ביי וויסט א יו"ד, און ביי געוואוסט פאסט בעסער דער אלף וואוו?

און וועגען פראבע, מיר ליגט אין זכרון אז דאס ווארט אז פראבּע מיט א פינטל. דארף מען דערגיין וואס דער שורש פון פרואוו איז.

יעצט וויאזוי לייגט מען דעם אל"ף ווא"וו ביי ווערטער ווי מ'נוצט עס במקום יו"ד, איך נוץ געווענטליך או אבער דא זעה איך אז פעדער און גארדאן שרייבן פרואוו, דער ווא"וו בעפאר דעם אל"ף דאס שמעקט עפעס נישט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 28, 2011 11:05 am

לענ"ד ווענדט זיך אלץ אויף די דייטשע ארידזשין....
איני אומר קבלו דעתי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יולי 28, 2011 1:37 pm

msp האט געשריבן:לענ"ד ווענדט זיך אלץ אויף די דייטשע ארידזשין....
איני אומר קבלו דעתי


און וואס זאגסטו כלפי די שאלה?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט