אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג יולי 28, 2019 5:36 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:סתם אינטערעסאנט... לויט דעם קומט אויס צו שרייבן 'אינטערעסאנטע אריינגעשמיסן אינעם ווארט דריי ע'... פאר ראטה וואלט דאס נישט געשמעקט.

וואלט געקענט זיין א חידה אין "יפה בעתו" (ווען איך בין געווען א קינד): "וואו זענען דא דריי ע' אין איין ווארט?"...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 28, 2019 6:33 pm

נישטא נאך?

געגאנגענע
געפלויגענע
צוריקגעשטאנענע
עלטערע
געפערליכע
געפעפערטע - 4

ועוד הרבה מאוד אשר לא יספר מרוב.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יולי 29, 2019 12:25 am

וועלטניק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:הרג'נען אדער הארגענען?

לעצטנס שרייבן אסאך הארגענען, וויאזוי דו ביסט באקוועמער.

אסאך וואס קענען נישט ספעלן, אפשר. אבער איינער וואס קען יא ספעלן שרייבט נישט אזוי. ס׳שטעכט אין אויג און בכלל נישט ריכטיג

זעהט אויס אז ס'גייט אין די וועגן פון שעכטער ('שחט'ער) און באהאוונט (בא'הבן'ט) ועוד.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 29, 2019 1:11 am

שעכטן שרייבן אויך אסאך אנשטאט שחט'ן.

יעדע זאך וואס דו האלטסט אנדערש וועט שטעכן אין די אויגן, ממילא דאס איז נישט קיין ראיה הרב וועלטניק...
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג יולי 29, 2019 8:50 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שעכטן שרייבן אויך אסאך אנשטאט שחט'ן.

יעדע זאך וואס דו האלטסט אנדערש וועט שטעכן אין די אויגן, ממילא דאס איז נישט קיין ראיה הרב וועלטניק...

נישט ריכטיג, בא'הבן'ט וועט מיר מער שטעכן ווי באהאוונט.. איך בין סורפרייזט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 29, 2019 9:29 am

יא יא, דאס זאג איך. שטעכן וועט יעדע זאך וואס דו שרייבסט אנדערש...

איך האב שוין עטליכע מאל געטוישט וויאזוי צו שרייבן געוויסע ווערטער, און מיטאמאל האט עס אויפגעהערט צו 'שטעכן' די אויגן....
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » מאנטאג יולי 29, 2019 10:02 am

ערשטע, צווייטע, ... פיפטע?
אדער פינפטע?

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 11:18 am

 פיש כאפער האט געשריבן:ערשטע, צווייטע, ... פיפטע?
אדער פינפטע?

לענ"ד 'פיפטע'
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 29, 2019 11:30 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:ערשטע, צווייטע, ... פיפטע?
אדער פינפטע?

לענ"ד 'פיפטע'

פינפטע.

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 29, 2019 11:40 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יא יא, דאס זאג איך. שטעכן וועט יעדע זאך וואס דו שרייבסט אנדערש...

איך האב שוין עטליכע מאל געטוישט וויאזוי צו שרייבן געוויסע ווערטער, און מיטאמאל האט עס אויפגעהערט צו 'שטעכן' די אויגן....

רואה אני את דברי וועלטניק. ס'איז געווענליך דא א וועג וואס איז אנגענומען ביי שרייבערס; אידיש איז נישט קיין נייע שפראך, איז בדרך כלל האט זיך יעדע ווארט אויסגעטרעטן זיין וועג ווי אזוי צו ווערן געשריבן.

"בא'הבנ'ט" האב איך נאך קיינמאל נישט געזען, "שעכטן" איז אויך ווייניג מצוי היינט-צו-טאגס, און "הארגענען" איז פשוט אפגע'הרג'עט א ווארט... דו ביזט אוודאי מודה אז ס'האט נישט קיין פשט אז יעדער זאל אנפאנגען שרייבן ווי אזוי ס'גלוסט אים: גאנבענען, לאקכענען, זיך כאווערן. אדער פארקערט: כליה מאכן, בעל הבית'עווען, אד"ג.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום מאנטאג יולי 29, 2019 11:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 29, 2019 11:42 am

.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 11:46 am

גרשון האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:ערשטע, צווייטע, ... פיפטע?
אדער פינפטע?

לענ"ד 'פיפטע'

פינפטע.

נאך א שנעלע איבערבליק, וואלט איך זיך טיילווייז געדינגן, למשל מען וועט זאגן דאס פינפטע עוועניו, און מען וועט זאגן דאס פיפטע חלק אין שו"ע.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 29, 2019 12:11 pm

אייביג פינפטע.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 29, 2019 12:13 pm

גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יא יא, דאס זאג איך. שטעכן וועט יעדע זאך וואס דו שרייבסט אנדערש...

איך האב שוין עטליכע מאל געטוישט וויאזוי צו שרייבן געוויסע ווערטער, און מיטאמאל האט עס אויפגעהערט צו 'שטעכן' די אויגן....

רואה אני את דברי וועלטניק. ס'איז געווענליך דא א וועג וואס איז אנגענומען ביי שרייבערס; אידיש איז נישט קיין נייע שפראך, איז בדרך כלל האט זיך יעדע ווארט אויסגעטרעטן זיין וועג ווי אזוי צו ווערן געשריבן.

"בא'הבנ'ט" האב איך נאך קיינמאל נישט געזען, "שעכטן" איז אויך ווייניג מצוי היינט-צו-טאגס, און "הארגענען" איז פשוט אפגע'הרג'עט א ווארט... דו ביזט אוודאי מודה אז ס'האט נישט קיין פשט אז יעדער זאל אנפאנגען שרייבן ווי אזוי ס'גלוסט אים: גאנבענען, לאקכענען, זיך כאווערן. אדער פארקערט: כליה מאכן, בעל הבית'עווען, אד"ג.

הונדערט פראצענט. איך קריג מיך נישט מיט די כללים.

נאר זיין ראיה אז ווייל ס'שטעכט די אויג וועגן דעם איז עס נישט גוט, איז נישט מוכרחת... דאס אלעס.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

ר-ר צוויי מאל

תגובהדורך  פיש כאפער » דינסטאג יולי 30, 2019 9:41 am

פארראכטן, פארראטן, א.א.וו. דאס קומט מיט צוויי ר' אדער איין?

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 30, 2019 9:42 am

 פיש כאפער האט געשריבן:פארראכטן, פארראטן, א.א.וו. דאס קומט מיט צוויי ר' אדער איין?

צוויי
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 30, 2019 9:44 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:פארראכטן, פארראטן, א.א.וו. דאס קומט מיט צוויי ר' אדער איין?

צוויי

וכהנה רבות, צום ביישפיל, 'באארבעט'
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » דינסטאג יולי 30, 2019 10:22 am

יישר כח

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג יולי 30, 2019 10:38 am

פארוואונדעטן?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

קבר/ציון

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג יולי 30, 2019 5:14 pm

די אמאליגע שפראך:

צום/אויפן פעלד: איז א בית החיים וואו עלטערן/אידן זענען באערדיגט.

בית החיים: וואו אידן זענען באערדיגט.

ציון: א קבר פון א צדיק.

קבר: דאס פלאץ וואו די מצבה ליגט.

מצבה: דאס שטיין וואס ליגט צוקאפנס פונעם נפטר.

בית הקברות: געווענליך רופט מען אזוי דארט וואו גוים זענען באגראבן.

היינט הייסט אלעס ציון ...(מ'גייט צום ציון)

איינער ווייסט פארוואס?

(באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער נישט געטראפן וואו צו לייגן)

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 30, 2019 6:34 pm

טרעוולער האט געשריבן:די אמאליגע שפראך:

צום/אויפן פעלד: איז א בית החיים וואו עלטערן/אידן זענען באערדיגט.

בית החיים: וואו אידן זענען באערדיגט.

ציון: א קבר פון א צדיק.

קבר: דאס פלאץ וואו די מצבה ליגט.

מצבה: דאס שטיין וואס ליגט צוקאפנס פונעם נפטר.

בית הקברות: געווענליך רופט מען אזוי דארט וואו גוים זענען באגראבן.

היינט הייסט אלעס ציון ...(מ'גייט צום ציון)

איינער ווייסט פארוואס?

(באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער נישט געטראפן וואו צו לייגן)

די סיבה איז מסתמא ווייל דו האסט נישט געשריבן ביז יעצט... הגם די איינציגע פון דער ליסטע וואס מ'הערט נישט איז די ערשטע.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יולי 30, 2019 6:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 30, 2019 6:37 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:פארוואונדעטן?

יא. פארשטייט זיך געוואנדן אין דער גראמאטיק, וואו ס'קען זיין פארוואונדעט, פארוואונדעטע, פארוואונדעטער, אדער פארוואונדעטן.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 30, 2019 6:40 pm

גרשון האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן:די אמאליגע שפראך:

צום/אויפן פעלד: איז א בית החיים וואו עלטערן/אידן זענען באערדיגט.

בית החיים: וואו אידן זענען באערדיגט.

ציון: א קבר פון א צדיק.

קבר: דאס פלאץ וואו די מצבה ליגט.

מצבה: דאס שטיין וואס ליגט צוקאפנס פונעם נפטר.

בית הקברות: געווענליך רופט מען אזוי דארט וואו גוים זענען באגראבן.

היינט הייסט אלעס ציון ...(מ'גייט צום ציון)

איינער ווייסט פארוואס?

(באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער נישט געטראפן וואו צו לייגן)

די סיבה איז מסתמא ווייל דו האסט נישט געשריבן ביז יעצט, הגם די איינציגע פון דער ליסטע וואס מ'הערט נישט איז די ערשטע...

חחח, ווי גרשון זאגט. דער סיבה פארוואס איז ווייל נישט... וועסט נישט זיין קיין איין נארמאלע געשריבענע פלאץ אדער אפילו שמועסן וואס מישן דאס אויס.

פעלד איז א אידישע/אויסדריק נאמען אויפן לשה"ק ווארט בית החיים.

ציון איז א מער איידעלע און בכבוד'דיגע אויסדריק אויף א קבר, מען נוצט עס נארמאל ביי צדיקים.

סאו נארמאל וועט מען גיין אויפן פעלד צום ציון...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מחשב
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג יולי 30, 2019 6:43 pm

בינעך צומישט. דיסקוסירן אדער דיסקוטירן?
הוי מחשב...

גרשון
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 30, 2019 6:54 pm

מחשב האט געשריבן:בינעך צומישט. דיסקוסירן אדער דיסקוטירן?

דאס טאט-ווארט איז דיסקוטירן, און דאס זאך-ווארט איז דיסקוסיע.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט