אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:39 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קיין איינס איז נישט אומריכטיג. איך וואלט מסתמא גענוצט די ערשטע אדער די צווייטע.

;l;p-
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:55 pm

אויכעט/אויך?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:56 pm

אויכעט איז גרייזיג (און קינדיש, אויב מ'מעג זאגן).
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:59 pm

גיי איך צוריק אין פלעי גרופ... :cry: :cry: :cry:
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:10 pm

נישט נעמען פערזענליך ביטע, נאר א מיינונג פון א קלאצקאפ...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:47 pm

בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

נישטא אזא ווארט געוואונען.

אגב, ווידערוויילונג איז אויך א גרייז. די ריכטיגע ווארט איז ווידערערוויילונג.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:42 pm

Think and Thank האט געשריבן:נישטא אזא ווארט געוואונען.

אפשר אין דיין פריוואטע דיקשאנערי.
ברויכסט ווי שנעלער קויפן א נייע אויב אזוי

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:42 pm

Think and Thank האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

נישטא אזא ווארט געוואונען.

אגב, ווידערוויילונג איז אויך א גרייז. די ריכטיגע ווארט איז ווידערערוויילונג.

געאורטיילט! איך מעג מיך דינגען? געוואונען מיינט געוואונען. אפשר מיינסטו אז ס'איז נישטא אזא ווארט 'געוואנען'.

ווידערוויילונג ווייס איך שוין נישט אויב ס'איז ריכטיג אדער נישט, אבער אזוי שרייבט מען.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:43 pm

וועלטניק האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:נישטא אזא ווארט געוואונען.

אפשר אין דיין פריוואטע דיקשאנערי.
ברויכסט ווי שנעלער קויפן א נייע אויב אזוי

ער זוכט א ספאנסאר.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:58 pm

Think and Thank האט געשריבן:אגב, ווידערוויילונג איז אויך א גרייז. די ריכטיגע ווארט איז ווידערערוויילונג.

שיינט צו זיין ריכטיג. קיינמאל נישט אויפגעפאסט.

בנוגע געוואונען, בין איך מיך מצרף צו די דעת החולקים.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

גרשון
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:57 pm

בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

דער חילוק איז זיכער אמת, און ס'זענען דא גאר אסאך אידישע ווערטער מיט דעם כלל, דהיינו א י' בלשון הוה און עתיד און א ו' (אדער או) בלשון עבר.

נאך ווערטער אין דער קאטעגאריע: בינדן-געבונדן, געפינען-געפונען, דריקן-געדרוקט, צווינגען-געצוואונגען, ווינטשן-געוואונטשן, זינגען-געזונגען, דינגען-געדונגען, און נאך אסאך.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:21 pm

גרשון האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

דער חילוק איז זיכער אמת, און ס'זענען דא גאר אסאך אידישע ווערטער מיט דעם כלל, דהיינו א י' בלשון הוה און עתיד און א ו' (אדער או) בלשון עבר.

נאך ווערטער אין דער קאטעגאריע: בינדן-געבונדן, געפינען-געפונען, דריקן-געדרוקט, צווינגען-געצוואונגען, ווינטשן-געוואונטשן, זינגען-געזונגען, דינגען-געדונגען, און נאך אסאך.

מ׳קען פשוט זעהן וויאזוי די ישראלים און ליטאים זענען זיך נוהג דערין

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:23 pm

אין אמעריקע איז נאר געבליבן געוואונען-געווינען, געפינען-געפונען און נאך איינס אדער צוויי. ביי די אלע דערמאנטע דורך גרשון איז נישט איינגעפירט מחלק צו זיין...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:44 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

נישטא אזא ווארט געוואונען.

אגב, ווידערוויילונג איז אויך א גרייז. די ריכטיגע ווארט איז ווידערערוויילונג.

געאורטיילט! איך מעג מיך דינגען? געוואונען מיינט געוואונען. אפשר מיינסטו אז ס'איז נישטא אזא ווארט 'געוואנען'.

ווידערוויילונג ווייס איך שוין נישט אויב ס'איז ריכטיג אדער נישט, אבער אזוי שרייבט מען.


'מען' שרייבט ווידערוויילונג בלויז די לעצטע בערך צען יאר, זינט יעדער מיט א קיבארד איז א שרייבער, רעדנער אדער ביידע. אויב האב איך נישט קיין טעות איז דער מחבר דערפון זלמן ווידער, און די יונגווארג וואס איז נתגדל על ברכיו ווייסט נעבעך נישט בעסער. אדרבה, קוק נאך וויאזוי מען האט געשריבן פאר צען פופצן יאר צוריק. (איך האב שוין מעורר געווען דערויף א רעדאקטאר פון א גרויסע צייטונג והודה לי.)

וכן הדין בגעוואונען. טרעף מיר א פראפעסיאנאלע (נישט פראפעסניאלע ווי זלמן ווידער זאגט ואחריו שרייבן אזוי רוב אייוועלט שרייבער) שרייבער פוןצען יאר צוריק וואס האט אזוי געשריבן. (גראדע מיין איך אז אפילו היינט וועט כמעט קיין איין פראפעסיאנאלער שרייבער נישט שרייבן געוואונען.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:47 pm

מעלות שרייבט געוואונען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעלות שרייבט געוואונען.

יעדער שרייבט געוואונען.

חוץ טראמפ און טינק וואס זענען שוין מיעד פון געוואונען אזוי סאך....
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:50 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעלות שרייבט געוואונען.

יעדער שרייבט געוואונען.

חוץ טראמפ און טינק וואס זענען שוין מיעד פון געוואונען אזוי סאך....

אינעם לעצטן זאץ קומט זיכער געווינען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:54 pm

איך רעד פון עבר.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:57 pm

אעפ"כ.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:58 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אעפ"כ.

ביסט גערעכט. האסט געוו..נען.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעלות שרייבט געוואונען.

קענסט ברענגען א בילד? איך האב געליינט יעדע מעלות פון תשנ''ז ביז אינמיטן די תש''ע'ס, און קיינמאל געזען דארט אזא ווארט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

גרשון
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:30 am

Think and Thank האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעלות שרייבט געוואונען.

קענסט ברענגען א בילד? איך האב געליינט יעדע מעלות פון תשנ''ז ביז אינמיטן די תש''ע'ס, און קיינמאל געזען דארט אזא ווארט.

דיינע צוויי ארגומענטן, איבער "ווידערוויילונג" און "געוואונען" שטייען אין דירעקטער סתירה: אויב האלטסו אז "ווידערוויילונג" איז נישט ריכטיג טראצדעם וואס יעדער שרייבט אזוי, וויבאלד ס'איז א טעות פון די לעצטערע יארן, וואס איז דעמאלטס די ראיה אז קיינער שרייבט נישט "געוואונען" (לויט דיר)? אמאל האט מען דאך זיכער אזוי געשריבן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גרשון
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:32 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז נאר געבליבן געוואונען-געווינען, געפינען-געפונען און נאך איינס אדער צוויי. ביי די אלע דערמאנטע דורך גרשון איז נישט איינגעפירט מחלק צו זיין...

די פראבלעם איז אז דו קענסט נישט אויספירן דעם זאץ ווי אזוי מ'שרייבט יא, ווייל יעדער שרייבט אנדערש. אויב ווילסטו טוישן דעם כלל, מוזטו אוועקשטעלן וואס דער נייער כלל וועט זיין.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:55 am

גרשון האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מעלות שרייבט געוואונען.

קענסט ברענגען א בילד? איך האב געליינט יעדע מעלות פון תשנ''ז ביז אינמיטן די תש''ע'ס, און קיינמאל געזען דארט אזא ווארט.

דיינע צוויי ארגומענטן, איבער "ווידערוויילונג" און "געוואונען" שטייען אין דירעקטער סתירה: אויב האלטסו אז "ווידערוויילונג" איז נישט ריכטיג טראצדעם וואס יעדער שרייבט אזוי, וויבאלד ס'איז א טעות פון די לעצטערע יארן, וואס איז דעמאלטס די ראיה אז קיינער שרייבט נישט "געוואונען" (לויט דיר)? אמאל האט מען דאך זיכער אזוי געשריבן.

על זה גופא אנו דנים. איך זאג אז אמאל האט קיין שום סעלף רעספעקטינג שרייבער נישט געשריבן געוואונען.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:56 am

גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז נאר געבליבן געוואונען-געווינען, געפינען-געפונען און נאך איינס אדער צוויי. ביי די אלע דערמאנטע דורך גרשון איז נישט איינגעפירט מחלק צו זיין...

די פראבלעם איז אז דו קענסט נישט אויספירן דעם זאץ ווי אזוי מ'שרייבט יא, ווייל יעדער שרייבט אנדערש. אויב ווילסטו טוישן דעם כלל, מוזטו אוועקשטעלן וואס דער נייער כלל וועט זיין.

קיין פראבלעם, איך וועל פרובירן.

בינדן-געבונדן, דריקן-געדרוקט, צווינגען-געצוואונגען, ווינטשן-געוואונטשן, זינגען-געזונגען, דינגען-געדונגען, און נאך אסאך.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הערסט? און 5 געסט