נייע קאמפיוטער פראגרעם: ספירה קאנווערטער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

נייע קאמפיוטער פראגרעם: ספירה קאנווערטער

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג אפריל 11, 2010 2:59 pm

בפרוס חג הפסח שנת תשצ"ד:

דער פירמע "ניגון פונצ'ליין" פון פתח תקוה, אנגעפירט דורך אבי בצרי האט געמאלדן אז זיי זענען ארויסגעקומען מיט א נייע קאמפיוטער פראגרעם וועלכע וועט קאנווערטן סיי וועלכע ניגון מיט מוזיק אויף אן מוזיק.

יעדעס מאל די מוזיק זינגט וועט עס אויטמאטיש ווערן קאנווערטעט צו א "פים פאם" "ראליליי" "טריי ליי". מען וועט קענען אנשטעלן וועלכע מען גלייכט בעסער, די עלטערע דור וועלן לכאורה סעלקטן דעם "דא די דיי" אפשען. אבער עס וועט אויך האבן א "רענדאם" אפשען, וואס די פראגרעם וועט אליינס אויסקלויבן.

אינעם פראגרעם זענען פראגרעמירט הונדערטער עקזיסטירינדע מוזיק סאונדס וועלכע ער ווערט באויפטראגט צו טוישן.

"די הויפט חכמה איז געווען די קינדערישע קולות, אז די פראגרעם זאל נישט מיינען אז עס איז מוזיקאלישע קולות".

דער שרייבער פון די שורות האט עס אויספראבירט אויף א אלטע "סידי" (פאר די אינגערע דורות: דאס איז די רעקארד באלי וואס מען פלעגט זיך באנוצן ביז די היינטיגע "דזשי 4") פון הרה"ח הישיש ר' ליפא שמעלצער שליט"א מיטן נאמען "מעומקא דליפא", און עס איז געווען צום באוואונדערן ווי דער פראגרעם האט געכאפט יעדן תנועה, און געטוישט די ניגונים צו מענערישע און קינדערישע קולות.

דער פראגרעם וועט קאסטן א נישטיגע 25 טויזנט דאלער פאר א קאמפיוטער, שטעלט אייך פאר, פאר די פרייז פון א באטל מילך קענט איר האבן דעם פראגרעם, ממש אומזינסט.

רופט שוין פאר באשטעלונגען.


===========


נו? קען מען עס נישט מקדים זיין מיט אפאר יאר?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » זונטאג אפריל 11, 2010 3:17 pm

גרויזאמער האט געשריבן:נו? קען מען עס נישט מקדים זיין מיט אפאר יאר?

דער גרויזאמער האט א תאוה אז א באטל מילך זאל קאסטן [נישטיגע] 25 טויזנט טאלער...

אבער ההכרח לא יגונה, א גאנץ גוטע איינפאל...
טענק יו.

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » זונטאג אפריל 11, 2010 4:26 pm

אז מיר האבן אים געלאזט מאכן א "לחיים" גראד פונעם פלאש, האבן מיר איצט צו "הערן" און צו "זינגען".

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג אפריל 11, 2010 4:30 pm

דאס גייט נאך מיט, אבער ליידער קוקט אויס ווי די מעשה איז גאר פארקערט, לחיים האט געטראפן א פראגרעם וואס מאכט פון יעדן טראלאלאליילאם א קול פון א מוזיק אינסטראמענט, און דאס פארקויפט מען אונז...

דרך אגב אין תשצ"ד וועט מען נישט איינקויפן מיט דאלער נאר מיט יען...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 12, 2010 7:34 am

אפדעיט:

אין א אויסשליסליכער אינטערוויו מיט 'אידישע וועלט' האט אבי בצרי געזאגט אז זיין פירמע "ניגון פונצ'ליין" האט זיך דערהויבן פי כמה פון וויפיל עס איז געווען ביז היינט און די איינקופטן זענען פיל מער ווי אמאל, א דאנק זייער געטרייער עלטערער סעלס-מאן רב גרויזאמער ני"ו.

"גרויזאמער איז אין זיינע אינגע יארן געווען כסדר פארנומען מיט אינטערסאנטע אויפטרעפן" זאגט אבי בצרי אין זיין אינטערוויו "דאס האט אום שטארק אריינגעברענגט אין די ביזנעס און ער פארשטייט היינט אין זיינע עלטערע יארן קע"ה גוט אן עסק צו נגינה פראיעקטן"

בצרי זאגט, אז זינט ער האט אפגעקויפט פאר פופצן יאר צוריק די "לחיים" פירמע וועלעכע פלעגט נאך דאן ארבייטן מעניועל מיטן רעקארדן און זינגען אויף עטליכע טרעק'ס האט ער שוין געמאכט פון יעדן לחיים אלבום א ספירה אלבום!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 12, 2010 8:00 am

גראדע ענרענסט גערעדט
האט לחיים ארויסגעשאסן פאריאר א אלבום מיטן נאמען שבתדיגע אוצרות וואס זיי האבן סך הכל אראפגענומען די מוזיק מיט איין באטטאן פון געוויסע שבתדיגע ניגינום און סאיז גראדע שיין איך האב אויפגעכאפט אז די זעלבע ניגינום איז דא אויף אנדערע טעיפס נאר מיט מוזיק די קווייער איז די זעלבע ביי ביידע
סאו גרויזאמער וועסט קיין 25אלפים נישט אזוי שנעל פארדינען...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג אפריל 12, 2013 11:49 am

וואו קען מען דאונלאדן די סאפטוועיר פאפרי?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:16 pm

יעצט געטרייט, אינגאנצן נישט גוט, ביי יעדעס מאל מען הערט ביי די מיוזיק א פויק, האט עס געטוישט צו א שליקעץ...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:30 pm

דיס איז יגר, ענד איי פלאצט אין געלעכטער!!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג אפריל 12, 2013 1:13 pm

גרויזי האסט פארגעסן צוציענדיגן, ''מען נעמט יעצט אן פאר גאר א קורצע צייט א געצוימטע צאל אינוועסטירער, עפ''י הוראות הרבנים נעמט מען נאר פון כולל יונגעלייט''.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג אפריל 14, 2013 1:35 am

אפדעיט!
וויכטיגע מעלדונג
פון זמרן של כל בני הקולא שליט"א
אבי בצרי מיטן גרויזאמער טרוימען נאך אין די פ' יאהרן...
שוין לאנג דא א פסק אז מ'מעג הערן געהעריגע מיוזיק [אפילו אין די ניין טעג] ווייל:
1 היינטיגע שוואכע דורות...
2 מטאר נישט דיפרעסן אידישע קינדער חלילה...
3 שמחה איז א גרויסע זאך, און וועגט איבער מינדערוויכטיגע אלט מאדישע הלכה פראבלעמען...

דער פסק איז מיטן גוטהייסן פון אלע גדולי מזמרי עריצים, וואס לידן היינט אידישקייט, בבתי תאוטריהם ובבתי כניסותיהם...
לעורם נישא עיננו, ולקולם נחור גרוננו, באהבה ורעות כל חד וחד כדלית ליה...

די אלט אפגעשטויבטע דיינים און רבנים פון פריערדיגע אפגעוועטשטע דורות, וואס קענען נאר דעם ספרים שאנק און דרייען זיך נישט אין היכל הנגינה בלויז שבת ויו"ט וכדומה, פרעגט מען היינט כלל נישט...
הא הא הא, יא...? וויפיל זיצן פילן זיי אן ביי א קאנצערט? הא הא אהא נישט!...
טאח טאח טאח... וויפיל טוהן זיי אין חסד, אחדות?... פאראפ פפרא-פפסססט בוטטט...
ההע העאה אהה.. וויפיל סטאדעס יונגען... לויפן זיי נאך אין די גאסן?... פפפפסססט טיריריבאגנטט טפסססקבנג...

לאור זה איז איבריג צו באטאהנען, די סאפטווער איז אווער...
אבי בצרי מיט זיין 'יפוצו מען', דער גרויזאמער, וועלן מוזן דעוועלעפן א קאנוערטער וואס דרייט צוריק דעם זייגער, און ריסטארט דעם נעכטיגן טאג...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:32 pm

הגם דאס איז א געדעכט-טונקל-שווארצע פארקעסט, האב איך שטארק געשמייכלט!.. ;l;p-


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט