בלאט 1 פון 155

איך זוך א ניגון

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 8:40 am
דורך imzist
טשולדיגט אויב עס איז שוין דא אזא אשכול. אבער פילמאל זע איך ווי ניקס לאזן זיך ארויס אין א זוך אקציע נאך א ניגון וואס זיי ווילן טרעפן דא אנליין.

(געווענליך זוכן זיי עס צו באקומען פאר בחינם, און א ייש"כ פון פאראויס פאר אלע גוטע מענטשן וואס וועלן דירעקטן די זוכערס צו די נענטסטע מוזיק סטאר, אבער נישט דאס זוכט מען דא).

על כן, האב איך מיך דורכגעשמועסט מיט א קלוגן איד - נאמען פארשטעקט אין רעדאקציע, איין סימן קען איך זאגן, אז ס'איז זייער ענליך צו מיינס - און ס'איז געבליבן נישט מער און נישט ווייניגער ווי די פאלגענדע אפציע: עפענען א אשכול, וואו יעדער איינער פון אלע שיכטן און קרייזן זאל זיך פילן באקוועם צו אריינקומען און זוכן א ניגון.

ווי אויך בעט מען פון פאראויס אז די ניקס זאלן זיך נישט אונטערלאכן שטילערהייט ווען איינער וועט קומען אריינצושמייסן מיט איין בהלה - מעשה וויכטיג מאכער (נישט די ניק)- אז ער מוז יעצט עמערזשענסי טרעפן דעם וועלט בארימטן ניגון פון ליפא שניצלער אויף אץ קוצץ וכו'... נאר יעדער איינער זאל מיט שיינעם פרובירן ארויסצוהעלפן. און איך טרוי מיך צו זאגן נאכמער, אז דוקא די אמעראצים ברויך מען די מערסטע העלפן.

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 8:42 am
דורך imzist
וזה החלי:
איך זוך אצינד דעם ניגון פון... (סארי פאר מיין ראצעס) אויף "קנא לשמך נורא ונקדש" יא יא איך זע דו כאפסט וואס איך מיין, דאס וואס פארט אזוי זיס און הארצ-מעלאדיעדיג ארויף: וכעשותך נוראות וכו'

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2010 5:44 pm
דורך imzist
נו, איך ווארט נאך אויף תשובה...

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2010 6:24 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
כ'פארשטיי נישט! דו ווילסט מ'זאל דיר געבן די ניגון בחנם?

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2010 6:47 pm
דורך לעניית דעתי
האלב בחינם, דער אנדערע האלב אומזיסט. וואס איז ס'איז גניבה? :?

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2010 8:24 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
דאס פארשטיי איך נישט, כ'קען נישט גלייבן אז א יוד זאל דא ברבים בעטן אז מ'זאל אים העלפן גנב'נען.

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2010 9:24 pm
דורך imzist
imzist האט געשריבן:טשולדיגט אויב עס איז שוין דא אזא אשכול. אבער פילמאל זע איך ווי ניקס לאזן זיך ארויס אין א זוך אקציע נאך א ניגון וואס זיי ווילן טרעפן דא אנליין. (געווענליך זוכן זיי עס צו באקומען פאר בחינם, און א ייש"כ פון פאראויס פאר אלע גוטע מענטשן וואס וועלן דירעקטן די זוכערס צו די נענטסטע מוזיק סטאר, אבער נישט דאס זוכט מען דא).

איך זוך א סי.די.!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:59 pm
דורך דזשעב 012
איך זוך די טעיפ חזק (מיט א קמץ) ארויס געגעבן דורך הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל געזונגען דורך להבחל"ח ר' אייזיק האניג הי"ו, איז עס דא צו באקומען אויף סי.די.? וואו קען איך עס טרעפן?
אדער וועל איך מוזן קויפן א טעיפ און עס איבער לייגן אויף א סידי?
טאמער איינער קען מיר ענטפערן, זאל ער עס ביטע טאן...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 7:56 am
דורך לעניית דעתי
עס עגזעסטירט נישט קיין טעיפ אדער סידי חָזָק פון ר'מ גאלדמאן ווי אייזיק האניק זינגט.

וואס עס איז יא דא איז דאס:

http://www.gesandfriends.com/Moshe_Gold ... huzok.html

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 9:36 am
דורך דזשעב 012
לעניית דעתי u are right
its not chuzok ! its
שמח
???where can i find it on a CD
i want to buy, not download

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 3:56 pm
דורך לעניית דעתי
לא ידעתי. קענסט פרעגן אייזיק האניג, אפשר ווייסט ער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 4:05 pm
דורך מאשקע
לא ידעתי? גרעניצט זיך מיט אינו-אמת...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 11:44 pm
דורך דזשעב 012
וואס איז געווארן למעשה? איינער ווייסט אפשר ווי איך קען טרעפן די סידי "שמח" פון משה גאלדמאן געזונגען דורך אייזיק האניג???
לעניית דעתי האט געשריבן:לא ידעתי. קענסט פרעגן אייזיק האניג, אפשר ווייסט ער.

כ'גלייב נישט אז אייזיק האניג דארף צו וויסן, סך הכל האט ער דארט געזונגען, נישט ארויסגעגעבן די טעיפ. אבער אפשר ווייסט ער יא...
עניוועי, איך וואלט אפרישיעיט טאמער איינער קען מיר ענטפערן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 7:55 am
דורך לעניית דעתי
דאכצעך אז די טעיפ געהערט יא צו עם.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 5:01 pm
דורך לעניית דעתי
ניגון דיסטריביוט דעם טיעפ. 877-766-4770

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 11:10 pm
דורך דזשעב 012
ב"ה כ'האב שוין געטראפן וואס כ'האב געזוכט!
http://www.mostlymusic.com/sameach-p-2570.html
און כ'האב שוין באשטעלט איינס פאר מיר.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:01 am
דורך imzist
גוט וואס סו האסט ארויפגעברענגט דעם אשכול. איך ווארט נאך אויך אויף תשובה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 11:48 am
דורך על המחיה
imzist האט געשריבן:וזה החלי:
איך זוך אצינד דעם ניגון פון... (סארי פאר מיין ראצעס) אויף "קנא לשמך נורא ונקדש" יא יא איך זע דו כאפסט וואס איך מיין, דאס וואס פארט אזוי זיס און הארצ-מעלאדיעדיג ארויף: וכעשותך נוראות וכו'


http://www.yousendit.com/download/aHlRK3BCbEFFd2RFQlE9PQ

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:35 pm
דורך my_music
imzist האט געשריבן:אז ער מוז יעצט עמערזשענסי טרעפן דעם וועלט בארימטן ניגון פון ליפא שניצלער אויף אץ קוצץ וכו'..



איך האב לעצטנס געהערט א ניגון פון ר' שלמה הערש עקשטיין אויף די ווערטער.... סתם דערציילט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 3:31 pm
דורך imzist
א גרויסן שכח הרב על המחי', עס קוקט אויס ווי דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן צו קענען טון א מצוה ארויסצוהעלפן א איד.

זאל דאס טאקע זיין א ריכטיגע התחלה, און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט תמיד קענען מהנה זיין אנדערע אידן, טאקע דא אויף אייוועלט מעגסטו אויך אריינווארפן דייינע 2 צענט און מהנה זיין דעם ציבור.

בריך מתייך לשלם.

איך מוז אבער צולייגן, וואס מאנכע האבן שוין פריער ערווענט, אז סתם נעמען פיילס און ארויפלייגן אויף יו-סענד-איט, גרעניצט זיך אפשר מיט אבק גניבה. עס זעט אויס אז שוין צום צווייטן מאל פארשטייט מען מיך נישט. איך האב סך הכל געבעטן פונעם ציבור, היות, סאיז דא אנליין טויזענטער אלטע און נייע ניגונים, און אסאך מאל איז שווער צוטרעפן אליין אפילו מיט גוגל'ן, איז על כן, ווער עס ווייסט וואו מען קען הערן דעם ניגון אנליין בחינם ווערט געבעטן צו לינק'ען אהין.

ובזה יצאתי ידי חובתי לקיים והיתם נקיים מה' ומישראל.

על-המחי', שכח עניוועי...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 3:44 pm
דורך לעניית דעתי
קלאר פארשטאנען. אבער במה דברים אמורים, ווען דארט אנליין ווי ס'איז סיי ווי דא - איז עס ברשות אז נישט איז דאס גאנץ א שוואכע אבק גזל.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 17, 2010 3:52 pm
דורך imzist
וואס פונקטליך איז דער איסור בכה"ג? יתכן אז דער ארויפלייגער איז עובר אויף אן איסור, אבער עס צו גיין נעמען פון דארט איז סייווי זה נהנה וזה לא חסר, כ'וואלט דאך נישט געצאלט קיין פעני צו באקומען דעם ניגון ממילא איז עס א גברא דלא עביד למיגר.

אדרבה זאלן די ת"ח דא זאגן זייער מיינונג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 18, 2010 7:45 am
דורך על המחיה
imzist האט געשריבן:א גרויסן שכח הרב על המחי', עס קוקט אויס ווי דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן צו קענען טון א מצוה ארויסצוהעלפן א איד.

זאל דאס טאקע זיין א ריכטיגע התחלה, און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט תמיד קענען מהנה זיין אנדערע אידן, טאקע דא אויף אייוועלט מעגסטו אויך אריינווארפן דייינע 2 צענט און מהנה זיין דעם ציבור.

בריך מתייך לשלם.

איך מוז אבער צולייגן, וואס מאנכע האבן שוין פריער ערווענט, אז סתם נעמען פיילס און ארויפלייגן אויף יו-סענד-איט, גרעניצט זיך אפשר מיט אבק גניבה. עס זעט אויס אז שוין צום צווייטן מאל פארשטייט מען מיך נישט. איך האב סך הכל געבעטן פונעם ציבור, היות, סאיז דא אנליין טויזענטער אלטע און נייע ניגונים, און אסאך מאל איז שווער צוטרעפן אליין אפילו מיט גוגל'ן, איז על כן, ווער עס ווייסט וואו מען קען הערן דעם ניגון אנליין בחינם ווערט געבעטן צו לינק'ען אהין.

ובזה יצאתי ידי חובתי לקיים והיתם נקיים מה' ומישראל.

על-המחי', שכח עניוועי...


אז די וואלסט נישט נאר געקיקט אויף וויפיל הודעות מיין ניק האט געשריבען וואלסטו באמערקט אז מיין ניק איז שוין איינגעשריבען זייט דאנערשטאג יולי 10, 2008 9:46 am

לעצם הענין לויט מיין עקספיריענס זענען רוב פראדוסטערס אין זינגערס מסכים אז מען זאל פאבלושען איין ניגון פין זייער אלבום, אין אזוי ווי אסאך פירען זיך טאקע ארויס ציגעבען 1 ניגון בעפאר די אלבום ערשיינט
פאר פאבליסיטי.
אשר על כן ווילאנג מען רעדט נאר פין א איינצעלע ניגון זעה איך נישט וואס די פראבלעם איז ארויף צילייגען מחיה צי זיין יודישע קינדער. כנלענ"ד.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 18, 2010 9:15 am
דורך לעניית דעתי
אז עס זענען דא וואס געבען אוועק איין ניגון בחינם מיינט נישט אז א צווייטענס איינער ניגון איז געווארן הפקר.

א געוויסע וועבסייט האט ארויף געשטעלט דאכצעך יהא שלמא ניגון פון מחנה שלוה חומת אש ווען עס איז ארויס, און די פראדוסערס האבען דאס גהייסען אראפ נעמען.

אז מיר ווילן פסקענען אלעס אליין, וועט מען אייביג טרעפן התירם אויב איז עס מיר נוגע.

אויב ווילן מיר טהון כהלכה פרעגט מען א פוסק מובהק און עס איז אויף זיינע פלייצעס.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 24, 2010 9:19 am
דורך imzist
איך זוך דעם באקאנטן "המבדיל" ניגון פון יאסעלע, געזינגען דורך אים אדער עניוואן עלס וואס זינגט עס שיין