עס איז אמאל געווען א פאסטוך-ווער קען די ווערטער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

עס איז אמאל געווען א פאסטוך-ווער קען די ווערטער

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג ינואר 31, 2011 2:32 pm

אויפ'ן טעיפ "אין חדר אריין" פון ר' דוד ווערדיגער, איז דא א הארציגע ניגון, דארט איז אבער דא ווערטער וואס איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען מפענח זיין, וואס די ווערטער זענען, ווי אויך וואס דאס מיינט (אפשר באלאנגט דאס אין שפראך?)
איך לייג פאר די ווערטער (בערך) וואס איך קען יא מפענח זיין, און די רעשט זאל א צווייטער מפענח זיין

עס איז אמאל געווען א פאסטוך
האט ער געפאשעט שאף
איז אויף אים געפאלן א טיפער שלאף
גיט ער זיך א כאפ אויף זעהט ער אז די שעפעלעך זענען נישט דא
גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי ?????????
אז די שעפעליך זענען נישט דא
אז די שעפעליך זענען נישט דא
זענע??ן זענע??ן זענען נישט דא
ער נעמט זיך צו א פידעלע
אין שפילט זיך צו א לידעלע
?דאליי? ?דאליי? ?????????
???????????????????
אז די שעפעליך זענען נישט דא

איז ער געגאנגען ווייטער
האט ער געטראפען א בארג מיט עפעלעך
האט ער געמיינט אז עס איז פון די שעפעלעך די קעפעלעך
גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי ?????????
גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי אז די שעפעליך זענען נישט דא
אז די שעפעליך זענען נישט דא
אז די שעפעליך זענען נישט דא
זענע??ן זענע??ן זענען נישט דא
ער נעמט זיך צו א פידעלע
אין שפילט זיך צו א לידעלע
?דאליי? ?דאליי? ?????????
???????????????????
אז די שעפעליך זענען נישט דא

איז ער געגאנגען ווייטער
האט ער געטראפען א בארג מיט שטרוי
האט ער געזען אז די שעפעליך זענען שוין דא
גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי ?????????
גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי אז די שעפעליך זענען שוין דא
אז די שעפעליך זענען שוין דא
אז די שעפעליך זענען שוין דא
זענע??ן זענע??ן זענען שוין דא
ער נעמט זיך צו א פידעלע
אין שפילט זיך צו א לידעלע
?דאליי? ?דאליי? ?????????
???????????????????
אז די שעפעליך זענען שוין דא

כבקרת רועה עדרו
מעביר צאנו תחת שבטו
מעביר צאנו תחת שבטו

אויב איינער ווייסט די ווערטער, פשט, מקור הניגון
אדער פשט אין דעם גענצען משל ונמשל, ביטע מיר ארויסהעלפן
גבאים אויב איז שוין דא א אשכול ווי דאס געהער, במחילה לייגטס עס אהין
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג ינואר 31, 2011 11:21 pm

ווען איך עפן אויף מיינע אויגעלאך, מיינע אויגעלאך, א יעדן אינדערפרי.
הער איך זינגען פעיגעלאך, פעיגעלאך, זיי זינגען מודה אני.
בין איך מקנא די פעיגעלאך, די פעיגעלאך, כ'שטיי אויף שנעל און גיך.
וואש זיך הענט און נעגאלאך ...
ביז אהער געדענק איך די גירסא דינקותא...


והוא פלאי האט געשריבן: גיט ער א געשריי אוי אוי יוי יוי ?????????


גיט ער א געשריי אוי אוי, בורא'ניו, בורא'ניו
(אדער באראניו מלשון באראן ראטשילד.)
והוא פלאי האט געשריבן:זענע??ן זענע??ן זענען נישט דא

זענען, זענען נישט דא
ער ציט נאר אויס דעם זענען.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג פאברואר 01, 2011 1:47 am

כ'האב דעם ניגון קיינמאל געהערט, אבער פון די ווערטער זעהט ער אויס ווי א איבערגעארבעטע מהדורא פון "איז געווען אמאל א פאסטוכעל" וואס יאסעלע און הערשמאן זינגען [איך מיין אז ס'איז געדרוקט אינעם ביכל פון לחיים].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג פאברואר 01, 2011 8:08 am

כ'האב געהערט דעם ניגון ביי א שבע ברכות פין מיין ברידער זז"ג מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז געקימען עפעס א חזן און עס ליגט מיר נאך אין די ביינער,עס איר גאר א הארציגער ניגון.

רב פלאי דאכט זיך אז דער נמשל איז גאנץ פשוט,עס מיינט כנסת ישראל די יודישע שעפעלעך אין גלות ביז די גאולה שלימה וואס מיר וועלען זיך דעמאלטס טרעפען מיט אינזערע פאסטעך.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג פאברואר 01, 2011 11:46 am

איך זוך דער ניגון שוין יארן.

דער ניגון פלעגט מיר מיין מאמעניו זינגען נאך אין וויגל, אבער איך געדענק עס נישט און איך וואלט עס געוואלט איבערהערן און זיך אויסלערנען.

אדרבה! אפשר זאל עס איינער אראפברענגען צו הערן.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג פאברואר 01, 2011 1:23 pm

יואל ווייס האט געשריבן:ווען איך עפן אויף מיינע אויגעלאך, מיינע אויגעלאך, א יעדן אינדערפרי.
הער איך זינגען פעיגעלאך, פעיגעלאך, זיי זינגען מודה אני.
בין איך מקנא די פעיגעלאך, די פעיגעלאך, כ'שטיי אויף שנעל און גיך.
וואש זיך הענט און נעגאלאך ...
ביז אהער געדענק איך די גירסא דינקותא.


בין איך מקנא די פייגילאך, די פייגילאך, כ'שטיי אויף שנעל נישט פויל
וואש זיך הענט אין אייגילעך, כ'מאך א ברכה, כ'נעם אין מויל
אפגעגעסען אפגעטרינקן אנגעטוהן פלינק און פיין (שיין?)
דאס סידורל אויך נישט פארגעסען, לויפן שנעל אין חדר אריין
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג פאברואר 01, 2011 1:54 pm

אין חדר אריין... טררר...
אין חדר אריין... טררר...
אין חדר אריין... טררר...
אין חדר אריין... טררר...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך פאברואר 02, 2011 9:47 am

דער עולם האט שוין מער ווייניגער געענטפערט, מיר בלייבט נאר איבער צו פארעכטן והוא פלאי אז ס'איז נישט פון ר' דוד זעלבסט נאר פון זיינע אייניקלעך. (חוץ אויב ער האט עפעס אנדערש וואס איך האב נישט)
צוגעלייגטע
wardyger3.jpg

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך פאברואר 02, 2011 1:13 pm

וועלכע אייניקליך, יודעל, ישראל?
וועלכעס יאר איז ארויס געקומען
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך פאברואר 02, 2011 1:18 pm

ווער ווייסט טאקע די מקור פון אסאך פון די ניגונים? עס איז שיינע ניגונים
מי חיברם
אדיר הוא זינגט מען אין באבוב בשינויים כל דהו, ואומרים שבא מהרה"ק מקאלוב
אבער אזא ניגון ווי עוצו עצה, אדער נישטא אזא ג-ט ווי אינזער ג-ט וכו'
אדער
מיר אידען אין איינעם
מיר האבען נישט מורא פאר קיינעם
נאר פאר דעם בורא עולם דעם איינעם
לאמיר אידען לוסטיג זיין פריילאך זיין פריילאך זיין
לאמיר אלע הוליען אין טאג אריין
מקורו?

ואגב, דער ערשטע שאלה מיינע האט מען נאך נישט גענטפערט
למה זה תשאל לשמי...

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 04, 2011 7:25 am

והוא פלאי האט געשריבן:וועלכע אייניקליך, יודעל, ישראל?
וועלכעס יאר איז עס ארויס געקומען

פרעג אן ביי די ווערדיגער פאמיליע.
ס'איז דא נאך קאסעטעס וואס ווערן געזינגען דורך די "ווערדיגער טשילדרענ'ס קאר".

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג פאברואר 20, 2011 7:33 pm

איבער די רוסישע ווערטער קענט איר פרובירן צו פרעגן הרב "סאכדעס", וואס לויט ווי קרעמער איז מעיד איז ער עטוואס באהאוונט אין די דאזיגע שפראך.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:07 pm

איך זוך די רעקארדינג פון באראניא - פאסטאך. ווער עס וועט אהערברענגען דעם ניגון, זאג איך אים צו א חלק אין עולם הבא.

אדם א מענטש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

תגובהדורך אדם א מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:21 am

חסדי אבות האט געשריבן:איך זוך די רעקארדינג פון באראניא - פאסטאך. ווער עס וועט אהערברענגען דעם ניגון, זאג איך אים צו א חלק אין עולם הבא.

איך דארף עס צוהאבען ערגעץ
וויפיל געסטע מיך?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:02 am

איתי במחיצתי!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:13 am

חסדי אבות האט געשריבן:איתי במחיצתי!

oh no...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:30 am

דו ווייסט נישט ווער איך בין...

אדם א מענטש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

תגובהדורך אדם א מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:29 am

איך האב עס געטראפן,
ממעג דא ארויפלייגען ניגונים אהן רשות פון די מו"ל?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ און 12 געסט