הרה"ח ר' בן ציון שענקער - ע"ה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

לכבוד המנוח

תגובהדורך לעילא ולעילא » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 8:23 am


לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

יוסי גיל

תגובהדורך לעילא ולעילא » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:22 am


אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:29 am

לוסטיג און לעבעדיג האט געשריבן:א שאק און שוידער האט מיר יעצט ארום גענומען ביים אריין קומען יעצט פארמיטאג דא אינעם וועלטל און געזעהן די שוידערליכע בשורה אז ס'איז נסתלק געווען לחיי העולם הבא דעם וועלט'ס בארימטע חסידישע בעל מנגן און קאמפויזער הרה"ח ר' בנציון שענקער ע"ה אלט זייענדיג 91 יאר - - -

איז עפעס פארגעגאנגען מיט אים די לעצטע שטיק צייט?

תהא נשמתו צרורה בצורר החיים ושנשמע ונתבשר בשורות טובות!


91 אדער 92?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:30 am

דאכצעך אז ר' בנציון איז געבוירן שוין דא אין אמעריקע פארן קריג.

איינער ווייסט מער איבער זיינע יוגנט יארן און בכלל איבער זיין לעבנס ביוגראפיע ווערט געבעטן אריין צו קומען
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:39 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז ר' בנציון איז געבוירן שוין דא אין אמעריקע פארן קריג.

איינער ווייסט מער איבער זיינע יוגנט יארן און בכלל איבער זיין לעבנס ביוגראפיע ווערט געבעטן אריין צו קומען


יא, ער איז געבוירן דא אין אמעריקע. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם, אזוי מיין איך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 10:30 am

יאפין האט געשריבן:ר' בנציון, וואו הייב איך אן?
א קאמפאזער?
א חזן? א זינגער?
א פיאניסט?
א מסירת נפש איד?
א איד מלא חיות?
א פילפארביגער מענטש מיט אזויפיל טאלאנטען.


איין זאך האט איר אויסגעלאזט, און אויף דעם וועל איך אנפאנגען מיינע דברי הספד.

אין דעם אשכול באגעגנט מען אפאר מאל די ווערטער "איך בין געווען זייער נאנט מיט אים" וכו'. שטעלט זיך די שאלה, וויאזוי האבן אזויפיל מענטשן מצליח געווען צו זיין נאנט מיט אזא גרויסן מענטש ווי ר' בנציון?

דער ענטפער איז: ר' בנציון איז בכלל נישט געווען קיין גרויסער מענטש ביי זיך. ר' בנציון ע"ה האט זיך אראפגעלאזט צו א בחור און גערעדט צו אים מיט די זעלבע רעספעקט ווי צו א זיידע פון זיין יארגאנג. ביי ר' בנציון האט זיך נישט אנגעזען קיין טראפ אראגאנץ אדער "ווער ביזטו צו רעדן מיט מיר?". אדרבה, ער האט געשמייכלט צו יעדן איינעם, באגריסט יעדן איינעם, געכאפט א שמועס מיט וועמען ס'האט נאר געוואלט שמועסן מיט אים.

אני הקטן האב זיך באטייליגט ביי פילע יארצייט מסיבות אין מאדזיצער שטיבל, וואו איך האב רעקארדירט קודם אויף מיין "טעיפ רעקארדער" (וויכי, גיי זיי זיי מסביר) און שפעטער אויף מיין "רעקארדער". ביי איין מסיבה, נאכ'ן בענטשן, האט ר' בנציון געגעבן שלום עליכם פאר מיר און מיין חבר, און געפרעגט פון וואו אונז קומען מיר. מיר האבן געענטפערט אז מיר קומען פון קרית יואל. "פשיהא, פון קרית יואל? פון אזוי ווייט קומט מען צו פארן?". גיי זיי אים מסביר אז צו הערן א איד זינגען ווי פאר 100 יאר צוריק לוינט זיך צו קומען אפילו פון טאראנטא.

ביי אן אנדערע געלעגנהייט, ווען כ'בין שוין געליגן טיף אין מאדזיצע נגינה און פארמאגט א ריזיגן אוצר, האב איך געוואלט אנהייבן דאס מסדר צו זיין מיט'ן ציל צו קענען האבן א חשבון אויף אלע ניגונים, מיט א ליסטע, איינגעטיילט אין קאטעגאריעס, וכו'. כדי צו קענען משלים זיין דעם פראיעקט האט זיך אויסגעפעלט די הסכמה פון ר' בנציון און אויך זיין קאאפאראציע. א מקורב פון ר' בנציון האט דעמאלטס ערלעדיגט פאר מיר און מיין חבר - צוויי יונגע יונגעלייט - א באגעגעניש מיט ר' בנציון ביי אים אין דיינינג רום אין פלעטבוש! אין מיין ווילדסטן חלום וואלט מיר נישט בייגעפאלן אז איך וועל נאך אמאל האבן אן אינטערוויו מיט ר' בנציון שענקער ביי אים אין שטוב!

ס'לאזט זיך נישט דערציילן זיין פשטות און צוגעלאזנקייט מיט וואס ער האט זיך אראפגעזעצט און געשמועסט מיט אונז! אליין געברענגט טרינקען, זיך אראפגעזעצט שמועסן ווי מיט אן אלטן חבר, דערציילט פערזענליכע מעשיות. איך בין ממש ארויס פון התפעלות פון זיין צוגעלאזנקייט צו יעדן מאן דהוא.

(לעצם הענין האט זיך נישט אויסגעארבעט דער פראיעקט, וויבאלד דער מכון אין ארץ ישראל האט שוין געהאלטן פעסט אינמיטן די ארבעט ארויסצוגעבן די אלטע ניגונים, און ר' בנציון האט כמובן נישט געוואלט ארבעטן מיט צוויי די זעלבע פראיעקטן אין די זעלבע צייט).

כמה פעמים האב איך געזען ביים יארצייט טיש, ווי ר' בנציון איז מכבד א צווייטן צו זינגען. ס'איז געווען אידן וואס האבן געהאט א קביעות צו זינגען רננו צדיקים וכו'. ר' בנציון געמאכט זיכער אז דער עולם זאל הערן נאר יענעם זינגער; זיין אייגענעם מייק האט ער אוועקגערוקט כדי מ'זאל נישט הערן זיין הארמאני אזוי הויך (און זיין הארמאני איז געווען נאך שענער ווי זיין זינגען!). ער האט נישט אוועקגעמאכט ווען איינער האט געזונגען שוואך אדער פאלש, נאר מיט א שמייכל מחזק געווען יענעם און בסבר פנים יפות ארויסגעהאפן ווען ס'האט אויסגעפעלט.

ס'איז דא נאך גאר אסאך צו שרייבן, אבער דעם איינעם פונקט האב איך געוואלט ארויסברענגען וואס אנדערע האבן נאכנישט ארויסגעברענגט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:14 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
לוסטיג און לעבעדיג האט געשריבן:א שאק און שוידער האט מיר יעצט ארום גענומען ביים אריין קומען יעצט פארמיטאג דא אינעם וועלטל און געזעהן די שוידערליכע בשורה אז ס'איז נסתלק געווען לחיי העולם הבא דעם וועלט'ס בארימטע חסידישע בעל מנגן און קאמפויזער הרה"ח ר' בנציון שענקער ע"ה אלט זייענדיג 91 יאר - - -

איז עפעס פארגעגאנגען מיט אים די לעצטע שטיק צייט?

תהא נשמתו צרורה בצורר החיים ושנשמע ונתבשר בשורות טובות!


91 אדער 92?

91.5
אייר תרע"ה - מרחשוון תשע"ז

רב"צ נסתלק בשנת הב"צ לחייו.

דער רב
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:53 am

מאשקע האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז ר' בנציון איז געבוירן שוין דא אין אמעריקע פארן קריג.

איינער ווייסט מער איבער זיינע יוגנט יארן און בכלל איבער זיין לעבנס ביוגראפיע ווערט געבעטן אריין צו קומען


יא, ער איז געבוירן דא אין אמעריקע. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם, אזוי מיין איך.

ניין זיין ברודער איז געווען ר' אברהם אן איידם ביים מוזיצער רבי. זיין טאטע איז געווען ר' מרדכי. זיין טאטע האט חתונה געהאט דא אין אמעריקא, זיין מאמע'ס טאטע האט אויך געוואוינט דא אין אמעריקא.

איין זאך האט מען פארגעסן צו רעכעטען אין זיינע מעלות: א חסיד'ישע איד.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:28 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
לוסטיג און לעבעדיג האט געשריבן:א שאק און שוידער האט מיר יעצט ארום גענומען ביים אריין קומען יעצט פארמיטאג דא אינעם וועלטל און געזעהן די שוידערליכע בשורה אז ס'איז נסתלק געווען לחיי העולם הבא דעם וועלט'ס בארימטע חסידישע בעל מנגן און קאמפויזער הרה"ח ר' בנציון שענקער ע"ה אלט זייענדיג 91 יאר - - -

איז עפעס פארגעגאנגען מיט אים די לעצטע שטיק צייט?

תהא נשמתו צרורה בצורר החיים ושנשמע ונתבשר בשורות טובות!


91 אדער 92?

91.5
אייר תרע"ה - מרחשוון תשע"ז

רב"צ נסתלק בשנת הב"צ לחייו.

איר מיינט אודאי תרפ"ה.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

וידאו

תגובהדורך לעילא ולעילא » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:10 pm


לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

וידאו 2

תגובהדורך לעילא ולעילא » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:19 pm


אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:43 pm

לעילא ולעילא האט געשריבן:http://media.93fm.co.il/new/m/akplayer/c30f4b2ff0f9ad024b61734cc53e766b.mp4


געוואלדיג. דאס קוקט אויס צו זיין ממש לעצטנס, ווייל ער פלעגט אמאל נישט ווערן רויט ביים זינגען.
An article a day keeps the babies away

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:09 pm

לויט ווי ער אליינס האט דערציילט זענען זיינע עלטערן געווען טריסקער חסידים [כמדומה אז זיי זענען געפארן צו ר' מאטעלע מקוזמיר],
רב"צ איז געווארן זעלבסט א מאדזיצער חסיד, באזיצנדיג אן אומגעהויערן מוזיקאלישן טאלאנט, און אמאל אלס בחור'ל זייענדיג ביים אמרי שאול'ס א טיש אין ניו יארק איז ער פארבליבן זיינס א חסיד
ערגעץ אויפן וועלטל דא איז פארהאן א בילד פון רב"צ אלס בחור ציזאמען מיטן אמרי שאול, גיי זוך עס..
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:27 pm

די מעשה גייט בערך אז ר׳ בנציון איז געקומען צום טיש [אלץ בחור] און ער האט געזיצן אין די זייט, און ער האט באמערקט עפעס א בלעטעלע מיט נאטן און ער האט זיך אונטערגעזינגן צוזיך די ניגון, און די אמרי שאול האט עס באמערקט, האט ער איהם געפרעגט דו קענסט נאטן? האט ער געזאגט יא, אביסעל, נו זינג מיר פאר דעם ניגון וכו׳ וכו׳ אזוי איז די קשר צושטאנד געקומען
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:34 pm

דער רב האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז ר' בנציון איז געבוירן שוין דא אין אמעריקע פארן קריג.

איינער ווייסט מער איבער זיינע יוגנט יארן און בכלל איבער זיין לעבנס ביוגראפיע ווערט געבעטן אריין צו קומען


יא, ער איז געבוירן דא אין אמעריקע. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם, אזוי מיין איך.

ניין זיין ברודער איז געווען ר' אברהם אן איידם ביים מוזיצער רבי. זיין טאטע איז געווען ר' מרדכי. זיין טאטע האט חתונה געהאט דא אין אמעריקא, זיין מאמע'ס טאטע האט אויך געוואוינט דא אין אמעריקא.

איין זאך האט מען פארגעסן צו רעכעטען אין זיינע מעלות: א חסיד'ישע איד.


ווען כ'בין געווען אמאל אויף א זיץ אין מודזיצער שטיבל מיט המנוח ז"ל, איז געווען דארט אויך זיינס א ברודער, ווי אזוי הייסט ער? איז ער נאך בחיים?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 7:22 pm

מאשקע האט געשריבן:
לעילא ולעילא האט געשריבן:http://media.93fm.co.il/new/m/akplayer/c30f4b2ff0f9ad024b61734cc53e766b.mp4


געוואלדיג. דאס קוקט אויס צו זיין ממש לעצטנס, ווייל ער פלעגט אמאל נישט ווערן רויט ביים זינגען.

ער ווערט נישט רויט, ס'איז די קעמרע, קוק אלע פנימער דארט זענען רויט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 7:35 pm

לעילא ולעילא האט געשריבן:http://www.jdn.co.il/wp-content/uploads/2016/04/%D7%A9%D7%A0%D7%A7%D7%A8-%D7%91%D7%91%D7%A7%D7%94%D7%99%D7%9C%D7%94.mp4?_=1

די מעשה פון די אני מאמין ניגון צריך עיון, אויב האט עס איין איד קאמפאזירט אויפן וועג קיין טרעבלינקא און א געראטעוועטער פון וואגאן האט עס נאך די קריג געשיקט פון שווייץ צום מאדזשיצער רבי, וויאזוי האבן דאס אזויפיל רבבות אידן פון פולין גאליציע אונגארן געזינגען אין אלע פארווארפענע לאגערן? וויאזוי איז די ניגון אנגעקומען צו זיי.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 8:14 pm

ראספשע האט געשריבן:ערגעץ אויפן וועלטל דא איז פארהאן א בילד פון רב"צ אלס בחור ציזאמען מיטן אמרי שאול, גיי זוך עס..

געטראפן! דא
מיללער האט געשריבן:ר' בנציון שענקער ווערט געזעהן (צווייטער פון רעכטס) במחיצת רבו ר' שאול ידידי' האמרי שאול ממאדזשיץ זי"ע

בילד

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 8:50 pm

ער האט געהאט קינדער? ווער זענען זיי.? וואו איז ער געווען אן איידעם? זיין מאמע איז געווען ווער?

מינצקער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:39 pm

כמדומה שבתמונה נמצא גם הצדיק ר' משה וואלפסאן לאויוש"ט

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 3:02 am

אמביציע האט געשריבן:ער האט געהאט קינדער? ווער זענען זיי.? וואו איז ער געווען אן איידעם? זיין מאמע איז געווען ווער?

ער האט טעכטער.
ביי די נייע סידי, וואס איז יעצט ארויס געקומען, זינגען זיינע אייניקלך

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

א שיינע תכנית

תגובהדורך לעילא ולעילא » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 9:45 am


אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

עטליכע בילדער פון רב"צ ז"ל

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 5:10 pm

מארכיונו של ר' הערשי לרנר.
צוגעלייגטע
הנחת אבן הפינה לביהמ''ד הגדול בבני ברק תשמ''ז.jpg
בשירת המבדיל.jpg
בביתו ביום חמישי האחרון ט''ז חשון לחייו.JPG

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 5:13 pm

המשך, מארכיונו של ר' הערשי לרנר
צוגעלייגטע
יג. תערוכה על רבינו בעל ה'אמרי שאול' (2) - תמוז תשע''ב.jpg
בועידת מודז'יץ בניו יארק (3) - תמוז תשע''ב.JPG
בביקור בקעמפ של בחורי מודז'יץ בארה''ק.jpg

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 5:13 pm

אויף איינער פון די בילדער וואו ער האלט די הענט אויפן פנים זעט ער אויס היפש שוואך, ווען איז דאס??
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג נובעמבער 22, 2016 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמחהלע קאפשטיק און 18 געסט