מיכאל שניצלער - יא דו קענסט!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מיכאל שניצלער - יא דו קענסט!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2013 1:04 am

מיכאל הו?... קוקט עפעס אויס דא וואו קיינער קען נישט מיכאל... דער עולם האט נישט קיין מושג פון וועם מ'רעדט דא... איך טראכט שוין שעות וויזוי כ'קען מסביר זיין פארן עולם ווער דער מיכאל איז... איך זעה אז כעלל סייווי נישט זיין סוקסעספול, העלעך נישט רעדן פון אים, נאר פון זיין סידי...

אוי לעכטעלע לעכטעלע דו שיינס און ברענסט... איז דא איינער דא וואס קעניש די ניגון? זיכער נישט! ווייל די וואס קענען נישט די ניגון קענען ווארשיינליך נישט ליינען קיין יודיש! ווער קען דען נישט חייקל בעל עגלה? און איינע פון מיינע פעיווערעט ניגונים "א קליין לעכטיג קינד אזוי בא'חן'ט"... (מחבר ר' משה גאלדמאן ז"ל) ס'צונעמטעך אלע ביינער...

און א טרער אויפן פנים ליגטעם... ער זאגט ווייטער זיין קול ווער אבער נקטם... ס'גייט נישט מער, דאס הארץ דריקטעם, די טרערן שטיקטעם... מיי גאש! וואס דער זינגט דארט צאם! סימן טוב סיז א גוטע שידוך...

אוי ישמך אלוקים כאפרים... כשרה כרבקה כרחל ולאה... דער טאטע שטייט געבויגן... סיז אנריעל וואס דער ווארפט אריין אין איין אלבוים!

און וויזוי קעמען פארגעסן פון אונזער באליבטער "מיין קינד טרעף מיך" אלבוים... ויהי ערב ויהי בוקר סאצעך אויסגעלאזט א הויקער ביי קיינעם פון זיי איז געווען שלום בית... אוי טאטע טאטע (פינקי געב אביסל הארמאני...) געטרייער טאטע... אוי מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות... ס'שניידט! אוי מודה אני...

אה, דו ווערסט שוין נייגעריג וואס איך גיי שרייבן ווייטער, איא?

רעדענדיג די וואך מיט מיכאל זאגטער מיר אז נישט נאר מ'גרייצעך שוין צו א נייעם אלבוים, נאר מ'האלט שוין טיף אינמיטן!

דיסקלעימער: די נייע אלבוים גייט נישט האבן קיין טרעק פייוו! נאך 4 קומט 6!

נעקסט, וואס גייטעס יא האבן? ווייסטו דען נאך אליין נישט? פינקי שרייבט 2 ניגונים... מיכאל טענהט אז פינקי ווערט נאר בעסער! זיינע היצטיגע צוויי ניגונים פאקט איין אלע פריערדיגע... (לדעתי איז זייער שווער צו ביעטן בעש"ט און לעכטעלע...אבער אזוי זאגטער...) אבער פארוואס זאלעכעם אזוי אדורכלאזן... איך האבעם געזאגט אז איך גלייבעם אויפן ווארט, אבער איך מוזעס אליין הערן... בעז"ה אין די קומענדיגע וואכן העמער דאס אויסהערן און ברענגען א באריכט פארן עולם...

ווער נאך? אה! מאטי אילאוויטש, איינער האט שוין אמאל געהערט מיכל זאכן WOW!!! יא! די WOW זאגטער אויף מאטיס ניגונים! גאר געהויבן!

ליפא האט אויך א ניגון, מיכאל זאגט אז דאס איז נישט קיין ניגון, סיז א פרעזענטעישן, ער טענהט אז די ניגון איז א זעלטענהייט! ס'האט עפעס א טרויעריגע און פרייליכע פאל, ער זאגט מ'קען ממש וויינען און טאנצן ביי די פעלער... ס'איז גאר גאר אינטערעסאנט...

הערשי דייטש, דער שרייבער פון די שיכעלע ניגון שרייבט דאס מאל אויך א ניגון... איך האב געהערט די מעשה פון דעם ניגון, און איך האב געפרעגט איינעם וואס פארשטייט צו די זאכן פרעגטער מיר "וויזוי קעמען אויף די מעשה "נישט" מאכן א ניגון?"... ס'איז עפעס געוואלדיג!

פראדאקשן... אוודאי די "וואן ענד אנלי" נפתלי משה שניצלער... מיכאל טענהט אז דאס מאל גיבט ער אים ס'גאנצע פראדאקשן... ער האט שוין געפראווד אז ער קען!

מוזיק גייט געמאכט ווערן עפ"ר ביי הערשי גינזבערג, דער וואס האט געמאכט די פאריגע אלבוים...

קאווער דעזיין און גראפיקס... נו זאגטס אלע ווער? הירצקא ראזענבערג פון ארטיקל אימעדזש... (יא די מאנסי סיין, יא ער איזעס...)

וואס האבעך פארגעסן?

אה, ניגון דיסטריביוטערס...

דאונט ווארי, אויב האבעך עפעס פארגעסן העטעס נישט ווארטן צו לאנג...

צייטליך, ביסט רעדי? וואן טו טרי... שלח!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג מאי 06, 2013 3:01 am

אהה מיר ווארטען מיט אנגסט און מיר האפעןן ס'גייט האבען דעם חן פון זיינע ערשטע אלבומ'ס...

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג מאי 06, 2013 7:07 am

נא שוין, א סידי אן טרעק 5, נפתלי משה פראדוסער, הערשי מוזיק, הירצקא ראזענבערג דיזיין, אט אט זעמער אויפן עולם האמת

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג מאי 06, 2013 7:22 am

ווען הייסט עס דארפ עס ארויס צי קימען?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מאנטאג מאי 06, 2013 9:24 am

זאג אים אז דאס מאל וועל איך אים נישט מוחל זיין אויב וועט ער נישט האבן א סעקסאפאון סאלא ביי איינע פון די שטאטע מוסר השכל ניגונים.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג מאי 06, 2013 10:33 am

יואל שווארטץ האט געשריבן:זאג אים אז דאס מאל וועל איך אים נישט מוחל זיין אויב וועט ער נישט האבן א סעקסאפאון סאלא ביי איינע פון די שטאטע מוסר השכל ניגונים.


איך האף אויך אז סע קומט נאר יודושע ניגונים
דרך אגב וואלט איך עם געצהט צו בלייבן מיט מעשיות פון צדיקים
and tzadikim ONLY

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2013 12:33 pm

שוידערליך!!! וואו קעמען פארגעסן!!! כאב אינגאנצן פארגעסן... כא'מוירע אז איך ווער שוין אלט!!!

זיצענדיג מיט מיכאל האטער נישט געסטאפט צו רעדן (דאונט ווארי, יעצט האטער שוין געסטאפט...) פון עפעס א פרישע קאמפאוזער... ער זאגט מיר אז דער עולם גייט געכאפט ווערן און א סורפרייז... "וואו איזער געווען ביז יעצט?"... גייט יעדער פרעגן! ער זאגט אז דער בחור (החתן) האט אים צוגעשטעלט עפעס וואנדערפול ניגונים... א שאד ס'איז געווען ספירה, יעצט מוזעך ווארטן עס צו קענען הערן...

ווען סעט זיין אינדרויסן? מיכאל ארבייט געווענליך שנעלער וואו די פלאן, סאו ס'איז זייער שווער צו זאגן... לאמער זעהן זאכן זאלן זיך רוקן און נאכדעם העט מען וויסן בערך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 12:55 pm

נו ווארט נאר ווארט אויב ווערט מען געוואויר אז דו מאכסט פון אונז חוזק און דער מיכאל געט גארנישט ארויס!

האלא! וואס איז דאס מיט דיר?! מ'רעדט דאך נישט דא פון קיין טאג טעגליכע נייעס, דא רעדט זיך דאך פון אונטערנאצינאלע ברעיקינג ניוז! מ'שטיינס געזאגט מיכאל קם לתחי'. א פרישער אלבוים איז אויפן וועג...

ווי קען מען אנהייבן מסביר'ן פאר אינגן דור אשר לא ידע את וויזויהייסטעס, ווער עס איז דער מיכאל שניצלער פון וועם מ'רעדט דא. דער שניצלער איז געבוירן אין די פריע ת"ש יארן. פון אלס קינד ווייז אן האט מען שוין פאראויסגעזען אז זה הקטן גדול יהיה (תרתי משמע). ווען ער איז געווארן גרויס האט ער ער ביסלעכווייז אנגעהויבן ארויסגעבן קאסעטן צו מהנה זיין דעם ציבור, פון די ערשטע האבן זיך געציילט שמחת בית השואבה, שמחה חסידות, רקידה תמידות. דער הויעכפונקט פון זיין קאריער האט זיך אנגעהויבן וועט די בארימטע סעריע "נשמה פלאם" איז אריין אין קראפט. די נשמה פלאם סעריע האט ארויסגעשפיגן אלבומים איינס שענער פון ס'צווייטע. ניגונים וואס זענען נאך עד היום געבליבן נכסי צאן ברזל ביים היימישן ציבור ווי וויכי האט שוין אויסגערעכנט א שיינע טייל. נאך א פאר יאר אויף די מארקעט האט אויסגעקוקט ווי מ'קען שוין צולייגן ביי מיכאל'ס נאמען דעם ווייטאגליכן ת.נ.צ.ב.ה...

אבער מיכאל האט אונז נישט געלאזט אין ים התיכון, און נאך א שטיק צייט האב מיר ערהאלטן א ספעציעלע מתנה פונעם, "מיין קינד טרעף מיך" אלבוים איז ערשינען לאור עולם און די חסידים און מעריצים האבן זיך באלעקט מיט די פרישע סחורה. אריבער דריי פיינפולע יארן זענען אריבער זייט דעמאלס, און ס'האט אויסגעקוקט ווי דאס איז עס. מ'זעמיר אין פיינעל סתימת הגולל פראסעס אויף דעם גאט געבענטשטן טאלאנט אשר בשם מיכאל שניצלער יכונה. ביי אונז חסידים איז דער בראך נישט געווען אזוי פילפאכיג ווייל מיר האבן זיך געווייקט מיט די טעיפס ווי די סאטמארע חסידים אויף די שובבי"ם תורות, אבער דאך האט מען געהאפט און געגארט אז עפעס וועט נאך ווערן.

והנה, דא קומט וויכי אזוי שטילערהייט און הייבט אן אויפדעקן אז מיכאל ארבעט אויף א פרישען אלבוים! טראאך! כ'מזל איך בין געזיצן אויף א בענקל אז נישט פאל איך ווען אונטער פאר עקסטאז... נאכן שלונגן א גלאז וואסער האב איך זיך געציפט צי כ'בין ווירקליך אויף, און די אויגן טאנצן דורך די שורות מיט אייפער, זע איך ש'טמער ש'טווייניגער נאר אז וויכי איז שוין גאר שפעט אין די געים, בשעת ביים פריערדיגן אלבוים מיין קינד טרעף מיך האט שוין דער אשכול געהאלטן ביי 8 זייטן ביי די פאזע, האלט מיר נאך דא ביין א'! ניגונים איז שוין דא, א פראדוסער איז שוין דא, אפילו א גראפיקער פארן דעקל אפילו אויך. אלזא וואס ווארט מען?! יאללה מיכאל!!!!

אויב ווארט ער אויף פאר א פארמאלער אונטערוויאו אויף היכל הנגינה גיי מיר תיכף מאכן אן אפוינטמענט ווען מ'קען מיר אראפפארן מיט וויכי'ן צונעם און הערן את אשר בלבו.

גאו מיכאל גאו!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 12:58 pm

חחחחח... נאכן שלח'ן מערק איך אז די חתימה מיינער האט נאך א באמבע ציטאט טאקע פון מיכאל'ן הנ"ל. אבי מ'זאגט אז ס'איז נשתכח תורת מיכאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 1:46 pm

ווער איז דער חתן?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 06, 2013 2:05 pm

ווי לאנג מיכאל געט ארויס נייע סי די'ס איז וויכי און די כלים, און אפילו ארעסטאנט האט זיך אויפגעוועקט

מיכאל לאז נישט ווארטן לאנג, נאר געזאגט און געטיען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג מאי 06, 2013 2:18 pm

וויכי איז א חתן?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג מאי 06, 2013 2:19 pm

יוי וויכי, ווען דו וואלסט ווען געוויסט וויפיל יודן דו ביסט מחיה יעדעס מאל דו לייגט דיינע פונגער אויפן קי בארד, וואלסטו עס פון דארט קיינמאל נישט אראפגענומען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2013 3:12 pm

האלד איט! סטאפ!!! מיכאל קאם אין!!!

איך זיצמער דא אזוי אין קאר האלב פאר'חלש'ט! איך זעהנישט וואס איך גלייב! ארעסטאנט איז דא! דער גיבט אזא פלאטשקע אריין מיטן גאנצן קראפט אז ס'גיסצעך שמאלץ אלל אווער!

מיכאל, הער מיך אויס, דו קענסט ארויסקומען מיט וויפיל סידיס דו ווילסט, אבער מאך זיכער אז ס'נעמט גענוג לאנג אז ארענסטאנט זאל דא בלייבן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 3:26 pm

אקעי דעמאלס לאמיר תיכף ומיד שטעלן אן אולטומאטים. ביי וועלכע פעידזש אין דעם אשכול מוז דער סידי זיין אינדערויסן?

(וויכי זאג מיר אריין שטילערהייט אין אויער וועם מ'קען נוצן היינטיגע צייטן פאר אזאכע איין ווארט אשכול אקציעס...)

תכלית, ווען האמער א מיטונג מיט מיכאל?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מאי 06, 2013 3:56 pm

וואס דא גייט פאר, איך ווייס שוין נישט אויף וואס צו טאנצן, אויף די סידי אדער אז וויכי מיט ארעסטאנט זענען צולאזט... וואס דער מיכאל ברענגט אלס אפיר.

עניוועי מיר ווארטן מיט שפאנונג, און אפילו ווען שפאנונג וועט אויפהערן ווארטן וועלן מיר נאך אלץ ווארטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 06, 2013 4:10 pm

נישטא וואס צוצילייגן דא. איך גיימער ארויס פון דאנעט. פון דאנעט און ווייטער האביך מורא וועליך נאר אפהרגנען. העמער לאזן וויכי און ארעסטאנט פירן די זאך.

אויב זיכט איר א דרייווער צום מיטונג מיט מיכאל, איך האב א PBA קארטל. ס'אלץ גוט צו נעמען אין קאנסידירעישן....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2013 5:33 pm

צייטליך וואו לויפסטו? איך דארף האבן "אלל הענדס" ביים טיר, דער טאר נישט ארויסגיין פון דא...

ארעסטאנט, מיכאל טענהט אז ס'האט נישט מיט די תגובות נאר מיט אמאונט אוו קערעקטערס... וואו לאנג דו שרייבסט נישט 50 טויזענט קערעקטערס קומטער נישט ארויס...

און צייטליך קודם פיקס דיינע לייטס און נעם אראפ די טינט פון די ווינדאוס, און ווי נאר אונז קומער צוריק פון טעקסעס קעמען פארן צו מיכאלן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 6:23 pm

בלית ברירה העט זיין פופציג טויזענט קערעקטערס וואטעווער דו רופסט עס.

איז לאמיר אנהייבן מיט די בעסיק'ס, לאמיר זען צי כ'דענק נאך עפעס...

א גוטן ר' מיכאל, דא רעדט .... ...... איר דענקט מיך נאך זיכער, איר האט געזינגן ביי מיין קאזינס חתונה 5 יאר צוריק, און איך האב אייך אגאנצן צייט אריינגערוימט אין אויער וועלכע ניגונים איר זאלסט זינגן אז די בחורים זאלן האפקענען..

ר"מ: א גוט יאר, וואס קען מען אייך העלפן?

א"ה: אמממ... ס'אמת אז איר געט ארויס א נייע ביכל?

ר"מ: נישט ממש אזוי. איך געב ארויס א אלבוים, ס'וועט צוקומען דערצו א ביכל.

א"ה: אה, איך האב נישט געמיינט דווקא א ביכל, א אלבוים רוף איך אויך א ביכל.

ר"מ: ניין, א סידי מיט ניגונים.

א"ה: אההההה, יעצט כאפ איך, סא איר געט ארויס א נייע טעיפ?! גוט אז איר זאגט מיר, איך האב א חבר א שפילער, ער שפילט מעכטיג אויף חתונות, ער איז געבוקט כמעט יעדע נאכט. איך מיין אז ער האט א יאמא קעסיא. אפשר קען מען אים נוצן?

ר"מ: שעפעלע לאמיך דיר עפעס מסביר זיין. דאס גייט נישט אזוי אויף איין פוס. איין יאמא קעסיא איז נישט גענוג מ'דארף צו דעם האבן א...

א"ה: איך ווייס וואס איר מיינט, איך זאג אייך ער וועט איך נישט אויסשפילן מיין חבר, ער האט מיר געזאגט אז ער האט נייע ספיקערס, און איך קען ברענגן מיין ריקארדער אפצוכאפן. ס'א נייע רעקארדער ס'האט געקאסט בערך 70 דאלער כ'האב עס געקויפט אויף א ספעשיל ביי באז.

ר"מ: זייער שיין. אבער לאזט מיר אויסרעדן א סעקונדע. דו ווייסט וואס ס'מיינט ארויסגעבן א אלבוים מיט 12 אדער 14 טרעקס?

א"ה: זיכער ווייסעך. קודם האט איר געשריבן היינט צופרי אויף אייוועלט אז אם אז אממ..

ר"מ: נו! גילוי, איך שרייב טאקע אביסל אויף אייוועלט, אבער איך וויל נישט אפיציעל אז מ'זאל וויסן מיין ניק.

א"ה: אוי אנטשולדיגט, איר זענט גערעכט. איך מיין צוזאגן אז כ'האב געזען אייער אומאפיציעלע ניק האט געשריבן אויף אייוועלט אז איר געט ארויס א אלבוים, און אז ס'שוין דא די גרעפיקס אויך, האב איך געמיינט אז איר געט ארויס א ביכל. און יעצט זאגט איר אז ס'גייט מיטקומען א סידי אויך, סא איך טריי אייך ארויסצוהעלפן אביסל.

ר"מ: זייער שיין פון דיר אז דו אפערסט הילף. אבער א אלבוים גייט נישט אזוי אויף איין פוס. ס'גייט אריין דערין חדשים ארבעט. מ'דארף אויסוועלן ניגונים, שפילן די מוזיק, אריינזינגן די קווייער, נאכדעם קומט די שווערסטע ארבעט: צו מיקסן.

א"ה: מיקסן? איין רגע, מיין ווייב האט זייער א טייערע מיקסער, זי קען עס קנעטן אויך אז איר ווילט.

ר"מ: חחחחח... מ'זעט אז דער נייער דור ווייסט נישט וואס ארבעט ס'גייט אריין אין אזא אלבוים. זיי זענען צוגעוואוינט אז ס'קומען ארויס יעדע וואך סידי'ס וואס שפילן איבער אלטע ניגונים. זיי זענען נישט משיג וואס ס'מיינט ארויסצוגעבן א נייע סידי.

א"ה: אה ס'גייט האבן נייע ניגונים אויך? ס'מיר בייגעפאלן א תנועה ביי הלל פאריגע יו"ט פסח. אפשר ווילט איר עס נוצן?

ר"מ: יעצט איז שוין אביסל צו שפעט, ווייל איך האב שוין אלע ניגונים. אבער אפשר די נעקסטע סידי.

א"ה: סא ווען זאגט איר גייט עס זיין אין די געשעפטן? סוף וואך?

ר"מ: סוף וואך?! הלוואי סוף יאר! דאס איז נישט ווי א צייטונג וואס ס'נעמט ארויסצוגעבן א טאג צוויי...

א"ה: יעצט פארשטיי איך שוין.

ר"מ: איך האב גראדע פריער באקומען א טעלעפאן קאל פון היכל הנגינה, זיי זאגן אז זיי קומען אריבער הערן מער איבער דעם נייעם אלבוים. סא איך מיין אז דו זאלסט יענץ קודם ליינען נאכדעם וועסטו מער פארשטיין.

א"ה: א שיינעם דאנק ר' מיכאל! מיר ווארטן שוין קוים אויף די ערשיינונג אויפן אלבוים פון די "טאטע טרעף מיך מיין קינד הערט" סעריע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 06, 2013 6:44 pm

איך קען מיך נישט איינהאלטן, דער ארעסטאנט קראכט מיך אויף. וואס זעהט מען דיך נישט מער? הא?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 6:46 pm

איך האב מיך געזעצט לערנען נאכן כינוס כלל ישראל, און יעצט לכבוד די יארצייט בינעך אביסל ארויסגעקומען.

דו בוסט שוין דען דא געווען אין מיינע צייטן? וואס טיילסטו אזוי פסקים?...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2013 6:48 pm

אין די ראפאגאשע נייעס היינט נאכט גייט מען ליינען: הצלה איז ארויסגערופן געווארן צו אן אפיס אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס יונגערמאן האצעך געשטיקט פאר געלעכטער ליינענדיג אן ארטיקל אויף אייוועלט, א ווארטזאגער פאר הצלה זאגט אז לויט זייער שטודיע איז ליינען ארעסטאנט'ס תגובה א גרעסערע סכנה וואו טרינקן א זעכצן אונסיגע סאודע"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 06, 2013 6:49 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:איך האב מיך געזעצט לערנען נאכן כינוס כלל ישראל, און יעצט לכבוד די יארצייט בינעך אביסל ארויסגעקומען.

דו בוסט שוין דען דא געווען אין מיינע צייטן? וואס טיילסטו אזוי פסקים?...

איך בין שוין דא געווען בעפאר דו ביסט ארעסטירט געווארן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 06, 2013 6:57 pm

וויכי פון ארומלאכן ראפאגאש סטייל וועט קיין אלבוים נישט ארויסקומען. לאמיר ארויפשארן די ארבל און זיך א ריר טאן אויף פראנאויס. איך בין גרייט צו גיין הארמאני.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 06, 2013 6:58 pm

ארעסטאנט שייבט מכאל קם לתחי׳... סעפעס? ארסטאנט קם לתחי׳...
העלאו ענד וועלקאם, יור אנדער ארעסט...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], מתון מתון און 9 געסט