מיכאל שניצלער - יא דו קענסט!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 8:26 am

דאכטצעך אז קיינער האט עס נישט ארויסגעברענגט אלץ פראבלעם מיטן פשט, נאר אלץ'ן אריינשטיפן צו סאך ווערטער אינעם גראם.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג פאברואר 04, 2014 9:47 am

די מעשה נומער צוויי לויט וויאזוי ער לייגט עס אראפ האט נאך אסאך קשיות און סתירות,
איין קליינע, אויב איז דער אברהמעלע פארשיקט געווארן צוזאמען מיט אלע קינדער צו בלאק נומער איינס פארוואס האט ער פונקט אים געראטעוועט?
ויש עוד הרבה,
די מעשה איז אבער 100% אמת, געהערט אמאל ווי איינער פארציילט די מעשה פאר קינדער כמעט א שעה צייט,
איך געדענק שוין נישט בדיוק, אבער בערך אזוי:
דער אברהם איז געווען א בחור'ל וועלכע איז געווען מיט זיין פאטער אינעם זעלבן לאגער,
ער איז געווען א טראבל מעיקער און אפגעטון שפיצלעך וואס האט אויפגערעגט דעם דייטש,
דער נתן איז אויך געווען א איד אינעם לאגער, ער איז געווען אזא דאפעלטע אגענט, צו די דייטש האט ער זיך אהערגעשטעלט כאילו ער איז פון זייער אבער בלא יודעים פון קיינעם האט ער פיל מאל ארויסגעהאלפן,
ער איז געווען פארהאסט ביי די לאגער אידען, ווייל קיינער האט נישט געוואוסט אז ער טוט אסאך אינטערן טיש, מ'האט נאר געזען ווי ער חבר'ט זיך מיט די דייטשע פירערס פון די לאגער.
דער אברהמעלע האט אנגעמאכט טראבל, און די דייטשען האבן אים געזוכט צו אפרוימען,
מ'האט אים באהאלטן ערגעץ ווי, און די דייטשן זענען געווען אנטשלאכסן אים צו טרעפן,
דער נתן האט דאך אויך געוואוסט ווי ער באהאלט זיך, און ווען ער האט געהערט פון זיי אז מ'האלט אים ביים אפרוימען האט ער כאילו מיטגעארבעט מיט זיי און אים געגאנגען זוכן און אים געטראפן און אים אוועקגעריסן פון זיין פאטער - כדי אים צו ראטעווען,
איך געדענק נישט די גאנצע המשך הסיפור, און ווי דערמאנט איז עס געווען פפארציילט פאר קינדער ממילא זענען אסאך פרטים געווען געטוישט און צוגעלייגט,
אבער תוכן הדברים נאכדעם איז געווען ווי מיכאל זינגט אז ער האט אים באהאלטן און אים אויפגעהאלטן דורכאויס די מלחמה, און שפעטער געזוכט דעם פאטער און נישט געטראפן.
יארן שעפטער אין ארץ ישראל, ישעי' און אברהם האבן געוואוינט אין די זעלבע געגענט, און מען האט געברויכט געבן בלוט פאר דעם ר' אברהם,
ר' ישעי' האט געהאט די בלוט טייפ און געוואלט געבען בלוט,
אין שפיטאל האט ישעי''ס טאטע - דער מלמחמה איבערלעבער - געזען אז דער אברהם פארוועם זיין ישעי' וויל געבען בלוט איז גאר א זוהן פון דער שלעכטער נתן, איז אים שלעכט געווארן און נישט געלאזט זיין זוהן דאס טון,
ישעי' וועלכע האט קיינמאל נישט געהאט געהערט פון די מעשה האט נישט פארשטאנען פארוואס זיין פאטער איז דא געווארן אזוי בייז, ביז ער האט ארויסגעשלעפט פון זיין פאטער די סיבה,
ער איז געווארן פארוואונדערט וויל נתן האט אים נישט אויסגעזען ווי א שלעכטער מענטש בכלל,
איז ער שנעל געגאנגען פרעגן פון נתן אין פנים אויב דאס איז אמת,
ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש,
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפו נישט,
וכו' וכו',
די איבריגע איז היסטורי.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג פאברואר 04, 2014 10:02 am

ווייל ער איז דאך זיין ברידער דאס איז דאך דיין פארלוירן קינד,
מיכאל מיט פינקי ציזאמען, סע ציגייט דאס הארץ.
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דינסטאג פאברואר 04, 2014 10:44 am

משיח האט געשריבן:די מעשה נומער צוויי לויט וויאזוי ער לייגט עס אראפ האט נאך אסאך קשיות און סתירות,
איין קליינע, אויב איז דער אברהמעלע פארשיקט געווארן צוזאמען מיט אלע קינדער צו בלאק נומער איינס פארוואס האט ער פונקט אים געראטעוועט?
ויש עוד הרבה,
די מעשה איז אבער 100% אמת, געהערט אמאל ווי איינער פארציילט די מעשה פאר קינדער כמעט א שעה צייט,
איך געדענק שוין נישט בדיוק, אבער בערך אזוי:
דער אברהם איז געווען א בחור'ל וועלכע איז געווען מיט זיין פאטער אינעם זעלבן לאגער,
ער איז געווען א טראבל מעיקער און אפגעטון שפיצלעך וואס האט אויפגערעגט דעם דייטש,
דער נתן איז אויך געווען א איד אינעם לאגער, ער איז געווען אזא דאפעלטע אגענט, צו די דייטש האט ער זיך אהערגעשטעלט כאילו ער איז פון זייער אבער בלא יודעים פון קיינעם האט ער פיל מאל ארויסגעהאלפן,
ער איז געווען פארהאסט ביי די לאגער אידען, ווייל קיינער האט נישט געוואוסט אז ער טוט אסאך אינטערן טיש, מ'האט נאר געזען ווי ער חבר'ט זיך מיט די דייטשע פירערס פון די לאגער.
דער אברהמעלע האט אנגעמאכט טראבל, און די דייטשען האבן אים געזוכט צו אפרוימען,
מ'האט אים באהאלטן ערגעץ ווי, און די דייטשן זענען געווען אנטשלאכסן אים צו טרעפן,
דער נתן האט דאך אויך געוואוסט ווי ער באהאלט זיך, און ווען ער האט געהערט פון זיי אז מ'האלט אים ביים אפרוימען האט ער כאילו מיטגעארבעט מיט זיי און אים געגאנגען זוכן און אים געטראפן און אים אוועקגעריסן פון זיין פאטער - כדי אים צו ראטעווען,
איך געדענק נישט די גאנצע המשך הסיפור, און ווי דערמאנט איז עס געווען פפארציילט פאר קינדער ממילא זענען אסאך פרטים געווען געטוישט און צוגעלייגט,
אבער תוכן הדברים נאכדעם איז געווען ווי מיכאל זינגט אז ער האט אים באהאלטן און אים אויפגעהאלטן דורכאויס די מלחמה, און שפעטער געזוכט דעם פאטער און נישט געטראפן.
יארן שעפטער אין ארץ ישראל, ישעי' און אברהם האבן געוואוינט אין די זעלבע געגענט, און מען האט געברויכט געבן בלוט פאר דעם ר' אברהם,
ר' ישעי' האט געהאט די בלוט טייפ און געוואלט געבען בלוט,
אין שפיטאל האט ישעי''ס טאטע - דער מלמחמה איבערלעבער - געזען אז דער אברהם פארוועם זיין ישעי' וויל געבען בלוט איז גאר א זוהן פון דער שלעכטער נתן, איז אים שלעכט געווארן און נישט געלאזט זיין זוהן דאס טון,
ישעי' וועלכע האט קיינמאל נישט געהאט געהערט פון די מעשה האט נישט פארשטאנען פארוואס זיין פאטער איז דא געווארן אזוי בייז, ביז ער האט ארויסגעשלעפט פון זיין פאטער די סיבה,
ער איז געווארן פארוואונדערט וויל נתן האט אים נישט אויסגעזען ווי א שלעכטער מענטש בכלל,
איז ער שנעל געגאנגען פרעגן פון נתן אין פנים אויב דאס איז אמת,
ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש,
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפו נישט,
וכו' וכו',
די איבריגע איז היסטורי.


אין די בוק סטאָר ווערט די מעשה אנגערופן "לוליק און בּאַמבַּא"
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » דינסטאג פאברואר 04, 2014 11:37 am

will michoel give a interview on kol mevaser

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 11:44 am

יוחנן האט געשריבן:will michoel give a interview on kol mevaser

I think that they won't 'take' it even if he'll 'give' them
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » דינסטאג פאברואר 04, 2014 1:33 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
יוחנן האט געשריבן:will michoel give a interview on kol mevaser

I think that they won't 'take' it even if he'll 'give' them



he was never on kol mevaser before ? is this c d not ok with kol mevasers policys

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 1:53 pm

I don't remember that he should be on kol mevaser.
Although with CD they don't have a problem - they have put it at the new CD section.
But i 'feel' that a interview with michoel isn't for them.
#Personal_opinion
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג פאברואר 04, 2014 1:55 pm

מען קימט דא מער פון א ענגליש'ען שטיב?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » דינסטאג פאברואר 04, 2014 4:37 pm

איך געדענק גוט די לוליק-באמבא מעשה, ס'איז די מעשה נאר געמאכט ווי א ניגון סטייל

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:44 pm

וואס איז דאס לוליק און באמבא פאר א גוט יאר
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:49 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:וואס איז דאס לוליק און באמבא פאר א גוט יאר

די מעשה פון אברמעלע, איז א באקאנטע מעשה. נאר אברמעלע האט געהייסן לוליק, און און נתן האט געהייסן באמבא.
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג פאברואר 04, 2014 7:50 pm

א גוטן מיינע פריינד, דעיס אליינס אז מען דעבאטירט אזויפיל ארום דעם קאסעטע, איז א סימן אז ס'איז א חד במינה...

יעדער מיט זיין מבינות, וגם אני בחלומי, אווער אלל גלייך איך זייער שטארק דעם סידי, בעיקר צוליב דעם 'מעסעדזש' וואס קומט ארויס פון יעדן ניגון באזונדער.

די קאמפעזיציעס פאר זיך איז אויך נישט אוועקצומאכן, אבער די 'אינהאלט' פון איטליכע ניגון איז מלא וגדוש, פארפאלן, אידיש האבט א חן.

מיינע פעיווארטס זענען 'א ברודערל'ס הארץ', ווי נעמט אזא מתנה ווי פינקי, אזאנס צו קאמפאזירן און אומפראוועזירן, און אזא מתנה ווי מיכאל, וואס האט די כשרונות עס ארויס צוברענגן מכח אל הפועל, נישט איבער-צו-היפן קיין קנייטש.

(אפגעזעהן צו ס'איז פארהאן סתירות אויף די מעשה, פון מיר אויס קען דאס זיין א משל אויך, די מעסעדזש פון די מעשה, איז וואס רעדט צו מיר.)

ראקעפעלער, איז אן אויסטעלישער ניגון, קלארע שטארקע מעסעדזש, מיט -געקונצעלטע אבער אזוי גוט אריינגעפאסטע - גראמען פונעם טאלאנטפולן הערשל דייטש.

'דאס לעצטע דוכנ'ען': מאטי, ס'איז זייער א הארציגע קאמפעזיציע, א מעשה'לה וואס ציפט, איך גלייך זייער מיכאל'ס 'אוי יו יו יו וישמריך', נפתלי'ס אררענזשמענט וואס דראמט/פילט-אין אזוי שיין.

אנדערע הערות: 'מענדי' ניגון איז שיין, ס'איז יוניק, און ס'כאפט אן אויער, די מעשה האב איך געליינט א שטיק צייט צוריק, דארט איז נישט געשטאנען אז דער געשעפטס מאן האט זיך ג'גט, כ"ש ער איז נישט געשטארבן, ער האט בלויז געהאט 5 שווערע יאר, וואס יעדער האט געטייטעלט אויף אים, 'שווינדלער', ער האט אפשר געשפארט ס'געשעפט, אבער דאן איז דער אויפטוישער זעלבסט געקומען פארציילן די מעשה מיט די געטוישטע מטבע'ס, און דער גראסערי מאן זעלבסט איז געווען דער וואס האט ריינגעוואשן יעדן, א חוץ די 'קאך לעפלעך', וואס איך מיין ארויס-צוברענגן, די אלע מעשיות מעגן זיין א משל, אבער איך גלייך נישט ווען מ'הרג'ט מענשן, ס'איז sad.

יו"ט אינדערוואכן איז א שיינע לעבעדיגע ניגון, די בדחנים האבן שוין א נייע אינטראו...

ס'איז געווען גוט: איז א זיסע ניגון, מיט א גוטן תוכן, שטארקע אויספיר.

אווער אלל איז עס, אלע ניגונים, זייער זייער שיין, קעגן-רוב ליידיג פון אינהאלט-טעיפס וואס קומט היינט ארויס, וואס מען קען דיל ווערן פון הערן, איז דאס א ליכטי אינזל.

Keep it up Michoel, U R the best.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 10:41 pm

וואסערפאל האט געשריבן:אנדערע הערות: 'מענדי' ניגון איז שיין, ס'איז יוניק, און ס'כאפט אן אויער, די מעשה האב איך געליינט א שטיק צייט צוריק, דארט איז נישט געשטאנען אז דער געשעפטס מאן האט זיך ג'גט, כ"ש ער איז נישט געשטארבן, ער האט בלויז געהאט 5 שווערע יאר, וואס יעדער האט געטייטעלט אויף אים, 'שווינדלער', ער האט אפשר געשפארט ס'געשעפט, אבער דאן איז דער אויפטוישער זעלבסט געקומען פארציילן די מעשה מיט די געטוישטע מטבע'ס, און דער גראסערי מאן זעלבסט איז געווען דער וואס האט ריינגעוואשן יעדן, א חוץ די 'קאך לעפלעך', וואס איך מיין ארויס-צוברענגן, די אלע מעשיות מעגן זיין א משל, אבער איך גלייך נישט ווען מ'הרג'ט מענשן, ס'איז sad.

ר' ירמי' דאמען זינגט דעי מעשה אויף איינע פון זיינע אידישע טעיפס, און טאקע אויך מיט דעי ווערסיע אז ער איז נעבעך אוועק, ברוך דיין אמת!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג פאברואר 04, 2014 11:07 pm

איך קען די מעשה אז ער איניש געשטארבן, (די גט האט ער פלעין אריינגעריקט פארן גראם..) ער האט געדארפט באצאלן ווייל ער האט נישט געוואלט שווער'ן,
ער האט זיך שטארק געמוטשעט אפצוצאלן, ווען די אמת איז ארויפגעשווימן האט יענער געוואלט צוריקגעבן, האט דער גראסערי מען נישט געוואלט צוריק נעמען, בקיצור זיי האבן זיך משדך געווען און די געלט איז געגאנן פארן פארפאלק.

אפשר איז געווען צוויי מאל זעכע ענליכע מעשיות...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 11:41 pm

היימישער, דו מישסט אפשר אויס מיט די געלט מעשה פון מוצאי שבת מיטן בריק...?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 04, 2014 11:43 pm

ניין, ער מישט אויס די מעשה פון רש"ש כמדומה.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך פאברואר 05, 2014 2:09 am

אקעי, נעכטן האב אנגעהויבן, היינט גיימער ממשיך זיין. איך גיי נישט גיין לויטן סדר, נאר לויט ווי די ניגונים האבן מיך געכאפט און ליגן מיר כרגע אין זכרון.

נאר א ווארט צולייגן צו וואס איך האב נעכטן געשריבן. דאס וואס איך (און אנדערע) שרייבן אז פינקי'ס גראמען זענען עפעס נישט אזוי הונדערט פראצענטיג מיין איך טאקע די נקודה אז ער לייגט אסאך מאל אריין צו סאך ווערטער אין איין חרוז. נאך ערגער איז ווען דער ערשטער חרוז איז קורץ און דער צווייטער קען אמאל זיין באלד טאפלט אזוי לאנג. דאס איז א חסרון אין גראמען און שרייבן פאעזיע.

אבער אויף דעם טאקע האב איך געזאגט אז דאס איז פינקי. און פינקי'ס מעלה איז אז ער איז אריגינעל, ער מאכט נישט נאך יענעם. ער איז אייגנארטיג און האט א חן וואס קיינער אנדערש האט נישט, און אזוי ווי איך האב ליב דעם חן וואס ער האט, שטערט מיך נישט אזוי די נקודות, אבער די אנדערע זאכן וואס כ'אב געשריבן באדערט מיך יא, אויך וואלט דער מעשה געמעגט פארנעמען א גרעסערן טייל פון דעם ניגון.

עכ"פ, איך מיין אז ווען מען זאל נעמען די מעשה מיט דעם קאמפאזיציע און עס געבן פאר יונתן שווארץ צו מאכן די גראמען, וואלטן די גראמען און חרוזים בעסער געקלאפט.

ווייטער געגאנגען, ותתן לנו, יו"ט אינדערוואכן, געהאקט אין קאפ אריין. נישט קיין הענט נישט קיין פוס נישט קיין פנים נישט קיין צורה...

נו נעקסט. יעצט קום איך צום גרעסטן ווייטאג אין דעם טעיפ, דער ניגון וואס האט מיר פלעין פארשאפט עגמת נפש, און נישט ווייל ער איז נישט שיין, נאר דוקא ווייל ער איז יא. און דאס איז דער מענדי קענדי ניגון. איי וואס איז פשט, ליינט ווייטער וועט איר זעהן. (פאר די וואס האבן ליב מעשיות פון צדיקים, ליינט ווייטער)


רחמים

אין ספר (אדער מעשה ביכל) ירושלים של מעלה, איז דא א גאנצער אפטיילונג ווי ער באשרייבט צדיקים נסתרים וועלכע האבן געוואוינט אין ירושלים, עס זענען דארט דא עטליכע מורא'דיגע מעשיות, עד כדי כך, אז כאטש איך האב עס געליינט מן הסתם מיט איבער 25 יאר צוריק, זענען טייל פון די מעשיות מיר געבליבן אין זכרון.

ובכן, איז דא דארט א מעשה מיט א איד א מילנער (געדענק שוין נישט דעם נאמען) וועלכער האט געוואוינט אין ירושלים און האט פארמאגט א סוקסעספול מיל און געהאט שיין פרנסה דערפון. דער מילנער אין זיין פרוי האבן יארן לאנג נישט געהאט קיין קינדער, ביז נאך אסאך יארן פון תפילות און בקשות האט דער באשעפער זיי געשאנקען זייער בן יחיד'ל, יאנקעלע.

ויהי היום און די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, און כידוע האט עס זייער שווער געטראפן די ירושלים'ער אידן, מען האט דארט געהונגערט, הונדערטער, און אפשר גאר טויזענטער, זענען ל"ע אויסגעגאנגען פון הונגער. און אונזער מילנער האט געטיילט דעם שווערן גורל פון אלע אנדערע אידן. אז עס איז נישטא קיין עסן איז דער מיל פארמאכט און מען פארדינט נישט קיין גראשן. האט ער אבער געהאט אוועק געלייגט פון די גוטע יארן א שיין פארמעגן, וועלכע ער האט געהאט איינגעטוישט פאר אפאר גאלדענע לירות (מטבעות), (אזוי פלעגט מען אמאל האלטן גרויס געלט), און פון אט די געלטער האט ער געלעבט, אויסטוישענדיג יעדע עטליכע חדשים נאך א לירע און אזוי, שפארנדיג און קארגנדיג יעדע ברעקל און יעדעס גראשן, האט ער בדוחק געהאט אויף צו לעבן.

די גאלדענע לירע

מיט די צייט האבן די גאלדענע לירות זיך געריקט, איינע נאך איינע זענען זיי געגאנגען, ביז ער איז געבליבן מיט איין לעצטע גאלדענע לירע. מיט א דערשראקן הארץ פלעגט ער יעדן טאג בעטן אז די מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן, דען איינמאל די לירע איז פערטיג דאן קען ער מיט זיין משפחה אויסגיין פון הונגער. מיט צאפלדיגע טריט פלעג ער יעדע עטליכע שעה לויפן געבן א קוק אויף די לירע, ביז איין טאג האט ער באמערקט אז זי איז פארשוואונדן. פון גרויס שרעק איז ער כמעט צאמגעפאלן.

ער איז שנעל געלאפן זוכן זיין יאנקעלען, פרעגן אויב ער ווייסט עפעס וועגן דעם לירע, און נאך א קורצע אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז יאנקעלע האט טאקע גענומען די לירע, נישט וואוסנדיג ווי טייער דאס איז, און האט מיט די געלט געקויפט א צוקערל (קענדי) ביי דעם ספרד'ישן איד רחמים, וועלכער איז געווען באקאנט אלס "רחמים פון די צוקערלעך" (היינט וואלט ער מן הסתם געהייסן דער קענדי מען), רחמים איז געווען אן איש פשוט, א ארימער ספרד'ישער איד וועלכער פלעגט ביי זיך אינדערהיים פארבריצירן צוקערלעך, און פון זיין קליין ביידל אינמיטן אלטשטאט פלעגט ער זיי פארקויפן און פון דעם האט ער געצויגן זיין ארימען חיונה.

דער מילנער איז געשפרונגען פון אויפרעגונג, וואס? א גאנצע גאלדענע לירע האסטו אים אוועק געגעבן פאר א צוקערל? און ער האט דיר נישט געגעבן קיין רעשט? גייט דער מילנער מיט זיין פרוי צוזאמען מיט יאנקעלען און שפרייזן מיט שנעלע טריט צו רחמים'ס ביידל, אנקומענדיג אהין האט דער מילנער אן קיינע שהיות געפאדערט מיט א הויכן קול, "גיב מיר שוין צוריק דעם גאלדענעם רענדל וועלכער יאנקל האט דיר געגעבן היינט פאר די צוקערל", רחמים קוקט מיט פארגלאצטע אויגן און גלייבט נישט וואס זיינע אויערן הערן. "איך האב באקומען פון יאנקעלען א קליינע מטבע פון אפאר גראשן, וואס רעדט איר דא פון א גאלעדענע לירע, איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געזעהן".

אזוי איז געווארן א גאנצער געפעכט דארט, ביז א איד האט זיך אנגערופן, "אידן, לאמיר זיך נישט קריגן, ירושלים פארמאגט דאך א בית דין, לאמיר גיין צום בית דין". און אזוי האבן זיך אלע פיר געטראפן שפאנען צום בית דין שטיבל, ווי דער בית דין האט באשטימט א דין תורה אויף מארגן בייטאג.

די דין תורה

דעם אנדערן צופרי האט דער מילנער ערשיינט ביים בית דין שטיבל ווי רחמים האט שוין געווארט. דער ראש בית דין ר' משה נחום וואלענשטיין זצ"ל האט רואיג אויסגעהערט ביידע צדדים און דערנאך געהייסן רופן יאנקעלען פון חדר. נאכן אויספרעגן יאנקעלען אפאר קשיות האט ר' משה נחום אים געהייסן צוריק גיין אין חדר האט האט געזאגט אז היות עס איז דאך נישט הונדערט פראצענט קלאר וואס דא איז געשעהן, טוט ער דעריבער מחייב זיין רחמים צו שווערן אז ער האט נאר באקומען די קליינע מטבע, און דאן וועט ער זיין פטור.

אבער צו אלעמענס שאק האט רחמים זיך אנטזאגט צו שווערן. ווען ר' משה נחום האט אים געפרעגט פארוואס ער וויל נישט שווערן אויב ער זאגט דעם אמת, האט ער מיט א תמימות געענטפערט "מיין טאטע ע"ה פלעגט שטענדיג נאכזאגן די פסוק אין די תורה: את ה' אלוקיך תירא, אותו תעבוד ובו תדבק ובשמו תשבע" נאר אויב מען איז מקיים דעם ערשטן טייל פסוק אינגאנצן, דאן קען מען שווערן אין נאמען פון באשעפער, אויב אבער נישט דאן זאל מען נישט שווערן, אפילו אויף אמת". און נעכטן נאכט אין מיין שלאף האב איך געזעהן מיין טאטן אין חלום, זעהט אויס ער האט מיר געוואלט דאס דערמאנען, און דעריבער זאג איך זיך אפ פון צו שווערן.

דער פסק

אין ליכט פון רחמים'ס אפזאגן זיך פון די שבועה, האט ר' משה נחום ארויסגעגעבן זיין פסק אז רחמים מוז באצאלן די גאלדענע לירע. רחמים האט רואיג מקבל געווען דעם פסק, נאר האט געבעטן בית דין זאל אים לאזן דאס באצאלן אין קלענערע ראטעס צוביסלעך, וויבאלד ער קען פשוט נישט באצאלן אזווי פיל געלד אויף איינמאל. בית דין האט אויף דעם מסכים געווען, מען האט אפגעמאכט ווען און וויאזוי די ראטעס וועלן באצאלט ווערן און יעדער איז אהיים.

שטייצעך אליינס אז נאך אזא מעשה האט כמעט קייינער נישט געוואלט גלייבן דעם פשוט'ן רחמים אז ער איז טאקע אומשולדיג, עס לייגט זיך דאך נישט אויפן שכל, און די גאנצע שטאט האט אים בארעדט און באזינגען. טייל האבן געזאגט אז מען קען אים נישט דן זיין, אבער אז ער איז אומשולדיג דאס האט שוין קיינער נישט געוואלט אננעמען. אבער רחמים האט אלעס מקבל געווען פאר ליב און זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג.

אחר הדברים האלה

עטליכע יאר שפעטער, די מלחמה איז שוין לאנג געווען דערנאך, דער מיל איז צוריק געעפנט געווארן און אונזער מילנער איז ווידער געווארן א בעל בית'ישער איד, און ווען נישט דער חודש'ליכער באזוך פון רחמים אין וועלכען ער פלעגט נאך ערליך ברענגען די פאר פרוטות, פון וועלכע ער האט שוין כמעט געענדיגט באצאלן דעם גאלדענעם לירע, וואלט ער שוין לאנג פארגעסן פון די מעשה. און ער וואלט טאקע געקענט באשטיין צו פארגעסן, צו וואס זאל ער געדענקען אזעלכע ביטערע צייטן.

אבער איין קאלטער אווענט האט א לייכטער קלאפ אין טויער אים צוריק געברענגט די גאנצע אומבאקוועמע מעשה און געטוישט זיין לעבן פאר אייביג. ער עפענט אויף דעם טיר און עס שטייט דארט א איד, איבערגעדעקט דעם פנים מיטן שאל ביז איבער די אויגן, און בעט שטילערהייט אריינצוקומען. אריינקומענדיג האט ער אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין און זיך קוים געקענט כאפן דאס אטעם, ענדליך בארואיגט ער זיך און הייבט אן צו רעדן: "איר געדענקט אוודאי די פרשה מיט רחמים מיט די גאלדענע לירע", אבער דער מילנער האט זיך געשפירט זייער אומבאקוועם אז מען דערמאנט אים פון זיינע שווערע צייטן, און האט א מאך געגעבן מיט די הענט, ווי צו זאגן, נו, לאמיר בעסער פארגעסן דערפון.

אבער דער איד זאגט, ניין איך מוז דוקא פון דעם רעדן. און ער איז ממשיך: "וויסן זאלסטו אז רחמים איז באמת געווען אומשולדיג, און ער איז באמת א צדיק פון א איד וואס האט באצאלט עפעס וואס ער האט נישט גענומען, אבי נישט צו דארפן שווערן אפילו אויף אן אמת." דער איד בארואיגט זיך אביסל און רעדט ווייטער: "אין יענעם שווערן נאכמיטאג האב איך זיך ארויסגעלאזט פון מיין שטוב, איבערלאזענדיג אפאר קינדער אויפגעשוואלן פון הונגער, עס איז שוין גאנצע צוויי טעג וואס עס איז גארנישט געקומען אין זייער מויל, און איך האב פרובירט מיט אלע כוחות פארשאפן ערגעץ ווי, כאטש א הלוואה פון אפאר גראשן, אבער אן ערפאלג, איך האב שוין איבעראל אנגעבארגט. און דא קער איז זיך צוריק אהיים מיט ליידיגע הענט ווען איך האב זיך באגעגענט אין אייער יאנקעלען ווי ער שפאצירט זיך פרייליך מיט א גאלדענע לירע אין זיין האנט".

נסיון העוני

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, "א גאלדענע לירע", איך גיב א פרעג יאנקעלען ווי ער גייט דאס אזוי, און ער זאגט מיר אז ער גייט צו רחמים קויפן א צוקערל. דאס הארץ האט מיר פארקלעמט. "מיינע קינדער גייען נעבעך אויס פון הונגער, בשעת ווען ביי יענעם אין שטוב איז דא גאלדענע לירות פאר צוקערלעך", איך האב זיך נישט געקענט באהערשן און פארשמועסענדיג יאנקעלען האב איך אים אריינגעריקט די קליינע מטבע אין די האנט, בשעת איך האב ארויסגענומען פון אים די גאלדענע לירע, אן דעם וואס ער זאל אפילו באמערקן דעם טויש.

איך בין געלאפן אין מארק און איינגעקויפט מיט דעם עסן און געראטעוועט מיין משפחה פון טויט, אבער ביינאכט ווען איך בין געקומען אין שוהל און געהערט דעם איבערקערעניש איז מיר נישט גוט געווארן, איך האב שוין חרטה געהאט אויפן גאנצן שפיל, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט. איך האב זיך געטראכט אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן און די צייטן וועלן בעסער ווערן וועל איך אייך שוין באצאלן.

אבער די בושות מיט וועלכע איך האב זיך ארום געטראגן פון דעם נעקסטן טאג ביז היינט קען איך גאר נישט מסביר זיין. דער הייליגער צדיק רחמים האט נישט נאר באצאלט א גאנצן גאלדענע לירע וועלכע ער האט קיינמאל נישט גענומען, נאר האט מקבל געווען באהבה אלע בזיונות און בייזע בליקן פון די גאנצע שטאט, בשעת ער האט זיך געקענט ארויסדרייען דערפון.

גלייבט מיר איך שלאף נישט רואיג זינט דאן, און איך ארבעט ביטער שווער אנצוזאמלען דאס געלט אויף צו קענען באצאלן, און יעצט ענדליך האב איך דאס דערלעבט. דערביי נעמט דער איד ארויס פון טאש א זעקל פון וועלכן ער שאקלט ארויס צוויי גאלדענע לירעס, "א גנב באצאלט כפל" זאגט ער, איך ברענג אייך דא צוויי לירעס, איינע פאר אייך און דאס צווייטע פאר רחמים, און כאטש איך וואלט דאס געדארפט אליינס טראגן פאר אים, קען איך אים אבער נישט קוקן אין פנים אריין פאר בושה, דערפאר בעט אייך איר זאלט זיין מיין שליח אים דאס איבערצוגעבן." ביי די ווערטער האט דער איד זיך נאכמאל צואוויינט און געבעטן מחילה נאך וועלכען ער איז צוריק פארשוואונדן אין די טונקלקייט פון די ירושלים'ער נאכט.

דער צדיק נסתר

די שטאט האט גערוישט און געציטערט פון דעם אויפדעקונג. אידן האבן נישט געגלייבט זייערע אויערן הערנדיג די מעשה. יעדער האט זיך דערמאנט צוריק אין די שווערע מלחמה יארן, און אין אט דעם אומגליקליכן פאל. פון גרויס שאק האבן אידן אנגעהויבן נאכקוקן אט דעם פשוט'ן צוקערלעך פארקויפער רחמים, מען האט ווי געוואלט דערגיין דעם סוד וואס ליגט אונטער די אומגעהויערע כוחות הנפש.

און זיי האבן געטראפן. נאכקוקנדיג רחמים, האבן זיי איינגעזעהן אז דער גאנצער צוקעלרעך געשעפט און זיין גאנצן פשוט'ער התנהגות איז נישט מער ווי א מאסקע וועלכעס האט פארדעקט זיין אמת'ן געזיכט.

יעדע נאכט פלעגט מען אצינד זעהן רחמים גיין שטילערהייט נאך חצות אין בית המדרש שער השמים ווי ער פלעגט עוסק זיין בנסתרות התורה ביז די פריע מארגן שעות, און אזוי פלעגט ער פראווען זיין גאנצען פארמיטאג, ביז ער איז געגאנגען אין צוקערלעך געשעפטן אנהאלטן זיין מאסקע.

ותהום כל העיר, אזא גרויסען צדיק נסתר האבן מיר דא געהאט אלע יארן און האבן גארנישט געוואוסט. מען האט זיך גענומען נאכלויפן רחמים און אים נאכקוקן אויף טריט און שריט. אבער דער גרויסער צדיק, וועלכער האט אלע יארן אזוי שווער געארבעט צו באהאלטן זיין גרויסקייט, און האט מיט שטילע ליבשאפט רואיג אנגענומען אלע בושות און בזיונות וועלכע זענען געשיקט געווארן זיין וועג, האט אט דעם כבוד און פירסום נישט געקענט פארנעמען, און קורצליך דערנאך האט ער זיך געזעגענט פון די וועלט, צום טרויער פון די ירושלים'ער אידן.

אצינד קענט איר פארשטיין מיין עגמת נפש, הערנדיג ווי מען האט אט דעם הארציגן מעשה אזוי ביליג געמאכט, און עס געמאכט אויסקוקן ווי א פשוט'ער משל, אן קיין נעמען, אן קיין מקורות, און נאך צוגעלייגט א לאנגע ווייסע בארד, מיט א גט, פארמאכטע געשעפט, פארטריבן פון שטאט, אייייייי...

נו שוין, עס האט שוין גענומען צופיל צייט, עמער'ס לאזן יעצט ביי דעם. המשך יבא.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך פאברואר 05, 2014 2:45 am

טאלאנטפולער האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:וואס איז דאס לוליק און באמבא פאר א גוט יאר

די מעשה פון אברמעלע, איז א באקאנטע מעשה. נאר אברמעלע האט געהייסן לוליק, און און נתן האט געהייסן באמבא.


אקעי, ווי זעהט מען דאס, איז דא א בוך ווי עס איז באשריבן די מעשה?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך פאברואר 05, 2014 3:16 am

אמאל געליינט ערגעץ די מעשה טאקע מיט די נעמען לוליק און באמבא, דענק איך נישט וואו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » מיטוואך פאברואר 05, 2014 9:16 am

ס'איז אין איינער פין די חיים וואלדער ביכער..
טהור שרייב ווייטער אונז ווארטען
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך פאברואר 05, 2014 11:52 am

בומבה גליקמאן כצ"ל...

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:39 pm

אך! רחמים דער פויגל-צוקערקעס פארקויפער, נישט פלעין א צוקערל פארקויפער!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך פאברואר 05, 2014 6:46 pm

ר' יואל, וואאאאס? די 'צוקר פויגל' wow, האסט מיך היצט דערמאנט, די מעשה האב איך אלץ קינד געליינט סך מאל אין 'די אידישע ליכט', דאכטזיך מיר אז ס'איז איינגעטיילט אין 3 פארזעצונגען.

נאסטאלגיע!
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 05, 2014 7:08 pm

וואסערפאל האט געשריבן:ר' יואל, וואאאאס? די 'צוקר פויגל' wow, האסט מיך היצט דערמאנט, די מעשה האב איך אלץ קינד געליינט סך מאל אין 'די אידישע ליכט', דאכטזיך מיר אז ס'איז איינגעטיילט אין 3 פארזעצונגען.

נאסטאלגיע!
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט