הלל וזמרה - הרה"ח בן ציון שענקער שליט"א

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » פרייטאג אפריל 04, 2014 3:50 am

נעכטען ביינאכט איז געוועהן א שייהע אינטערוויו אין קול ברמה מיט יוסי גיל, ר' בן ציון האט דארט גערעדט ביז שפעט און צונומען יעדען ניגון, ווען ס'וועט אראפצונעמען וועט מען עס ברענגען בעז"ה.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג אפריל 04, 2014 8:05 am

איך האב גערעדט מיט ר' בנציון נעכטן נאכט ביי מעריב, האט ער מיר געזאגט אז קומענדיגע וואך וועט ער זיין אויף קול מבשר אי"ה

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

איי ווי נעמט מען די אמאליגע טעג?

תגובהדורך אליקים געציל » זונטאג אפריל 06, 2014 2:10 am

געהערט פרייטאג איינמאל כמעט ביזן זמן אריין.

וואס זאלעכייך זאגן. עס האט מיך צוריקגעווארפן נישט מיט צוואנציג יאר נאר מיט א גוטע דרייסיג יאר.

איך האב עטליכע מאל געמוזט גיין קוקן צו ס'נישט א פלאטע (רעקארד פלעיער) וואס שפילט.

ס'זעצט זיך מיר עפעס נישט אריין אין געוויסן אז מ'זאל קענען מיט די היינטיגע פארגעשריטענע מוזיקאלישע טעכנאלאגיע באווייזן אהערצושטעלן אזא מייסטערפיס וואס קלינגט גענוי ווי די אמאליגע נגינה פון אונזערע קינדערישע יארן.

איין זאך פעלט נאר: די קראצערייען... עס איז אזוי קלאר ווי לייוו. מ'הערט יעדן אטעם און קנייטש.

באמת ווערט יעדן פיאסטער. הלוואי נאך אסאך אזעלכע!
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 06, 2014 2:46 am

מכטי1 האט געשריבן:נעכטען ביינאכט איז געוועהן א שייהע אינטערוויו אין קול ברמה מיט יוסי גיל, ר' בן ציון האט דארט גערעדט ביז שפעט און צונומען יעדען ניגון, ווען ס'וועט אראפצונעמען וועט מען עס ברענגען בעז"ה.

די אינטערוויוא...
יוסי גיל מראיין את ר' בן ציון שנקר

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 06, 2014 10:48 am

מכטי1 האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:נעכטען ביינאכט איז געוועהן א שייהע אינטערוויו אין קול ברמה מיט יוסי גיל, ר' בן ציון האט דארט גערעדט ביז שפעט און צונומען יעדען ניגון, ווען ס'וועט אראפצונעמען וועט מען עס ברענגען בעז"ה.

די אינטערוויוא...
יוסי גיל מראיין את ר' בן ציון שנקר

יישכ"ח

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג אפריל 06, 2014 11:15 am

מכטי1 האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:נעכטען ביינאכט איז געוועהן א שייהע אינטערוויו אין קול ברמה מיט יוסי גיל, ר' בן ציון האט דארט גערעדט ביז שפעט און צונומען יעדען ניגון, ווען ס'וועט אראפצונעמען וועט מען עס ברענגען בעז"ה.

די אינטערוויוא...
יוסי גיל מראיין את ר' בן ציון שנקר

א יישר כח פאר'ן אונז אינזינען האבן,
האלט זיך אינמיטן אראפלאדענען,
האף מיר אי"ה עס אויסצוהערן, אפשר נאך בעפאר'ן סדר

און ווער ס'האט א מינוט זאל אנרופן ר' בנציון זז"ג און זיך באדאנקען פאר'ן אונז מהנה זיין אויף דער עלטער, און צואווינטשן א ברכה.
718-998-0042
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 06, 2014 1:34 pm

די שאלה צו ער איז נישט יעצט אין א"י?!

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג אפריל 06, 2014 1:45 pm

מכטי1 האט געשריבן:די שאלה צו ער איז נישט יעצט אין א"י?!

כ'האב היינט גערעדט מיט אים אינדערהיים.

--------------

WOW, קע"ה ר' בנציון איז ממש כמעיין המתגבר
ס'געדויערט איבער 2 און א האלב שעה דער אינטערוויו פון יוסי גיל
ער צענעמט זייער שיין יעדן ניגון, ווען ס'איז געשאפן געווארן אא"וו.

ער קומט אן צו איבעררעדן בלויז האלב פונעם סי די

ס'זעט אויס ווי ס'קומט נאכאיינס אויף קול מבשר,
אינמיטן שמועס הערט מען ווי ר' בנציון זז"ג זאגט אז וועלוול שמעלצער פון קול מבשר רופט אים יעצט אריין,

ברויך מ'זיך אנגרייטן עטליכע שעה צו קענען דעקן דעם אינטערוויו.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 06, 2014 8:40 pm

פרייליכע נייעס: הרה"ח ר' בנציון שענקער שליט"א אויף 'קול מבשר' - נומער 995.
א הערליכער שמועס, און צום סוף פרעגט אים דער אינטערוויאויער אביסל איבער זיין פריוואטער לעבן. וואו ער פראוועט די סדרים, און וואס מען קען בעטן פאר אפיקומן...

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 06, 2014 9:09 pm

איין זאך וואונדערט מיר. ער רעדט עטליכע מאל איבער ניגונים און ער זאגט אז מען וועט עס באלד אויפשפילן אדער באלד הערן. למעשה הער איך עס נישט. אפשר מיינט ער אויפ'ן סידי?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:19 pm

היצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט ר' בן ציון'ען זז"ג, זיך באדאנקט און אפגעגעבן מיינע פאזעטיווע קאמענטן.

איך האב זיך צום וויפלטן מאהל איבערצייגט זיין איידלקייט און זיין ענוות חן.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:20 pm

האמיר נעכטן נאכט געקויפט דעם סידי און ס'ארבעט און ארבעט אנע אפשטעל. ס'איז מלא רגש, מלא מתיקות, ס'צוגייט אין אלע ביינער.
"אוי ועל הכל השם אלוקינו אנחנו מודים לך, ו-מ-בר-כים אותך" אה! ס'האט דאך אלע טעמים!

יישר כח ר' בנציון!

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג אפריל 07, 2014 5:49 pm

יעצט געענדיגט הערן דעם אינטערוויאו צום צווייטן מאל, באגלייט מיט די ניגונים. עס איז הערליך און שיין. די ניגונים געבן פיל צו.
עס האט מיר זייער גערירט ווי ר' בנציון רעדט איבער זיין פרוי ע"ה, וועלכע איז אוועק אינמיטן סדר-נאכט

שוויצער
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

תגובהדורך שוויצער » מאנטאג אפריל 07, 2014 7:09 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:נעכטען ביינאכט איז געוועהן א שייהע אינטערוויו אין קול ברמה מיט יוסי גיל, ר' בן ציון האט דארט גערעדט ביז שפעט און צונומען יעדען ניגון, ווען ס'וועט אראפצונעמען וועט מען עס ברענגען בעז"ה.

די אינטערוויוא...
יוסי גיל מראיין את ר' בן ציון שנקר

א יישר כח פאר'ן אונז אינזינען האבן,
האלט זיך אינמיטן אראפלאדענען,
האף מיר אי"ה עס אויסצוהערן, אפשר נאך בעפאר'ן סדר

און ווער ס'האט א מינוט זאל אנרופן ר' בנציון זז"ג און זיך באדאנקען פאר'ן אונז מהנה זיין אויף דער עלטער, און צואווינטשן א ברכה.
718-998-0042

שקויעך ניגון עתיק פאר'ן פאוסט'ן ר' בנציונ'ס נומער. נארווואס אפגעהאנגען מיט אים, ער'ט זיך מחי' געווען מיט'ן טעלעפאן קאל. ער זאגט מיר אז מ'האלט אים אינאיין רופן זיך באדאנקען, אזש פון ארץ ישראל האט אים עמיצער געקאלט היינט זיך באדאנקען...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אפריל 07, 2014 7:14 pm

די אלע וואס רופן אים אן, ביטע ווינטש אים אן אריכות ימים ושנים טובים ובריאים, ווינטש אים אן ער זאל ווייטער קענען אנגיין.
מיטל פוהל מויל און גאנצן הארץ!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג אפריל 07, 2014 8:42 pm

דער ניגון ועל הכל ה', זענען נישט די ערשטע צווי פעלער די זעלבע ווי זכור אהבת קדומים וואס בדרך אגב איז אויך א מאדזיטשער תנועה?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג אפריל 07, 2014 9:37 pm

נישט די זעלבע, אבער שטארק ענליך.
ווייס איך נאר נישט וועלכע פון די צוויי איז קודם באשאפן געווארן ווייל ועל הכל איז נישט קיין נייע ניגון.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:57 pm

איך האב עס ווארשיינליך פארפאסט. קען מיר עמיצער זאגן ווי אלט ר' בנציון איז לאויט"א?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:13 am

קרוב לתשעים, בליעה"ר

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג אפריל 08, 2014 8:14 am

ידיד האט געשריבן:נישט די זעלבע, אבער שטארק ענליך.
ווייס איך נאר נישט וועלכע פון די צוויי איז קודם באשאפן געווארן ווייל ועל הכל איז נישט קיין נייע ניגון.

"ועל הכל" איז געשאפן געווארן פריער.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג אפריל 08, 2014 6:24 pm

איז מעגליך צו באקומען דעם אינטערוויאו אויף א קאמפיוטער פייל? א עם פי טרי? אדער עני אנדערע וועג

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מיטוואך אפריל 09, 2014 3:52 am

איז אזוי.

פארגאנגענעם זונטאג קום איך אהיים, איך שמייס אריין דעם סי די אין פלעיער, און איך רוף אויס פייערליך צו די קינדערלאך: "פון יעצט ביז יו"ט שפילט נאר דאס! און אי"ה יו"ט גייט מען זינגן דעיע ניגונים ביים טיש".

עס דויערט נישט מער ווי א האלבע שטונדע און איינע פון די גרעסערע קינדער פרעגט איידעלערהייט: "טאטי? קען מען אפשר אנצינדן עפעס מער אינטערעסאנט ווי דאס...?"

מיינע קינדערלעך זענען ב"ה אויפגעוואקסן בלויז מיט היימישע חסיד'ישע נגינה, אבער איך האב זיי זייער גוט פארשטאנען. עס פעלט די פולע ארענדזשמענטס מיט כל מיני קולות וואס מען איז געווארן צוגעוואוינט אויף אלע היינטיגע טעיפס. און ווידער ער זינגט דאך (כאילו) מאדערן מיט די ליטווישע הברה... שוין וואס זאלעך זאגען?

נאכדעם וואס כ'האב זיי אביסל מסביר געווען ממיעוט ידיעתי ווער דאס איז רב"צ שענקער, גיב איך אזאג: ווייסט עטץ וואס? איך בין דאך נישט אינדערהיים די גאנצע צייט (און נישט די האלבע, קוים די פערטל). איך לאז עס צו ענק, נאר איך בעט ענק איין זאך: הערטס אויס דעם קאסעטע (אנטשולדיגט: "פלאטע" ווי רב"צ זז"ג רופט דאס) נאר דריי מאל. און נאכדעם זענט איהר פריי צו הערן וואס איהר ווילט... גוט געשעפט? מסכים.

וואס זאלעכאייך זאגן? שוין דריי טאג וואס ווען איך קום אהיים הער איך דאס שפילן נאן סטאפ רונדע דעם זייגער. דער פלעיער ליגט ביים פסח קאך און דער געשמאק פון די זיסע טענער קריכט אריין טיף אין די בארשט, אין די פאלשע פיש, אין די גריוון, און אין וואס נישט?

און ווען איך גיי ארויס פון קאך טרעף איך די קינדערלעך דא און דארט זיך אונטערברומען די געשמאקע תנועות אזש עס צוגייט אין די ביינער.

קענען מיר שוין קוים ווארטן אויף יו"ט ווען מען וועט אי"ה עסען די פיינע מאכלים און עס וועט זיך פון זיך אליינס זינגען (צווישן אנדערען):

אוי!
לְפִיכָּךְ, אֲנַחְנָא, אֲנַחְנָא, חַיאָבִים, לְהוֹדוֹת, לְהוֹדוֹת, לְכאָ,
לְפִיכָּךְ, אֲנַחְנָא, אֲנַחְנָא, חַיאָבִים, לְהוֹדוֹת, לְהוֹדוֹת, לְכאָ,
אֵיי אָלְשׁאַבֶּעיחאַכאָ, אָלְפאָעֶרְכאָ, אָלעֶבאָהאָרֶעיךְ, אָלֶעקאַדֶעישׁ, וְלִיטֶעין שֶׁעהֶעבַח, וְהוֹידאָיאָ, לִשְׁמֶעהֶעהֶעהֶעכָא,
אֵיי אָלְשׁאַבֶּעיחאַכאָ, אָלְפאָעֶרְכאָ, אָלעֶבאָהאָרֶעיךְ, אָלֶעקאַדֶעישׁ, וְלִיטֶעין שֶׁעהֶעבַח, וְהוֹידאָיאָ, לִשְׁמֶעהֶעהֶעהֶעכָא,
פאם פארא ראמפאם פאם!

א לוסטיגן יו"ט אייך אלע!
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך אפריל 09, 2014 9:52 am

זייער שיין געציל!

הייסט ס'נאך דא האפענינג ב"ה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אפריל 09, 2014 9:55 am

יאפ הערליך שיין, ר' בנציון מיטן גאנצן קנאק, ארבעט ביי מיר רונדע דעם זייגער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אפריל 09, 2014 10:09 am

לעניית דעתי האט געשריבן:זייער שיין געציל!

הייסט ס'נאך דא האפענונג ב"ה.

ר' געציל, גיב דיינע זיסע נשמה'לעך א קניפ אין בעקל, זאג זיי אז פעטער בעאבאכטער שיקט דאס...‏
זיי וועלן פארשטיין אי"ה גוט א בלאט גמרא...‏‎


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט