בלאט 3 פון 4

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 10:23 am
דורך אליקים געציל
בעאבאכטער האט געשריבן:
לעניית דעתי האט געשריבן:זייער שיין געציל!

הייסט ס'נאך דא האפענונג ב"ה.

ר' געציל, גיב דיינע זיסע נשמה'לעך א קניפ אין בעקל, זאג זיי אז פעטער בעאבאכטער שיקט דאס...‏
זיי וועלן פארשטיין אי"ה גוט א בלאט גמרא...‏‎

נאר נישט דאס.

פארשטיין גוט א ניגון מיילע, אבער צו וואס ברויכן זיי די גמרא צו דעם? דאס וועלן אי"ה זייערע מענער גוט קענען.

האט איהר דען נישט בעאבאכטעט אז אינגעלעך זענען אין חדר, נישט אין פסח קאך...?

עניוועיס א דאנק פאר די קניפ און ברכות.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:27 am
דורך בעאבאכטער
יויש... מיי מיסטעיק, געמיינט ביים עסן וכו'...
אלנפאלס, וועלן זיי פארשטיין צו א תלמיד חכם און האבן דעם ריכטיג דעת דערצו אי"ה!

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:30 am
דורך למעלה משבעים
האמיר דאס געקויפט, און מורא'דיג הנאה געהאט!!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 4:34 am
דורך מכטי1
איך האב נאר אויסגעהערט יוסי גיל'ס אינטערוויו (אפילו ער גייט אויף די נערווען אביסל) ס'איז ממש מתוק מדבש זיך באלעקן די פינגער'ס, יעצט דארף מען אויסהערן קול מבשר'ן...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 4:21 pm
דורך אונטערשמש
just called R benzion he picked up the phone he claims that the phone doesn't stop ringing ,

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:53 pm
דורך יהיה כן
יא, ר' בנציון זז"ג לאויש"ט האט מיך ב"ה נישט אנטוישט!!!

זייער שיין, געוואלדיג הנאה געהאט!!

די שענסטע איז לדעתי, דער פתחי לי, (כ'האב עס געהערט פון עם שוין פון לאנג אויף היום הרת עולם, איצט האט ער עס ארויף געלייגט אויף פתחי לי, הערליכע שיינע טיפע תנועות)

די תנועה אויף השתא עבדי לשנא הבא בני"ח איז ווערט אלע געלטער

בלייבט איבער אים צו ווינטשן א כשרן פרייליכן פסח, מיט לאנגע זיסע געזונטע יארן, כה יתן וכה יוסיף בשיבה דשנים ורעננים, און זאל זוכה זיין צו זינגען מיט משיח'ן אינאיינעם בב"א

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2014 9:52 am
דורך ניגון עתיק
יא דער פתחי לי איז זייער א שיינער זאך...
-----------
האט אפשר נאך איינער באמערקט אז די צווייטע פאל פון הרחמן הוא ינחלנו... ליום, ליום שצדיקים יושבים וכו'.
איז ממש ק/פ פון די צווייטע פאל פונעם ניגון "צוה ישועות יעקב"?

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2014 10:03 am
דורך ידיד
גערעכט. שטימט אויפן האר!!

אבער שטייטערהייט איז עס אינגאנצן נשתנה צורה, א עכט ווארעמער הארציגער ניגון.

געשריבן: זונטאג אפריל 13, 2014 8:20 am
דורך אליקים געציל
ניגון עתיק האט געשריבן:האט אפשר נאך איינער באמערקט אז די צווייטע פאל פון הרחמן הוא ינחלנו... ליום, ליום שצדיקים יושבים וכו'.
איז ממש ק/פ פון די צווייטע פאל פונעם ניגון "צוה ישועות יעקב"?

טאקע זייער אינטערעסאנט. נישט באמערקט, הגם ס'האט געשמעקט היימיש.

געשריבן: זונטאג אפריל 13, 2014 8:27 am
דורך אליקים געציל
יהיה כן האט געשריבן:די תנועה אויף השתא עבדי לשנא הבא בני"ח איז ווערט אלע געלטער

די תנועה איז די זעלבע ווי אויף השתא הכא לשנה הבאה בארעא דמצרים, און לדעתי הקלושה גאנץ א פשוט'ע גראדע תנועה.

נאר איהר מיינט אוודאי די הארמאניס וואס די ידידים לייגן אראפ ביי די ווערטער השתא עבדי (בפרט די צווייטע מאהל), וואס פארדעם גיי איך טאקע ניסלעך יעדעס מאל איך הער עס.

בלייבט מיר נאר איבער זיך צו וואונדערן וואס ר' בן ציון'ס הוה אמינא איז געוען ארויסצוגעבן דעם טעיפ אן א קווייער...

געשריבן: זונטאג אפריל 13, 2014 11:22 am
דורך בעאבאכטער
עס זענן דא כמה ניגונים וואס האבן אין זיי באקאנטע תנועות, כגון דער הויכער פאל פון ניגון "פתחו לי" איז זייער דומה צו "זדים הליצווווני עד מאאאד, מתורתך לא נטיתייייי" פון דעם שטאטן סקולען'ער "זכר דבר, ועוד.
אבער הדבר ברור אז רב"צ האט ב"ה נישט געדארפט גיין 'לקח'ען פון ערגעצוואו...

כמה הערות,
דער ניגון "מה אשיב" איז אויסערגעווענליך שיין, און ביי "לך אזבח" גיי ער אריבער צו 'תכלית' ממש געוואלדיג!
טרעק 5 "לפיכך אנחנו", איז א שטיק סדר נאכט, מיטן גאנצן פראכט, האט דאס איינער גענומען אין אכט? ידידים זענען דארט מיט נגיעות וואס עלעקטערזירן, און גייען אריבער צו מעטיגע בליצן...
חד גדיא, וויל איך אין א געלעגנהייט פרעגן פארוואס גאר מיינאר? (הערליך שיין אבער געקענט דאס אלעס מאכן אין מעידשער)


נאך איינער האט באמערקט?
אלעס (כמעט) גייט מיט מהלך וואס זאל זיך קענען 'זאגן' און לאו דווקא 'זינגען', [זולת כמה, ווי צ.ב.ש "לך אזבח" "הללו" "שיר המעלות" וואס קומט לכתחילה מיט א ניגון] מעין נוסח, אבער ברוב פאר והדר כראוי וכיאות צום סדר נאכט.
דאס איז מיוחד און אן עקסטער יופי פון דעם אלבאם.


א ווארט צו ידידים,
מלאכתכם הפלא ופלא! נישט געווילדעוועט, נישט אנגעווארפן "מיט וואס מען קען",
געפוצט ווי מען דארף און וואס מען דארף,
און יא, פון מאהל צו מאהל (און פיל מאהל...) נעמט איר ארויס פון די כלים מיט די אייערע הארמעניס און באגלייטונג!
קלוג האט רב"צ געטהון אז ער האט אייך גענומען צו די מלאכה.

געשריבן: זונטאג אפריל 13, 2014 11:25 am
דורך דע מה שתשיב
השתא הכא און לשנה הבאה - מיינע פעיווארדס, אן וועלכע איך וועל זיכער נישט דורכלאזן מיין סדר

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 17, 2014 11:56 pm
דורך your friend
נו? וועכע ניגונים האטיר געזינגען ביים סדר? ביי מיר האבן גרויס און קליין געזינגען דיינו (און דער קליינער האט פראבירט נאך צו זינגען די כאר ביי ״דיינו״ אבער אהן ערפאלג), לך אזבח, הללו, חד גדיא, חסל, און לשנה הבאה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 12:37 am
דורך ניגון עתיק
יעך האב געזינגען, הא לחמא, דיינו, לפיכך, לך אזבח, חסל און לשנה הבאה,
אבער נישט נאר ביים סדר, נאר דורכ'ן יום טוב כסדר אריינגעבאקן אין די קינדער אביסל היימישע סחורה,
וואס בדרך אגב, האבעך זיי ארויסגעברענגט אז דער ר' בנציון שאפט היינט אין תשע"ד ניגונים וואס הערן זיך ווי פונעם אמאליגן היים. (א חידוש)

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 4:05 am
דורך leiby
אוי וויי ערשט יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול, פארפאסט די געלעגענהייט צו קענען קויפן דעם טעיפ פארן סדר. :-(

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 4:46 am
דורך אליקים געציל
your friend האט געשריבן:נו? וועכע ניגונים האטיר געזינגען ביים סדר? ביי מיר האבן גרויס און קליין געזינגען דיינו (און דער קליינער האט פראבירט נאך צו זינגען די כאר ביי ״דיינו״ אבער אהן ערפאלג), לך אזבח, הללו, חד גדיא, חסל, און לשנה הבאה.

ביי מיר האבן גרויס און קליין געזינגען לפיכך (ס'ערשטע שטייצעך), הא לחמא, על הכל, הרחמן. דיינו איז מיר עפעס ארויסגעפלויגן פון קאפ, סאשאד ווייל ס'וואלט זיכער געווען גוטע סחורה ביים טיש.

ניגון עתיק האט געשריבן:אבער נישט נאר ביים סדר, נאר דורכ'ן יום טוב כסדר אריינגעבאקן אין די קינדער אביסל היימישע סחורה,
וואס בדרך אגב, האבעך זיי ארויסגעברענגט אז דער ר' בנציון שאפט היינט אין תשע"ד ניגונים וואס הערן זיך ווי פונעם אמאליגן היים. (א חידוש)

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 2:27 pm
דורך לכאורה
איך קויף נישט קיין קאסעטעס/פלאטעס וכו' מסיבות שונות, אבער פונעם אינטערוויו מיט יוסי גיל האב איך אויפגעכאפט דעם "לפיכך אנחנו חייבים להודות" תנועה, און דאס גענוצט אויף "בפי ישרים תתרומם" ביים פארדאווענען פארן עמוד.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
ר' בנציון זז"ג איז פריש אויף א אינטערוויו אין קולמע, און ער זינגט די ערשטע - פון דריי - פאל פון א נייע ניגון וואס ער האט געמאכט אויף די הייליגע טעג. נישט ספעציעל אינטערעסאנטע אינטערוויו, אבער פאר "שענקער פענס" איז אלעס גוט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:05 pm
דורך שוויצער
ער סאונד גראדע יונג און ענערגיש. א מחיה צו הערן....

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוויצער האט געשריבן:ער סאונד גראדע יונג און ענערגיש. א מחיה צו הערן....

קיין עין הרע, געטראכט די זעלבע, נישט געוואלט שרייבן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:12 pm
דורך שוויצער
ער זאגט דארטן אז ער דאוונעט שוין פאר פינף-און-זעכציג יאר צום גוטן. (פון שנה ראשונה) כן יעזור ה' להלאה.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 12, 2014 3:15 pm
דורך היימישער איד
איינער ווייסט אויב ר' בנציון מאכט א פארברענג דעם חוה"מ, און אויב יא ווי/ווען דאס גייט זיין?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 13, 2014 12:52 pm
דורך green
אין אנדערען אשכול זאגטער אז היי יאר איז נישטא, ער שפירטסעך נישט גוט
הירש"ב

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 5:09 pm
דורך א גראם מיט טעם
דבר בעתו, אויסצוהערען איידערן סדר

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 9:16 pm
דורך יאפין
שוין געלאזט לויפן העי יאר אין מיין סידי פלעיער .