אינטערעסאנטע גראמען געדאנקען וואס איך האב געהערט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

אינטערעסאנטע גראמען געדאנקען וואס איך האב געהערט

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:50 pm

איך האב נישט געטראפן אזא אשכול דעריבער עפן איך איינס. מ'הערט גראמען, גאנצעטע פינקי'ס, מאטי אילאוויטש, אברהם מרדכי שווארץ, אפילו מיכאל, וכו' און עס זענען דא די איינפאכע גראמען ווי 'פורים'-'שיכורים', 'שמחה וצהלה'-'חתן וכלה'-'מחותנים אלע', נאכדעם זענען דא מער פראפעסיענאלע גראמען וואס דער דורכשניטליכער גראמער וועט נוצן, אבר אסאך מאל הערט מען א גראם וואס איז א 'בליץ', א כאפ, א חידוש פון א געדאנק, דעריבער וועט מען ווידמען דעם אשכול פאר געלונגענע געדאנקען אין גראמען וואס איר האט אמאל געהערט און פון וועמען.

"דער בורא טוט דאך קיינעם נישט בא'עוולה'ן,
ער זאגט בראתי יצר בראתי תורה טבלן"
- יונתן שווארץ

"מלאים זיו ומפוקים נוגה,
דער גאנצער עולם האט אזוי גע..."
אזוי געטאנצט...
פינקי ביי א חתונה.

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג פאברואר 27, 2015 2:00 am

וכי תאמרו מה נאכל
וועט דער רבי משפיע זיין מיט זיין גרויסן כח'ל
פינקי.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג פאברואר 27, 2015 8:23 am

נישט קיין יונגערמאנטשיל
דער אלטער ערעב אנטשיל
א הויעכער מיט א שיך אן ענגן
אוי המביא דורן
ארים און פארלוירן
וואס קען איך שוין דעם רבין ברענגן
פינקי
רצונינו לעשות רצוניך.

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 10:01 am

אפטימיסט האט געשריבן:
"מלאים זיו ומפוקים נוגה,
דער גאנצער עולם האט אזוי גע..."
אזוי געטאנצט...
פינקי ביי א חתונה.

דאס איז פיין, געדויערט א מינוט צו כאפן

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:29 am

משה שפיר קאמרת,
טאקע דא האמיר עס,
פינקי

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 12:18 pm

טשירי באם טשירי באם
ושם נשיר ושם
פינקי
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

purple knish
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » זונטאג מארטש 01, 2015 10:03 am

תג נוצער האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:
"מלאים זיו ומפוקים נוגה,
דער גאנצער עולם האט אזוי גע..."
אזוי געטאנצט...
פינקי ביי א חתונה.

דאס איז פיין, געדויערט א מינוט צו כאפן


נאך אלס נישט...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג מארטש 01, 2015 12:21 pm

purple knish האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:
"מלאים זיו ומפוקים נוגה,
דער גאנצער עולם האט אזוי גע..."
אזוי געטאנצט...
פינקי ביי א חתונה.

דאס איז פיין, געדויערט א מינוט צו כאפן


נאך אלס נישט...

נוגה - אזוי גע
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » זונטאג מארטש 01, 2015 4:07 pm

ה' אלקיכם הרבה אתכם והנכם,
די אלע ברכות דא פאר יעדן פארגין-איך-עם
פינקי

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג מארטש 01, 2015 5:54 pm

יעצט וועלן מיר אויסרופן ר׳ אלעזר,
ווי זיצט ער אה דא איז ער.
פינקי

(אויסער זיינע אנדערע מעלות, דאכט זיך מיט דעם שטייגט ער יעדן איבער)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג מארטש 01, 2015 6:12 pm

איך מיין מ'קען מוסיף זיין צום קעפל 'פון פינקי'...
הק' איש ימיני

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » זונטאג מארטש 01, 2015 6:21 pm

יונתן האט אויך אסאך גוטע שטיקלעך. און מיכאל אויך, כאטש נישט אייגענע

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » זונטאג מארטש 01, 2015 6:27 pm

יקיר פארפאקט אלע בדחנים אין די טאש די לינקע
אפילו דעם גרויסן פינקי
#פייוול קליין אויסגראמענדיג יקיר ברוין יארן צוריק

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג מארטש 01, 2015 6:33 pm

ערב שבת בראשית
פיינע פיש און פלייש איז
אנגעגרייט אין הייליג געצעלט וכו'
פינקי - מיכאל שבת פלאם
רצונינו לעשות רצוניך.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » זונטאג מארטש 01, 2015 6:45 pm

ר' אליעזר
טאקע פון דעי איז ער
אין כולל זיצט ער
יעדע מינוט איז א אויסגעניצטער
#פייוול קליין

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » זונטאג מארטש 01, 2015 6:51 pm

...זיין פלאג ווי טייער איז
.......איז געוואקסן שינע פירות

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

תגובהדורך אני מאמין » זונטאג מארטש 01, 2015 7:44 pm

דער פעטער הרב ר' אלי'
דער באשעפער זאל אים געבן, וואט שאט איי טעל יע

אברהם הענדלער
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » זונטאג מארטש 01, 2015 7:57 pm

אני מאמין האט געשריבן:דער פעטער הרב ר' אלי'
דער באשעפער זאל אים געבן, וואט שאט איי טעל יע

אברהם הענדלער

אוסם

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג מארטש 01, 2015 9:33 pm

אני מאמין האט געשריבן:דער פעטער הרב ר' אלי'
דער באשעפער זאל אים געבן, וואט שאט איי טעל יע

אברהם הענדלער


פייוול קליין זאגט עס אויך.
ווער האט געבארגט פון וועם?

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מאנטאג מארטש 02, 2015 6:06 pm

אן אויג א געשוואלענעם,
אויסלאכן אלע זאלען אים!
פינקי - מיכאל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מארטש 03, 2015 10:31 pm

דור לדור ישבח,
אייביג דאנקבאר פאר דיר בלייב איך,

--

דיין צער איך דערהער עס,
שכינה מה אומרת,

--

דארף מען זיך שטארקן,
אז יסורים ממרקין,

יקיר,
הק' איש ימיני

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך מארטש 04, 2015 12:59 am

יארן צוריק געהערט, ליגט מיר אין די ביינער סאיז ווערט.

דער זיידע זאגט שוין אשר יצר,
המלאכה מרובה והיום קצר.


הרב שלמה יעקב געלבמאן שליט״א

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מוצ"ש מארטש 07, 2015 9:01 pm

"הייליגע ר' יוחנן,
הייבט ער אהן צו בוכה'נען..."
פיניקי

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » זונטאג מארטש 08, 2015 1:56 am

ר' יששכר
ווען כזע א מיידל אויפן גאס דעמאלס קראס איך איר
גיי אוועק איטשע
הייב דיר אויף די בעקיטשע
פארוואס מאכט זיך דער מענטש מיט הבלים נעריש
ווייסט ער נישט אשר בידו נפש כל חי ורוח כל בשר איש

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:52 pm

"הרחמן הוא יברך אותי ואת אשתי,
ווער דען זאל בעטן אויב נישט דו..."

יואל בערקאוויטש (קרעדיט: איי וועלט)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט