אלטע ניגונים אויף אידיש, זייער ווערטער, באדייט און היסטאריע

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

אלטע ניגונים אויף אידיש, זייער ווערטער, באדייט און היסטאריע

תגובהדורך שערי-תירוצים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:10 am

שלום עליכם,

איך האב לעצטענס אנגעהויבן אויסהערן אלטע אידישע ניגונים. אזעלכע פארצייטישע פאלקס לידער פון פולין וכדומה.

איך ווייס אז נישט אלע איז ממוצא טהור, אבער איך וואלט זייער געוואלט וויסן - א] ווערטער פון פארשידענע פון די ניגונים - ב] דאס באדייט פונעם ניגון, ווטסון עם ברענגט ארויס - ג] די היסטאריע איבער די ניגונים. איך האב נישט געטראפן אזא אשכול דערווייל, אדרבה, אויב עס איז שוין דא, ביטע אנווייזן. וזה החלי.

עסוקה איז דא איין אזא גאר באקאנטע ניגון וואס איך האב שוין געהערט פון פילע זינגערס (דודו פישער, משה אוישער און נאך ) "אויפן וועדת שטייט א בוים" איך האב די ווערטער, אבער איך קיום נישט טרעפן דאס באדייט פונעם ניגון.

די וערטער
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגבויגן;
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן:

דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב,
און דער רעשט קיין - דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.

זאָג איך צו דער מאַמע : "הער,
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן".

"איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון".

זאָגט די מאַמע : "ניטע, קינד",
און זי וויינט מיט טרערן.
"קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן".

זאָג איך : "מאַמע, ס´איז אַ שאָד
דייַנע שיינע אויגן" -
און איידער וואָס, און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל.

וויינט זי מאמע : "איציק קרוין,
נעם, אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל,
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.

די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.

און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע".

כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.

קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.

------

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין וואס די פשט פון די ניגון איז.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:27 am

אזויפיל אשכולות.
זעהט אויס שערי תירוצים לא ננעלו.....

שלום עליכם!
רצונינו לעשות רצוניך.

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:50 am

איך האב געטראפן איין אשכול, אבער פון אנדערע סארט ניגונים, נישט די פאלקס לידער, נאר מער ווי "איזהו מקומן" "א סוכה'לה א קליינע" וכדו'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:57 am

(עס איז אריין געקומען די אשכול עטליכע מאל, קוקט אויס אז א אחראי האט עס שוין מסדר געווען. גוט צו וויסן פאר א נייע שרייבער, אמאל מיינט מען אז עס כאפט נישט אמאל, אבער באמת האט יא געכאפט, נאר די סייט איז אביסל שטייט. איז גוט צו מאכען א "ק\פ" און גיין קוקן צו עס שוין אריין, און אויב נישט לייגן נאכאמאל.)

איבער די ניגון, וויפיל איך פארשטיי די מיין.

אמאל עלטערען פון געטריישאפט היטן די קינדער צופיל און לאזן זיי נישט אויפוואקסן.

אזוי ווי די מאמע פייגל האט נישט געוואלט לאזן די קינד איר'ס נעמען די ריזיקע פון בלייבן איבערן ווינטער.

די פייגל טענה'ט אז אט אט וואקסט ער אויף און וועט זיך קענען ספראווענען מיט פראבלעמען, אבער די מאמע עקש'ט זיך און האט געגעבן פארן קליינעם פייגעלע קאלאטשען, הענטשוך וכו', אז עס זאל זיך נישט פארקילן איבערן ווינטער, און למעשה האט דאס נישט געלאזן די פייגל פליען ווייל עס איז געווען צו שווער, און אנשטאט די פייגל זאל אויפוואקסן איז עס געבליבן דארט שטעקן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:26 am

כבוד שערי,

ס'איז פארהאן א סך אידישע לידער, אבער נישט אלע קענען ווערן אנגערופען 'פאלקס לידער' מיט א קלארן פירוש. אין וואס ס'ווענדט זיך ווייס איך נישט, אבער געוויינטליך האבן זיך די סארט אידישע פאלקס לידער פארשפרייט פון איין קאנטינענט ביזן צווייטן, בשעת ווען אנדערע לידער - מער פויעטישע - זענען געבליבן אין רעקארד.

א שטייגער די ניגון 'באבעניו זאג נאכניש גאט פון אברהם' 'קינדער יארן זיסע קינדער יארן' אט דאס איז קלאר און פארשטענדליך.

די ניגון 'אויפן וועג' איז גראדע זייער א זיסע ניגון בפרט וויזוי 'משה אוישר' לייגט דאס אראפ, די ווערטער זענען געשריבן געווארן 'פויעטרי סטייל' דורך 'איציק מאנגער' ווייסעך וואסערע צדיק ער איז געוועזן, דו פרעגסט פשט פון די ווערטער, איך האב אלץ געטראכט אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס, טאקע שיין אבער אן א פירוש, כדרך של יענע דוכטערס, עפעס רוקט טאקע אריין פון א מאמע מיט א קינד ווי לכתחילה ערקלערט, אבער ס'בלייבט ביי משה אוישר און ביי דוד פישר, בזמן וואס די אנדערע צוויי ניגונים וואס כ'האב יא דערמאנט פארשטייט מען זייער גוט די מיין און קינד און קייט האבן דאס געזונגען אין דער אלטער היים.

סך הכל, סי פארבליבן סך ניגונים פון פויעטריסט און דיכטערס וואס האבן א פארנעפלטן פירוש, און מיין מיינונג איז אז מ'דארף זיך נישט מוטשענען דערויף.
על מי מנוחות ינהלנו

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:50 pm

יישר כח וואסערפאל און לכתחלה.

דאכט זיך אז נאך די הסבר פון לכתחלה האט דאס א זייער שיינער באדייט.

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:07 pm

נאכן אביסל אריינקוקן אין די נושא זע איך אז די זאכן הייסן נישט פאלקס לידער, נאר דאס רופט זיך. א Lullaby. דאס הייסט א ליד וואס איז געמאכט איינצו-וויגן א קינד. און עס קען האבן פארשידענע מהלכים. צומאל איז דאס צו רעדן צום קינד וועגן זיין צוקונפט. צומאל וועגן די עלטערן, חינוך, רוחניות, די מצב אין וואס מען געפינט זיך.

אינטערעסאנט אז היינט איז דאס אינגאנצן שוין נישט איינגעפירט (אזוי מיין איך)...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 3:03 pm

וואסערפאל האט געשריבן:כבוד שערי,

ס'איז פארהאן א סך אידישע לידער, אבער נישט אלע קענען ווערן אנגערופען 'פאלקס לידער' מיט א קלארן פירוש. אין וואס ס'ווענדט זיך ווייס איך נישט, אבער געוויינטליך האבן זיך די סארט אידישע פאלקס לידער פארשפרייט פון איין קאנטינענט ביזן צווייטן, בשעת ווען אנדערע לידער - מער פויעטישע - זענען געבליבן אין רעקארד.

א שטייגער די ניגון 'באבעניו זאג נאכניש גאט פון אברהם' 'קינדער יארן זיסע קינדער יארן' אט דאס איז קלאר און פארשטענדליך.

די ניגון 'אויפן וועג' איז גראדע זייער א זיסע ניגון בפרט וויזוי 'משה אוישר' לייגט דאס אראפ, די ווערטער זענען געשריבן געווארן 'פויעטרי סטייל' דורך 'איציק מאנגער' ווייסעך וואסערע צדיק ער איז געוועזן, דו פרעגסט פשט פון די ווערטער, איך האב אלץ געטראכט אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס, טאקע שיין אבער אן א פירוש, כדרך של יענע דוכטערס, עפעס רוקט טאקע אריין פון א מאמע מיט א קינד ווי לכתחילה ערקלערט, אבער ס'בלייבט ביי משה אוישר און ביי דוד פישר, בזמן וואס די אנדערע צוויי ניגונים וואס כ'האב יא דערמאנט פארשטייט מען זייער גוט די מיין און קינד און קייט האבן דאס געזונגען אין דער אלטער היים.

סך הכל, סי פארבליבן סך ניגונים פון פויעטריסט און דיכטערס וואס האבן א פארנעפלטן פירוש, און מיין מיינונג איז אז מ'דארף זיך נישט מוטשענען דערויף.

כ'זעה נישט וויאזוי פאעטישע ווערק אן קיין פירוש איז בכלל עפעס. יעדע זאך דארף האבן א פירוש אז נישט איז עס גארנישט, נישט קיין פאעטרי און נישט קיין ליד.

די ליד האט לדעתי זייער א שיינע און טיפע פשט - ווי איך האב געשריבן -, אדרבה, זאג דו וועלכע חלק ליד איז אומפארשטענדליך אויב זאגט מען אז די פשט איז ווי איך האב געשריבן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 5:16 pm

נאך א פארצייטישע שיינע ליד. איך פארשטיי "מער-ווייניגער" די פשט, אבער עס איז מעגליך אז עס פארמאגט מער...



אין דעם בית המקדש

אין א ווינקל חדר

זיצט די אלמנה בת ציון אליין

איר בן יחיד’ל יידעלע’ן

וויגט זי כסדר

און זינגט אים צום שלאפן א לידעלע שיין





אונטער יידעלע’ס וויגעלע

שטייט א קלאר ווייס ציגעלע

דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען

דאס וועט זיין דיין בארוף

ראזשינקעס מיט מאנדלען

שלאף’זשע יידעלע שלאף




אין דעם לידל, מיין קינד

ליגט פיל נביאות

אז דו וועסט אמאל זיין צוזייט אויף דער וועלט

א סוחר וועסטו זיין

פון אלע תבואות

און וועסט אין דעם אויך פארדינען פיל געלט







אונטער יידעלע’ס וויגעלע

שטייט א קלאר ווייס ציגעלע

דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען

דאס וועט זיין דיין בארוף

ראזשינקעס מיט מאנדלען

שלאף’זשע יידעלע שלאף

שלאף’זשע יידעלע שלאף!

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:05 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:כבוד שערי,

ס'איז פארהאן א סך אידישע לידער, אבער נישט אלע קענען ווערן אנגערופען 'פאלקס לידער' מיט א קלארן פירוש. אין וואס ס'ווענדט זיך ווייס איך נישט, אבער געוויינטליך האבן זיך די סארט אידישע פאלקס לידער פארשפרייט פון איין קאנטינענט ביזן צווייטן, בשעת ווען אנדערע לידער - מער פויעטישע - זענען געבליבן אין רעקארד.

א שטייגער די ניגון 'באבעניו זאג נאכניש גאט פון אברהם' 'קינדער יארן זיסע קינדער יארן' אט דאס איז קלאר און פארשטענדליך.

די ניגון 'אויפן וועג' איז גראדע זייער א זיסע ניגון בפרט וויזוי 'משה אוישר' לייגט דאס אראפ, די ווערטער זענען געשריבן געווארן 'פויעטרי סטייל' דורך 'איציק מאנגער' ווייסעך וואסערע צדיק ער איז געוועזן, דו פרעגסט פשט פון די ווערטער, איך האב אלץ געטראכט אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס, טאקע שיין אבער אן א פירוש, כדרך של יענע דוכטערס, עפעס רוקט טאקע אריין פון א מאמע מיט א קינד ווי לכתחילה ערקלערט, אבער ס'בלייבט ביי משה אוישר און ביי דוד פישר, בזמן וואס די אנדערע צוויי ניגונים וואס כ'האב יא דערמאנט פארשטייט מען זייער גוט די מיין און קינד און קייט האבן דאס געזונגען אין דער אלטער היים.

סך הכל, סי פארבליבן סך ניגונים פון פויעטריסט און דיכטערס וואס האבן א פארנעפלטן פירוש, און מיין מיינונג איז אז מ'דארף זיך נישט מוטשענען דערויף.

כ'זעה נישט וויאזוי פאעטישע ווערק אן קיין פירוש איז בכלל עפעס. יעדע זאך דארף האבן א פירוש אז נישט איז עס גארנישט, נישט קיין פאעטרי און נישט קיין ליד.

די ליד האט לדעתי זייער א שיינע און טיפע פשט - ווי איך האב געשריבן -, אדרבה, זאג דו וועלכע חלק ליד איז אומפארשטענדליך אויב זאגט מען אז די פשט איז ווי איך האב געשריבן?


איך האב אלץ פארשטאנען די 'מיין' פון דעם ניגון אז 'איציק' וויל אויך ווערן א פויגל, ארויף אויפן בוים, און פון דארט אוועקפליען, ווי די אנדערע פויגלעך, ווי ס'איז משמע ''און איידער וואס און איידער ווען בין איך מיר א פויגל'' כלומר, כ'על מילא אוועקפליען, שפעטער זעעט ער איין ''זי האט איר ליבשאפט ניט געלאזט'' כלומר, אז זי איז געווען גערעכט.

די 'חומר' די אינהאלט מיטן בוים איז מיר מאדנע.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:17 pm

גראדע א זיסע טוויסט אין די פשט, אבער עס שטימט נישט מיט די ווערטער. ער וויל בלייבן דארט ווינטער ווען אלע פליען אוועק, און די מאמע וויל אים נישט לאזן. און נאכדעם גיט זי אים נאך, און לאזט אים יא בלייבן, אבער נאר מיט די אלע צוגעהערן, וואס האבן אים למעשה נישט געלאזט פליען.

אז דו האסט שוין אריינגעברענגט די מעגליכקייט אז די מאמע איז געווען גערעכט. קען זיין אז זי איז טאקע געווען גערעכט אז זי האט אים נישט געוואלט לאזן פארבלייבן. ווייל אפי' ער האט געוואלט נעמען די ריזיקע, האט זי אים נישט געטארט לאזן.

אבער למעשה גיט זי נאך - מן הסתם פון ווייעכקייט - און די עצה וואס זי טוט אים צו קענען דארט לאזן לאזט אים נישט וואקסן.

דאס הייסט למעשה זענען זיי ביידע נישט גערעכט. ער וואלט נישט געדארפט ווילן בלייבן, און זי וואלט אים נישט געדארפט לאזו בלייבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:15 am

איך מיין אז איך האב א גוטע פשט דא....

מיר זעט אויך אויס אז די קינד מיינט מען א מענטשליך קינד וואס זעט ווי די פייגלעך פליען אוועק פון בוים, וויל ער ווערן א פויגל, און פליען ווי די פויגל און בארואיגן די בוים (און ער פארשטייט נישט אז די סיבה דערצו איז אז די פויגל קענען נישט פארבלייבן דארט אויפן ווינטער, דערפאר פליען זיי צו פלעצער וואס זענען ווארימער).

לויט דעם איז פשט אזוי, די מאמע האט פארשטאנען אז א מענטש קען נישט איבערלעבן אזא פרעסטיגע ווינטער אויפן בוים, האט זי אים געוואלט אפשטעלן, אבער ער איז שנעל געווארן א פויגל און געלאפן צום בוים, און געזאגט דעם מאמע'ן אז ס'וועט גארנישט העלפן אים אפצושטעלן, ווען די מאמע האט געזען אז זי קען אים נישט אפשטעלן מיט "שכל'דיגע" זאכן, האט זי זיך געבעטן כאטש נעם א "שאליק'ל" א "קוטשמע" ער זאל זיין ווארעם, אבער דאס האט אים אראפגעשלעפט אז ער זאל נישט קענען פליען. איז די מאמע'ס ליבשאפט האט אים אפגעשטעלט און געראטעוועט ער זאל נישט פארפרוירן ווערן.

די נקודות וואס דאס ברענגט ארויס.

א) צומאל האט ליבשאפט א שטערקערן כח ווי שכל.

ב) א מענטש קען נישט זיין א פויגל, ווייל ער וועט ווערן פארפרוירן, און דאס אז ער דארף א מאנטל האלט אים צוריק פון פליען. דאס מיינט צו זאגן, יעדער מענטש האט זיין תפקיד אויפן וועלט, יעדער האט זיך זיינע כשרונות און יכולות, זיינע מעלות און חסרונות, און דאס מאכט דעם מענטש פאר וואס ער איז. זה בכה וזה בכה.

ער האט געמיינט אז די בוים איז צובראכן אז אלע פייגלעך זענען אנטלאפן, האט ער געוואלט זינגען א ניגון פאר אים. צום סוף אבער פארשטייט ער אז, דער בוים שטייט אויף איין פלאץ און קען זיך נישט רירן, און ער קען דורכמאכן שווערע היצן און שווערע קעלט. טאקע ווייל יעדער האט זיין תפקיד.

וואס זאגט איר?
לעצט פאראכטן דורך שערי-תירוצים אום מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:42 pm

אינטערעסאנטע פשט, באט עס קוקט מיר נישט אויס ווי דאס האט דער מחבר געמיינט.

איבער די צווייטע ניגון וואס דו האסט געלייגט דארף איך נאך טראכטן. עס קומט זיך מיר עפעס נשיט געהעריג צוזאם, כ'בין חושד אז עס איז צוזאם געשמאלצן - אדער עכ"פ די געדאנק - פון צוויי ניגונגים.

אגב דאגב, זיכענדיג איבער די צווייטע ניגון וואס דא האסט געברענגט, האב איך זיך באגעגענט מיט דעם:

viewtopic.php?f=18&t=6294&start=25

און דעס:

viewtopic.php?f=18&t=511

און דעס:

viewtopic.php?f=18&t=11660&start=10
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:18 am

נאך א שיינער ליד. דאס זינגט משה אוישער און נאך.

דאנא דאנא...
אױפֿן פֿורל ליגט דאָס קעלבל,
ליגט געבונדן מיט אַ שטריק.
הױך אין הימל פֿליט דאָס שװעלבל,
פֿרײט זיך, דרײט זיך הין און צוריק.

כאָר:
לאַכט דער װינט אין קאָרן,
לאַכט און לאַכט און לאַכט,
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבע נאַכט.
דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, ...

שרײַט דאָס קעלבל, זאָגט דער פּױער:
װער זשע הײסט דיר זײַן אַ קאַלב?
װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ פֿױגל,
װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ שװאַלב.

כאָר

(בלינדע קעלבער טוט מען בינדן
און מען שלעפּט זײ און מען שעכט,
װער ס'האָט פֿליגל, פֿליט אַרױפֿצו,
איז בײַ קײנעם ניט קײן קנעכט.)


----

מיין הבנה אין די פשט איז אז דאס קעלבל מיינט די איד, און אז דער איד איז און גלות און נעבעך מען טראגט אים צום שחיטה נאר ווייל ער איז א "קאלב", און די גויים לאכן...

חשוף זרוע קדשיך... נקום נקמת דם עבדיך השפוך... למה יאמרו הגוים איה אלוקיהם...

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:22 am

וואס איך וואלט געוואלט פארשטיין איז די אויסדרוקן...

"דאנא דאנא... "
"לאכט די ווינט אין קארן..."

א "שוועלבל" האב איך געזען טייטשט א "Swallow" דאס איז א סארט פויגל.

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

ווערטער פון אלטע פאלקס ניגונים

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » מאנטאג אפריל 18, 2016 12:45 am

לאמיר דא געבן א פריש אויף דעם אשכול אהה! פאלקס לידלעך נישטא נאך אזא באחיינטע ארטיקל,

איז אזוי: איך זוך בעיקר די ווערטער פון אלע לידלעך פון משה אושר און איך בעט פון אלע פאלקס לידער, לאלעביי, פאעטרי, און חזנות פענס זאלן מוחל זיין און שיקן וואס זיי האבן פון משה אושר'ן (זאג מיר נישט ער איז געווען א נגיד און די אונגארישע האבן אים אפגעחתמט מיט אן 'א' דאס איז נאר א ווערטל)
און פון יאסעלע ראזענבלאט און לייבעלע וואלדמאן וואלט איך אויך געקענט באשטיין צו האבן שטאף און יעדער פון די דעמאלטסדיגע זינגערס/חזנים וואס האבן פארמאגט שיינע רייכע לידלעך. איך זוך נישט ממש חזנות ענדערש לידלעך ווי בעלז, רומעניע, און נאך.

צוריק צו משה אליין דארף איך די ווערטער פון א ניגון וואס הייסט מיין שטעטל (נישט מיין שטעטעלע בעלז)
און ווער ס'האט סיי וועלכע ווערטער פון א פאלקס ליד וואס קומט פון אן אמאליגער חזן וואס כ'האב נישט דערמאנט, זאל ביטע שיקן וואס ער האט די ציל איז פשוט צו דעזעגנירן א באזונדערע אשכול פון די Lyrics פון אלע סארט אמאליגע לידלעך און זייערע מקורות
א גרויסן דאנק פון פראנאויס
א שטארקע אלטער היים פען
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

פאפיראסן

תגובהדורך חיים צבי » מאנטאג אפריל 18, 2016 4:10 pm

לאו דוקא א לולוביי אבער דאך א פיינער אלטע ניגון
א קאלטע נאכט, א נעפלדיקע, פינצטער אומעטום
שטייט א יינגעלע פאטרויערט און קוקט זיך ארום
פון רעגן שיצט אים נאר א וואנט
א קאשיק האלט ער אין דער האנט
און זיינע אויגן בעטן יעדן שטום:

איך האב שוי ניט קיין כוח מער ארומצוגיין אין גאט
הונגעריק און אפגעריסן פון דעם רעגן נאס
איך שלעפ ארום זיך פון באגינען
קיינער גיט ניט צו פארדינען
אלע לאכן, מאכן פון מיר שפאס

קופיטיע, קויפט זשע פאפיראסן
טרוקענע - פון רעגן ניט פארגאסן
קויפט זשע! ביליק - בנאמנות
קויפט און האט אויף מיר רחמנות
ראטעוועט פון הונגער מיך אצינד

קויפיטיע, קויפט זשע שוועבעלעך אנטיקן
דערמיט וועט איך א יתומל דערקוויקן
אומזיסט מיין שרייען און מיין לויפן
קיינער וויל ביי מיר ניט קויפן
אויסגיין וועל אין מוזן ווי א הונט

מיין טאטע אין מלחמה האט פארלוירן זיינע הענט
מיין מאמע האט די צרות מער אויסהאלטן ניט געקענט
יונג אין קבר זי געטריבן
בין איך אויף דער וועלט פארברליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי א שטיין
ברעקלעך קלייב איך אויף צום עסן אויף דעם אלטן מארק
א הארטע באנק איז מיין געלעגער אין דעם קאלטן פארק
און דערצו די פאליציאנטן
שלאגן מיך מיט שווערדן, קאנטן,
ס'האלפט ניט מיין געבעט און מיין געוויין.

(Lyrics credit: http://www.zemereshet.co.il)

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

א שיינער געדאנק קיינמאל געהערט דעם ניגון

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:34 am

וואס טוט נאר נישט א מאמע צוליב קינדער,
זי (דער)עסט נישט און זי שלאפט נישט שטענדיג נישט,
נאר וועגן טאטע'ן קיינער זאגט נישט גארנישט,
וואס טוט נישט פאר די קינדערלעך דער איד.

מיין טאטע האט פארביטן מיר מיין מוטער,
ווען איך בין געווען א פיצל א קליין קינד,
געצערטעלט האט ער מיך מיין ליבער פאטער,
געמיהט האט ער זיך פאר דעם קינד׳ס געזונט.

Choirs:
מיין אידישער טאטע,
איך גיב אים אפ כבוד,
וויל ליב און טייער איז ער מיר ביז גאר,
איך וויל זאלסט זיין געזונט מיין ליבער טאטע,
[לייט] גאט'ס געבאט ביז הונדערט צוואנציג יאר.

מיין טאטע האט געגעבן מיר דעם נאמען,
גע'שם'ט געשיינט מיט יארן לאנג צוריק,
און אויב ---- ---- וועט ער מיין טאטע'ן,
באלוינען מיט הצלחה און מיט גליק.
Choirs: 
מיין אידישער טאטע,
איך גיב אים אפ כבוד,
וויל ליב און טייער איז ער מיר ביז גאר,
איך וויל זאלסט זיין געזונט מיין ליבער טאטע,
[לייט] גאט'ס געבאט ביז הונדערט צוואנציג יאר.

איך האב א ווייב מיט קינדער גאט צו דאנקען,
מיט זיי בין איך מיר גליקליך אן א שיעור,
און ווייל איך בין שוין איצט אליין א טאטע,
ווערט מיין טאטע טייערער ביי מיר.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

איך בין זעהר אנטוישט!

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » מאנטאג יולי 04, 2016 3:03 am

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:לאמיר דא געבן א פריש אויף דעם אשכול אהה! פאלקס לידלעך נישטא נאך אזא באחיינטע ארטיקל,

איז אזוי: איך זוך בעיקר די ווערטער פון אלע לידלעך פון משה אושר און איך בעט פון אלע פאלקס לידער, לאלעביי, פאעטרי, און חזנות פענס זאלן מוחל זיין און שיקן וואס זיי האבן פון משה אושר'ן (זאג מיר נישט ער איז געווען א נגיד און די אונגארישע האבן אים אפגעחתמט מיט אן 'א' דאס איז נאר א ווערטל)
און פון יאסעלע ראזענבלאט און לייבעלע וואלדמאן וואלט איך אויך געקענט באשטיין צו האבן שטאף און יעדער פון די דעמאלטסדיגע זינגערס/חזנים וואס האבן פארמאגט שיינע רייכע לידלעך. איך זוך נישט ממש חזנות ענדערש לידלעך ווי בעלז, רומעניע, און נאך.

צוריק צו משה אליין דארף איך די ווערטער פון א ניגון וואס הייסט מיין שטעטל (נישט מיין שטעטעלע בעלז)
און ווער ס'האט סיי וועלכע ווערטער פון א פאלקס ליד וואס קומט פון אן אמאליגער חזן וואס כ'האב נישט דערמאנט, זאל ביטע שיקן וואס ער האט די ציל איז פשוט צו דעזעגנירן א באזונדערע אשכול פון די Lyrics פון אלע סארט אמאליגע לידלעך און זייערע מקורות
א גרויסן דאנק פון פראנאויס
א שטארקע אלטער היים פען

איך גלייב עס נישט! נישטא קיין אידישע לידער ליבהאבער דאהי? קיין ליריק קאלעקטארס? ניקס וואס גייען באנאנעס פאר קלאסישע אלטע פארשטויבטע אנטיק פיעס מעלאדיעס??? תפילין לייגט עטס יעדן שבת? טועמיה חיים זכו יעדן זונטאג און אסרו חג עסט עטס יא? ווי בינעך מיט ענק.. ווייסט וואס איך וועל ענק זאגן איך פארשטיי ענק אינגאנצן נישט!?!? הי!!! געמיינט אז דער עולם דא פארשטייט צום אמאליגן טעם, צו גוטע סחורה, צום ריכטיגן קלאסישן פיפקע, מיטן רויטן דעזיין און די שווארצע אריינציער'ל, דערווייל זעה איך ווי עטס ליגטס נאר אינעם "היינטיגן" עלעקטראנישע מינע, אי סיגערעטס וואס דארף אפיציעל נישט מאכן קיין גרוך אינעווייניג, נאך ווי ס'ריח'ט אן דעם ביהמ"ד, יונגערמאן! אויב ווילסטו רייכערן מיט דעם סקרול דרייווער אין מויל זיי מוחל גיי אין פאליש! נישט דא!.

איז ווער איז זיך מרחם און העלפט מיר ארויס דא מיט אביסלע ריכטיגע אמאליג, פארצייטיש, דארפיש, אידישיסטיש, ניגונים און גראמעלעך, א ווערטל, און א געדאנק, אן קיין לאנגן דרשה געשאנק, ס'זאל דער קאפ נישט טאן באנק, וועל איך דיר מיין פריינט געבן א דאנק,

יודן! יאלא! וועקטס ענק אויף מ'ווער מיר נישט יונגער און מ'ברויך האבן וואס צו פארציילן פאר אונזערע קינדער און קינדס קינדער, וואס מ'האט געזינגען "אמאל" אין דער אלטער היים זאלן זיי אויך שפירן דעם זיסן טעם וואס א "ליד" האט געמיינט און ווי דאס גראם האט באמת אראפגעשפילט דעם טאג טעגליכן סדר היום פונעם שניידער אין שטעטל.

שכח פאר אלע פענס פון קלעיסיק מוזיק איך האף עטס וועטס מיר נישט לאזן אליינס אויפן וואסער.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 28, 2020 11:18 am

אויפן וועג איז פשוט די קאנסעפט אז מיין מאמעס ליבשאפט האלט מיר אין קאנטראל

אביסל א טיפערע באדייט (נישט אז דער שרייבער אז דאס געמיינט)
viewtopic.php?p=2082040#p2082040
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:11 pm

חיים צבי האט געשריבן:לאו דוקא א לולוביי אבער דאך א פיינער אלטע ניגון
א קאלטע נאכט, א נעפלדיקע, פינצטער אומעטום
שטייט א יינגעלע פאטרויערט און קוקט זיך ארום
פון רעגן שיצט אים נאר א וואנט
א קאשיק האלט ער אין דער האנט
און זיינע אויגן בעטן יעדן שטום:

איך האב שוי ניט קיין כוח מער ארומצוגיין אין גאט
הונגעריק און אפגעריסן פון דעם רעגן נאס
איך שלעפ ארום זיך פון באגינען
קיינער גיט ניט צו פארדינען
אלע לאכן, מאכן פון מיר שפאס

קופיטיע, קויפט זשע פאפיראסן
טרוקענע - פון רעגן ניט פארגאסן
קויפט זשע! ביליק - בנאמנות
קויפט און האט אויף מיר רחמנות
ראטעוועט פון הונגער מיך אצינד

קויפיטיע, קויפט זשע שוועבעלעך אנטיקן
דערמיט וועט איך א יתומל דערקוויקן
אומזיסט מיין שרייען און מיין לויפן
קיינער וויל ביי מיר ניט קויפן
אויסגיין וועל אין מוזן ווי א הונט

מיין טאטע אין מלחמה האט פארלוירן זיינע הענט
מיין מאמע האט די צרות מער אויסהאלטן ניט געקענט
יונג אין קבר זי געטריבן
בין איך אויף דער וועלט פארברליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי א שטיין
ברעקלעך קלייב איך אויף צום עסן אויף דעם אלטן מארק
א הארטע באנק איז מיין געלעגער אין דעם קאלטן פארק
און דערצו די פאליציאנטן
שלאגן מיך מיט שווערדן, קאנטן,
ס'האלפט ניט מיין געבעט און מיין געוויין.

(Lyrics credit: http://www.zemereshet.co.il)


כ'מיין אז דודו זינגט עס אביסל אנדערש און לייגט צו א פאל,
געהאט האב איך א שוועסטערל א קינד פון דער נאטור
מיט מיר צוזאמען זיך געשלעפט האט זי א גאנצע יאהר
וכו'

און אז מ'רעדט שוין איינער קען דעם ניגון וואס ער זינגט העי ציגאלע...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט