כשרונות - באווייז דיין טאלאנט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

כשרונות - באווייז דיין טאלאנט

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 8:22 pm

ווארט מיט שפאנונג אויף א שעפערישן אויפטו אנגעפירט דורך דעם מוזיק ריז ר׳ נפתלי משה שניצלער, און דער סטודיא עקספערט ר׳ מושי קרויס און א רייע פון געלונגענע ארטיסטן.

דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
IMG_20161117_195710.jpg
IMG_20161117_195715.jpg
IMG_20161117_195725.jpg
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:10 pm

די אויסוואל פון פאנטס איז שוואכליך, ביזט זיכער אז ס'איז עכט?

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:37 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די אויסוואל פון פאנטס איז שוואכליך, ביזט זיכער אז ס'איז עכט?

עמער ווארטן ביז מוצ"ש.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:42 pm

איך קאמפיוטער ביז פארוואס, אבער פלאהר ברענגט קוגעל
סוף מעשה במחשבה תחילה.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:45 pm

נישט טראכטן הויך...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:51 pm

עפעס אזוי הערט זיך די עד, אומקלאר ווי מיין תגובה
סוף מעשה במחשבה תחילה.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 11:27 am

נו גרייט מיר זיך צו באווייזען מיין טעלענט ! גייט מען עס אויך הערן אויף קולמא ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 8:50 pm

קען איינער אריינקומען קלארער וואס דא גייט פאר?

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 8:57 pm

מוזיק באנד האט געשריבן:קען איינער אריינקומען קלארער וואס דא גייט פאר?

געהערט אמאל, אז נפתלי משה האט א פלאן צו עפענען א ריזיגע סטודיאו מיט אסאך שטיבלעך צו רעקארדירן, אז יעדער וואס פאלט אים ביי א ניגון זאל קענען אריינקומען אראפזינגען, אין אנדערע ווערטער עס אהערשטעלן קאמערשל מער פארן פאבליק,
נישט קראנט!

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 9:02 pm

גוטע וואך. שוין אויף קולמע, מקען אריינגעבן אייגענע ניגונים.. חברה פיינע נייעס!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:51 pm

שיינע איטערוויו אויף קולמע מיט ר' נפתלי משה און מושי קרויס (דורך וועלוויל שמעלצער) 3-1 פון די מעין מעניו ביי די אינטערוויוס
סוף מעשה במחשבה תחילה.

מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:50 pm

תגובהדורך מה אני ומה חיינו » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 11:57 pm

וואס טיט איר פאר פרנסה: איך בין א קאר-סערוויס דרייווער.

ווי האט איר אנערקענט אז איר האט א חוש צו דעם פאך: יא, יא, גיט געפרעגט. אלס קינד פלעג איך אייביג זיך צוקיקן וויאזוי קאר'ס פארן און ס'האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן.

ווי אלט זענט איר געווען ווען איר האט אנגעהויבן אייער קאריערע: אלס חתן ווי נאר איך באקימען לייסענ'ס פלעגט איך מאכן טריפ'ס פאר מיינע חברים.

וואספארא טיפ'ס און עצה'ס וואלט איר רעקאמאנדירט פאר אזעלכע וואס ווילן זיך אריינלייגן אין די אינדאסטרי: יא, זייער פשוט, זיי זאלן זיך מאכן לייסענ'ס און זיך אנגעבן אז זיי זענען וויליג צו מאכן טריפ'ס.

איר האלט אז די פאך איז געאייגענט פאר סיי וועם: יא, יא, זיכער.

וואס איז אייער מעסעדש פאר כלל ישראל: יא, אז מ'זאל אלעמאל זעהן צו רופן די קאר כאטשיק צעהן מינוט איידער איר דארפט דאס.

פיין, א גרויסער יישר כוח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער פארנימענע צייט און מיטטיילן מיטן ברייטן ציבור אייער עקספיריענס: אדרבה, ס'איז מיר א כבוד דאס צוטיען, ש'כוח, א גיט'ן.!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:02 am

מה אני ומה חיינו האט געשריבן:וואס טיט איר פאר פרנסה: איך בין א קאר-סערוויס דרייווער.

ווי האט איר אנערקענט אז איר האט א חוש צו דעם פאך: יא, יא, גיט געפרעגט. אלס קינד פלעג איך אייביג זיך צוקיקן וויאזוי קאר'ס פארן און ס'האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן.

ווי אלט זענט איר געווען ווען איר האט אנגעהויבן אייער קאריערע: אלס חתן ווי נאר איך באקימען לייסענ'ס פלעגט איך מאכן טריפ'ס פאר מיינע חברים.

וואספארא טיפ'ס און עצה'ס וואלט איר רעקאמאנדירט פאר אזעלכע וואס ווילן זיך אריינלייגן אין די אינדאסטרי: יא, זייער פשוט, זיי זאלן זיך מאכן לייסענ'ס און זיך אנגעבן אז זיי זענען וויליג צו מאכן טריפ'ס.

איר האלט אז די פאך איז געאייגענט פאר סיי וועם: יא, יא, זיכער.

וואס איז אייער מעסעדש פאר כלל ישראל: יא, אז מ'זאל אלעמאל זעהן צו רופן די קאר כאטשיק צעהן מינוט איידער איר דארפט דאס.

פיין, א גרויסער יישר כוח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער פארנימענע צייט און מיטטיילן מיטן ברייטן ציבור אייער עקספיריענס: אדרבה, ס'איז מיר א כבוד דאס צוטיען, ש'כוח, א גיט'ן.!


;l;p-

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 10:01 am

די אינטערוויו.
IMG_20161120_100000.jpg

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 20, 2016 10:20 am

שטומט נישט זיי גייען אנגעטוהן וואכנדיג
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

"כשרונות"

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:04 pm

ס'איז נאך דא אזעלכע וואס מיינען אז ווען מ'הערט אויפן אינטערוויו "א גוטע וואך - א גוטן מועד" מיינט עס טאקע אז ס'איז דעמאלטס געמאכט געווארן? איז שווער, וויאזוי קען מען זיך אויסרעכענען אז וועם מ'וויל אינטערוויוען וועט פונקט זיין גרייט ווען ער וויל? און נאכמער למשל יצחק שלמה האט אליין געזאגט אז ער מאכט נישט קיין אינטערוויוס חול המועד און מ'קען אים הערן אין גרויסן סיי אויף:3-1 און אזוי אויך אויף 1-1-4 אלא מאי... ודו"ק

לוסטיג און לעבעדיג
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:07 pm

תגובהדורך לוסטיג און לעבעדיג » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:37 pm

אויסגעהערט זייער שמועס.
כ'בין שטארק נתפעל געווארן דערפון און כ'האלט אז ס'קען העלפן פאר אסאך ארויסצוברענגן זייערע טאלאנטן וואס זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן.

פארוואס אבער לייגט עס קול מבשר צווישן אלע טויזענטע אינטערויא'ס? כ'האלט אז היות ס'איז גאר א גוטע זאך און עס קומט א גאנצע סעריע דערפון וואלט געמעגט זיין א באזינדערע קנעפיל פארדעם.

אבער כה לחי דו אלע וואס שטייען אונטער די פאריעקט!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:38 pm

באדעם ליין, וואס איז דעי כשרונות? כ'האב נישט צייט אויסצוהערן די גאנצע זאך.
אינער וועט וויליג זיין צו מאכן דא א תמצית?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

לוסטיג און לעבעדיג
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:07 pm

תגובהדורך לוסטיג און לעבעדיג » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:42 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:באדעם ליין, וואס איז דעי כשרונות? כ'האב נישט צייט אויסצוהערן די גאנצע זאך.
אינער וועט וויליג זיין צו מאכן דא א תמצית?

אז מענטשן וואס פילן (אדער רעדן זיך איין) אז זיי קענען מאכן ניגונים וכדומה וועלן האבן א פלאץ ווי אזוי זיך צו לערנען עס טאקע ארויס צו ברענגן מכח אל הפועל, דורך דעם וואס זיי גייען ארויף ברענגן די גרעסטע מומחים אין די ליין, און אזוי אויך וועלן זיי קענען אריין שיקן ניגונים און די עולם וועט אפגעבן זייער שטימע וואס זיי זאגן דערצו וכדומה.

אזוי האב איך פארשטאנען פון די שמועס.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:52 pm

געהעריג א אידישע "גאַט טעלענט"...
(פאר ווער ס'ווייסט וואס דאס איז)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:01 pm

אויפן מהלך פון קולמע אן ראדיא, טאלאנט אן ווידיא וד"ל

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:04 pm

וואס איז דאס די נייע כשרונות קנעפל און פראגראם אויף קול מבשר.

פון משה קרויס,

אזויווי אסאך חברים ווילן וויסן קלארער ״וואס גייט דא פאר״, וואס איז דער נייער ״כשרונות״ פראיעקט אויף קול מבשר? וועלן מיר פרובירן דאס אראפצושרייבן אין קורצן.

און פארשטייט זיך, ווער ס׳פארשטייט נישט עפעס זאל/קען איבערפרעגן.

א שטיק צייט צוריק איז פארגעקומען א זיצונג צווישן נפתלי משה שניצלער און מושי קרויס, בין הדברים איז ארויף אויפן טיש ווי פאלגנד; היות מיר טרעפן זיך אן מיט אסאך מענטשן וואס מיר שפירן אז זיי האבן טאלאנטן, און ביי אונז אין די חסידישע קרייזן איז זייער שווער (לימיטעד) אויסצוגעבן טאלאנטן אויף א כשר׳ן אופן, אדער עכ״פ אזוי איז ביי אונז אנגענומען... אלזא האבן מיר פרובירט אוחפקומען מיט א געדאנק, "וויאזוי קענען מיר העלפן מענטשן ארויסברענגען זייער טאלאנט"?

וואס מיט דעם וועלמיר אויפטון צוויי זאכן; 1. אריינגעבן קאנפידענץ אין מענטשן זיי זאלן גלייבן אין זיך, 2. ארויסברענגען די ״כשרונות״ פון מענטשן מיט טאלאנטן צו דער ברייטער וועלט, פארוואס זאל נישט דער עולם הנאה האבן דערפון?

ס'האט גענומען לאנגע שעות פון שמועסן און טראכטן צווישן די צוויי, ווי אויך זענען זיי געזעצן מיט אנדערע מענטשן וואס קענען דעם פעלד, צווישן זיי מחנכים און בעלי השקפה, וואס האבן דוקא געגעבן אסאך קוראזש און מעודד געווען וואספארא גוטע זאך דאס קען זיין פארן כלל.

הכלל, האבן זיי באשלאסן אז די ערשטע און גרינגסטע סטעפ אנצוהייבן וועט זיין צו געבן א געלעגנהייט פארן כלל אריינצושיקן זייערע טאלאנטן צו א פלאטפארמע, וואס יעדער האט באשטימט אז ״קול מבשר״ וועט זיך די בעסטע אויסארבעטן פאר דעם, פאר אסאך סיבות, אבער בעיקר ווייל דארט קען מען ״הערן״, און דאס ארבעט זיך אויס דאס בעסטע פארן היימישן כלל. דער פראגראם וועט אנגעפירט ווערן דורכן אלעמען באקאנטן ר׳ וועלוול שמעלצער ני״ו.

מיר הייבן אן מיט ״מלחינים״, ווי מיר געבן א פלאטפארמע פאר מענטשן וואס שפירן אז זיי קענען פארפאסן ניגונים, קענען דאס אריינשיקן דורך 3 פלעצער, ביי פאסט, אימעיל און טעלעפאן. (עווענטועל גיי מיר מאכן נאך אסאך טאלאנטן)

פאר א צייט פון 2 וואכן קען מען אריינשיקן ניגונים. עטליכע מוזיק מבינים וועלן דן זיין און ״רעיטן״ די ניגונים, דערנאך וועט מען ארויסלייגן אויף קול מבשר עטליכע ניגונים יעדע וואך, דורכאויס 4 וואכן, יעדע וואך פרישע, וואו דער ציבור וועט קענען ״וואוטן״ און אפמאכן וועלכעס זיי האבן דאס בעסטע ליב.

דערנאך וועט מען צוזאמנעמען די בעסטע ניגונים וואס דער עולם האט געוואוט, און דאס גייט זיין א פרישע קאנטעסט וואו מגייט פריש וואוטן וועלכע פון די ניגונים איז ״די בעסטע״, דער געווינער פונעם הויפט ניגון וועט באקומען א פרייע טאפ קוואליטי ״סינגל״ פראדוצירט ביי נפתלי משה שניצלער און מושי קרויס, און וועט זיך קענען אויסוועלן פון א צאל זינגערס דורך וועם דער ניגון זאל געזינגען ווערן.

ס'קומען נאך אינטערעסאנטע זאכן אויפן פראגראם, ווי למשל קליינע אינטערוויויס מיט מוזיק מבינים וועכענטליך, אבער דאס איז וויאזוי דער פראגראם ארבעט, אויפן שפיץ גאפל.

אידישער ווינקל וועט באקומען עקסקלוסיוו די פארשידענע באריכטן, און רעקארדירטע טאלאנטן, אזוי אז עס וועט זיין ברייט פארשפרייט אויך אויף סאציאלע מידיא.

אויב ווילט איר זיין א קאנדידאט אין דעם פראגראם, אדער פאר סיי וועלכער הערה, קענט איר זיך פארבינדן מיט:
@MKstudioadmin

אדער שיקן אן אימעיל:

Songs@kishronos.com
א פשוטע איד.

אוועטאר
כשרונות
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:22 pm

תגובהדורך כשרונות » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:05 pm

א גוט יאר. מיר זענען דא אייך צו ענטפערן אייערע שאלות. ״כשרונות״ - א פלאטפארמע וואו איר וועט קענען ארויסגעבן אייער טאלאנט אויף א כשר׳ן אופן.

אוועטאר
כשרונות
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:22 pm

תגובהדורך כשרונות » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:14 pm

לוסטיג און לעבעדיג האט געשריבן:
פארוואס אבער לייגט עס קול מבשר צווישן אלע טויזענטע אינטערויא'ס? כ'האלט אז היות ס'איז גאר א גוטע זאך און עס קומט א גאנצע סעריע דערפון וואלט געמעגט זיין א באזינדערע קנעפיל פארדעם.

אבער כה לחי דו אלע וואס שטייען אונטער די פאריעקט!



אי״ה נעקסטע וואך און ווייטער וועט עס זיין א עקסטערע אפטיילונג אויף קול מבשר.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:23 pm

עס זעט אויס א געוואלדיגע זאך, אבער:
1. אויב יענער שעמט זיך מיט זיין נאמען, וועט ער נאכאלץ קענען ארויפקומען אנאנים?
2. מ'שיקט אריין די ניגון רוי, אדער ס'דארף קומען מיט מוזיק? אויב מיט, וועט עס איבערגעארבעט ווערן?
3. דער קאמפאזיטאר דארף עס אראפזינגען מיט זיין (צומאל קראצעדיגע) שטימע?
:?: :?: :?:
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot און 8 געסט