בלאט 1 פון 1

מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

געשריבן: דינסטאג ינואר 24, 2017 5:15 pm
דורך יאנקעלע קליגער
היות לעצטענ'ס איז געווען א אינטערוויא אויף ק"מ מסביר צו זיין די חילוקים צווישען מעדזשער און מיינאר און אנדערע סטייל'ס, האב איך געטראכט צו עפענען אן אשכול ווי מ'וועט קענען פרעגן אויף יעדע ניגון וואס פאר א ניגון דאס איז, און אזוי טראכטעדיג עפן איך יעצט אויף דעם אשכול ווי כל הרוצה לידע יבא וישאול און איך האף אז די יודעי דבר פון צווישען אונז וועלן אזוי גוט זיין און משיב זיין פאר די וואס ווייסן נישט,

איך טראכט אז ס'וועט אפילו נישט אויספעלן צו פרעגן ממש אלע ניגונים וואס איז פארהאן, נאר נאך א געוויסע צאל ניגונים וועט שוין דער עולם אליינס כאפן דעם חילוק בבחינת תן לחכם ויחכם עוד, ובשם ה' נעשה ונצליח.

וזה החלי בעזר צורי:

1. די סאטמארע 6'טע הקפה ניגון, מעדזשער אדער מיינאר?

2. סקווירא מצוה טאנץ, מיינאר אדער מעדזשער?

3. וויזניץ מצוה טאנץ, כנ"ל ?

4. ישיש עליך מר' בנציון שענקר, מה זה?

5. אהללה סקולען, זה מעדזשער או מיינאר?

6. וגם אהללה של בוקסבום סקווער, מה זה?

אקעי קודם דאס פאר די התחלה, ביטע אויב ווייסט איר וואס די ענטפער איז, אל תמנע טוב טוט א געפעליגקייט און ענטפער , מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין.

געשריבן: דינסטאג ינואר 24, 2017 5:22 pm
דורך Naftule
1. מיינאר (די הויעכע פאל ווערט אביסל פארדרייט)

2. מעידזשאר

4. א געמיש מיינאר מיט fregige

5.6. מיינאר

כנלע''ד

געשריבן: דינסטאג ינואר 24, 2017 9:15 pm
דורך גראמער
זענט איר זיכער אז די סקווירא מצוה טאנץ ניגון איז א מעידזער? דאכט זיך מיר אז עס איז א מיינאר.

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 12:33 am
דורך צינגעלע
די סאטמארע זעקסטע הקפה ניגון איז נישט קיין מעידשאר און נישט קיין מיינער סאיז א ''פרעיגעש''

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 12:36 am
דורך צינגעלע
ישיש איז די ערשטע פאל א פרעיגעש די צווייטע פאל א מיינער
אהללה סקולען איז דאך פשוט א מיינער

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 1:02 am
דורך איסר האטלקי
וועלכע נומער איז יענער אינטערוויו אויף ק"מ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 1:11 am
דורך בא שבת בא מנוחה
ווי אויף קולמע קענעך הערן די אינטערוויא ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 6:56 am
דורך יאנקעלע קליגער
כשרונות אפטיילונג
מעין מעניו 4
1 פאר אינטערוויא'ס
דריקט עטליכע מאל # אנצוקומען דערצו

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 4:41 pm
דורך יאפין
צינגעלע האט געשריבן:ישיש איז די ערשטע פאל א פרעיגעש די צווייטע פאל א מיינער


די גאנצע ניגון איז א פרעיגעש

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:28 am
דורך למדן וצדיק
ישיש עליך איז א מיינאר, אבער נישט די געהעריגע מיינאר נאר א הארמאניק מיינאר, סאיז דא דריי סארטן מיינארס 1) נעטשרול מיינאר וואס דאס איז די באקאנטע מיינאר 2) מעלאדיק מיינאר און 3) הארמאניק מיינאר, רוב אידישע מיינאר ניגונים (בעיקר אלטע) זענען נישט אויף די געהעריגע מיינאר נאר אויף די הארמאניק מיינאר

הארמאניק מיינאר און פרעיגיש זענען רעלעטיוו סקעילס, למשל א דשי הארמאניק מיינאר איז די זעלבע ווי א די פרעיגיש

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:54 am
דורך למדן וצדיק
די סאטמארע זעקסטע הקפה ניגון איז די ערשטע צוויי פעלער א מיינאר, ביי די הויכע פאל טוישט זיך די סקעיל, די סקעיל האט נישט קיין אפיציעלע נאמען וויבאלד אין אלגעמיין איז די סקעיל נישט פאפולער בכלל, ביי אידישע מוזיק און ווי אויך ביי נאך פארשידענע עטנישע סטיילס מוזיק איז עס יא זייער פאפולער, די אידישע שפילערס פון אייראפע פלעגן רופן די סקעיל "מי שברך" זעהט אויס אז די נוסח פון מי שברך איז געגאנגען אויף די סקעיל, די מי שברך סקעיל איז אויך רעלעטיוו צו פרעיגיש און הארמאניק מיינאר, למשל א די פרעיגיש - דשי הארמאניק מיינאר איז די זעלבע ווי א סי מי שברך

מי שברך סקעיל אויף וויקיפעדיע
https://en.wikipedia.org/wiki/Ukrainian ... prov=sfla1

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 8:22 am
דורך קליינע טוטער
יישר כח 'למדן וצדיק' מיט דעם פארשטיי איך די זעלבע ביי דער שנעלער פאל פון ניגון חב"ד - "האפקאזאק". ריכטיג?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 11:52 am
דורך למדן וצדיק
יאפ

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 12:46 pm
דורך דוד משה
קליינע טוטער האט געשריבן:יישר כח 'למדן וצדיק' מיט דעם פארשטיי איך די זעלבע ביי דער שנעלער פאל פון ניגון חב"ד - "האפקאזאק". ריכטיג?

און אויך די ניגון "זיצט א אידל" פון לחיים ברודער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 4:23 pm
דורך בן מהללאל
ווי עס שיינט, איז למדן וצדיק טאקע א ריזן למדן אין די מוזיקאלישע סקעילס, און א ריזן צדיק אין מזכה זיין די עולם מיט ניצבארע אינפאו.

בעט איך אים בתחנונים, ער זאל אונז מהנה זיין מיט א שיעור איבער די "אידישע" סקעילס (שטייגערס), די "מגן אבות" "אהבה רבה" און די אנדערע. נאך אלעס זענען מיר דאך אידן, און די סקעילס שטאמען דאך פונעם מהרי"ל, ווי באקאנט.

געשריבן: פרייטאג ינואר 27, 2017 12:29 am
דורך למדן וצדיק
מגן אבות איז מיינאר, אהבה רבה איז פרעיגיש (אגב דאס ווארט פרעיגיש אליין איז אויך א אידישע ווארט), נאך א באקאנטע אידישע סקעיל איז ה' מלך דאס איז די זעלבע ווי מעידשאר נאר די זיבעטע נאוט פון די סקעיל איז מיט א האלבע אראפ, (אין סי מעידשאר אנשטאט א בי וועט עס זיין א בי פלעט) אין אלגעמיין איז די סקעיל באקאנט אלס מיקסאלידיאן, ונהפוך איז אויף די סקעיל