ממקומך

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג מארטש 31, 2015 3:25 pm

ווינקל האט געשריבן:שבת פרה האמיר ארויפגעשטעלט דעם "יומם יצוה ה' חסדו" פון יששכר גוטמאן'ס סקולענער סידי. דער עולם זאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון.
אזהרה; ס'גייט ארויף זייער הויך...וואטש אוט..

עס סאונד ווי א גוטע איידיע, אפשר שרייבסטו ווי אזוי דו האסט געזעצט די ווערטער?

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » דינסטאג מארטש 31, 2015 6:47 pm

פורים קטן האט געשריבן:
Good האט געשריבן:די ערשטע צוויי טעג פסח קען מען זינגען די קרב יום פון רבי יצחק אונגאר (ווערט געזינגען אויף די כולנו מסיבן אלבוים)



ביסטו זיכער אז ס'איז אויף די "כולנו מסובין" אלבום?


Yes
נא גוט...

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » פרייטאג אפריל 03, 2015 3:00 am

אפשר האט שוין איינער געשריבען
קנא לשמך נורא פון יאסי גרין. הלפגט זינגט דאס.
פאסט אריין פיין
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » פרייטאג אפריל 03, 2015 9:46 am

"אתה הראית" פון אייזיק האניג שטומט זייער גוט

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג אפריל 07, 2015 2:48 am

סאיז דא א אלטע פלעי ניגון וואס קאפי האט געזונגען דאכט זיך אויף ״פעסטע שטעלונג פון איד״ (געשפילט און די ל׳ יארן) מיט די ווערטער ה׳ מה רבו צורותי, אמאל דאס געהערט אויף ממקומך זייער שיין, סהאט דריי קורצע פעלער.
א) צוויי מאל די נידריגע פאל ביז תתגדל ,ב) צוויי מאל די הויכע ביז ועינינו ג) די דריטע פאל פון ועינינו ביזן סוף. דאס איז גוט פאר א שיינע קורצע ממקומך.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 5:40 pm

פיניע חזן האט געשריבן:איקלע לידי (ממש השגחה פרטית) אן אלט'ן ארטיקעל אין "המבשר" ווי ער שרייבט אז אין נדבורנה זינגט מען אויף ממקומך דעם ניגון פון ר' יוסל'ע ראזענבלאט אויף די ווערטער "נישט ווייט צו גיין" וואס זעצט זיך זייער שיין אויף ממקומך

שוין געניצט, ס'האט זיך שיין אויסגעארבייט. די דריטע שטייטע פאל האב איך אויסגעלאזט, און ביי וענינו תראנה געזינגען די שנעלע פאל 'דוד המלך מיט זיין פידעלע'.
הק' איש ימיני

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

ממקומך

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג מאי 16, 2017 7:11 pm

איך וויל האבן די זכיה צו גיין פתיחה מיט א ליסטע פון ממקומך ניגונים און נוסחאות

צו ערשט האב איך בדעה ארויפצושטעלן א ממקומך וואס איז געזונגען געווארן דורך הרה״ח רבי ברוך מרדכי לעבאוויטש מקאמארנא שליט״א.

דאס איז א ממקומך וואס איז א רעקארדירונג פון שבת בייטאג דהאי שתא. איך ווייס נישט ווער ס׳האט געגעבן דעם היתר דאס צו רעקארירן בעצם יום השבת קודש דער נוסח איז מלא געגועין והשתפכות הנפש וואס נאר דער קאמארנער רבי קען.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 16, 2017 7:16 pm

נו?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג מאי 16, 2017 7:23 pm

די שאלה איבער רעקארדירן און שבת, קען איך נישט פסק׳ן.

איך גלויב אז מ׳מעג עס הערן, ובפרט אז ס׳איז אזוי הערליך און ווארים.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג מאי 16, 2017 7:24 pm

איך האב עס געהערט און זע נישט די הערליכקייט דערפון

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג מאי 16, 2017 7:24 pm


אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג מאי 16, 2017 8:00 pm

שוין דא אן אשכול, השמעלצערס ישמלצו
viewtopic.php?f=18&t=12292&p=371596
שבעה מי יודע!?

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג מאי 16, 2017 10:23 pm

אויב מ'מעג פרעגן, קען מען באקומען די גאנצע דאוונען פון קאמארנער?
ווי אויך דארף צו זיין פון אים א טעיפ ווי ער זאגט אריין די נוסח עד הנה פון סאטמאר רבין זי"ע

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 11, 2018 4:07 pm

איך האב געזינגען אויף ממקומך די בעלזער אודה פון ירמי' דמן.
זייער א ווארימע ניגון. צוריקגעהערט גוטע פידבעק.

איז אזוי עס איז אביסל א לאנגע ניגון צוליב וואס יעדע פאל ווערט איבערגעזינגען צוויי מאל. סא אויב דער עולם איז נישט אין גיסטע צו שטיין צוויי אהאלב מינוט, קענסטו מאכן א שארט ווערזשען דורך זינגען יעדע פאל בלויז איין מאל.

דארף פראקטיצירן בעפאר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג מארטש 11, 2018 4:12 pm

העי, שוועמעלע?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג מארטש 11, 2018 4:42 pm

מיינסט די אודה וואס מ'הערט זיין פאטער ע"ה זינגען פאר ער זינגט עס?
זוכט איר דוי?

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » זונטאג מארטש 11, 2018 11:21 pm

ווינקל האט געשריבן:שבת פרה האמיר ארויפגעשטעלט דעם "יומם יצוה ה' חסדו" פון יששכר גוטמאן'ס סקולענער סידי. דער עולם זאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון.
אזהרה; ס'גייט ארויף זייער הויך...וואטש אוט..


דער סקולענער ניגון אויף די ווערטער "ונגלה כבוד ה', וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר" גייט אויך זייער גוט אויף ממקומך. עס איז זייער א ווארעמע און רגשדיגע ניגון און עס ענדיק זיך מיט א שנעלע פאל וואס גייט זייער גוט אויף ועינינו תראינה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 16, 2018 2:32 am

דונש האט געשריבן:מיינסט די אודה וואס מ'הערט זיין פאטער ע"ה זינגען פאר ער זינגט עס?

קען זיין. עס איז גאר ווארעם דער ניגון זייער געפיהליש.
איך טראכט עס צו זינגען פסח אויפדערנאכט ביי הלל נאך מערבית.

אויב איינער העט מיך צושיקן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג מארטש 18, 2018 4:12 pm

שוועמל האט געשריבן:.
איך טראכט עס צו זינגען פסח אויפדערנאכט ביי הלל נאך מערבית.

אויב איינער העט מיך צושיקן...


אויב דו נעמסט זיך אינטער צו זינגען מיטן שארט קאט וועלעך עס פרובירן צו ערלעדיגן פאר דיר בל"נ

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מוצ"ש מארטש 24, 2018 11:46 pm

שוועמל האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:מיינסט די אודה וואס מ'הערט זיין פאטער ע"ה זינגען פאר ער זינגט עס?

קען זיין. עס איז גאר ווארעם דער ניגון זייער געפיהליש.
איך טראכט עס צו זינגען פסח אויפדערנאכט ביי הלל נאך מערבית.

אויב איינער העט מיך צושיקן...

אויף וועלכע אלבוים זינגט ער דאס?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג מארטש 25, 2018 7:23 am

עתיקא קדישא נומער 2
זוכט איר דוי?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג מארטש 25, 2018 7:58 am

שכח.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

צימישט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 7:52 pm

תגובהדורך צימישט » זונטאג מארטש 25, 2018 8:02 am

איך האב לעצטענס געניצט ,יוסעלעס ,לאמיר זיך לאמיר זיך איבער בעטען ,עס איז געווען א מחיה , מען דארף נישט ארויף ציען הויעך , עס שיין ,מיט א גיטע flow, אין דער עולם קימט אריין געשמאק קלאפענדיג מיט די פיס ,אוי לאמיר זיך איבער בעטען אבינו (תתגדל ותתקדש) .הצלחה

rabshi
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

Re:

תגובהדורך rabshi » מאנטאג מאי 25, 2020 12:40 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:ממקןמך קאמארנא


מעכטיג. אזוי ווארעם.

rabshi
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

Re:

תגובהדורך rabshi » דינסטאג מאי 26, 2020 5:58 am

ביידעלע האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שבת פרה האמיר ארויפגעשטעלט דעם "יומם יצוה ה' חסדו" פון יששכר גוטמאן'ס סקולענער סידי. דער עולם זאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון.
אזהרה; ס'גייט ארויף זייער הויך...וואטש אוט..


דער סקולענער ניגון אויף די ווערטער "ונגלה כבוד ה', וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר" גייט אויך זייער גוט אויף ממקומך. עס איז זייער א ווארעמע און רגשדיגע ניגון און עס ענדיק זיך מיט א שנעלע פאל וואס גייט זייער גוט אויף ועינינו תראינה.


איז דא א וועבזייטעל וואו איך קען הערן די צוויי ניגונים?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot און 8 געסט