בלאט 1 פון 8

קול מבשר- ליל שישי פראגראם

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 10:06 pm
דורך גיוס בנות
קול מבשר הייבט אן די וואך א נייע פראיעקט ליל שישי פארברענגן

די וואך מיט..
מיכאל שניצלער מימיני מיכאל

מושי קרויס אידיש נחת 3

אייזיק האניג ניגון פון די וואך

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 7:40 am
דורך הערשל'ס קרוין
אויך דא א אינטערוויו מיט אהרן משה אורלענדער וועגן ר' בנציון שענקער'ס יארצייט

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 1:24 pm
דורך eller
לוי יצחק האט געשריבן:1671 - "ליל ששי פראגראם - א שפאציר אין עולם הנגינה", חלק א (וועלוול שמעלצער)
בדחן ר' אלימלך שמעון פישער, בדחנות איבער רוקן די זייגער,
ר' אהרן משה ארלענדער, איבער ר' בן ציון שענקער ז"ל, וואס זיין ערשטע יארצייט פאלט אויס בקרוב,
ר' מיכאל שניצלער, איבער זיין נייע אלבום "מימיני מיכאל",
ר' משה קרויס פון MK סטודיאס, איבער די קומענדיגע אלבום "אידיש נחת 3",
ר' אייזיק האניג, איבער די ניגון "זכר לנו" פון זיין אלבום "בהר המוריה"

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:51 pm
דורך גיוס בנות
וועלוועל איז 'פיינע נייעס' געדאנקען ווי משוגע

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 3:17 pm
דורך פריילעך אידל
איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 3:23 pm
דורך גיוס בנות
פריילעך אידל האט געשריבן:איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.

געב הסבר וואס מיינסטו א שותף? ער רעדט דאך צו מענטשן.. לייגט מוזיק

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 3:27 pm
דורך פריילעך אידל
גיוס בנות האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.

געב הסבר וואס מיינסטו א שותף? ער רעדט דאך צו מענטשן.. לייגט מוזיק

פשוט, צוויי מאדירעיטערס.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 3:29 pm
דורך גיוס בנות
קען זיין אז ס'וועט זיין אינטערסאנטער אבער איך זע נישט פארוואס.....
אויך די זאגסט כדי ס'זאל נישט זיין א טיפיקעל אינטערוויא וועגן דעם מאכט ער פון אפאר חברה אויף איינמאל

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 03, 2017 4:08 pm
דורך ליבלעך
פריילעך אידל האט געשריבן:איך וואלט פארגשלאגן פאר וועלוול צו נעמען א שותף אין די ליל שישי אינטערוויא'ס, עס וועט עס מאכן סאך מער בא'טעמ'ט, אזוי ווי א פאנעל, אזוי אויך וועט דאס באקומען מער דעם אפיציעלן סטעמפל פון "ליל-שישי מיט קול מבשר" נישט סתם א טיפיקל וועלוול אינטערוויא.

און איך וואלט פארגעשלאגן צו מאכן א עקסטערע קנעפל פאר די ליל שישי פראגראם

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:23 am
דורך גרינע
איך וואלט פארגעשלאגן צוצושטעלן עפעס באנדלעך וכדו'..

געשריבן: זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:28 am
דורך בלויז מיין מיינונג
געהערט, הנאה געהאט ב"ה,
נאר אלס מיינונג זאגער, וויל איך אריינקומען וויאזוי איך האלט אז אזא פראיעקט דארף אויסזען,
ווען דו רעדסט צו א מענטש איבער ליל שישי, מיינט עס בכלל נישט נגינה שטערנס, ליל שישי איז א צייט וואס אידן פארברענגען פון צייט צו צייט מיט א שיעור אין אוה"ח הק', אדער מיט א אינטערעסאנטע שיעור - אדער סתם שיינע ווערטער - אויף די פרשה, אדער גאר סיפורי צדיקים, און מ'בייסט צו באנדלעך מיט ביר \ סלייס אווערניי"ט קוגל, מ'איז אויפגעלייגט צו'זינגט מען זיך קה אכסוף מיט אפאר ווארימע ניגונים.

דעריבער האלט איך אויב וויל וועלוול טאקע מאכן א ליל שישי, זאל ער נישט איינמאל אין נאכאמאל ארויפברענגען די ריזן אין עןלם הנגינה (וואס זענען שוין א"פ רוב 5 מאל געווארן אינטעוויו"ט),
נאר ענדערש זאל די פראגראם ענטהאלטן: א צוויי שיינע טייטשן אויף די וואכעדיגע סדרה \ א שיינע געדאנק אין אינטערעסאטע ענינים - מדרשים דורך איינע פון די אויסגערופענע מגידים \ איבערזיכט איבער א ניגון פון א חסידישע הויף (אדער פון באקאנטע שבת זמירות) \ סיפורי צדיקים פון קומעדיגע וואך הילולא \ אידישע היסטאריע פון די וואך \ און צום סוף א אינטערווי"א מיט א זינגער. דאן וועט זיין געפראוועט ליל שישי.!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 2:05 am
דורך טישטוך
איר לעבט ווארשיינליך נישט אין די היינטיגע צייטן רבי בלויז, קול מבשר איז געאייגנט פאר ביינאכט ווען מען ליגט אין בעט נאכן ליינען אלע תגובות אויף אייוועלט איך וואלט זיי געעצהט צו מאכן א פרייטאגדיגן פראגראם ווי איינער זאל מעביר סדרה זיין הויעך פארן ציבור...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:13 am
דורך blue moon
בלויז מיין מיינונג האט געשריבן:געהערט, הנאה געהאט ב"ה,
נאר אלס מיינונג זאגער, וויל איך אריינקומען וויאזוי איך האלט אז אזא פראיעקט דארף אויסזען,
ווען דו רעדסט צו א מענטש איבער ליל שישי, מיינט עס בכלל נישט נגינה שטערנס, ליל שישי איז א צייט וואס אידן פארברענגען פון צייט צו צייט מיט א שיעור אין אוה"ח הק', אדער מיט א אינטערעסאנטע שיעור - אדער סתם שיינע ווערטער - אויף די פרשה, אדער גאר סיפורי צדיקים, און מ'בייסט צו באנדלעך מיט ביר \ סלייס אווערניי"ט קוגל, מ'איז אויפגעלייגט צו'זינגט מען זיך קה אכסוף מיט אפאר ווארימע ניגונים.

דעריבער האלט איך אויב וויל וועלוול טאקע מאכן א ליל שישי, זאל ער נישט איינמאל אין נאכאמאל ארויפברענגען די ריזן אין עןלם הנגינה (וואס זענען שוין א"פ רוב 5 מאל געווארן אינטעוויו"ט),
נאר ענדערש זאל די פראגראם ענטהאלטן: א צוויי שיינע טייטשן אויף די וואכעדיגע סדרה \ א שיינע געדאנק אין אינטערעסאטע ענינים - מדרשים דורך איינע פון די אויסגערופענע מגידים \ איבערזיכט איבער א ניגון פון א חסידישע הויף (אדער פון באקאנטע שבת זמירות) \ סיפורי צדיקים פון קומעדיגע וואך הילולא \ אידישע היסטאריע פון די וואך \ און צום סוף א אינטערווי"א מיט א זינגער. דאן וועט זיין געפראוועט ליל שישי.!

גא"מ
דער נאמען פונעם פראגראם האט מיר במשקל הראשון געגעבען א שטארקען קלאפ. איך האב מיך געפילט שרעקליך לויזעריש.
מיר גייען נישט איינטיילען וואס ער מעג אדער נישט טוהן. אוודאי נישט דא אין וועלטעל ווי מחאות זענען פארבאטען. אבער איך זאל זיין אסאסיעיטעט מיט א פראגראם וואס נעמט אזא הייליגע נאמען, אַ נאמען וואס ברענגט מיט זיך "עט די מינימום" א שטיקעל זֵכר פון פיללעווען אין חומ"ר, אַ נאמען וואס ברענגט אויף די געשמאק פון זיך פארגלייזען אין אַ שטיקעל אוהחה"ק. אין דאס פארוואנדלען אין דברים של מה בכך. נאנסענס בלע"ז. דאס האט מיר געגעבן אַ שטיקעל קיצל. דאס קליין מענטשעלע הונטערן מוח האט אַ שריי געטאהן, "אנטלויף פון דא". דאס איז נישט פאר דיר. די מעגסט נאך ארויס נעמען ליל שישי א גראבע מקראות גדולות חומש אין זיך פארדרימלען ביים צווייטען פסוק.
פאר ווער עס פארשטייט נישט, נאט אייך אַ משל. שטעלט אייך פאר דער דרעזדנער ברענגט ארויף ר' שאול קליין פורים נאכמיטאג, בעת משתה היין, צו געבען א שטיקעל איבער בליק אויף אוישוויץ. האט עס ווען פאסירט ביי עקסידענט, נו איז מען אים דן לכף זכות, ער האט עפעס פארמישט פורים מיט תשעה באב, אבער אז ער קרוינט דעם אוישוויץ אינטערוויא מיטן טיטול "ספעציעלע פורים פראגראם" דאן מיז איך פון דארט אפציען.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:49 am
דורך גיוס בנות
blue moon האט געשריבן:

אין אמת'ן אמת ביסטו גערעכט אבער אין די היינטיגע וועלט איז ליל שישי געווארן א קומזיץ נאכט...
איך קען נישט גיין שלאפן קיין ליל שישי ווייל מיין שכן ברענגט זיינע חברים אין מ'פארברענגט זיך זעצן צו א אוהחה"ק ? ליידער צוט מיר עס נישט 11 אזייגער דארנערשטאג נאכט
סוי די בעסט סעלושען קול מבשר ובפרט די נייע פראגראם

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:08 am
דורך גיוס בנות
שוין נאכאמאל דאנערשטאג לאמיר זעהן מיט וואס וועלוול קומט אפיר די וואך

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:28 pm
דורך מקווה איד
גיוס בנות האט געשריבן:שוין נאכאמאל דאנערשטאג לאמיר זעהן מיט וואס וועלוול קומט אפיר די וואך

מסתם מאטי

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 2:25 pm
דורך גיוס בנות
מקווה איד האט געשריבן:
גיוס בנות האט געשריבן:שוין נאכאמאל דאנערשטאג לאמיר זעהן מיט וואס וועלוול קומט אפיר די וואך

מסתם מאטי

מ'קען האבן ביידע מאטי'ס קודם שטיינמענץ אין נאכדעם אילאוויטש פאר'ן בריוועלע

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 3:29 pm
דורך fiena nieas
גיוס בנות האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
גיוס בנות האט געשריבן:שוין נאכאמאל דאנערשטאג לאמיר זעהן מיט וואס וועלוול קומט אפיר די וואך

מסתם מאטי

מ'קען האבן ביידע מאטי'ס קודם שטיינמענץ אין נאכדעם אילאוויטש פאר'ן בריוועלע

איז עס לייוו? ווייל אויב יא גייט מאטי דארפן זיין אויף ביז שפעט צום עלות...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 6:26 pm
דורך eller
כ'וואלט געהאלטן אז ס'איז גיט אויב ער מאכט א עקסטערע קנעפל פאר ליל שישי.
און צווייטענס אז מ'זאל קענעו דריקו א באטן אויב מען וויל נישט הערן איין אינטערוויא זאל מען קענען גיין צום נעקסטען אזוי ווי חוה"מ מאכט ער געווענליך מיט #3
אבער מיר האבן גאר שטארק הנאה דערפון..

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 9:40 pm
דורך שמועסער
נו, וואס טוט זיך מיט דע וואך, נישטא קיין ליל ששי?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:37 pm
דורך גיוס בנות
eller האט געשריבן:כ'וואלט געהאלטן אז ס'איז גיט אויב ער מאכט א עקסטערע קנעפל פאר ליל שישי.
און צווייטענס אז מ'זאל קענעו דריקו א באטן אויב מען וויל נישט הערן איין אינטערוויא זאל מען קענען גיין צום נעקסטען אזוי ווי חוה"מ מאכט ער געווענליך מיט #3
אבער מיר האבן גאר שטארק הנאה דערפון..

איין גוטע זאך איז דא די וואך ער זאגט ווי לאנג יעדע אינטערוויו איז

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:40 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
ווער איז אפ דע וואך ?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 11:02 pm
דורך גיוס בנות
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:ווער איז אפ דע וואך ?

מאטי שטיינמעץ-- רובי בענעט הנשמה בקרבי

יואל גליק כשרונות

יונתן שווארץ ניגון פון וואך

יוסף משה כהנא נייע אלבום

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 10, 2017 12:00 am
דורך הערשקא
שוין וועלוול האט צוגעהערט די וויי געשריי פון די גאנצע עולם דא,
און ער האט געטוישט נאמען פונעם פראגראם, קול מבשר ליל שישי פראגראם, צו א שפאציר און די עולם הנגינה.

(מען קען שוין טוישן נאמען פון די אשכול)

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 10, 2017 5:13 am
דורך טישטוך
גיוס בנות האט געשריבן:
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:ווער איז אפ דע וואך ?

מאטי שטיינמעץ-- רובי בענעט הנשמה בקרבי

יואל גליק כשרונות

יונתן שווארץ ניגון פון וואך

יוסף משה כהנא נייע אלבום

לענ"ד איז עס א שלעכטע צוזאמשטעל אבער וועלוול איז גוט לכאורה העט ער מאכן דמ'אוילעם רעדן.
קיין חסיד פון שטיינמעצ'ן בין איך נישט.
יואל גליק קען איך נישט.
יונתן שווארץ האט שוין אביוזד זיין אנוועזנהייט אויף קול מבשר.
יוסף משה כהנא נערווירט מיר אביסעלע.

יעדער איז בארעכטיגט מיט זיין מיינונג!