כשרונות - רובאשקין

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלט אויס די שענסטע ניגונים לויט אייער מיינונג

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש ינואר 06, 2018 8:57 am

1. (לחן: יעדער איינער... ואהבת)
4
11%
2. (לחן: מאטי אילאוויטש, אויף מיכאל'ס סידי)
2
5%
3. (לחן: יאקאב)
6
16%
4. (לחן: תהלימ'ל, מאטי שטיינמעץ)
11
30%
5. (לחן: כי שמחתני... מה גדלו מעשיך)
2
5%
6. (לחן: אומבאקאנט)
2
5%
7. (לחן: לדור ודור)
2
5%
8. (נוסח)
6
16%
9. (לחן: 59: סעקונדע, ר' מיילעך פישער)
2
5%
 
סך הכול שטימען: 37

הערשל'ס קרוין
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 11:27 am

כשרונות - רובאשקין

תגובהדורך הערשל'ס קרוין » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:57 am

אויף קול מבשר/כשרונות איז דא א פארמעסט דעם וואך פאר די שענסטע "גראמען" וואס זענען פארפאסט געווארן לרגל די גרויסע בשורת הצלה איבער די באפרייאונג פון ר' שלום מרדכי רובאשקין ני"ו פון תפיסה.
קלויבט אויס די שענסטע דריי ניגונים וואס איר האט ליב.
כשרונות האט געגעבן א קורצע צייט פאר די ניגונים, זענען זיי על פי רוב טאקע אראפגעזינגען אומפראפעסיאנאל. אבער אז איר הערט גוט צו, וועט איר נאך אלץ זען די טאלאנט פון זיי.

(דערווייל האב איך ארויפגעשטעלט נאר די לחנים, צו וויסן פון וואס מ'רעדט. באלד וועל איך אפשר צו לייגן דעם תוכן פון יעדע ניגון)

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » מיטוואך ינואר 03, 2018 4:10 pm

נאמבער 8 הערט זיך ווי ר' אברהם מרדכי מלאך.
איינער איז מיט מיר?

נאמבער 9 איז דער בדחן ר' אלימלך פישער

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך ינואר 03, 2018 4:21 pm

& 1 is klagsbraun & 4 is austerlitz

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:28 pm

טיכטיגער האט געשריבן:& 1 is klagsbraun & 4 is austerlitz

נומבער איינס זעהט אויס ווי קלאגסברוין. די זעלבע קול און אזוי אויך די זעלבע ניגון ווי אמאל.
אבער אויסטערליש ווייס איך נישט ס'זעהט עפעס נישט אויס.
או ןאגב רוב ניגונים זענן נישט אזוי איי איי איי
איך האב געשטומט פאר 1 - 5 - 8
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:34 pm

btw i"m more sure about 4 then 1

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:55 pm

איז 8 טאקע מלאך?

אויף נאמבער 5 גראמט: בטחון, מיט שלאפן...

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:22 pm

קען איינער ברענגען א לינק ווי מ'קען דאונלאודן די ניגונים?
יש"כ למפרע
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:00 pm

פלאחותיך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א לינק ווי מ'קען דאונלאודן די ניגונים?
יש"כ למפרע

4-4 פון די מעין מעניו.
מען מוז עס נישט דאונלאודן צו הערן. ארבעט אויך אן ווייפיי.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:06 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א לינק ווי מ'קען דאונלאודן די ניגונים?
יש"כ למפרע

4-4 פון די מעין מעניו.
מען מוז עס נישט דאונלאודן צו הערן. ארבעט אויך אן ווייפיי.

יישר כח
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:31 pm

מקווה איד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:קען איינער ברענגען א לינק ווי מ'קען דאונלאודן די ניגונים?
יש"כ למפרע

4-4 פון די מעין מעניו.
מען מוז עס נישט דאונלאודן צו הערן. ארבעט אויך אן ווייפיי.

יישר כח


איך וויל מיר אוועק לייגן די דריי וואס איך האב געגליכן ווייל נעקסטע וואך האפענטליך וועט עס שוין נישט זיין אויף 4-4
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 10:31 am

eller האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:& 1 is klagsbraun & 4 is austerlitz

נומבער איינס זעהט אויס ווי קלאגסברוין. די זעלבע קול און אזוי אויך די זעלבע ניגון ווי אמאל.
אבער אויסטערליש ווייס איך נישט ס'זעהט עפעס נישט אויס.
או ןאגב רוב ניגונים זענן נישט אזוי איי איי איי
איך האב געשטומט פאר 1 - 5 - 8


נומבער איינס איז נישט קלאגסברוין, קאנפירמד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 10:37 am

נומער איינס איז געוואלדיג.
בטחו - שלום מרדכי. לעת כזאת - ווייסן הויז. שאשקען - רובאשקין...... א שאד ס'איז נישט אזוי קלאר מ'הערט נישט די גאנצע גוט.

תהילימ'ל איז א גוטע איידיע און שענער געזינגען.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:00 am

9 איז פון די בדחן אלימלך פישער'ס כמעט מינוט סעריע

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:50 pm

מיין ארימע מיינוג
איך בין ממש משוגע געווארן פאר 8
אזוי קלאר אראפ לייגן די גאנצע געשיכטע מיט אזוינע זיסע אויסדרוקען
תפיסה-זיסע
בעפעל-זשעיל
מתחלף-אלף
כזאת-גרויס
און די גאנצע זאך צוזאמען
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 5:18 pm

איך גיי פאר 6. שטארקע נקודה, נישט געטראכט דערפון.

הער אויף
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 16, 2017 6:36 am

תגובהדורך הער אויף » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 5:38 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:נומער איינס איז געוואלדיג.
בטחו - שלום מרדכי. לעת כזאת - ווייסן הויז. שאשקען - רובאשקין...... א שאד ס'איז נישט אזוי קלאר מ'הערט נישט די גאנצע גוט.

תהילימ'ל איז א גוטע איידיע און שענער געזינגען.

נומער 1 יעדער איינער איז א וויזשנצע גיבערס בחור הייסט חיים מאיר ניימאן ער האט געמאכט די גראמען און ער זינגט עס

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 5:53 pm

נומער 8 איז געוואלדיג גוט אראפגעלייגט די מייסטערהאפטיגע דעליווערי איז נאך שטערקער ווי די חומר
נומער 3 (יאקאב) איז זייער א שיינע איידיע און שיינע חומר
נומער 4 איז א שטארקע רייכע מוזיקאלישע שטיקל, אדער לאמיר עס אנריפן אמתדיגע art

בקיצור 4 איז דער רייכסטער שטיקל און 8 האט די בעסטע דעליווערי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

רובאשקין - בריוועלע

תגובהדורך טאלאנטי » דינסטאג ינואר 09, 2018 1:16 pm

https://www.dropbox.com/s/uy9lop8sp5syt ... s.mp3?dl=0

ניגון: בריוועלע - מאטי אילאוויטש

אינגאנצן צובראכן פארביטערט און פארקלעמט
ווער קען זיך בארואיגן, די הארץ עס צונעמט
יעדע איד שפירט עס, ווי א צרה א פערזענליכע
ווי קען מען אויסהאלטן, די אורטייל די אויסערגעווענליכע
אוי ווי שיין איז געווען, יעדעם'ס פּריוו
אזויפיל מיטלען, קאפיטלען, ארויס פון הארצן טיעף
מיט גאלדענע אותיות, אין היסטאריע וועט עס פארבלייבן
די אחדות פון כלל ישראל, איז אוממעגליך צו באשרייבן
א מלמד תינוקות אן איינפאל עס פאלט-אים
די מצב, פון דעם טייערן איד, אינגאנצן פאר'צער'ט-אים
מיינע תלמידים חביבין, לאמיר שרייבן בריוון
ולאלוקים הוחילי
ער זאל הערן דעם געבעט, פון: הט אזנך לי
אוי, ער זעצט זיך אראפ, און נעמט זיך די בריוועלעך ליינען
ר' שלום מרדכי ווערט איבערגענומען, און נעמט זיך וויינען
אונטער גראטעס, חיזוק ווערטער קיינמאל שאַט-עס
נאכדערצו ווען עס שרייבן
הייליגע קינדערליך, תינוקות של בית רבן
איך ליין מיך, די הארציגע בריוועלעך, איך ליין
אזויפיל אידישע קינדער, געדענקן איך זיץ דא אליין
די שורה'לעך, אזוי באריר'לעך, אזויפיל חיזוק איך באקום
כ'בין זיכער פון די אלע בריוועלעך, ווערט נתעורר רחמים
איך ליין מיך, די הארציגע בריוועלעך איך ליין
אויפאמאל מ'רופט מיך, איך קען דאס נישט פארשטיין
גע'חתמ'ט צעטעלעך, ס'איז געט'לעך, ס'עפענט זיך די טיר
אינגאנצן שאַקירט, אויף דערפריי, ארויס איך שפאציר
די נייעס, עקספּלאָדירט, קול מבשר, פּראַקלאָמירט
יעדער שפירט: כאילו הוא יצא בעצמו
היא הודה היא זיוה'לע, און א יעדע סביבה'לע
פרייען זיך אידן, און טאנצן צום קל חי
א לחיים צו שאשקענען, לכבוד רובאשקענען
יעדער פריידט זיך, בכבודו ובעצמו
א בך בטחו, פאר ר' שלום מרדכי
אוי, אוי, בטחו ותפלטמו

אוי, לכתך, לכתך, אין אלע שווערע זמנים
ביסטו מיין קינד, ביסטו מיין קינד, מיך נאך געגאנען
אוי, לכתך, לכתך, האסט דיך געשטארקט און פארשטאנען
אז אלעמאל, איבערראל, בין איך דער רחום וחנון
אוי, לכתך אחרי, ביסט דעם נסיון בייגעשטאנען
האב איך מיין קינד, האב איך מיין קינד
דיין גורל געטון אויפשיינען
אוי, לכתך, אחרי, אינעם מצב דיינעם
האסטו מיין קינד, האסטו מיין קינד
אויף דערפריי געקענט ארויסשפאנען

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:40 pm

די גראמען דערפון איז נישט אויסערגעווענליך. די איידיע דערפון איז געוואלדיג.

נומער איינס איז א מעסטער פיעס אין גראמען. א שאד עס איז אביסל אומקלאר.

כרעמזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:54 pm

תגובהדורך כרעמזל » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:06 pm

איינער קען ברענגן די 9 ניגונים אין א פייל
ייש"כ למפרע

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מוצ"ש ינואר 27, 2018 9:29 pm

כשרונות גייט נאך אן ?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג פאברואר 06, 2018 2:36 pm

שליו ודגים האט געשריבן:כשרונות גייט נאך אן ?

ס'קוקט אויס אפגעשפארט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], מחצה''ק, פישל און 23 געסט