מאטי אילאוויטש - תשע"ח

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 22, 2018 3:57 pm

א שעפעלע איז פארלוירן פון איר סטאדע (ס'איבעריגע שעפעלעך)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג מאי 22, 2018 4:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:א שעפעלע איז פארלוירן פון איר סטאדע (ס'איבעריגע שעפעלעך)


אבער אױב די גאנצע זאך װאס די מדרש רעדט נאכדעם איז װעגען די פאסטעך דארף װען דא אױך שטײן װעגן די פאסטעך װאל די זעלבע מעשה קען געשהן װען א פאסטעך האט נאר אײן שעפעלע אין ער האט זיך פארלױרן

למדן וחסיד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » דינסטאג מאי 22, 2018 4:17 pm

דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » דינסטאג מאי 22, 2018 4:24 pm

abeg האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א שעפעלע איז פארלוירן פון איר סטאדע (ס'איבעריגע שעפעלעך)


אבער אױב די גאנצע זאך װאס די מדרש רעדט נאכדעם איז װעגען די פאסטעך דארף װען דא אױך שטײן װעגן די פאסטעך װאל די זעלבע מעשה קען געשהן װען א פאסטעך האט נאר אײן שעפעלע אין ער האט זיך פארלױרן

ווען מ'וויל זאגן אז א שעפעלע האט פארלוירן איר סטאדע זאגט מען 'צאן' ווי מ'האט שוין מסביר געווען דא. דאס זעלבע קאן אויך זיין מיט איין שעפעלע נאר 'בנוהג שבעולם' איז אז פאסטוך איז איינער וואס פאשטעט מיט א גאנצע סטאדע.
לאנג און זיס

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 22, 2018 4:38 pm

thanks for explaining my thoughts and saving my time

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דינסטאג מאי 22, 2018 5:07 pm

הערסט? האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:ביי מיין סעודה דעם יו"ט האמער געשמועסט וועגן דעם סידי און אפאר אידן דארט האבן געהאלטן אז מאטי אילאוויטש איז נישט גערעכט (זיי האבן אים אנגערופן א משכיל) מיט'ן אראפברענגען משה רבינו צו אונז, נאך איינער האט עס אויפגעוואכט?

אזוי ווי מ'האט שוין אויפגעמערקט אז ער ברענגט א מקור דערצו. וועל איך מוסיף זיין לעניות דעתי אז ווען איך האב געזעהן דעם לאנגן מקור וואס ער ברענגט און שרייבט נאך צי אן הערה בזה הלשון:בוודאי שאין לנו שמץ השגה בקצה גדלותו של משה, ואלמלא נכתב אי אפשר לאומרו, אך יש ללמוד מן הדברים מעלת דורנו העומדים באמונתם על אף הנסיונות העוברים עליהם ווען אני הקטן האב געזעהן דאס האב איך געטראכט ביי מיר אז אויב ביי די 'בריוועלע' ניגון וואס ער האט געשריבן (ווערט געזינגען דורך מוטי שטיינמעטץ אין 'הנשמה בקרבי') איז געווען מלא טענות וועט אנדערש זיין דאס מאל ווייל ער האט דאך געברענגט א מקור מוסמך וואס שטייט אזוי און האט נאך צוגעלייגט אן הערה. און אוודאי וועט מען נישט קומען מיט קיין טענות יעצט.
אבער יעצט ווען איך זעה אז מענטשטן ריפן אים אן א משכיל איז מיר דאס געווען פאר א גרויסע וואונדער אז מענטשן זאל'ן סתם מקטרג זיין אויף א צווייטן אנע מאכן א חשבון צו זיי זענען גערעכט צו נישט, אבער אויב וואלטן זיי געקויפט די סי די און נישט נהנה געווען מה(חשש)גזילה, וואלטן זיי געזעהן דאס ביכל, און אוודאי נישט נכשל געווארן מיט דעם הוצאת שם רע אויף א מענטש.

;l;p- אזוי גוט צו זאגן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 22, 2018 5:17 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:ביי מיין סעודה דעם יו"ט האמער געשמועסט וועגן דעם סידי און אפאר אידן דארט האבן געהאלטן אז מאטי אילאוויטש איז נישט גערעכט (זיי האבן אים אנגערופן א משכיל) מיט'ן אראפברענגען משה רבינו צו אונז, נאך איינער האט עס אויפגעוואכט?

נאכנישט געהערט דעם טעיפ, אבער סתם צו וויסן, ס'איז אזא סינדראם ביי געוויסע בעלי בתי'שע תורה וגדולה אידן (וואס האבן ליב צו זאגן איבעראל זייער מיינונג) ווען זיי הערן עפעס א נייע דערהער שמעקט עס מיט השכלה.
ער צייכנט צו א מהרש"ב, אבער איך האב שוין קלאר געזען דעם געדאנק אין אנדערע ספרי תלמידי בעש"ט אויך, איך דארף מיך פשוט דערמאנען דעם מקור, דאס איז פשטות'דיגע זאכן
ער זאגט נישט אז 'משה רבינו איז קלענער' ער זאגט 'משה רבינו בענוותנותו האט זיך געשפירט קלענער'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מאי 22, 2018 6:19 pm

ס'איז נישט קיין השכלה און ס'האט אפשר א מקור אבער ס'איז א מין ברייט גערעדאכצס וואס פאסט זיך גוט אריין אין די גאנצע 2018 מהלך המחשבה והדיבור. כשמו כן הוא, תשע"ח... מען קען זייער גוט פארשטיין וואס באדערט דא פאר אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סארט פרעכע שפראך.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מאי 22, 2018 6:39 pm

למדן וחסיד האט געשריבן:דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אה יע...

ביים אנהייב האב קודם געטראכט אז מ'האמיר א פרישע "#טרעק פייוו..."
אבער ביי די ענדע האב איך געזעהן אז מאטי האט בלויז געטראפן א פרישע עמאצינאלע מעשה פאר זיין ארסאנעל :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג מאי 22, 2018 6:41 pm

להודיע האט געשריבן:ס'איז נישט קיין השכלה און ס'האט אפשר א מקור אבער ס'איז א מין ברייט גערעדאכצס וואס פאסט זיך גוט אריין אין די גאנצע 2018 מהלך המחשבה והדיבור. כשמו כן הוא, תשע"ח... מען קען זייער גוט פארשטיין וואס באדערט דא פאר אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סארט פרעכע שפראך.


RT

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג מאי 22, 2018 6:44 pm

להודיע האט געשריבן:ס'איז נישט קיין השכלה און ס'האט אפשר א מקור אבער ס'איז א מין ברייט גערעדאכצס וואס פאסט זיך גוט אריין אין די גאנצע 2018 מהלך המחשבה והדיבור. כשמו כן הוא, תשע"ח... מען קען זייער גוט פארשטיין וואס באדערט דא פאר אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סארט פרעכע שפראך.


מסכים, נישט ממש השכלה אבער עס באדערט די מין גערעדאכץ.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 22, 2018 8:22 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ס'איז נישט קיין השכלה און ס'האט אפשר א מקור אבער ס'איז א מין ברייט גערעדאכצס וואס פאסט זיך גוט אריין אין די גאנצע 2018 מהלך המחשבה והדיבור. כשמו כן הוא, תשע"ח... מען קען זייער גוט פארשטיין וואס באדערט דא פאר אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סארט פרעכע שפראך.


מסכים, נישט ממש השכלה אבער עס באדערט די מין גערעדאכץ.

זאג, האסט שוין געהערט אמאל אזא (פרעכע) אויסדריק 'אז היינטיגע צייטן איז די עבודה פון יעדן איד יעדן טאג אזוי חשוב ווי די עבודה פון כהן גדול יום כיפור אין בית המקדש'
דו ווייסט פון וואו דאס שטאמט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 22, 2018 8:29 pm

אפשר טאקע קען מען נישט פון יעדע תורה מאכן א ניגון...

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » דינסטאג מאי 22, 2018 8:45 pm

דער סידי איז זייער א שיינער, מלא געפיל, הארץ, און טאלאנט.

לגבי מחשבות וואלט איך געזאגט אז מחשבות האט געהאט סאך מער תוכן, אוודאי איז תשעח נישט אוועקצומאכן אבער עס איז נישט דא קיין מעשה פון כתב סופר, בהר המוריה, שוב יום אחד און אזוי ווייטער. נעם למשל דער שכר לימוד ניגון זייער שיין און עמוישינעל אבער וואס פונקטלעך איז דער מעסעדזש?

דער צווייטער ניגון איז מיין פעוועריט ספעשיל די ליין ״איינמאל און אפשר קיינמאל״ מוראדיג מוראדיג נאכדערצו אז ער זיצט אזוי שיין מיט די ניגון.

פאר איך פארגעס האט איינער אויפגעמערקט די פאעזיע וואס ער ווארפט אריין אין די א ב ניגון (די הויכע פאל)
וואף ער שיסט טאלאנט, קריעטיוועטי, ועוד ועוד.

שכח מאטי גרעיט דזשאב.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג מאי 22, 2018 9:06 pm

מי יודע האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ס'איז נישט קיין השכלה און ס'האט אפשר א מקור אבער ס'איז א מין ברייט גערעדאכצס וואס פאסט זיך גוט אריין אין די גאנצע 2018 מהלך המחשבה והדיבור. כשמו כן הוא, תשע"ח... מען קען זייער גוט פארשטיין וואס באדערט דא פאר אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סארט פרעכע שפראך.


מסכים, נישט ממש השכלה אבער עס באדערט די מין גערעדאכץ.

זאג, האסט שוין געהערט אמאל אזא (פרעכע) אויסדריק 'אז היינטיגע צייטן איז די עבודה פון יעדן איד יעדן טאג אזוי חשוב ווי די עבודה פון כהן גדול יום כיפור אין בית המקדש'
דו ווייסט פון וואו דאס שטאמט?

דארף בכלל נישט קײן עסטערע מקור לענ״ד, כ׳װײס נישט פון װי איר שטאמט, אבער איך בין א פלעינע חסידישע יונגערמאן.. און דעיס איז א טיפיקל נאטורליכע קאנצעפט, אלע חסידישע ספרים זענען מלא וגדוש מיט דעם רעיון לגבי די הײנטיגע דורות, ס׳ניטאמאל דא אױף װאס זיך ארױפצוכאפן...
כ׳װייס נישט, כ׳קען דיר נאר זאגן װיזױ איך בין אױפגעװאקסן.. אדרבא ברענג א דע״ת װאס האלט אנדערשט, נישט נארישע געפילן

# גראָדע װענט קריכער

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג מאי 22, 2018 9:43 pm

ביטע מיך נישט אטאקירן, איך האב סך העל איבערגעזאגט וואס איך האב געהערט פון איינעם.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מאי 22, 2018 9:45 pm

שמאטע האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אה יע...

ביים אנהייב האב קודם געטראכט אז מ'האמיר א פרישע "#טרעק פייוו..."
אבער ביי די ענדע האב איך געזעהן אז מאטי האט בלויז געטראפן א פרישע עמאצינאלע מעשה פאר זיין ארסאנעל :wink:

נאך איינער ווי מיר האט אויסגעפלאצט אין א געוויין בשעת׳ן הערן? (אדער בין איך פשוט א יעני וד״ל)

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג מאי 22, 2018 10:49 pm

טעם וריח האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אה יע...

ביים אנהייב האב קודם געטראכט אז מ'האמיר א פרישע "#טרעק פייוו..."
אבער ביי די ענדע האב איך געזעהן אז מאטי האט בלויז געטראפן א פרישע עמאצינאלע מעשה פאר זיין ארסאנעל :wink:

נאך איינער ווי מיר האט אויסגעפלאצט אין א געוויין בשעת׳ן הערן? (אדער בין איך פשוט א יעני וד״ל)


יא, ס׳האט מיר אויך זייער בארירט, הערליך שיין, געוואלדיגע ארבעט.
אבער איך פלאג מיר נאך אלץ צו פארשטיין וואס די ניגון דארף אונז לערנען, אויב דארף עס ארויס ברענגן די חשיבות פון תורה איז עס גאר א שוואכע געדאנק, ווי כאילו די אלמנה האט געהאט א צווייטע ברירה...

אוועטאר
א. לערנער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » מיטוואך מאי 23, 2018 12:18 am

בעמבא האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אה יע...

ביים אנהייב האב קודם געטראכט אז מ'האמיר א פרישע "#טרעק פייוו..."
אבער ביי די ענדע האב איך געזעהן אז מאטי האט בלויז געטראפן א פרישע עמאצינאלע מעשה פאר זיין ארסאנעל :wink:

נאך איינער ווי מיר האט אויסגעפלאצט אין א געוויין בשעת׳ן הערן? (אדער בין איך פשוט א יעני וד״ל)


יא, ס׳האט מיר אויך זייער בארירט, הערליך שיין, געוואלדיגע ארבעט.
אבער איך פלאג מיר נאך אלץ צו פארשטיין וואס די ניגון דארף אונז לערנען, אויב דארף עס ארויס ברענגן די חשיבות פון תורה איז עס גאר א שוואכע געדאנק, ווי כאילו די אלמנה האט געהאט א צווייטע ברירה...


יא זי האט געהאט א צווייטע ברירה צו לאזן איר קינד וואנדערן אויפן גאס, א קידושין רינגל [זיכער ווען די מאן לעבט שוין נישט] איז נישט קיין קלייניגקייט. אזא מעשה האט גאר א שטארקע מוסר השכל פון א תמימות'דיגע אלמנה ווי שטארק מען ברויך שעצן די תורה, מאטי אליינס ברענגט ארויס דעם מוסר השכל אינעם ניגון אויך. אראפרייסן קען מען אלץ דאס איז נישט קיין קונץ..

אין ג'ענערעל דער אלבום איז וואן אף עי קיינד, מאטי אזא טאלאנט מאכט זיך נישט אפט, אזוי שיין צו מאכן די גראמען, עס אראפזינגען, די אל"ף בי"ת ניגון פאעזיע וכו' וכו'.

גראדע די אלף בית הויכע פאל האט דא אויך דערמאנט פון די קדש ורחץ אבער נאכן איבערהערן אפאר מאל קען עס דורכגיין..

נאכאמאל.. ישר כח מאטי פאר די ביוטיפול אלבום, קיעפ איט אפ.. ;a-1;

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך מאי 23, 2018 12:49 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:ביטע מיך נישט אטאקירן, איך האב סך העל איבערגעזאגט וואס איך האב געהערט פון איינעם.

דיך אטאקירן? ח״ו, כ׳האב גערעדט פון יענעם װאס האטערעס געזאגט.. און אױך נישט 'אטאקירן', כ׳פארשטײ פשוט נישט דעי מענטשן װאס מײנען אז זײ מוזן אױף יעדע זאך עפעס אױסזױגן פון פינגער, צו ס׳מאכט סענס צוניש.. ס׳באדערט מיך װאס זאלעך טוהן??

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך מאי 23, 2018 1:26 am

א קידושין רינגל קאסטעך נישט מער ווי $50?!

א קשיא אויף א מעשה...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך מאי 23, 2018 6:47 am

איש האשכולות האט געשריבן:א קידושין רינגל קאסטעך נישט מער ווי $50?!

א קשיא אויף א מעשה...


די מעשה איז פון בעפאר די חתונה תקנות איבערפרישונג
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך מאי 23, 2018 7:01 am

א. לערנער האט געשריבן:
בעמבא האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:דער שכר לימוד ניגון רייסט דער הארץ

אה יע...

ביים אנהייב האב קודם געטראכט אז מ'האמיר א פרישע "#טרעק פייוו..."
אבער ביי די ענדע האב איך געזעהן אז מאטי האט בלויז געטראפן א פרישע עמאצינאלע מעשה פאר זיין ארסאנעל :wink:

נאך איינער ווי מיר האט אויסגעפלאצט אין א געוויין בשעת׳ן הערן? (אדער בין איך פשוט א יעני וד״ל)


יא, ס׳האט מיר אויך זייער בארירט, הערליך שיין, געוואלדיגע ארבעט.
אבער איך פלאג מיר נאך אלץ צו פארשטיין וואס די ניגון דארף אונז לערנען, אויב דארף עס ארויס ברענגן די חשיבות פון תורה איז עס גאר א שוואכע געדאנק, ווי כאילו די אלמנה האט געהאט א צווייטע ברירה...


יא זי האט געהאט א צווייטע ברירה צו לאזן איר קינד וואנדערן אויפן גאס, א קידושין רינגל [זיכער ווען די מאן לעבט שוין נישט] איז נישט קיין קלייניגקייט. אזא מעשה האט גאר א שטארקע מוסר השכל פון א תמימות'דיגע אלמנה ווי שטארק מען ברויך שעצן די תורה, מאטי אליינס ברענגט ארויס דעם מוסר השכל אינעם ניגון אויך. אראפרייסן קען מען אלץ דאס איז נישט קיין קונץ..

אין ג'ענערעל דער אלבום איז וואן אף עי קיינד, מאטי אזא טאלאנט מאכט זיך נישט אפט, אזוי שיין צו מאכן די גראמען, עס אראפזינגען, די אל"ף בי"ת ניגון פאעזיע וכו' וכו'.

גראדע די אלף בית הויכע פאל האט דא אויך דערמאנט פון די קדש ורחץ אבער נאכן איבערהערן אפאר מאל קען עס דורכגיין..

נאכאמאל.. ישר כח מאטי פאר די ביוטיפול אלבום, קיעפ איט אפ.. ;a-1;


וויאזוי א קליינע הערה אויף א ניגון נאכן עס קאמפלעמענטין ווערט באטראכט ווי ׳אראפגעריסן׳ איז מיסטעריעז.

אין מיינע אויגן איז לאזן א קינד אויף די גאס א ׳אין ברירה׳ נישט א צווייטע ברירה.
נאכן הערן די ניגון עטליכע מאל ערוועקט עס אין מיר ענדערש אויפברויז אויפן מנהל ווי חשקות התורה.

איך שיהיה, די אלבוים, און מאטי בכלליות, איז א חידוש בעולם הנגינה! קיפ אפ יאר גוד ווארק!

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מיטוואך מאי 23, 2018 9:53 am

די שכר לימוד ניגון האט צוויי פוינטס. איינס, ווי חשוב תורה איז אז א מאמע האט געקענט באשטיין אוועק צו געבן איר לעצטע זאך וואס זי האט געהאט פון איר מאן.
צווייטע איז שוין אביסל קאנטריווערסאל. מ'זעט אז אסאך מאל ביי געוויסע מעמבערס פון די הנהלה איז געלט וויכטיגער פון אלעם, אזש ביזן אהיימשיקן א יתום וואס די מאמע, אן אלמנה, האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, מיטן תירוץ אז די תקנה וועט צופאלן. כ'גלייב אז אלע עלטערן פון וואלטן פארשטאנען די אויסנאם. (אויב זיי וואלטן ווען געוואויר געווארן אז מ'האט געמאכט אן אויסנאם.)
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מיטוואך מאי 23, 2018 10:01 am

אויב איינער קען ביטע ארויף לייגן די טקסט פון די ניגונים,
שכויח.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 23 געסט