'שמחה און נחת' מוזיקאלישע פארברענג - חוה"מ סוכות תשע"ט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:20 pm

נאך אלעם מיינט עטס אז איינער האט געמאכט דא ערנסטע געלטער? (אדער אפשר גאר איז עס לשם שמים...?!)
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 4:59 pm

בלויע טינט האט געשריבן:נאך אלעם מיינט עטס אז איינער האט געמאכט דא ערנסטע געלטער? (אדער אפשר גאר איז עס לשם שמים...?!)

שוין געווען א גערעדע דערוועגן דא

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2018 10:08 pm

בענאנע שאלאכץ האט געשריבן:https://photos.google.com/share/AF1QipP74fr5dEy_aevWUPDHnVkVbvrMq-irFharFpNN-Tj4d6rSjZVZCnBMEiT0t1rwYg?key=RVRnbU1hRHhsRDlBeFJDSW9ZY0UwT3lTZV92dnpB

ביטע איבערלייגן. ארבעט שוין נישט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 12:59 pm

לאמיר אויפברענגען א קאנטערווערשאל שאלה.
די אלע חברה וואס ברענגען אריין די נייע סטייל (לייען גויאישע - מעדערנע) וי די צודרייטע לייטס מיטדי סקרינס און אזוי אויך די אידיש נחת קינדער דענץ וואס גייט קאמפעטישאן מיט מיאמי און ישיבה בויס כאר. די אלע זאגן אז זיי ברענגען ארויף די אידישע מוזיק אויף די נעקסט לעוואל.
איך קוק דאס אן פונקט פארקערט ווי זיי טראגן אראפ די מוזיק לעוואל אסאך אסאך מער טיפער...
וואס האלט די עולם איז דאס טאקע א פלאס אדער א מיינעס ? (כ'רעדט פאר אונז היימשיע חסידישע אידן וואס גייען נישט צו קיין מיאמי בויס כאר קאנצערטס....)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 2:01 pm

איך מיין אז נעמען די קינדער און זיי מאכן דענסען איז א שרעקליכע עוולה. מ׳רייסט אויס זייער ריינע תמימות און די קאנסעקווענצן זענען נישט גוט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 3:51 pm

מ'זאגט אז ס'געווען שלא ברצון חכמים.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 6:33 pm

eller האט געשריבן:לאמיר אויפברענגען א קאנטערווערשאל שאלה.
די אלע חברה וואס ברענגען אריין די נייע סטייל (לייען גויאישע - מעדערנע) וי די צודרייטע לייטס מיטדי סקרינס און אזוי אויך די אידיש נחת קינדער דענץ וואס גייט קאמפעטישאן מיט מיאמי און ישיבה בויס כאר. די אלע זאגן אז זיי ברענגען ארויף די אידישע מוזיק אויף די נעקסט לעוואל.
איך קוק דאס אן פונקט פארקערט ווי זיי טראגן אראפ די מוזיק לעוואל אסאך אסאך מער טיפער...
וואס האלט די עולם איז דאס טאקע א פלאס אדער א מיינעס ? (כ'רעדט פאר אונז היימשיע חסידישע אידן וואס גייען נישט צו קיין מיאמי בויס כאר קאנצערטס....)

כ'קען נישט זאגן אז ס'ממש אן אפגעפרעגטער וועג פון קוקן דעראויף, אני הקטן קוקט עס אבער אן א טראפעלע אנדערש.

ביז נישט צו לאנג צוריק, איז די מצב פון אידישע מוזיק גארנישט געווען אזוי בא'טעמ'ט. גרויסע מעכטיגע זינגערס האבן ארויסגעגעבן סחורה וואס ווען מ'הערט עס היינט איבער קען מען נישט גלייבן וואס מ'האט אמאל אויסגעהערט - און נאך געהאלטן אז דאס איז שיין, און פראפעסיאנאל. טעכנעלאגיע, און די אוועלעבילעטי צו דעם, האט זיך שטארק פאראויסגערוקט, און יעצט, אפאר יאר שפעטער, האט דאס האט געברענגט אז טאלאנט צווישן היימישע מענטשן איז ארויסגעקומען און געשטיגן צו א מאקסימום. אארענדזשערס, ענדזשענירס, מיקס און מעסטער וכדו' זענען אלעס געווען געמאכט ביי גוים, ווידערום היינט קען מען שוין מאכן א גאנצע אלבוים פון א' ביז ת' צווישן די פיהר ווענט פון איין סטודיא, און אאאאלעס זאל ווערן געטוהן דורך חסידישע אינגעלייט, און ס'זאל זיין הויעך פראפעסיאנאל!!! דאס האט געברענגט אז מיר אליין קענען באקומען פונקטליך וואס מיר ווילן, אן דארפן קריכן צו ווייט, און האט ארויפגעברענגט צוזיק צום נעקסטן שטאפל.

אמאל אויב איז עפעס געווען פראפעסיאנאל, האט א חסידישע איד געוואוסט אז דאס באלאנגט נישט פאר איהם, פשוט ווייל ס'ניש געווען! היינט איז אונזער מוזיק ממש א געשמאק צו הערן.

(כ'גיי נישט אריינגיין יעצט אין א שמועס פון ווער ס'איז א היימישער און ווער ס'איז זייער א היימישער, ווער ס'ממש א גוי וכו', ווייל ווען מ'רעדט פון פראפעשאנאליזם זענען אפי' סידי'ס ארויסגעגעבן דורך חסידישע הויפן שוין היינט פונקט אזוי פראפעסיאנאל)

די זעלבע זאך איז געווען מיט קאנצערטס. ביז היינט האט א קאנצערט געמיינט - מ'רעדט די אידישע - אן אויסגעמישטע אומאיידעלע, און אין בעסטן פאל, א פלאץ וואו מ'זינגט נישט די ניגונים וואס איך צינד אן אין מיין דיינינג רום. אויף די סטעידזש האט מען געזעהן אידן וואס קוקן נישט אויס אפי' אין די געגנט פון מיין טאטע אדער זיידעס.

היינט האט זיך דאס שוין ב"ה געטוישט! מ'קען גיין צו אן איווענט וואס איז 100% אויסגעהאלטן. איך גיי זעהן ממש נאר מיינע קרייז מענטשן (און אפאר ליטאים צו די זייט, אבער זיי זענען א קלארע תפל) און מ'גייט זינגען די ניגונים וואס ארבעטן ביי מיך אין קאר. אלעס היימיש, פון די חברה וואס שלעפן אריין די בענקלעך אויף סטעידזש און פאטאגרעפערס גייען טיש בעקישעס לכבוד חוה"מ, ביז די זינגער וואס גייען שטריימלעך. (און ווען ס'דא אן עד אויפן סקרין איז עס נישט אויסגעלאסן, און אדווערטייזטבסך הכל א שטריימל וואס אלע גייען ממילא).

וועגן וויפיל טאראראם מ'מאכט פון מוזיק בכלל היינט צוטאגס, איז א מדובר פאר זיך, אבער היות די פאקט איז אז מ'מאכט, און היות די פאקט איז אז מ'הערט ממילא די מוזיק, אויב קען מען עס אהערשטעלן אויף א היימישע חסידישע פארנעם, איז עס לדעתי ארויפגעברענגט א לעוועל.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 4:38 am

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:38 pm

גרויסע רעדנער האט געשריבן:

הקיצור דיין נקודה איז אז ס'איז א מעלה ווייל היימישע אידן זענען אויפן סטעידזש.
יא יא אבער אז היימישע קינדער זאלן נאכמאכן גוים וואס האב כ'דערפון אז זיי זענען היימיש ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:31 pm

eller האט געשריבן:הקיצור דיין נקודה איז אז ס'איז א מעלה ווייל היימישע אידן זענען אויפן סטעידזש.
יא יא אבער אז היימישע קינדער זאלן נאכמאכן גוים וואס האב כ'דערפון אז זיי זענען היימיש ???

יא יא, האסט עס. אבער טאקע דאס האלט איך אז היות ס'ווערט 'נישט' געמאכט ווילד און גוי'איש, ס'נישט קיין moves אדער וואס, בסך הכל א קעדאטשקע אדער זיך אנכאפן ווי ביי הנה מה טוב, איז נישט שלעכט און נעמט נישט גארנישט אוועק פון די קינדער. קיינער וויל זיי נישט זעהן סתם שטיין ווי שטעקענעס זינגענדיג, ווידער אויב טוט יעדער וואס ער וויל איז סתם צופארן.

וואס ס'קען יא שאדן איז די עצם פאקט אז ער אז אויף סטעידזש (ווי ברייט אויסגעשמועסט אין א צוויטע אשכול) אבער לדעתי איז נישט די מאושענס די זאך, און פאר איינער וואס קוק צו, איז עס פיין היימיש.

אונטערשטע שורה: כ'זעה נישט וואו מ'מאכט דא נאך גוים.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:38 pm

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:שמחה און נחת נאך קליפס

כ'מיין די קליפס זענען שוין געווען דא, ניין?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:29 am

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:שמחה און נחת נאך קליפס

כ'מיין די קליפס זענען שוין געווען דא, ניין?

נין דאס זענען אנדרע

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:04 am

ס'למעשה שוין יא דא געווען, אבער ס'אויך דא אין דעם די פראמא ווידיאס וואס מושי שטעלט ערשט יעצט ארויס פארן פובליק.

מושי האט ארויסגעשטעלט מרדכי'ס און די אנהייב, דא איז דאס דא, פלוס לוי'ס און די שמחה-נחת.

שכוח עניוועיס.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:36 am

׳עט מיר איינער קומען זאגן אז עס איז מעגליך פאר א כתה ד׳ אינגל צו זינגן ביי אן איווענט ביז שפעט ביינאכט און נאך קענען מיטהאלטן אין קלאס די נעקסטע טאג?

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:22 am

אלמוני האט געשריבן:׳עט מיר איינער קומען זאגן אז עס איז מעגליך פאר א כתה ד׳ אינגל צו זינגן ביי אן איווענט ביז שפעט ביינאכט און נאך קענען מיטהאלטן אין קלאס די נעקסטע טאג?

דיינע קינדער האבן חדר חול המועד?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:02 pm

מקווה איד האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:׳עט מיר איינער קומען זאגן אז עס איז מעגליך פאר א כתה ד׳ אינגל צו זינגן ביי אן איווענט ביז שפעט ביינאכט און נאך קענען מיטהאלטן אין קלאס די נעקסטע טאג?

דיינע קינדער האבן חדר חול המועד?

ב ה ער האט נישט געטראפן עפעס אנדערשט וואס צי קריטקירען
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:06 pm

אלמוני האט געשריבן:׳עט מיר איינער קומען זאגן אז עס איז מעגליך פאר א כתה ד׳ אינגל צו זינגן ביי אן איווענט ביז שפעט ביינאכט און נאך קענען מיטהאלטן אין קלאס די נעקסטע טאג?

דא רעדט מען דערפון
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:57 am

איינער ווייסט אויב סגייט ארויס קומען פין דעם א DVD? און ווען?
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 9:25 pm

תגובהדורך נישט קיין רעדנער » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 3:08 pm

איך האב גערעדט צו משי קרויס א שטיק צייט צוריק האט ער מיר געזאגט אז ער פלאנט נישט ארויס צוגעבן א DVD פון דעם וויבאלד עס לוינט זיך נישט וד"ל
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 6 געסט