בלאט 30 פון 31

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 11:19 pm
דורך טיכטיגער
[quote="שכל'דיג"]
אפילו "סענדער" איז אמאל געווען נאטורליכער אויפן סטעידש

רעדסט מסתם פון זיין צווילינג :roll:

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 11:42 pm
דורך שכל'דיג
טיכטיגער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:אפילו "סענדער" איז אמאל געווען נאטורליכער אויפן סטעידש

רעדסט מסתם פון זיין צווילינג :roll:


גוט

עס איז אינטערעסאנטער 5 גוטע JOKES וואס קומט גוט אריין אינעם שמועס
ווי איידער 10 אריינגעשטיפטע JOKES. ווייל מען דארף זאגן ווי מער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:11 am
דורך פעשען
@ שכל'דיג פון אלע דיינע תגובות זעהט אויס אז די האסט איין אגענדע.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:40 am
דורך חסידישער מבין
מיין מיינונג איבער די שפיל:

מיר זענען געווען אין רוים מיט 1800 יאר צוריק דעם חול המועד!!!

די אונטערן חבריא האט דא דעליווערט איינס און א גוטס...

קודם די אויסערגעווענליכע שיינקייט פון די שפיל. פון די אינטרא ביז די אריגענעלע פיינעלי: יעדע סצענע, די costumes, די special effects, די פראפס - ס'איז אלעס געווען עפעס אויסנאם שיין. דערנאך די מוזיקאלישע חלק פון די שפיל... ווי איינער האט שוין דערמאנט עס איז געווען פול מיט חידושים, גאר רייך, באמת אן עקספעריענס פאר זיך.

וואס האט מיך די מערסטע געכאפט איז די עצם מעשה אליינס ווי אויך די קאמפליצירטע,טיפע, קאלארפולע און אריגענעלע כאראקטערס.
עס איז נישט געווען א פשוט'ע "ס'איז דא א פראבלעם, פראבלעם ווערט ערגער און מ'טרעפט א solution" סארט מעשה, נאר אסאך טיפער ווי דעם. דא האסטו א טאטע וואס פרובירט צו ראטעווען זיין זוהן בשעת ער struggle'ט וועגן זיין אידישקייט, ביזדערווייל זוכט מען פאר די אוצרות פון רוים, מ'קרוגט זיך איבער'ן שטוהל, און איין מינוט - די מאפע וואס יעדער וויל האבן איז דאך פאלש! ווען וועלן זיי באמערקן? און וואו קומט אריין דער פיליקס? אויף וועמענס זייט איז ער?... אלעס אזוי מייסטערהאפטיג צאמגעפלאכטן ביז צום לעצטן סצענע מיט דעם אנטאניא און אפילו אזא זייטיגע פראבלעם ווי עזריאל'ס נישט האבן קיין קינדער ווערט אויך פארענטפערט...
זיי האבן אויך גאר אקוראט ארויסגעברענגט די גאנצע תקופה: וויאזוי זאכן זענען דעמאלטס געווען, די גאנצע הלוך ילך ווי אויך וויאזוי די מענטשן וואלטן זיך געפירט. די כאראקטערס זענען געווען דיפרענט און קאמפליצירט; פון דאוויד, ביז קאמאדאס, אקטיוויעס, פיליקס,ריימוס, עזריאל... אלע פון זיי גאר גוט ארויסגעברענגט.

און מיין אפיניען איז די עקטינג געווען A-1! איך האב הנאה געהאט אז זיי האבן ארומגעטוישט זאכן אביסל ווי אויך אז לייבי און יואל הערש זענען דאס מאל געווען אויף די זעלבע זייט (און זייער זינגען צוזאמען... wow...).

ס'איז נאך דא אסאך צו זאגן אבער איך וועל עס לאזן ביי דעם. מיר האבן באמת הנאה געהאט און מיר קוקן ארויס פאר די dvd. איך האף אז זיי וועלן אונז נישט מאכן ווארטן ביז חנוכה...

און צי די אונטערן חברייא : כה לחי! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 10:30 am
דורך ישראלי
איינער קען אפשר שרייבן און ארויף לייגן די גראמענ'ס פון די הכתרה (סי דא 3), איך האב עס נישט געהרט גוט, אין בני ברק איז עס נישט געווען קלאר, און איך קען נישט מוותר זיין ווייל איך האב אאויסער געווענליכע הנאה פון גראמענ'ס, איינער האט?

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:58 am
דורך סיז מסודר
.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 3:00 pm
דורך יין המשומר
נאר איין נקודה פון היסטארישן שטאנדפונקט:
די רומישע שטאט פאמפעי איז באגראבן און חרוב געווארן פון א וואלקענאו געציילטע יאר נאכן חורבן בית שני.
לויט דעם שטימט נישט די מעשה וואס האט זיך אנגעבליך אפגעשפילט אין פאמפעי פיר הונדערט יאר שפעטער.
ווי אויך, צו פארן פון פאמפעי קיין רוים איז גרינגער און שנעלער מיט א פערד ווי מיט א שיף. נישטא קיין עכטע סיבה ארויסצופארן אויפן ים חוץ צו מאכן מער דראמאטיש...

(ועל זה נאמר, ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות...)

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 4:57 pm
דורך ישראלי
יין המשומר האט געשריבן:נאר איין נקודה פון היסטארישן שטאנדפונקט:
די רומישע שטאט פאמפעי איז באגראבן און חרוב געווארן פון א וואלקענאו געציילטע יאר נאכן חורבן בית שני.
לויט דעם שטימט נישט די מעשה וואס האט זיך אנגעבליך אפגעשפילט אין פאמפעי פיר הונדערט יאר שפעטער.
ווי אויך, צו פארן פון פאמפעי קיין רוים איז גרינגער און שנעלער מיט א פערד ווי מיט א שיף. נישטא קיין עכטע סיבה ארויסצופארן אויפן ים חוץ צו מאכן מער דראמאטיש...

(ועל זה נאמר, ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות...)

די ערשטע נקודה האט מיך אויך געבאדערט, און בפרט אז ווען ער רעכנט ביים קולוסיאום איינע פון די ספאונסערס רעדט ער וועגן די טראגעדיע וואס איז געשעהן אין פאמפיי (אפשר ביים אסיתא מדיקל סנטר?)...

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 10:08 am
דורך פאטאקי08
חסידישער מבין האט געשריבן:מיין מיינונג איבער די שפיל:

מיר זענען געווען אין רוים מיט 1800 יאר צוריק דעם חול המועד!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיר זענען געווען אין NJPAC און געזעהן שיינע קאסטיומס דעם חול המועד
ביי סליחות נאכט אין קיוב נאכן איבערזעהן די פלעי 15 מאל וועעסטו דיך נאכאלס שווערן אז די ביסט אין פאריז
די זעלבע ביי סאבאטאדזש, דו ביסט אין רוסלאנד!!

דיסקלעימער איך בין געווען ביים אונטערן שטוהן שפיל מיט 0 נערווען געצווינגענערהייט מיינע קינדער האבן מיר נישט געגעבן קיין 2 ברירות
ביי אזא פלעי ווי סאבאטאדזש וואלט איך מיינע קינדער אבער קיינמאל קיינמאל געשיקט ואתכם הסליחה, צי גוי'איש פאר מיר

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 1:47 pm
דורך ירום הודו
פאטאקי08 האט געשריבן:....
..... געצווינגענערהייט מיינע קינדער האבן מיר נישט געגעבן קיין 2 ברירות
.....

... ואתכם הסליחה, צי גוי'איש פאר מיר


און די מנהלים זענען שולדיג...

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 4:41 pm
דורך טיכטיגער
שכל'דיג האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:אפילו "סענדער" איז אמאל געווען נאטורליכער אויפן סטעידש

רעדסט מסתם פון זיין צווילינג :roll:


גוט

עס איז אינטערעסאנטער 5 גוטע JOKES וואס קומט גוט אריין אינעם שמועס
ווי איידער 10 אריינגעשטיפטע JOKES. ווייל מען דארף זאגן ווי מער.

נישט ריכטיג!
נעם צום ביישפיל אונטערן רוקן ווי יעדע צוויי סעקונדעס איז געווען א פאנטש ליין... אוי איז דאס געווען גוט... און נאך ווי נאטורליך!

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 8:11 pm
דורך פעשען
פאטאקי08 האט געשריבן:
חסידישער מבין האט געשריבן:מיין מיינונג איבער די שפיל:

מיר זענען געווען אין רוים מיט 1800 יאר צוריק דעם חול המועד!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיר זענען געווען אין NJPAC און געזעהן שיינע קאסטיומס דעם חול המועד
ביי סליחות נאכט אין קיוב נאכן איבערזעהן די פלעי 15 מאל וועעסטו דיך נאכאלס שווערן אז די ביסט אין פאריז
די זעלבע ביי סאבאטאדזש, דו ביסט אין רוסלאנד!!

דיסקלעימער איך בין געווען ביים אונטערן שטוהן שפיל מיט 0 נערווען געצווינגענערהייט מיינע קינדער האבן מיר נישט געגעבן קיין 2 ברירות
ביי אזא פלעי ווי סאבאטאדזש וואלט איך מיינע קינדער אבער קיינמאל קיינמאל געשיקט ואתכם הסליחה, צי גוי'איש פאר מיר

אז די ביסט געווען געצווינגענערהייט אוואדאי ביסטו נישט אנגעקומען קיין רוים..

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 3:28 pm
דורך גרינע
ס'דא א שיינע לאנגע אינטערוויא אויף קול מבשר ביי א שפאציר אינעם עולם הנגינה מיט שלמה שטיינמעטץ און יואל הערש פוקס און צום סוף מיט די פרענקל'ס, לייבי וויעדער, יואל ברוין,

די אונטערן חבריא

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 3:51 pm
דורך טאטע זיי מיר מוחל
די אונטערן חבריא איז פארקויפט געווארען ?

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 3:57 pm
דורך גרינע
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:די אונטערן חבריא איז פארקויפט געווארען ?

ביטע זייט מסביר אייערע שאלה

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 4:16 pm
דורך fiena nieas
גרינע האט געשריבן:ס'דא א שיינע לאנגע אינטערוויא אויף קול מבשר ביי א שפאציר אינעם עולם הנגינה מיט שלמה שטיינמעטץ און יואל הערש פוקס און צום סוף מיט די פרענקל'ס, לייבי וויעדער, יואל ברוין,

ארבעט עפעס נישט דעם קנעפל...

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 4:25 pm
דורך יוראפ
fiena nieas האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:ס'דא א שיינע לאנגע אינטערוויא אויף קול מבשר ביי א שפאציר אינעם עולם הנגינה מיט שלמה שטיינמעטץ און יואל הערש פוקס און צום סוף מיט די פרענקל'ס, לייבי וויעדער, יואל ברוין,

ארבעט עפעס נישט דעם קנעפל...

8-0

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:01 pm
דורך eller
איינער ווייסט ווען ס'גייט ארויסקומען די DVD ?

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:57 pm
דורך אחת ואחת
יוראפ האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:ס'דא א שיינע לאנגע אינטערוויא אויף קול מבשר ביי א שפאציר אינעם עולם הנגינה מיט שלמה שטיינמעטץ און יואל הערש פוקס און צום סוף מיט די פרענקל'ס, לייבי וויעדער, יואל ברוין,

ארבעט עפעס נישט דעם קנעפל...

8-0

מען קען עס אויך הערן אויף די אונטערן ליין
718-298-3009 4-4 פון די מעין מעניו

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 2:01 pm
דורך zugurnish
eller האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ס'גייט ארויסקומען די DVD ?

בדרך כלל גיבען זיי ארויס חנוכה צייט

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 3:35 pm
דורך eller
zugurnish האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ס'גייט ארויסקומען די DVD ?

בדרך כלל גיבען זיי ארויס חנוכה צייט

אויס עס איז געווען סוכות (ביי אונטערן שווערד)

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 3:41 pm
דורך zugurnish
דאכט זאך מיר אויך ארויס חנוכה, הגם איך בין ניט זיכער.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 4:30 pm
דורך nmi
zugurnish האט געשריבן:דאכט זאך מיר אויך ארויס חנוכה, הגם איך בין ניט זיכער.

כ'מיין אז די פסח'דיגע לעגט ארויסקומען ערגעץ סוף זומער. פאריגעס מאל וואס די נעקסטע סוכות איז געווען די אנדערע פלעי האבן זיי צוגעווארט ביז חנוכה.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:25 am
דורך פראביר נאר
nmi האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:דאכט זאך מיר אויך ארויס חנוכה, הגם איך בין ניט זיכער.

כ'מיין אז די פסח'דיגע לעגט ארויסקומען ערגעץ סוף זומער. פאריגעס מאל וואס די נעקסטע סוכות איז געווען די אנדערע פלעי האבן זיי צוגעווארט ביז חנוכה.

אונטערן רוקן איז געווען פסח אין סאיז ארויס "חנוכה"
אונטערן שווערד איז געווען סוכות אין סאיז אויך ארויס "חנוכה"

סאו כמיין אז זיי געבן עס אייביג ארויס חנוכה נישט קיין חילוק ווען די פלעי איז געווען ווייל חנוכה איז דע בעסטע סיזן פאר דעם

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:21 am
דורך nmi
פראביר נאר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:דאכט זאך מיר אויך ארויס חנוכה, הגם איך בין ניט זיכער.

כ'מיין אז די פסח'דיגע לעגט ארויסקומען ערגעץ סוף זומער. פאריגעס מאל וואס די נעקסטע סוכות איז געווען די אנדערע פלעי האבן זיי צוגעווארט ביז חנוכה.

אונטערן רוקן איז געווען פסח אין סאיז ארויס "חנוכה"
אונטערן שווערד איז געווען סוכות אין סאיז אויך ארויס "חנוכה"

סאו כמיין אז זיי געבן עס אייביג ארויס חנוכה נישט קיין חילוק ווען די פלעי איז געווען ווייל חנוכה איז דע בעסטע סיזן פאר דעם

אונטערן רוקן זענען דעי ארויסגעקומען חנוכה ווייל די נעקסטע סוכות איז געווען די אנדערע פלעי האבן זיי געוואלט זיין מענטשן האבן זיי צוגעווארט נאך אפאר חדשים.