בלאט 7 פון 7

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 2:01 pm
דורך אדער יא

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 2:10 pm
דורך כא כא כא
ווייזער האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:איך בין סורפרייזד ווי גוט דער עולם זינגט מיט גאנץ שווערע ניגונים, לדוגמא דער באבובער מה אשיב

די מה אשיב איז א וויזניצע ניגון, דער ציבור זינגט מיט עפעס נישט פשוט. אזוי שיין און ווארים. wow.

די באבובער מה אשיב שטאמט פונעם קדושת ציון זצ"ל, עס איז זייער רייך, און עס פארמאגט אסאך תנועות.
איך גלייב נישט אז דער עולם וואלט עס געקענט מיטזינגען אן חזר'ן פון פאראויס.


די וויזניצער מה אשיב דארף זיך גארנישט שעמען פאר די באבוב'ער מה אשיב (מוזיקאליש גערעדט).
אין הימל ווייסעך נישט וועלכעס ס'איז חשוב'ער. אבער די וויזיניצער מה אשיב איז א מעסטערפיעס IN ITS OWN RIGHT. (פאר ווער ס'פארשטייט נישט אידיש)...

ביסט זייער גערעכט, מוזיקאליש גערעדט איז וויזניץ סאך שטערקער, אבער די באבובער האט סאך מער ווארעמע תנועות, אוי יקר.. יקר.. יקר בעיני ה'... צו אנא אוי אנא ה' אוי אנא אוי אנא ה'....

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 3:11 pm
דורך El Rushbo
אדער יא האט געשריבן:https://www.nigunmusic.com/shirim-vshiuirm.html

דאס האב איך שוין.

איך האב געמיינט די באבובע

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2019 11:26 am
דורך מצלמה
ווייזער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:די לכה דודי ניגון וואס זיי זענען מייחס צו קארלין, איז א סטראפקובער ניגון.


די ממקומך איז נישט פון ר' בעריש ווישאווער. פאר וועמען ס'איז נוגע.


(שא... ניטאמאל קען מען זיך טועה זיין)


די ממקומך איז ווירקליך יא פון ר' בעריש ווישאווער, וקולי קולות יחדלון.
ממקומך ר' בעריש ווישאווער ז"ל - מקור ראשון

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:11 pm
דורך מצלמה
מונאוויטש האט געשריבן:19. ניגון בעל תשובה איז ארויסגעפאלן פונעם אלבום? גלייך נאך אני מאמין שפרינגט מען אריבער צו שענקער'ס אשת חיל.



ניגונים ליסטע

טרעק 11, אחת שאלתי איז פון MBD.
זיכער נישט קיין מודזיץ.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:42 pm
דורך בערל קראקאווער
איך האב עס קודם געהערט ביי די ארבעט אויף ספיקער, אנגעהויבן דערהערן אז דאס איז סחורה

אבער שפעטער האבן מיר עס איינגעשטעקט אין די אויערן, און דאַן
אוי איז דאס מורא׳דיג, יעדע ניגון פאר זיך, מען שפירט אין די אויערן אז דער עולם האט אריינגעלעבט אויף אלע באקן מיט א געשמאק און א ווארעמקייט, עס האט מיר געווארעמט אלע גלידער, מיר האט בעיקר געכאפט די מה אשיב און ממקומך.

מלאך קומט אויך אריין מיט א געוואלדיגע שטארקייט.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 1:29 pm
דורך קיסריה
מיר האט שטארק באנומען דעם אריינפירט פון פילאפף.
זיין כראנאלאגיע פון שירה ונגינה ביי כלל ישראל דורכאויס דעם לאנגן גלות, אין אלע צרות אין אלע אומשטענדן איז ריזיג, מיט קנאקעדיגע מראי מקומות און מקורות צו יעדע זאך.

נוסלעך זאג איך.