לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
כינור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

תגובהדורך כינור » מיטוואך יולי 17, 2019 2:58 pm

בס"ד

שלום עליכם אייוועלט.
איך האב עס שוין נעכטן אריינגעשריבן, אבער נאכן ארום שפאצירן ראיתי אז ס'איז נישטא קיינע אשכולות פאר דעם, ממילא ווערט דא געעפענט יעצט דעם אשכול. כדי ארויסצונעמען די מאקסימום, ביטע הערט אויס די אלבוים'ס מינומים דריי פיר מאל.
לאמיר אנהייבן מיטן פינגערפרינט אלבום וואס איז נארוואס ארויסגעקומען. איך האב מיטגעהאלטן די משא ומתן דא איבערן סידי און געפילט אז ס'דא וואס צוצולייגען. וועל איך דא מיטטיילען מיטן עולם א לענגערע אפהאנדלונג אויף דעם מען זאל האבן מער חומר מיט וואס צו וועבן א מיינונג, און אויב איינער וועט הנאה האבן דערפון והיה זה שכרי.
און בכלל אפי' פאר די מענטשן אינעם פראיעקט אסאך מאל איז שווער אויפצוכאפן זאכן ווען מען איז דארט [ס'איז צומאל שווער אפצומבין'ען אייגענע זאכן, ספעציעל ניגונים] איז אפשר גוט צו האבן א דרויסענדיגע בליק.

כולנו.
די ערשטע פאל איז פיין געבויט, א שיינעם תנועה. די צווייטע פאל איז אביסל הממ יא. סאיז טאנצעדיג פאר דער וואס האט ליב צו שטיין לעבן באאמבאקס און פילן ווי די הויזן שאקלען זיך, עכ''פ פארן מענטש וואס קוקט אויפן ביעט,אבער די תנועה איז נישט עפעס ספעציעל.
די אינטרא איז פיין ווי אברומי קען.
די געבוי פונעם ערשטן פאל איז דומה צו פינקיס כי לא תשכח [אויף בעריס טעיפ, וואס אברומי האט דארט אויך אהערגעשטעלט א הערליכן אינטרא] מיט דעם וואס די ערשטע פאל איז הויעך געבויט. אבער דארט ביים צווייטען פאל פארט ער נידריגער פונעם ערשטען. ער וואלט דא געקענט פארן אנדערש.
די קווייער דא איז שיין אהערגעשטעלט [ביים אנהייב הויעכן פאל, מען קען עס קוים הערן, זינגט די קווייער מיט, וואס געבט עס די ריכטיגע עפעקט].
פארוואס צום סוף ניגון [3:48] הערט זיך די הויכע אקטיוו פונעם קווייער ווי א טעיפ וואס פארט שנעל, ווייס איך נישט.

רעבים.
אזא אינטרא זעהט מען נישט יעדן טאג, און בכלל די מוזיק דא פון שלמה זלמן איז געוואלדיג. די ערשטע פאל איז מיר געפאלן און נאכדערצו ווי שלומי לייגט עס האניג אראפ. די צווייטע פאל האט מען א חלק דערפון שוין געזעהן, אבער אוועראל איז עס שיין.
די קווייער ארעינדזשמענט דא איז להפליא, יואלי מאכט דא אן אויסנאם דזשאב.
לגבי די ווערטער, דערויף מיט תתעטף גראמט ווען מען דרוקט עס די זעלבע, אבער שלומי טוט עס נישט. לכאורה האט מאטי נישט געטראכט ער וועט עס אזוי זינגען.

כח.
די התחלה איז גוט ,אייגנארטיג. די צווייטע פאל איז שוין יא מער ידוע'דיגע תנועות.
זושא מאכט א גוטע ארבעט מיטן אינטרא און מוזיק .

אמת.
אקעי, דעי ניגון איז א קאלער ניגון. דאס איז ארויפגעלייגט געווארען אויפן דיסק פאר דעם אויפגאבע צוצולייגען נאך קאלער און געמיש צום אלבום. טא ווי קען די אויער פארנעמען א דיסק נאר מיט צוויי אדער דריי סטיילס.
א פשוט'ן ניגון מיט באוואוסטע תנועות וואס איז אביסל ארום געטוישט געווארן. די ערשטע פאל איז יא עפעס דיפרענט,דעם דבר סינדרום, עפעס חידוש. סאיז אויך פיין געבויט מיטן לעולם ועד ביים ערשטן און צווייטען פאל. אבער ווי געזאגט,א טיפישן פשוטן פרייליך ניגון.
די אינטרא איז גאר פיין נאך שטערקער פונעם ניגון. די קלארינעט שטיקל אינמיטען לייגט צו אסאך פרישקייט, ווי נפתלי משה זאל צושטימען אז סאיז א קאלער ניגון זאל מען עס אויסנוצען ביזן סוף.

צעקו.
גאנץ חידושדיג. ביים ערשטן פאל קומט ער אזוי צוריק פיר מאל צום זעלבען נאט, צעקו' והשם' שמע' הצילם', וואס אגב ער טוט עס נאך א מאל אינעם אלבום,איש' איש בער' ידע' קומט ער אויך צוריק צום זעלבען נאט.
די צווייטע פאל האט אביסל שוין געהערטע תנועות אבער נאכאלץ שיין. א שטיקל פראבלעם דא איז אז ער האט עס געמאכט אויף אביסל צו א הויכן טאן. אז ער וויל מען זאל עס קענען איבערזינגען וואלט ער עס געדארפט בויען אביסל נידריגער [מאן יאמר זה רצונו, אפשר האט ער סתם געוואלט ליהנות בני אדם מיטן הערן] די אינטרא איז נישט ניי איגאנצען. אבער די ארעינדזשמענט פון שלמה זלמן איז פיין ספעציעל ביים צווייטן פאל ווען ער מאכט גענצליך נייע קארדס וואס מען האט נישט געהערט פריער אינעם ניגון, ער מאכט אויך גאר א פיין דזשאב ביים פיאנא דארט.
פאר אינטערסאנטקייט, כמה פעמים אינעם דיסק וואס ער דאפעלט די תנועה, קרוב קרוב, רעבים רעבים, ככתוב על יד נביאיך,כה אמר כה אמר השם,על הראשונים ועל האחרונים.

כה אמר.
די ערשטע פאל איז מוזיקאליש זייער שיין געבויט [בכלל די אלבום איז גוט געבויטע ניגונים אפשר א חלק איביסל באוואוסטע תנועות אבער צוזאמצושטעלן באוואסטע תנועות דארף מען קענען]
די צווייטע פאל האט אפאר 'איך קען עס פון ערגעץ' תנועה'לעך, אבער ווי געזאגט, שטארק און שיין געבויט.
דאכט זיך מיר אז זאנוויל קומט אריין א טראפעלע שטילער ווי די מוזיק.
מענדי קומט אריין הערליך, גאר שיין אראנדזשירט, דערצו א שיינע פיינעלי מיטן עלעקטריק גיטאר.
פון אונטען הערט זיך א שטימע ווער דאס איז ווייס איך נישט, מעגליך באדאנסקי גאר.
אוועראל א שיינע געשמאקע ניגון.

מה גדלו.
דא איז דא נגיעות – איך מיין, איך האב א נגיעה. דאס איז מיין באליבסטע ניגון פונעם אלבום [ געזעהן די וואך אין מאמענט אז די מחבר האלט אויך אזוי]. הערליך, ווארעם,הארציג, גוט געבויט איך האב הנאה געהאט פונעם זאת ביים צווייטעו פאל. ביים צווייטען מאל קומט מען אן אהין די זעלבע ווי ביים ערשטן מאל און הערשט שפעטער פארט ער אראפ.
מענדיס ארעינדזשמענטס דא זענען גאלד. הערליכע שטיקער מוזיק.

כל ימי.
ס'מיר צופאלן מיין פריערדיגע השערה אז אמת איז געלייגט געווארן אלס קאלער ווען איך בין אנגעקומען צו דעם ניגון.
דא איז דאך שוין דא א פרייליך וואס דארף מען נאך? ער האט בעצם דא אויך צוויי אאמפאהס כאטש וואס איינס איז א טראפעלע שנעלער פונעם צווייטען. קוקט אויס מען מאכט א סאלאט נאר מיט וואס מען האט.
דער ניגון אליינס איז נישט ווער ווייסט וואס, גאנץ פלעין – עכפ די ערשטע צוויי פעלער. די דריטע פאל ברענגט יא פרישקייט מיט זיך כאטשיג אביסעלע אינטערסאנט א גאנצע פאל פון בלויז דריי ווערטער.
אבער, א ניגון וואס איז געבויט לויטן י-ק-ו-ק פארמולע [א פיר פעלעריגע ניגון וואס די צווייטע פאל חזר'ט זיך איבער נאכן דריטן פאל] דארף די צווייטע פאל שטימען סיי נאכן ערשטן פאל און אויך נאכן דריטען, און דא כנראה שטימט עס מיטן ערשטען אבער נאכן דריטען פארט עס עפעס נישט כדבעי – געפלאסן. דאס איז שוין א שטערקערע חסרון, דאס א חסרון אין געבוי. [לעני''ד וואלט ער עס געדארפט לאזן א דריי פעלעריגע ניגון, און נישט צוריקקומען צום צווייטען פאל נאכאמאל]
די ארעינדזשמענט ביי 2:37 ווייס איך נישט ווי סקומט אריין.

כי יעקב.
דא שפרייט איך אויס דעם רויטן קארפעט. דאס איז א ריכטיגע ניגון,בעסער געזאגט דאס איז א ניגון. געוואלדיג געבויט, הערליכע מעלאדיע, טייטשט אפ די ווערטער, איי ישראל ישראל ישראל, אה א לעכטיגע ניגון. פילט ווי אן אלטגעזעצענעם קאמפעזיטאר האט דעס באשאפען.
בני ברענגט דאך ארויס אלעס. אלעס וואס דעי ניגון האט פארצושטעלן האט ער ארויסגעברענגט,זינגט מיט אזא מתיקות צום באוואונדערן. בני'ס כאראקטער מיטן חבד'סקען געשמאק שפיגעלט זיך אפ דא.
משה לאפער'ס אראנדזשירינגען זענען נאר דא צוצולייגען באגלייטען און פארשענערען דעם עיקר אן זיך אליינס ארויסצושטעלן. מוזיקס תפקיד לכתחילה. די זעלבע האט ער דא געטאן. דערצו האט ער געמאכט א שיינעם אלגריטם פון פלוט ברעס און סטרינגס מיט וואס ער לויפט דורכאויסען ניגון.
ביים אינטרא נוצט ער אביסל באוואוסטע תנועות.
אן אינטערסאנטע זאך וואס מען טרעפט אויף דעם אלבום ואס אנדערע האבן שוין באטאנט, אז די ניגונים זענען ווי געגאסן פאר די בעלי מנגנים, די שדכן דא דארף גרויס קרעדיט.[דאכט זיך מיר אז לוי וואלט דא אויך געקענט אריינקומען גאנץ קלאר]

למען אחי.
שיין, וואויל, גרינג פארן אויער אויפצוכאפן ביים ערשטן מאל,וואס דאס איז די פשט פון די מאמענטום וואס עס טראגט [די סטאטיסטיק ווייזט אז גאר אסאך ניגונים די ערשטע מאל די מח הערט עס רידזשעקט ער עס מחמת פרעמדקייט און ווען מען הערט עס איבער אפאר מאל שווימט עס ארויף אויפן אויבערפלאך און זעצט זיך]
זייער א שיין געבויטן ניגון [למען בית מיט שאלו גראמען – איך מיין, די תנועות פארן פאראלעל]. דער בחילך ביים הויעכען פאל די צווייטע מאל בין איך געווען אביסל צומישט ווי אזוי די ריכטיגע וועג גייט און וואס איז די שטיק, למעשה האב איך איינגעזען אז די ריכטיגע וועג גייט ווי אזוי עס ווערט געזינגען, וואס איז א שטארקע חידוש.
נישטא וואס צו רעדן דער דובי האט א שטארק יוניק שטימע, ער זינגט מיט די גאנצע אמת.

יש מנהיג.
נתת שמחה בלבי, ליפא שיקט מתנות. ער שיקט שטראלן, רבותי איך בין צוריק עטס וועטס קענען נאכאמאל הנאה האבן פון מיינע ווערק. אנגעהויבן פון דעם משונה'דיגן פאעטישן ניגון שרוליק און יעצט מיטן יש מנהיג. די קאמפאזיציע, ווערטער, גראמען, איין שטיק חידוש. קורת רוח ממש. די וועג ווי אזוי ער זינגט איז דאך אויסערגעווענליך,און די גראמען כל ערליי - מחי, און די געדאנק פון שטויב – לויב ועוד זענען ריינע דייעמאנטען.
צום מוזיק. רובי האט מיך און יעדעם געכאפט אין סורפרייז. די גאנצע ארעינדזשמענט דא איז א דיפרענט שניט געגאסן פאר דעם ניגון, א wow אררעינדזשמענט זיך צו באלעקן די פינגער. און די קווייער דא איז אויך אייזן.
ס'האט זיך מיר אריינגעכאפט א מחשבה'לע אז אפשר איז עס אזוי באליבט נאר וועגן די נאמען.
די פאקט איז אז איינמאל מען האט א נאמען האט מען א גרין לייט פאר די ניגונים נישט קיין חילוק אויף וועלכען קאליבאר דאס איז. געוויסע קאמפאזיציעס וואס קומען היינט ארויס ווען עס וואלט גע'טעג'ט געווארן אויף דעם א באוואסטע נאמען, וואלט עס געווארן א היט איבערנאכט. ס'ליגט אינעם סובקאנטשעס פונעם מענטש אז דא קומט א גוטן ניגון. איך זאג נישט,זיי פארדינען זייער נאמען אין גרויסן, אבער צומאל ווען זיי לייגן נישט אריין אסאך ארבעט, וועט עס נאכאלץ ווערן אנגענומען ביים המון.
וועגן דעם איז טאקע אזוי שווער זיך אריינצובאקומען אינעם מארקעט [מען קען פרעגן שוין היינט באוואוסטע קאמפאזיטירער, הקשיים בתחילת דרכם] און ס'ליגט טאקע די אויפגאבע אויף פראדוסערס צו דערשפירען טאלאנט, אנע נעמען. [ויזכר איש לטובה, ר' נפתלי משה וואס צייכענט זיך אויס אין דעם].
אבער ניין. סאיז גאר א גוטן ניגון. אפשר די ענטוזיאזעם קומט פון דעם וואס ליפא האט געמאכט די ניגון. אבער ס'נעמט נישט אוועק די פאקט אז ס'איז אן אויסערגעווענליכע ליד.
ס'איז טאקע נישט געמאכט געווארן פאר דעם, אבער מען וואלט עס געמעגט נוצן אויף חתונות,ס'איז א גוטע הארא ניגון.

עשר מסעות.
[בערי שפילט זיך מיטן 'עשר' איינמאל ליטוויש און איינמאל חסידיש. פארוואס ער טוט עס? אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני].
די ניגון איז דומה צום שכינה וואס איז געפארן העכער און העכער, די ערשטע פאל איז מער א טיפיקל, די צווייטע האט שוין מער א מהלך א פעטערן למזבח - להר, די דריטע פאל איז שוין א הערליכע פאל מיט א זיסע לכאורה אומבאמערקטע חידוש – 'עלתה וישבה' הערט זיך ווי איכה..
און נאכדעם קומט די פינעקעל. די השיבנו שטיקל איז א מעסטערפיעס. ס'דינט א צווייפאכיגע אויפגאבע, א פיינעלי צום ניגון און צום אלבום. ס'וואלט נישט געקענט זיין א שענערע פיינעלי פארן סידי ווי מיטן פסוק השיבנו הד' אליך, און נאכדערצו אז סהאט זוכה געווען צו די הפלא ופלא'דיגען מוזיק און קוויייער ארראנדזשירונג פון מונה [מען קען שפרינגען פון בענקל ביי 1:13 ווי ער שפילט זיך מיט סקעילס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן].

לסיום, לדעתי איז די סדר הניגונים מיט א בליק אויפן גאנצען ניגון לויטן קאמפאזיציע שטאנדפונט, אזוי [בעסער צו שוואכער]:

1. כי יעקב
2.יש מנהיג
3.מה גדלו
4.עשר מסעות
5.למען אחי
6.כה אמר
7.רעבים
8.צעקו
9.כולנו
10.כח
11.אמת
12.כל ימי

צום שלוס, מען זעהט אז ער איז נאך אן amateur [שטיקל נייער] אינעם קאמפאזיציע פעלד, אבער די טאלאנט האט ער שטארק, און קען נאך אסאך פאראויסגיין.
עלה והצלח.

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך יולי 17, 2019 4:29 pm

כינור א ריזיגער יש׳כ פארן הערליכען רעוויא.... פליז פליז שרייב נאך אויף אלבוים׳ס...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך יולי 17, 2019 5:48 pm

הערליך און געשמאקע אנאליז.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יולי 17, 2019 10:23 pm

כנור זייער שיין באמת הנאה געהאט

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » זונטאג יולי 21, 2019 11:54 pm

איין נקודה כללית בנוגע נייע עלבוימס
איך זעה ביי מיר אז אויב כאפט עס מיר די ערשטע מאל איז גיט ואם לא לא
זאגט מיר איינער מדארף קומן צים טעם
איך וויל וויסן אויב דער עולם איז מיט מיר כאפט עס כאפט עס אז נישט נישט.
למאי נפקא מינא למשל כלנו איז א היט למעשה זינגט מען עס איבעראל אבער לאמיר זאגן א אנדערע ניגון וואס רעדט נישט צי מיר זאל איך עס גיין איבערהערן עטליכע מאל ווייל אפשר נאכדעים וועל עס ליב האבן?

פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:44 am

תגובהדורך פיצי » מאנטאג יולי 22, 2019 12:01 am

@כינור ש'כח פאר די אנאליז, וואס זאלעך דיר זאגן? האסט עס ארויס!

@קעניגליך, פאר מ'הערט א ניגון\אלבום 5 מאל קען מען נישט האבן א מיינונג דערויף. הער אויס א ניגון וואס דער עולם זאגט ס'שיין אבער דו ביים ערשטן מאל האסטעס נישט ליב געהאט, שטארק מעגליך אז איר וועט געפינען א נייע וועלט אין נגינה
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 4:26 pm

כינור האט געשריבן:בס"ד
פארוואס צום סוף ניגון [3:48] הערט זיך די הויכע אקטיוו פונעם קווייער ווי א טעיפ וואס פארט שנעל, ווייס איך נישט.

הער נאכאמאל העסטע הערן אז די קווייער איז געהעריג, ס'האט נאר העכער דעם די סאונד מיט וואס די ניגון הייבצעך אן (ס'איז א קוויטשעדיגע סאונד)
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 5:01 pm

קעניגליך האט געשריבן:איין נקודה כללית בנוגע נייע עלבוימס
איך זעה ביי מיר אז אויב כאפט עס מיר די ערשטע מאל איז גיט ואם לא לא
זאגט מיר איינער מדארף קומן צים טעם
איך וויל וויסן אויב דער עולם איז מיט מיר כאפט עס כאפט עס אז נישט נישט.
למאי נפקא מינא למשל כלנו איז א היט למעשה זינגט מען עס איבעראל אבער לאמיר זאגן א אנדערע ניגון וואס רעדט נישט צי מיר זאל איך עס גיין איבערהערן עטליכע מאל ווייל אפשר נאכדעים וועל עס ליב האבן?

אויב ביסטו קעגן א געוויסע סארט מוזיק ביסטע גערעכט, וועסטעס נישט גלייכן אזוי צו אזוי, אויב אבער די זעהסט פשוט נישט וואס איז די גדלות פון דעם ניגון אז דערוילעם טאנצט דערויף, דעמאלטס הער עס אפאר מאל וועטעס ווערן שגור אין מח וועטעס דיר האבן מער א געשמאק
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 5:40 pm

כינור האט געשריבן:בס"ד

אבער, א ניגון וואס איז געבויט לויטן י-ק-ו-ק פארמולע [א פיר פעלעריגע ניגון וואס די צווייטע פאל חזר'ט זיך איבער נאכן דריטן פאל] דארף די צווייטע פאל שטימען סיי נאכן ערשטן פאל און אויך נאכן דריטען, און דא כנראה שטימט עס מיטן ערשטען אבער נאכן דריטען פארט עס עפעס נישט כדבעי – געפלאסן. דאס איז שוין א שטערקערע חסרון, דאס א חסרון אין געבוי. [לעני''ד וואלט ער עס געדארפט לאזן א דריי פעלעריגע ניגון, און נישט צוריקקומען צום צווייטען פאל נאכאמאל]

זייער ריכטיג!
למעשה זעהסטו אז צום סוף פונעם ניגון בלייבט ער טאקע נאכן דריטן פאל
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
מוזיק מבין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

תגובהדורך מוזיק מבין » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:51 pm

ר' כינור, נאכן ליינען דיין ארטיקל האב איך גענומען די מי זיך איינצושרייבען [געווארט און געווארט יוש ביז די מנהלים נעמען עס אן ווי אויך שיעור פארגעסען די פעסווערד]
כדי צו קענען ריספאנדען.
האב איך א שטיקעל פאזיציע אין די מוזיק וועלט איך גיי דיר נישט זאגן וואס אביסעל היטן אויף מיין פריוואטקייט מעג איך, אקעי? און מיט מוזיק לעב איך.
איך בין געפלעפט און ערשטוינד מיט ווינדער פון דיין קלארקייט אין מוזיק. דיינע מוזיק קענטעניסען פליסן איבער יעדע הערה והארה אויף די עלבום דיסק סידי. זאכן וואס איך האב געהאלטן אנדערש נאכן איבערהערן די עלבום נאכאמאל האב איך אייגעזען דיין גערעכטקייט איך האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי האסטו באמערקט אזעלכע אוםבאמערקטע זאכן.
פון צווישען די שורילעך פון דיין קורצע און שארפע שפראך קען מען זען אז די האסט מצמצם געווען דיינע געדאנקען ווען דו האסט געקענט מער אויסברייטערען
פליז שרייב נאך און נעקסט טיים מאך דיין פעדער'ל אביסל לויזער שרייב אלעס!
ריעלי אפרישיעיטעד!

אוועטאר
כינור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

אלע אלע

תגובהדורך כינור » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:55 pm

בס"ד
א דאנק פאר "בא שבת בא מנוחה", "ענדע צדיק!", "סארקאזי", "פיצי", און "מוזיק מבין" פארן ארויס ווייזן אז איר האט הנאה געהאט פונעם באשרייבונג. עס גיט חיזוק אנצוגיין, אןן בכלל יעדע אידל האט דאך הנאה פון א גוט ווארט. און צו "קעניגליך", דאס וואס איר האט געשריבן אז איר וועט נישט איבערהערן נאכאמאל א ניגון וואס רעדט נישט צו דיר ביים ערשטן מאל הערן, גאר אסאך מענטשן, ואני הקטן בתוכם, האט זיך די מיינונג געטוישט פון ערשטן מאל ביזן דריטן מאל הערן. געוויסע ניגונים איז שווער צו כאפן וואס דער וויל דא ביז מען הערט עס נאכאמאל, עכ"פ ביז ס'זינגט זיך שוין אין מח. און עס מאכט זיך להיפך אויך, א ניגון וואס קלעבט גראד ביים ערשטן מאל הערן און לאחר זמן זעט מען אז מען האט געכאפט הייסע לאקשן און ס'גארנישט אזא געלוגענ'ס ווי מען האט געמיינט. און צו "חאדאראם", כ'האב נישט פינקטלעך פארשטאנען וואס איר האט מגיב געווען לגבי דאס וואס ביי כולנו - 3:48 הערט זיך די כאר ווי א שנעל פארענדיג קאסעטע.
יישר כח ''מאמענט'' - מערסט ווייט גרייכענדע [פאפירענע] פלאטפארמע ביים היימיש'ן יודנטום - פארן אריינלייגן די פריערדיגע ארטיקל אין אייער פרעסטידזשפולע מאגאזין [פרשת פינחס] און געבן א געלעגנהייט אז אפשר נאך אידן זאלן הנאה האבן דערפון.
נא, איז לאמיר צוגיין צום נושא.
למען האמת, די פריערדיגע אנאליז אויף פינגערפרינט איז גרינגער געווען אהערצושטעלן ווי די דאזיגע, ווייל סך הכל האט מען גערעדט פון א רעלאטיוו נייע קאמפאזיטער וואס זיינע ניגונים זענען געווען אויף אויסלייג אפצו'מבינ'ען און דן זיין בין טב למוטב. כדוגמת "קול מבשר כשרונות". אבער דא איז די געשיכטע אנדערש אינגאנצען.
שטעלט אייך פאר איינער לייגט ארויס אלע ניגונים פון פינקי אויף דיספלעי צו אנאלאזירן וואס איז א גוטע קאמפאזיציע און וואס נישט.
איז עס דען שייך? מען רעדט דאך פון א וועלטס קאמפאזיטער, אלעס יכול'ט.
פארשטייט זיך אז די פאל דא איז נישט דומה אינגאנצען, נישט אלעס האט ער געמאכט, אבער נאכאלץ, מען רעדט דאך דא פון באוואסטע שטערנ'ס אין עולם הקומפאזיציע.
נישט קוקנ'דיג אויף די שוועריגקייט און נישט וואסנדיג מאכן זיך פון די טשעלענדזש האביך גענומען די פעדער אין האנט און דאס איז ארויסגעקומען:
ס'פרייליך אין די אידישע גאס ס'שטראמט נייע סינגעלס און אלבומ'ס ווי שוואמען נאך א רעגן.
איינע פון די אלבומ'ס אויף וואס מען האט ארויסגעקוקט שטארק אויף איר אנקום איז די נייע סידי 'אלע אלע' פונעם בעל מנגן מענדי ווייס, וואס נאכן הערן קען מען זאגן אז די ווארטן האט זיך אויסגעצאלט. ס'איז דא אהערגעשטעלט געווארן א שלימות'דיגע יצירה פון וואס יעדער קען טרעפן א ניגון וואס ער וועט הנאה האבן און וועלן איבערהערן.
ער לויפט דא אויף א טאטאלע דיפרענט שניט ווי די אנדערע היימישע בעלי מנגנים אין ארה"ק א שטייגער ווי אהר'לע יענקי און מוטי.
מוטי האט אויף זיין אלבום פארקויפט הארץ - הנשמה בקרבי. יענקי האט פארקויפט אמונה מיט אייגענע פארפאסטע ניגונים. אהר'לע האט זיך אהערגעשטעלט ווי די היימישע חסידישע און אפי' רבי'שע זינגער אן קיין איין ווילדע ניגון און ניטאמאל עלעקטראנישע מוזיק.
מענדי כנראה שטעלט זיך פאר אלס חתונה זינגער, מיט וואס ער איז שוין ברייט באקאנט און טוט עס שוין יארן אין ארץ ישראל.
ער ציט דא צו א גרעסערע קלייענטעל און האט א גרויסע אויסוואל און א ברייטע רעינדזש פון ניגונים, וואס דאס איז וויכטיג פאר זיין פאזיציע. פון אנת הוא – אלע אלע, ביז קה זכות אבות און נאך א שמע בני אינדערמיט.
איז לאמיר צונעמען די זאך אביסעלע.
וווי ערווענט בעפאר, כדי ארויסצוהאבן קלאר די ניגונים, הערט אויס די אלבום מינומים דריי פיר מאל. כמובן מיט ריוח צווישן איין מאל אין אנדערן ס'זאל זיך זעצן אין אויער.

'אלע אלע'
פאר מ'גייט צום עצם ניגון, אבער פארוואס אזוי בולט?
מען זעט צו קלאר אז ער אדער די פראדוצירער האבן געבעטן 'מאך מיר א מאך א ברכה ווי שמואלי אונגאר' וואס איז טאקע נישט קיין חסרון אבער ס'וואלט נישט געדארפט אזוי בולט זיין. און מען זעהט ווי הערשי שטעלט זיך אויף די שפיץ פינגער צו מאכן עפעס ענליך.
און נישט נאר דאס, ער לייגט עס די ערשטע טרעק, געמאכט האט עס די זעלבע קאמפאזיטער, אררעינדזשט דורך די זעלבע מענטש, און אויף דעם הייסט די סידי! גענוי ווי ביי ר' שמואל, קאפי פעיסט. אחוץ די ניגון איז א אנדערע.
די ערשטע פאל און מיטעלסטע זענען גוטע נייע פעלער,און די הויעכע פאל איז טאקע זייער טאנצעדיג אבער פארמאגט נישט עפעס חידוש דערין. ס'הערט זיך אויך גאר שטארק ווי א ישיבה בויעס קווייער טאן, און ווי צו צושטימען מיט די מחשבות פון די צוהערער, ביי 1:56 הערט מען ממש אזא מין קווייער.
די מוזיק איז גוט, צוגעפאסט פאר די ניגון.
די קינדער כאר איז גאר געשמאק און טויגלעך. מ'הערט לעצטענס אסאך פון שיר ושבח בהנהלת חיים מאיר פליגמאן. ער מאכט זייער א גוטן דזשאב.
און אודך, וואס שפילט ער זיך מיט די עלינו? איינמאל ליטוויש [ויז'ניץ?] און איינמאל חסידיש.
די ניגון וועט לכאורה ווערן שטארק פאפולער ביי די יונגווארג. מען קען זיך זייער צולאזען דערויף.

'מוציא אסורים'
די אינטרא איז עפעס 'אוט אוף דיס וואורלד' ס'נעמט דיך איבער אינגאנצען. פון די שענסטע חנועות אויף די אלבום.
די אנהייב און ענדע פון ערשטע פאל און די אנהייב און ענדע פון צווייטן פאל איז געוואלדיג, אבער די מיטן פון ביידע איז נישט אזוי ניי ווי די דערנעבנדע שטיקלעך. פאר אזא אינטרא און ערשטע פאל וואלט זיך געפאסט א פיצילע מער ארבעט ביי די הויעכע פאל.
ווער איז דוד איכלביץ? א הערליך שיין ארבעט געמאכט מיט די מוזיק. און די קווייער ארונטער סאונד זייער פראפעשינעל על אף נאר צוויי מענטשן הערשי און זושא זינגען דערין.

'יום זה מכובד'
די ערשטע חלק פון די אינטרא ביים ערשטען מאל הערן האב איך געטראכט אז ס'איז סתם א געשאסענע אינטרא. אבער שפעטער ווען ער בלענדט עס אריין אין די ערשטע פאל האט עס געמאכט סענס ווייל ס'נישט א חלק פונעם אינטרא נאר ס'איז א ביט פאר זיך. די אינטרא הייבט זיך אן הערשט שפעטער וואס יענץ האט שוין יא פנים.
די ערשטע פאל איז הממ נישט צו סאך ארבעט, די צווייטע פאל איז שוין יא מער געלונגען.
א שטיקעלע בא בא, כי בו שבת הערט זיך פונקט ווי די סאנג אדמה ושמים 'אני מרגיש זאת בגופי'. ווען ס'איינעם אנדערש וואלט איך נישט אויפמערקזאם געמאכט, אבער ס'איז דאך פינקי.. און פינקי מאכט אלעמאל גוט, איז אז מ'זעט אזאנס מעג מען פארפירן..
א פיינע הארא ניגון און מען וועט שוויצן אויף דעם ביי חתונות.
וואס גייט פאר מיט די מיקס? פון 1:58 ביז 2:02 פארט די וואליום נישט גלאטיג ס'גייט אראפ און ארויף.
מענדי אינעם ביכל ביי דעם ניגון קוקט אויס ממש ווי ר' משה מארגערעטען.. ס'וואלט נאר געדארפט זיין ביי מוציא אסורים..

'הבן יקיר'
כי מדי דברו בי, זכור אזכרנו עוד..
יא, ער אנטוישט נישט , פינקי האט דעליווערט א פינקי ניגון נאכאמאל. ווארעם, חסידיש,און הערליך. א עקסטערע פרעוועליגיע איז ווען ר' פינחס מרדכי קומט אריין מיט א סאלא און הארמאניע אויף זיינע ניגונים. ער זינגט דאך עפעס נישט נארמאל. די ניגון באקומט אן אנדערע הבנה אינגאנצען.
די ארעינדזשמענט פון משה לאופער איז גאנץ פשוט אבער שיין און לאזט די ניגון רעדן פאר זיך.
מענדיס אונטערשריפט און מיט וואס ער שטארצט ארויס שטארק איבער אנדערע, איז זיינע טענער. ער ציט מורא'דיג שיין ארויף. ס'פארהאנקערט זיך נישט און הערט זיך נישט הייזעריג. מ'זעט עס דא שטארק און אזוי אויך דורכאויסען אלבום.

'נעשה ונשמע'
ווידער האט מען זיך געוואנדען צו ר' פינקי'ן ער זאל מאכן די פריילעך. ווי אויך נאך - למשל אהרלע סאמעט'ס עלינו און יונגערליך'ס ואתה קדוש האט פינקי קאמפאזט. והסיבה לדבר, ווייל א פרייליך ניגון איז שווער צו מאכן. שטאטע ניגונים יאווענען זיך איבעראל. אבער פרייליך זייער ווייניג, טאקע וועגן די אויבער דערמאנטע סיבה.
די אינטרא און ניגון איז געוואלדיג שיין. ביים צווייטען פאל נאך ופתחו וענו איז שוין אביסל באוואוסטע תנועות, ווי ס'מאכט זיך אסאך מאל ביים קאמפאזעטירן א פרייליך אז מען פארט אריין אין אלטע תנועות אומבאמערקט.
די מוזיק איז שיין אזוי ווי פריער אן ספעציעלע חידושים אבער ברענגט ארויס די ניגון ווי ס'באדארפט צו זיין.

'שמע בני'
מנהגתי ווען איך קויף אן אלבום, קודם צו הערן די ניגונים און הערשט שפעטער צו עפענען די ביכל. ס'קאמיש און אינטערסאנט ווי צומאל דאכט זיך עפעס און מען פראדיקט [זאגט פאר] לויט דעם, און ס'שטעלט זיך ארויס פונקט קאפויער ווי מען האט געטראכט.
איך טוה דאס כדי נישט נשפע צו ווערן אז דא מוז קומען א גוטע ניגון, ווי דערמאנט אין פריערדיגן ארטיקל די סובקאנטשעס עפעקט ווען מען ווייסט פארדעם ווער די קאמפאזיטער איז.
ביים הערן דעם ניגון האט מען גראד געזען אז ס'עפעס דיפרענט און אנדערשט ווי די אנדערע סיי אין מעלאדיע און אויך אין מוזיק. איך בין נייגעריג געווען ווער איז די קאמפאזיטער וואס האט דעליווערט אזא ניגון. ווען די ביכל איז גע'עפענט געווארן און געזען די קאמפאזער און אררעינדזשער בינעך איבערראשט געווארן. כ'האב שוין געהערט פון שרולי ליפשיץ בעפאר אבער כ'האב נישט געוואוסט אז ער קען אזאנס באשאפן. אוי איז דאס א ניגון. 'בני בני גיי נישט בדרך אתם' ס'זעט זיך דא א טאטע וויינען צו זיין קינד גיי נישט גיי נישט.
די ערשטע פאל, די צווייטע פאל, און די הערליכע קווייער שטיקל דערנאך איז אויסנאמליך שיין און הארציג. מענדי ציט אויך ארויף געוואלדיג שיין.
דעי ניגון איז א ערשטקלאסיגע קומזיץ ניגון וואס לבי אומר לי אז די ציבור העט דאס אנערקענען און וועט נאך אסאך געזינגען ווערן.
נפתלי משה האט דא אהערגעשטעלט גענצליך נייע הערליכע און פראפעסיאנאלע מוזיק פיקטשער פערפעקט פאר די ניגון.

'מנאן'
הערשי, פאר ניין יאר אלט צו מאכן דעם ניגון קומט זיך דער א מעדאל..ווי איז דיר שוין דעמאלטס איינגעפאלען אז דו קענסט מאכן ניגונים..מ'דארף זיך לערנען פון דיין סעלף קאנפידענט'ס.
ס'איז נישט ווי זיינע ניגונים היינט אבער א גוט געבויטע ניגון, ס'האט אפי' א שטיקל טעיסט פון אמאל, 'לידע מנין מנין של ישראל' און 'והחלפתי שמלותי לכבוד השבת' פון מרדכי, הערט זיך די זעלבע.
מענדי האט עס לכאורה נישט גענומען פאר די ניגון אליינס, נאר פאר די געשיכטע און היסטארישקייט דערונטער אז ס'איז הערשי וויינבערגער'ס ערשטע ניגון.
די מוזיק איז שיין און אויך קלאסיש - אזאך וואס מ'הערט ווייניג פון יואלי.
ביי ביידע ארעינדזמענט'ס וואס ער האט אהערגעשטעלט אויפן סידי, איז אויפפאלנד ווי ער באנוצט זיך שטארק מיט די אקורדיאן אינסטרומענט, נא פארוואזשע נישט.

'טובת ונחמות'
פשיהא, נמש קומט אריין שיין און קלאר. די ערשטע פאל איז באמבאסטיש. ביי די דריטע פאל האט ער אזא שיינעם תזכרו כמה, אבער פארוואס נאכדעם הערט זיך שוין אביסל אלט? מאך ווייטער ניי, פאר נישט ווי דיין אינסטינקט זאגט דיר ווייל ער איז צוגעוואוינט צו אנדערע ניגונים.
מען באגנוגט זיך מיט א שיינע נייע תנועה'לע און דאס איבריג'ס 'טובות ונחמות עתיד אני' לאזט מען פארן אלט. וואס זאל איך טון די ניגון איז דאך שוין אויפן סידי. ס'טאר נישט זיין אזוי. נו,
טא, פארוואס ביסטו א צועק אויף אויסגעגאסענע מילך? ניין, לא על זה באתי, נאר קאנסטרוקטיווע קריטיק אויף ווייטער מען זאל אביסל מער קאפ צולייגען.
אבער רוב ניגון איז יא ניי און הערליך. 'ליתן לכם לעולם הבא' סוף דריטע פאל איז מעין עולם הבא. אוי האט ער עס הויעך געבויט, טאקע צוגעפאסט פאר מענדי אבער נישט צו געאייניגט פאר פשוטי עם. די מוזיק דא פון משה איז גאלד און הערליך קלאסיש.
ווידער מיט די מיקס, פון 4:39 ביז 4:42 פארט עס נישט גלאטיג.

'קה זכות אבות'
די פלאר האט די מערסטע געליטן און די פיס האבן די מערסטע געבאכעט ביי דעם ניגון. א געוואלדיגע פרישע ריכטיג חסידיש'ע ניגון מיט די אמאליגע לעבעדיגקייט. מ'שפירט דאס וואס מאיר זאגט אז די ניגון איז פארפאסט געווארן בשעת א רבי'שע חתונה. די פיס הייבן זיך פון זיך אליין און לייגט פשוט אריין אין א גוטע גיסטע.
איך האב זייער הנאה געהאט ביי 3:29 ווי ער הייבט דריי מאל אן די ערשטע פאל קודם דורך קווייער נאכדעם די מוזיק און הערשט נאכדעם הייבט מענדי ענדגילטיג אן די פאל.. ס'לייגט אריין אנדרענילן אין די בלוט.
ווי אויך צום סוף ניגון גייט ער ניטאמאל ארויף צום הויעכן פאל נאר ער בלייבט ביים ערשטן פאל, ס'זאל זיך גלוסטען נאכאמאל אנצוהייבן די טרעק. אז מען וועט צולייגן אן אויער וועט מען אויפפאסן קלאפעראציעס אינעם הינטערגרונט ,נאכגעמאכט די קלאטש פון א מענטש, ממש דורך אויס די גאנצע ניגון, און איז איינע פון די סיבות אז ס'הערט זיך אזוי לעבעדיג. ביי אלע אלע און יום זה מכובד איז די זעלבע.
הערשל בריסק מאכט א קנאק פון א ארבעט סיי דא און סיי ביי 'נעשה ונשמע'.
עס וועט באשיינען אידישע שמחות אויף לאנג צו קומען, וואס כידוע א אמת'ע היימישע ניגון האט סך א לענגערע שעלף לייף ווי אנדערע. נעם ניגון באבוב אלס ביישפיל.

'וארשתיך'
גאר א שיינע רואיגע קלאסישע פילהארמונישע ניגון.
די צווייטע פאל איז אינטערסאנט. די געזינגעכץ אנע ווערטער איז קודם און הערשט שפעטער הייבט זיך אן די ווערטער וואס געווענליך לויפט עס פארקערט, אבער ס'זייער שיין און געשמאק צו הערן.
צבי בלומענפעלד פון פרייליך בענד האט דא אהערגעשטעלט אן ארעינדזשמענט איינס אין די וועלט. איך האף מען וועט זיי הערן נאך אויף סידי'ס ווייל ס'פשוט זיך צו באלעקן.

'אנא עבדא'
א קרעטשמע סטייל ניגון. מען קען זאגן אז ס'איז אפילו הומאריסטיש געשטימט. ס'לייכט און שאקעלדיג.
הערשי מאכט אסאך אזאנע לייכטע ניגונים ווי למשל אדון עולם. אבער דאס איז שוין א אנדערע סטייל, לכאורה זיין ערשטע 'פאנק' ניגון.
ביי 2:35 פרובירט מענדי נאכצומאכן היינטיגע חברה מיט די סארט שטיק. די פראבלעם איז נאר אז ס'הערט זיך נישט נוטראל, ס'נישט אים.
נישטא קיין טיפע קאמפאזיציע דא אבער ס'שיינע פעלער.
יואלי איז גע'חתמ'עט אויף די ארעינדזשמענט פון ערשטן מאל הערן, מ'קען זיך נישט טועה זיין. ס'ליגט דא זייער אסאך ארבעט, ער שפארט נישט כח און מח ביי זיינע ארעינדזשמענט'ס. זייער גוט אהערגעשטעלט מיט 7 און 9 קאורד'ס און נאך קונצליכע מטעמים.
ס'וועט ווערן אויפגעפיקט היות ס'איז א קילע לייכטע ניגון, און נאך א סיבה, ווייל די ניגון גייט פון יחיד צום ציבור און צירוק. זינגער – ''אנת הוא זן לכולא'', ציבור – ''אנת הוא'' און אזוי ווייטער. ווער ווייסט אפשר העט נאך גאר ווערן א #טשעלענדזש אויף דעם אזוי ווי בערי וועבער'ס קערעסטירער ניגון. אין די היינטיגע וועלט קען מען גארנישט וויסן. 'פראדיקט די אנפראדיקטיבל' שטימט אין די היינטיגע סאסייעטי.

'כי לא ידח'
נאך א מזל אז כ'האב נישט געזען ווער ס'האט געמאכט די ניגון פאר איך האב עס געהערט די ערשטע מאל ווייל אז נישט וואלט איך צוגעגאנגען מיט א נעגעטיווע אטיטוד אז וואס קען שוין זיין, ער געבט ארויס א סידי האט ער א פלאטפארמע צו לייגן זיינס א ניגון, און בעצם וואלט עס קיינמאל נישט געגאנגען אויף אנדערע אלבומ'ס.
די אמת איז אבער נישט אזוי. ס'איז א גוט געבויטע ניגון מיט שיינע תנועות וואס וואלט רואיג געקענט פלאצירט ווערן אין אנדערע סידי'ס. [סוכ"ס איז אפשר ברא כרעה דאבוה, זיין טאטע האט קאמפאזט אני השם פאר מ.ב.ד.] אבער, ער וואלט עס נישט געדארפט לייגן די לעצטע טרעק, ווייל ס'איז מחזק די פריערדיגע השערה אז ס'איז א שוואכע ניגון, און בדוחק האט מען עס אריינגעשטיפט די לעצטע. עס האט געזאלט פלאצירט ווערן אינדערמיט כאחד הניגונים און לייגן צום לעצט א באוואוסטע נאמען.
די מוזיק דא פון נפתלי משה איז אויך געוואלדיג גוט און טוט זיך פערפעקט אן אויף די ניגון. די קווייער מאכט אביסעל פראבלעמען אנפאנג ווען די ניגן חזר'ט זיך איבער, אבער על פי רוב איז עס בסדר .
לסיכום, לדעתי - נאך היפש מחשבה - איז די סדר הניגונים מיט א בליק אויף די גאנצע קאמפאזיציע ווי פאלגנד [גאר גוט צו גוט]:
1. וארשתיך
2. הבן יקיר
3. שמע בני
4. מוציא אסורים
5. טובות ונחמות
6. קה זכות אבות
7. נעשה נשמע
8. אלע אלע
9. יום זה מכובד
10. כי לא ידח
11. אנא עבדא
12. מנאן
אז צייט ערלויבט וועט מען פרובירן שרייבן אויף די מייסטער ארבעט פון דודי און לב כאר.

אוועטאר
מוזיק מבין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

תגובהדורך מוזיק מבין » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 3:31 am

טענק יו ר' כינור... א טשולענט מיט די אנאליז איז א אנדערע טעם!
קיפ אפ די גרעיט ווארק..

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 9:28 am

זייער געשמאק און קלאר. הנאה געהאט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מוזיק מבין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

תגובהדורך מוזיק מבין » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:07 pm

איך וואלט געלייגט הבן יקיר נומבער 1 און מוציא אסורים צווייט.
וארשתיך איז גוט אבער ס'דא בעסערס.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אלע אלע הללו את 'אלע אלע'

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:46 pm

האביך זיך אוועקגעלייגט אביסל צייט באשרייבן און ארויסברענגען מיינע ווארעמע געפילן אויף די נייע סידי 'אלע אלע' פון דער 'ניי-וועלט בארומטער' זינגער מענדי ווייס.
איך זעה אז כינור האט שוין געכינור'ט ווי סי' דארף צו זיין, דאך וועל איך צולייגן מיינע מיינונגען און געפילן, על טעם וריח איז דאך נישט שייך להתבדח.
איי פארוואס איז מענדי פאר שלוימי און דודי?, וועל איך ענק פרעגן פארוואס האבן ענק אויסגעהערט מנדי'ס סידי פאר די אנדערע? (זייט'ס מודה), די תירוץ דערפאר איז די נאמען פון די סידי און די מאדנע קאווער וכו' וכו', וואס האט אונז געמאכט געשפאנט און אנגערייצט ווי סי'דארף צו זיין. א חלק האבן געשריגן, דער עיקר איז אז מ'האט גערעדט דערפון און דעס איז געווען די מטרה... (גראדע איז דא נאך סיבות, אבער כ'ביניש דא צו בארעדן אנדערע).
איז אזוי, צום ערשטן, דער מענדי האט באקומען משמיא א זעלטענע חידוש פון א שטימע, זייער פעסט און שטארק – געירש'נט פון זיין טאטן דער בארומטער בעל תפילה-זינגער ר' אברומי ווייס, און דערצו איז איינגעטונקען זיין שטומע אין די ציקער פון זיין מאמע'ס פאמיליע-דאסקאל, נישט צו זיס אזוי אז ס'קראצט אביסל אין די אויער, נאר אביסל אנגעשמירט מיטדעם. און דערצו זינגט ער 'גוט', ער ציהט ארויף צו טענער וואס די האר פון קאפ שטעלט'צעך אויף...,און ער זינגט אויפן סידי כזקן ורגיל, זעהט נישט אויס ווי ס'איז זיין ערשטע.
'מכירו הייתי לשעבר אבל עכשיו ביותר', איך האב זיך באקענט מיט איהם דורך אפאר שיינע זאכן וואס ער האט געהאט ארויסגעגעבן, די ניגון 'הכל הבו גודל' פון משולם גרינבערגער, עפעס א ניגון 'שמחה', אזוי אויך אפאר שיינע קליפ'ס, שים שלום פון וויז'ניץ, כי עם קדוש פון יוסי גרין און נאך, און דערצו האב איך מיטגעהאלטן א שמחה מיט איהם, ווי ער האט'צעך ארויסגעשטעלט אלץ געלונגענער חתונה זינגער.
אבער דא האט ער (צו נפתלי משה) אהערגעשטעלט א סידי, אך ווי שיין!!! כ'הער'עס שוין צענדליגע מאל, ממש יעדע ניגון איז צו זיך באלעקן..., בקיצור לאמיר צוגיין צו באשרייבן די ניגונים אן קיין לאנגע אריכות...

אלע אלע
די'ע ניגון איז טאקע נישט פארן צו-חסידישן עוילעם, אבער די ניגון פאר זיך איז אויסנאם שיין, די ערשטע צוויי פעלער איז א שטיק חידוש און כ'האב עס זייער ליב, שפעטער קומט די צולאזטע שטיקל וואס 'אלע אלע' הייבן אויף די הענט מיט די פיס און מ'ציווילדעוועט'צעך ווי סי'דארף צו זיין, אזוי ווי די בילד ווייזט טאקע די הענט ארויף. פאר די ליטווישע אדער חסידישע-ליטווישע אידן איז די'ע ניגון די קנאק פון די סידי, און דערפאר האט ער טאקע אהערגעשטעלט דעם ניגון, צושטעלן עפעס פאר די'ע חיידער.
די ארעינדזשמענט פון נפתלי משה איז משוגע צו ווערן, יעדע שטיקל איז מלא חידוש, א צווייטער וואלט דא אהערגעשטעלט טרוקענע מוזיק וואס באמבעט, אבער נמ"ש האט דא אהערגעשטעלט פיל תוכן און אינטרעסאנטע שטיקלעך אזוי ווי נאר ער קען.
ס'מיר געפאלן די 'ווערטער פון די ניגון' אויף די ביכל: הערט'ס חברה, זאגט'ס מיר נאך אלע הללו –הללו... אלע אלע אלע אלע הללו הללו אלעלו אלעלו, עפעס אזוי...
איך טראכט אז קודם האט ער געמאכט אנשטאט אלע אלע "הללוקה", און שפעטער געטוישט אויף אלע אלע, קען זיין.
און פארשטייט'צעך –אזוי ווי יעדער האט שוין געשריגן- די'ע ניגון איז א צווייטע 'מאך א ברכה', טאקע א צווייטע ניגון און אנדערע חידושים, אבער פארט די זעלבע קבוצה זענען אריינגעמישט אין דעם בילד, און די זעלבע געבויעכט'ס, מיט די קינדער קווייער, און פארשטייט'צעך צוגעשטעלט פאר די זעלבע פאלק...
פון דא און ווייטער הייבט'זיך אן א כולו חסידישע סידי. (וואס ברענט ביי מיר אין שטוב אן קיין בושה).

מוציא אסירים
א יוסי גרין ניגון ווי סי'דארף צו זיין, זייער מוזיקאליש, פיל מיט רגש און פירוש המילות. ר' משה גאלדמאן ז"ל איז אויך דא אין בילד, די שטיקל 'ועונה לעמו ישראל...' דערמאנט אביסל די הרגשה פון זיינע ניגונים.
די ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט דעם ניגון האביך נישט פארשטאנען וואס ער וויל, אבער נאך אפאר מאל בין איך אינגאנצן באנומען געווארן.
די קווייער איז דא עפעס אויסנאם שיין, אביסל יוסי'ס סטייל. די מוזיק איז אויך זייער גוט.
איך האב זייער ליב וויזוי הערשי זינגט, (טוה מיר עפעס...), ער האט עפעס א געשמאק און א פרישקייט אין זיין זינגען, ער לייגט אריין זיין גאנצע 'הערשיוויינבערגער' אין דעם.

יום זה מכובד
וואס איך דארף איך צולייגן, א פינקי הורה ניגון ווי סי'דארף צו זיין מיט די גאנצע קנאק.
דער מענדי זינגט מיט די גאנצע פרישקייט, איך האב זייער ליב געהאט ווי ער שמירט אזוי: שאבעז גוידעז' ז'אבעז גוידעז', זייער זיס. אזוי אויך די שטיקל: 'לאאאאאאאאאאוי-תעשהבומלאכה', און אזוי ווייטער אלע שטיקעס (נישט נאר ביי דעם ניגון, נאר דא האביך זיך דערמאנט...).

הבן יקיר
און דא קומט דער בן יחיד, דער בן יקיר.
וויאזוי האט שוין יענער געשריבן?: 'ווען די סידי קומט ווען ארויס אויף דעם ניגון דיינו'. און ווען איך שרייב ווען נאר דעם טיטל אויפן ניגון דיינו...
איך האב זייער ליב אזא ניגון וואס דערקענט'צעך 'פינקי כמו שהוא', און בפרט ווען די ניגון ווערט אונז געפיטערט גלייך פון פינקי'ס הארץ ארויס דורך מענדי'ס מויל גראד אין אונזער הארץ אריין. מענדי זינגט עס מיט אזא פעסטקייט און הארציגקייט. און ווער רעדט נאך פון פינקי'ס סאלא - אזוי ווי שטענדיג.
משה לאופר לייגט אריין א שטארקע ארבעט ווי שטענדיג, די אנהייב פונעם ניגון איז א שטארקע חידוש.
די ווערטער אויף אידיש טוישט די טייטש פון די ניגון און הייבט עס אויף א העכערן לעוול.

נעשה ונשמע
פינקי וועבער צום דריטן מאל..., א לעבעדיגע קנאק ניגון וואס נאר פינקי קען, איך בין נתפעל געווארן פון די פירוש המילות, ער טייטש ממש אפ די ווערטער. יעדע שטיקל פון די ניגון האב איך ליב.
די אינטרא מיט די גאנצע ארעינדזשמענט איז געוואלדיג, מענדי זינגט עס (ווי אויבנדערמאנט) מיט א פעסטקייט ווי עס קנאקט צו זיין.

שמע בני
איך ווייס נישט פארוואס די ניגון רעדט די שוואכסטע צו מיר, אפשר נאר דערווייל.
איך האב זייער הנאה געהאט די שטיקל ווי מענדי זאגט אזוי רוהיג: בני וכו' וגו' וכו', אינמיטן גיבט ער זיך א צושריי: 'שמע בני מוסר אביך', און ער גיבט אזא צו ארויף ביז די לבנה, האב איך מיך דערשראקן...., ער שטעלט פאר א סצענע פון א טאטע וואס רופט זיין קינד און גיבט איהם א מוסר שמועס, ער איז איהם מסביר רוהיג "איך בעט דיר, גיי נישט בדרך איתם", אינמיטן - ווען ער זעהט אז מיט גוטנ'ס וועט שוין נישט גיין... – לאזט ער פליהען א קלינדיגע פראסק אויפן קינד'ס פנים און דער טאטע נעמט'זיך שרייען און קוויטשען....
אבער נאך אלעס, א שיינע אנגענעמע ניגון איז דעס.

מנאן
זייער אלטע באוואוסטע תנועות, אבער די חידוש איז אז צוואנציג יאר הערט מען שוין נישט פון די'ע סארט, איז עס פארט אלט-ניי. די סטייל פון מונה'ס אלטע ניגונים, און אזוי ווי ביי די גאנצע סידי, מענדי מיט זיין פרישקייט און שטארקייט, און דא איז ער דאך מיט יואלי דיקמן וואס לייגט אריין א שטיקל מונה ארבעט, אזוי אז איך האב זייער ענדז'ויט דעם ניגון.
ווער רעדט נאך אז דאס האט פארפאסט א אינגעלע פון ניין יאר, דעס איז שוין א חידוש עצום.
די מעסעדזש פון די ניגון קען איך נאכנישט כאפן, אבער גאנץ גוט איז דעס, מ'קען עס נאך הערן ביי חתונות ביים סעודה.

טובות ונחמות
און דא קומט אריין נפתלי משה מיט זיין געוואלדיגע וכו' וכו' ניגון. ער זעהט אז סי'פעלט פאר מענדי עפעס א מער געבויעטע ניגון, זאגט ער מענדי'ן: 'ווארט א מינוט', און ער גיבט א שיס ארויס פון ארבל אזא יצירה...
דאכט'זיך מער אז נמ"ש האט אזיינס נאכנישט געמאכט. נאך א חידוש, אז נמ"ש גיבט איבער די ארבעט פאר משה לאופר, כ'מיין סי' נאכנישט געווען.
די שטארקע שטיקלעך פון דעם איז: די ערשטע גאנצע פאל, די לעצטע טייל פון די צווייטע פאל, און די אנהייב פון די הויעכע פאל, און ווען ער קומט צוריק אראפ מיט אזא זיסקייט 'ווייל כל מה דעביד ראחמאנע'. נישט אז איך מאך אפ די אנדערע טיילן, אזוי קומט עס טאקע, אבער די'ע שטיקלעך איז פשוט 'די זאך'.

קה זכות אבות
די'ע ניגון קנאקט שוין ביי חתונות, זייער א חסידי'שע לעבעדיגע געשמאקע ניגון, גוט אראפגעזינגען, א היט איז דאס שוין, און שוין.
(אנטקעגן עין הרע, האט מען אריינגעלייגט 'יענעם שטיקל' נאך די ערשטע מאל די ניגון, א גוטן 'גימיק' צו מאכן אינטרעסאנט)
עס דערקענט'צעך דא זיין וויז'ניצע ברען, איך האב זייער ליב געהאט אינמיטן דעם ניגון ווי ער זינגט: ומבור גלות דעליינע, דעליינע והעאליינע...., נוסח יענקי דאסקאל/וויז'ניץ.

וארשתיך
דער הערשי וויינבערגער ווערט נישט זאט פון חידושים. די 'אוי יוי יוי' ביים צווייטן פאל האט געמאכט מענדי נעמען די ניגון. אבער די גאנצע ניגון איז אויך זייער שיין. דערצו די ארבעט פון פריילעך מיט שירה, בקיצור, א שיינעם ניגון.
אנא עבדא
דער הערשי ראטנבערג איז א זיסער אידל. יואלי דיקמאן איז צושפילט אינגאנצן....
זייער א אינטרעסאנטע ניגון פארשטייט'צעך, אזוי ווי הערשי'ס אלע ניגונים. זייער גוט אראפגעזינגען, און שוין.
דא האט מענדי אויך געגעבן פאר די ליטווישטע'חסידיש'ע אידן הנאה צו האבן. עפעס קומט'צעך זיי אויך, ניין?

כי לא ידח
זייער א שיינעם קומזיץ ניגון, די אנהייב דערמאנט די 'אוצר של יר"ש' ניגון פון אברהמ'ל, גראדע אויך אין די זינגען פון דעם שטיקל דערמאנט אברהמ'ל. די הויכע פאל איז געוואלדיג, א דאסקאל הארץ.
ווען די ניגון גיבט ארויס א זינגר אלץ א סינגל וואלט עס געווען זיכער א היט, קען זיין סי'וועט נאך זיין, עוד חזון למועד.

צום שלוס: סי' מיר זייער שווער צו רעיטן (איינער האטעך געבעטן?), אלע ניגונים האביך זייער זייער זייער וכו' וכו' ליב, אבער טאמער מוז איך וואלט איך עס געמאכט אזוי:

הבן יקיר
מוציא אסורים
קה זכות אבות
טובות ונחמות
יום זה מכובד
נעשה ונשמע
אנא עבדא
אלע אלע
מנאן
וארשתיך
כי לא ידח
שמע בני

'אלע אלע' האט'ס מיך און זאט'ס מיך געזונט.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:26 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ער לייגט אריין זיין גאנצע 'הערשיוויינבערגער' אין דעם.

ריכטיג, אזוי שטארק ווי פינקי לייגט אריין זיין גאנצע פינקי אין זיינע זאכן, לייגט ער דא אריין זיין גאנצע הערשי וויינבערעגער אין דעם.. וואס קעמען טוהן

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:48 pm

כינור נאכמאל א ריזיגע יש׳כ פאר די שיינע רעוויא !!!
נאר מיט שמחה אויך א ביוטיפאל רעוויא !!!
קיפ איט אפ....

אוועטאר
כינור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

תגובהדורך כינור » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:08 am

בס"ד
שלום עליכם "נאר מיט שמחה"! וואס מאכט א איד?
פשיהא, אזוי שיין אריינצוקומען אינעם אשכול מיט א וואונדערבארע הומאר באשפריצטען ארטיקל עפעס אזאנס און אזעלכס, זיך צו באלעקן.
שוין לאנג נישט געזען אזא אמת'ע ניק וואס רעפלעקטירט אזוי די פנימיות. ס'גיסט זיך שמחה און אושר צווישען יעדע שורה'לע און פאראגראף.
אםם, מעג איך מיר צונויף שמועסן מיט דיר? כ'האב נישט ערהאלטן קיין הסכמה אבער ווי חז"ל זאגן שתיקה כהודאה, איז לאמיר דיר עפעס זאגן.
שרייבן איז נישט מיין פראפעסיע און קרוין טאלאנט. נא וואזשע האסטיך פלוצים גענומען שרייבען לאנגע אריכות'ער? נאר אין מוזיק בינעך באהאווענט אביסעלע, און ביים מיטהאלטן די טענה'ריי איבערן פינגערפרינט אלבום איז מיר שווער געווען נישט אויסצודריקן מיין אפיניען און מיינונג נאכ'ן ליינען כמה וכמה דברים וואס מען קען דעבאטירן און אנדערש אנקוקען. האט מען זיך געזעצט צום שרייב טישל [וואסערע טישל אין קאפ אריין?] און כ'האב מיר דערזען מיט א לענגערע אנאליז. און אז מענטשן אינעם וועלטעל האבן הנאה באקומען דערפון [אזש ביז'ן אריינגעשטעלט ווערן אין מאמענט] פרובירט מען שרייבען ווייטער בעזר הויה יתברך.
אבער ווי עס שיינט פארמאגסטו פון ביידע, סיי א גאלדענעם פעדער קעניינא הארע, און ווי אויך שטארקע מוזיק קענטיניסען.
איז האף איך אז די העסט בלייבן מיט אונז לאורך הדרך ווייל אפשר איז גוט צו באלאנסירן פאר די לייינער צווישען א שטרענגן מוזיק קוק ווינקעל און א געפילישער פערספעקטיוו.
וואס מיין איך?
איז געב מיר דאס ווארט א מינוט.
"כשם שאין פרצופיהם שווים, כך אין דעותיהם שוות" איז טאקע א פתגם ידוע. אבער אזוי אנדערשט זיין אייער סדר הניגונים ווי מיינע, איז שוין א שטיקל וואונדער. וואס שטעקט דא?
נאר זייער פשוט. ווען די הויפט שפילער איז לאגיק און געזעץ איז נישט מצוי צו גיין קיצונה'דיג ווייט איינער פון צווייטען. העט זיין העכסטענס א שטיקעל מחלוקה'לע אבער נישט אינגאנצען קאפויער. ווען מען רעדט פון געפילן, איז גענצליך אן אנדער געשיכטע. פאר איינעם קען רעדן עפעס, וואס הייבט ניטאמאל אן צו רעדן צום צווייטען.
הנוגע לענינינו, אין קאר וואלט איך אנגעצינדען קה זכות אבות אדער הבן יקיר פאר וארשתיך. יא, כ'האב מער ליב דעי ניגונים. טא פארוואס אויפן ליסטע האסטו געשטעלט וארשתיך נומבער 1? ווייל איך משפט נישט מיט וואס איך פערזענליך האב מער ליב, נאר לפי חוקי המוזיק וכללותיה וואס מיט דעם איז וארשתיך אריינגעקומען די שטערקסטע, מיט א בליק אויף די גאנצע קאמפאזיציע, סיי מיט די חידוש פונעם געבוי און ווי אויך די נייקייט דערפון ועוד ועוד. אויב הייב איך אן משפט'ן מיט געפיל קריך איך ארויס פון מוזיק זאנע. פאר מיר רעדט דאס, פאר איינעם דעס, און ס'נישט שייך זיך טענה'נען דערויף.
אויבן למשל, איז מה גדלו געווען מיין פעיוואריט, אבער צום ערשט איז געשטעלט געווארן כי יעקב, הלמאי? נאר וועגן די דערמאנטע סיבה.
איז אויב אזוי זענען מיר ביידע ממש אויף איין בלעטעל ושלום על אייוועלט.
אבער נישט יעדער מאן דהוא איז ראוי און געמאכט צו שרייבן געפיל,
א דורכגעווייקט היימיש חסידישע לעבעדיג אידל ווי אונזער נאר מיט שמחה פארמאגט די קוואליפיקאציעס צו שרייבן אויטענטישע געפיל.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 6:17 am

ר' כינור, כ'האב נאך אפי' נישט געליינט דיין גאנצע ווארעם הארציגע דרשה ווי סי' דארף צו זיין, כ'בין יעצט זייער פארנומען, אי"ה כ'וועל אמשנעלסטן צוריקקומען און אפלערנען בעיון דיין תגובה, און אי"ה צוריק ענטפערן.

(די ערשטע פאר שורות האט זייער באנומען מיין הארץ, דערווייל לוינט'צעך מיר צו בלייבן מיט די'ע הרגשה ווי מער.......).

כלל וכלל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:53 pm

שכח פאר רב כינור - נאר מיט שמחה! געשמאקע נארהאפטיגע אנאליזן! כבאלעק מיר.

נאכנישט געהערט די אלבומס, אבער כשפיר קאנפידענט אז כקען שוין נאכזינגען אלע ניגונים נאכן ליינען די אנאליזן..

אוועטאר
כינור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

סטרונעס

תגובהדורך כינור » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:27 pm

דיע וואך אין מאמענט מאגאזין איז דא אן ארטיקל און אינטערוויא איבער אלס און אלעמען ארום דעם נייעם "סטרונעס" פראיעקט וואס מיר האבן אפגאהאלטן און באשריבן אונטערן פען-נאמען 'אליהו ברייער'.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 15 געסט