בלאט 2 פון 10

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:31 am
דורך טישטוך
האט ער אויך געמאכט כמעט אלע אלע ניגונים, וואס?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:34 am
דורך טישטוך
pianist האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך באמערק צוויי זאכן:

1) עס איז שוין אויסגעלאפן אלע נארמאלע נעמען פאר אלבומ'ס, ספעציעל די געשניצלערטע אלבומס הייבן אן באקומען מער און מער משוגע'נע נעמען.
2) מען האט אנגעהויבן אפיציעל צו אדווערטייזן אויף סאציאלע מידיא די אלבומ'ס ווי כאילו דער אינטערנעט זאל ווען נישט האבן געווען גע'אסר'ט.

גענוג סיבה צו זאגן אז עס קומט געוויס א נישט אויסגעהאלטענע אלבום, אבער אין אונזער היפאקריטישע ניו יארקע אידישקייט גייט מען זיך שאקלען ביי אלע קומזיצן אויף די נייע 'ניגונים'...

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.

ווען די ווערטער איז געדריקט אויף א צעטיל אין בהמ״ד וואלטן עס מענטשען אנגענימען אז דער שרייבער מיינט עס אמת׳דיג, קומען אויף גע׳אסר׳טע אינטערנעט און מוחה זיין אויף א צווייטנס אינטערנעט געניצאכטס איבעלט אביסעלע.

פון די גאנצע תגובה דא קוקט אויס ווי דער שרייבער האט א ׳געשניצלערטע׳ אגענדע..

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.

זיי נישט קיין מאנקי ביטע און ליין איבער קלאר און דייטליך בעפארן אטאקירן, איך האב געשריבן סאציאלע מידיא ווייל דאס איז אויף קיין שום פאל נישט מותר ווייל עס איז נישטא דערין קיין צורך פרנסה.

פארשטאנטא?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:02 pm
דורך pianist
איי עמ סארי אויב איר פילט אז איך האב אייך פערזענליך אטאקירט, בכלל נישט דאס געמיינט.

סאציאלע מידיא איז היינט אין די מוזיק וועלט א צורך פרנסה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:49 pm
דורך יישר כח באשעפער
זאכן פין הערשי וויינבערגער קריכט מיר שוין אויף די נערווען איך האף ער גייט האבן עפעס פין יוסי גרין פנחס מרדכי וועבער מאטי אילעוויטש ליפא שמעלצער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:39 pm
דורך שנלר
יישר כח באשעפער האט געשריבן:זאכן פין הערשי וויינבערגער קריכט מיר שוין אויף די נערווען איך האף ער גייט האבן עפעס פין יוסי גרין פנחס מרדכי וועבער מאטי אילעוויטש ליפא שמעלצער

ג''א מצטרף. דער וויינבערגער כבודו במקומו מונח מאכט אויסגעזויגענער ניגונים מיט תנועות גענומען פון אנדערע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:44 pm
דורך סארקאזי
שנלר האט געשריבן:
יישר כח באשעפער האט געשריבן:זאכן פין הערשי וויינבערגער קריכט מיר שוין אויף די נערווען איך האף ער גייט האבן עפעס פין יוסי גרין פנחס מרדכי וועבער מאטי אילעוויטש ליפא שמעלצער

ג''א מצטרף. דער וויינבערגער כבודו במקומו מונח מאכט אויסגעזויגענער ניגונים מיט תנועות גענומען פון אנדערע.

אבער אויב קומט עס פון די ''געשניצלערטע'' פראדוקציעס. דאן מאכט מען אפ וואס איז יעצט דער סטייל און וואס סאיז שיין און דאס פאשט מען.
גראדע בין איך מחולק מיט אייך וועגן הערשי וויינבערגער. ער מאכט גאר שיינע זאכען.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:00 pm
דורך יודישער
יישר כח באשעפער האט געשריבן:זאכן פין הערשי וויינבערגער קריכט מיר שוין אויף די נערווען איך האף ער גייט האבן עפעס פין יוסי גרין פנחס מרדכי וועבער מאטי אילעוויטש ליפא שמעלצער

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:01 pm
דורך יישר כח באשעפער
די פראבלעם מיט שניטצלער איז אז ער וויל גרויס מאכן וויינבערגער לייגט ער אויף אלע סידיס וואס ער מאכט אסאך פון זיינע ניגונים וואס קען זיין עס איז שיין דאך קומט ער נישט צו קיין פינטעל צו ניגונים פין יוסי גרין צו פינקי

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:03 pm
דורך יישר כח באשעפער
ווען איך הער אז שניטצלער האט צו טין מיט א סידי קוק איך בכלל נישט ארויס אויף עס ער ברענגט צום טיש שוואכע סחורה אמאל האט מען געוויסט אז א סידי מיינט מונה משה לויפער רובי בענעט היינט מיינט עס וועכטער מיט שניטצלער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:13 pm
דורך צולייגער
יישר כח באשעפער האט געשריבן:ווען איך הער אז שניטצלער האט צו טין מיט א סידי קוק איך בכלל נישט ארויס אויף עס ער ברענגט צום טיש שוואכע סחורה אמאל האט מען געוויסט אז א סידי מיינט מונה משה לויפער רובי בענעט היינט מיינט עס וועכטער מיט שניטצלער

יישר כח באשעפער האט געשריבן:אז מען פירט אין מען איז פארנימען מיט א צווייטענס געשעפט קען מען נישט פירען די אייגענע... הייבטס אן ארבעטען מאכן געלט הייבטס אן בויען א גיטע לעבן מיט א געשמאקע אטמעספער אז ענק וועלן נאר זיין פארנימען יענעם בארעדן אין יעדע זאך אוועקמאכן וועלן ענק אין ערגעץ נישט אנקומען הייב אן לעבן פאר זיך פרובירט עס אויס אין אלע שווערע געפילען וועלן אוועקגיין

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:30 pm
דורך יודישער
יישר כח באשעפער האט געשריבן:ווען איך הער אז שניטצלער האט צו טין מיט א סידי קוק איך בכלל נישט ארויס אויף עס ער ברענגט צום טיש שוואכע סחורה אמאל האט מען געוויסט אז א סידי מיינט מונה משה לויפער רובי בענעט היינט מיינט עס וועכטער מיט שניטצלער

ער איז גוט אין די ביזנעס קארד אינדאסטרי. :roll:

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:44 pm
דורך סארקאזי
צולייגער האט געשריבן:
יישר כח באשעפער האט געשריבן:ווען איך הער אז שניטצלער האט צו טין מיט א סידי קוק איך בכלל נישט ארויס אויף עס ער ברענגט צום טיש שוואכע סחורה אמאל האט מען געוויסט אז א סידי מיינט מונה משה לויפער רובי בענעט היינט מיינט עס וועכטער מיט שניטצלער

יישר כח באשעפער האט געשריבן:אז מען פירט אין מען איז פארנימען מיט א צווייטענס געשעפט קען מען נישט פירען די אייגענע... הייבטס אן ארבעטען מאכן געלט הייבטס אן בויען א גיטע לעבן מיט א געשמאקע אטמעספער אז ענק וועלן נאר זיין פארנימען יענעם בארעדן אין יעדע זאך אוועקמאכן וועלן ענק אין ערגעץ נישט אנקומען הייב אן לעבן פאר זיך פרובירט עס אויס אין אלע שווערע געפילען וועלן אוועקגיין

;l;p-

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:13 pm
דורך שמחה ונחת

הה"ד: די רפואה פאר די מכה...
ועוד כתוב: וכל מעשיך בספר נכתבים...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:06 am
דורך ברוך פון מאנסי
יישר כח באשעפער האט געשריבן:זאכן פין הערשי וויינבערגער קריכט מיר שוין אויף די נערווען איך האף ער גייט האבן עפעס פין יוסי גרין פנחס מרדכי וועבער מאטי אילעוויטש ליפא שמעלצער

ס׳איז שוין לאנג נישט ארויס געקומען קיין ניגונים פון אים, איך גלייך גראדע זייער זיינע סחורה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:49 am
דורך moishy56
די נייע אלבום ''אלע אלע'' פון מענדי ווייס

mendy alle alle.JPG
mendy alle alle.JPG (26.87 KiB) געזעהן 1603 מאל

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:51 am
דורך moishy56
ר׳ מאיר אדלער און ר׳ יושע ברים ,
לויבן אויס די נייע אלבום ''אלע אלע'' פון מענדי ווייס

https://drive.google.com/file/d/1w-h0HV ... sp=sharing

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:34 pm
דורך מוזיק מבין
'יישר כח באשעפער', אייער ניק קוקט אויס צו זיין פאזיטיוו געשטימט, אבער פון דיינע תגובות - וואס הייבן נישט אן צו זיין אמת, נישט לגבי הערשל וויינבערגער און נישט לגבי שניטצלער, קוקט אויס אז אייער 'יישר כח באשעפער' גייט צו מטעם כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:07 pm
דורך יישר כח באשעפער
פין אייער ניק קוקט אויס ווי איר פארשטייט אביסעלע צו מוזיק אבער וואס די שרייבסט פין דיינע תגובות קוקט נישט אזוי אויס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:14 pm
דורך יישר כח באשעפער
איך וויל קלאר מאכן אביסעלע דא הערשי וויינבערגער קען זיין מאכט שיינע ניגונים אבער נישט יעדער מוז האלטן אזוי עס איז דא אלע מיני מענטשען עס איז דא וואס גייען שטארק פאר וויינבערגער אבער פין די צווייטע זייט איז דא אסאך וואס גייען מער פאר סחורה פין יוסי גרין פינקי וכדומה אין אז היינטיגע צייטן אז מען מאכט א סידי מיט רוב זאכן פין וויינבערגער אין מען לייגט אריין איין ניגון פין יוסי צו יוצא זיין איז אביסעל נישט אויסגעהאלטן א סידי מוז האבן אלע מיני נגונים אז יעדער זאל הנאה האבן דערפון

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:16 pm
דורך יישר כח באשעפער
אין די זעלבע איז לגבי שניטצלער קען זיין ער מאכט גיטע מוזיק אבער ווען א מענטש קויפט א סידי וויל ער האבן פין אלע גרויסע חברה א שטייגער ווי מונה רובי יואלי דיקמאן וכדומה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:18 pm
דורך יישר כח באשעפער
נעם די פינגערפרינט סידי איך מיין אז קיינער וועט נישט זיין מחולק מיט מיר אז די שענסטע מוזיק איז פון די ניגון פין מונה אין רובי פארפאלן די צוויי זענען היינט די בעסטע אין שטערקסטע ווען עס קומט צו מוזיק

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:43 pm
דורך מוזיק מבין
אה, אקעי האסט דיך אביסעל מער מסביר געווען יעצט און נישט סתם געשאסן א סטעטמענט אז הערשי קאמפאזט נישט גוט. און דאס וואס דו שרייבסט אז שניטצלער ברענגט שוואכע סחורה און דו קוקסט ניטאמאל ארוויס דערויף, מילא ווען דו רעדסט פון ארעינדשן, נא אפשר טאקע איז ער נישט די בעסטע, אבער לגבי פראדוקציע? איז ער געוואלדיג. נעם למשל יונגערליך, ארעלע סאמעטס סידי, שמילי אונגאר, ועוד ועוד.
הנאה געהאט פון דיין שטעכל צוריק כאטש וואס וואס סגעבויט אויף גארנישט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:30 pm
דורך יישר כח באשעפער
די סיבה פארוואס איך קוק נישט ארויס אויף א סידי וואס שניטצלער האט א יד איז זייער פשוט איך דארף עפעס פריש טאקע ווייל עס קומט ארויס אזוי סאך פין אים ווען עס וואלט ארויס איין מאל א יאר פין אים קען זיין וואלט איך מער געווארט אויף עס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:32 pm
דורך יישר כח באשעפער
דאס איז קלאר אז ער האט די חסידישע חתונה זינגערס וואס גייען צו אים צו ווייל ער איז ביליג צו צליב אנדערע סיבות אין דאס איז נישט גוט ווייל די עולם האט ליב פרישע סחורה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:36 pm
דורך יישר כח באשעפער
נעם א סידי פין לוי פאלקאוויטש שלומי גערטנער שלומי דאסקאל ליפא מרדכי ווירדיגער אברעמעל שוועקי דאס איז עפעס נישט צום זאך????