״גוט שבת״ דודי קאליש מיט לב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 6:56 am

יום זה מכובד - ניגון עממי???
אזוי שנעל פארגעסן פון ר' בנציון'ען?

אולי איז עס א מעלה אז ער האט נישט געשריבן זיין נאמען דערויף, ווייל זיי זינגען די פזמון "יום זה מכובד" אזוי פאלש, אז ס'גרידשעט אין די אויער, ס'איז גוט פאר איין מאל צו מאכן א "שטיק", אבער יעדעס מאל?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 7:06 am

מוזיק מבין האט געשריבן:wow לעגוי מענטשעלע פארמאגט א שארף אויער!
כ'האב עס נישט געקענט באמערקן.

ווייל ס'איז נישט אמת :lol: :lol: :lol:

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי עס קענען קומען איין ניק נאכן אנדערן און זאגן אז זיי האבען גערעדט מיט לב חברה און זיי שווערן זיך אז זיי האבען געזונגען ס'גאנצע סידי, שקר!!

כ'טראכט יעצט, קען גאר זיין אז די מעמבערס ווייסן אפי' נישט וויפיל לב האט געזונגען.

איך האב שוין געזינגען אסאך אין סטודיאו, די וועג וויאזוי עס ארבעט איז מען רופט אראפ 3 ביז 5 חברה אויף אמאל און מען זינגט אפאר ליינס און מ'גייט אהיים, איעדער מאל רופט מען אנדערע חברה, קיינער ווייסט נישט וואס מ'האט נעכטן געזינגען, שטייציך אבא ווייסט.

נו שוין, האטס מיר א גוט שבת!! גיימיר ווייטער אויסהערן די הערליכע סידי פון לב קווייער!!
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 7:29 am

דודי וואס גייט פאר מיט דיר???
די ווערטער "בני היכלא דכסיפין" איז די ניגון פון "קלי אתה ואודך",
"והא אזמין אתיק יומין" איז אויך אזוי פאלש. ס'דארף גיין אינגאנצען אראפ, נישט האלבע טענער.
יוי איך קען עס נישט הערן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 7:41 am

משיח האט געשריבן:דודי וואס גייט פאר מיט דיר???
די ווערטער "בני היכלא דכסיפין" איז די ניגון פון "קלי אתה ואודך",
"והא אזמין אתיק יומין" איז אויך אזוי פאלש. ס'דארף גיין אינגאנצען אראפ, נישט האלבע טענער.
יוי איך קען עס נישט הערן.

איר האט א טעות, עס הייבט זיך אן די זעלבע, קלי אתה איז א אנדערע ניגון, ס'איז פון ליובאוויטש
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:09 am

.
לעצט פאראכטן דורך משיח אום פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:15 am

אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

עכ"פ, ער זינגט "דכסיפין" אזויווי נומער 3, אנשטאט אזויווי נומער 2.

איך האב אפגעשפילט די אנהייב פון אלע דריי, אבער איך קען עס נישט ארויפשטעלן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:18 am

משיח האט געשריבן:אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

עכ"פ, ער זינגט "דכסיפין" אזויווי נומער 3, אנשטאט אזויווי נומער 2.

איך האב אפגעשפילט די אנהייב פון אלע דריי, אבער איך קען עס נישט ארויפשטעלן.

ווי קען מען עס הערן?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:01 am

משיח האט געשריבן:יום זה מכובד - ניגון עממי???
אזוי שנעל פארגעסן פון ר' בנציון'ען?

אולי איז עס א מעלה אז ער האט נישט געשריבן זיין נאמען דערויף, ווייל זיי זינגען די פזמון "יום זה מכובד" אזוי פאלש, אז ס'גרידשעט אין די אויער, ס'איז גוט פאר איין מאל צו מאכן א "שטיק", אבער יעדעס מאל?


אה... אה....
יום זה מכובד א קנאק פון א איידיע

נאך א גוטן טשולנט זיך ארויסלאזן אויף א טענצל מיט דעם יום זה מכובד,
וויאזוי זאל איך דאס מגדיר זיין?
כל תאוות והנאות שבעולם קומט נישט צו צו דעם,
ניין ענדערש אזוי: דער גוי וועט שטיין מיט פארגלאנצע אויגן זיך צוקוקן די התרוממות וואס מפילט דעמאלטס.
אה איך האב א בעסערע הגדרה: ממש מעין עולם הבא, דאס האט דער רבי געמיינט!

אוי גייט זיך פילן ריכטיג דעם אכול משמנים און דערנאך כי א-ל יתן לכל בו דבקים!
זינגטס אידעלעך אוי אוי אוי אוי אוי ה---שמים מספרים כבודו, קלאטש קלאטש, יום זה מבובד!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:02 am

משיח האט געשריבן:דודי וואס גייט פאר מיט דיר???
די ווערטער "בני היכלא דכסיפין" איז די ניגון פון "קלי אתה ואודך",
"והא אזמין אתיק יומין" איז אויך אזוי פאלש. ס'דארף גיין אינגאנצען אראפ, נישט האלבע טענער.
יוי איך קען עס נישט הערן.

איך קען די ניגון פון פריער, ער זינגט עס 100% גוט, מיט איעדע דיטעיל.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:41 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האב נעכטן נאכט געהערט די סידי מיט עירפאונס, און אנקומענדיג צו לכה דודי גיב איך מיר א שטעל אפ... מען קען קלאר הערן אז ס'נישט די קווייער פון די גאנצע סידי ביז אהין... מ'קען דערקענען אז ס'בחורים קווייער [אויב הערסטו חתונה סינגלס וכדו' וועסטו פארשטיין וואס איך מיין בחורים קווייער]... עכ"פ איך האב נישט געהערט ווייטער מיט עירפאונס, אבער אויף ביז אהין איז עס זיכער נישט געווען די גאנצע צייט די זעלבע קווייער ביי לכה דודי האט זיך עס געטוישט.
קוק איך היינט פון וועלכע ניגון מען האט דא גערעדט אז ס'בחורים קווייער... און....... יאפ, לכה דודי!

כ'וועל לאזן זינגער זיך האלטן ביי זיינס, אבער צוהערנדיג נאכאמאל, האב איך ביי חוקותיה אויך געהערט אזא בחורים סטייל קווייער, אבער נישט אזוי בולט ווי ביי לכה דודי ווי אויפן ערשטע רגע האב איך עס געהערט...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:45 am

זינגער האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

עכ"פ, ער זינגט "דכסיפין" אזויווי נומער 3, אנשטאט אזויווי נומער 2.

איך האב אפגעשפילט די אנהייב פון אלע דריי, אבער איך קען עס נישט ארויפשטעלן.

ווי קען מען עס הערן?


איך ווייס נישט וויאזוי מ׳שטעלט ארויף מוזיק פיילס,
איך קען דיר עס אימעילן, אויב דו ווילסט עס אהערשטעלן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 11:08 pm

משיח האט געשריבן:אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

נומער 2 - בני היכלא, איז א צאנז'ער ניגון
נומער 3 - איז א ניגון פון הרש"ב מליובאוויטש

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 11:20 pm

דוד קאליש הער איך איז געווען דעם שבת אין די קעטסקילס אין מחנה דמשק אליעזר ווי ער האט אונטערגעהאלטן דעם עולם מיט נגינה
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:37 am

בית המשתה האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

נומער 2 - בני היכלא, איז א צאנז'ער ניגון
נומער 3 - איז א ניגון פון הרש"ב מליובאוויטש

וואס הייסט א צאנזע ניגון ר' אביש מאיר'ס? אדער דארט האט מען עס אנגעהויבן צו זינגען? (שמעתי פעם שהוא ניגון מהרה'ק רבי ר' מענדעלע ז'''ע)

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:46 am

בטיש בטישין האט געשריבן:וואס הייסט א צאנזע ניגון ר' אביש מאיר'ס? אדער דארט האט מען עס אנגעהויבן צו זינגען? (שמעתי פעם שהוא ניגון מהרה'ק רבי ר' מענדעלע ז'''ע)

דא האט מען גערעדט דערוועגן
viewtopic.php?p=769176#p769176

דאס אז ס'קומט פון רבי ר' מענדל'י האט עפעס א מקור?

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:15 am

א שאד יעדע פעני
אפילו נישט קיין אלטע ניגונים סתם געקייט שטותים
פאסט נישט פאר דוד קאליש
איך האלט אז דאס איז א טריק פון זינגערס נאכן האבן דעם עולם אין טאש קנאקט מען ארויס א ביליג~אינהאלט סידי וואס קאסט נישט דעם זינגער גארנישט דער עולם לויפט קויפן און ער פולט זיך אן דעם טאש
ביים נעקסטן סידי מאכט ער זיכער תשובה צו טאן כדי מען זאל פארגעסן פון דעם ביליג גליטש סידי
ער האט דאס אויך געטון דער שמואלי אונגאר
איז דאס נישט גניבת דעת הציבור?
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:32 am

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:א שאד יעדע פעני
אפילו נישט קיין אלטע ניגונים סתם געקייט שטותים
פאסט נישט פאר דוד קאליש
איך האלט אז דאס איז א טריק פון זינגערס נאכן האבן דעם עולם אין טאש קנאקט מען ארויס א ביליג~אינהאלט סידי וואס קאסט נישט דעם זינגער גארנישט דער עולם לויפט קויפן און ער פולט זיך אן דעם טאש
ביים נעקסטן סידי מאכט ער זיכער תשובה צו טאן כדי מען זאל פארגעסן פון דעם ביליג גליטש סידי
ער האט דאס אויך געטון דער שמואלי אונגאר
איז דאס נישט גניבת דעת הציבור?

???
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:01 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:א שאד יעדע פעני
אפילו נישט קיין אלטע ניגונים סתם געקייט שטותים
פאסט נישט פאר דוד קאליש
איך האלט אז דאס איז א טריק פון זינגערס נאכן האבן דעם עולם אין טאש קנאקט מען ארויס א ביליג~אינהאלט סידי וואס קאסט נישט דעם זינגער גארנישט דער עולם לויפט קויפן און ער פולט זיך אן דעם טאש
ביים נעקסטן סידי מאכט ער זיכער תשובה צו טאן כדי מען זאל פארגעסן פון דעם ביליג גליטש סידי
ער האט דאס אויך געטון דער שמואלי אונגאר
איז דאס נישט גניבת דעת הציבור?

???

גניבה? וואב נאך טיצעך?

ווען איינער געט ארויס א סידי דארף ער פונקטליך שרייבן וואס ער זינגט דארט? מ'קויפט די סידי ווייל מ'האט ליב ווי דודי קאליש זינגט אדער ווייל מ'האלט א לב איז גוט.

אז די האסט עס נישט ליב דארפסטו נישט קויפן זיין נעקסטע סידי, אבער דעיע סידי קענסטו נישט האבען קיין טענות נאך דערצו ווען ער געבט ארויס א פריוויו בעפאר, אגב איך מיין ער ארבעט מיט מאטי אילאוויטש אויף א סידי.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:08 pm

דריי נישט אויס מיינע ווערטער
איך האב געזאגט "גניבת דעת" און יא עס איז גניבת דעת
אז דו מאכסט א ליקוט פון אלטע ניגונים שרייב קלאר וואס דו פארקויפסט
א אלטן יונה מצאה. מיט א יום מכובד וואס האט נישט קיין פוס און הענט וגומר
איז נישט ווערט דאס געלט
און עס איז גניבת הציבור
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:12 pm

בית המשתה האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:וואס הייסט א צאנזע ניגון ר' אביש מאיר'ס? אדער דארט האט מען עס אנגעהויבן צו זינגען? (שמעתי פעם שהוא ניגון מהרה'ק רבי ר' מענדעלע ז'''ע)

דא האט מען גערעדט דערוועגן
viewtopic.php?p=769176#p769176

דאס אז ס'קומט פון רבי ר' מענדל'י האט עפעס א מקור?

לא מצאתי לזה מקור כלל אלא מפי השמועה און לכאורה קומט עס נאך פין פאר צאנז

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:33 pm

משיח האט געשריבן:אמת איך האב געמאכט א קליינע טעות, נישט קלי אתה, נאר אן אנדערע ניגון חב"ד.

ס'איז דא דריי ניגונים וואס הייבן זיך אהן ענליך מיט אן אנדערע קנייטש,
1. קלי אתה.
2. די ניגון (בני היכלא) הנ"ל.
3. ניגון חב"ד (כמדומה מאחד האדמורי"ם, אולי האדמו"ר הזקן).

עכ"פ, ער זינגט "דכסיפין" אזויווי נומער 3, אנשטאט אזויווי נומער 2.

איך האב אפגעשפילט די אנהייב פון אלע דריי, אבער איך קען עס נישט ארויפשטעלן.

דו האסט רעכט. כ'האב עס אויך אויפגעפאסט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:33 pm

איינס האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:יום זה מכובד - ניגון עממי???
אזוי שנעל פארגעסן פון ר' בנציון'ען?

אולי איז עס א מעלה אז ער האט נישט געשריבן זיין נאמען דערויף, ווייל זיי זינגען די פזמון "יום זה מכובד" אזוי פאלש, אז ס'גרידשעט אין די אויער, ס'איז גוט פאר איין מאל צו מאכן א "שטיק", אבער יעדעס מאל?


אה... אה....
יום זה מכובד א קנאק פון א איידיע

נאך א גוטן טשולנט זיך ארויסלאזן אויף א טענצל מיט דעם יום זה מכובד,
וויאזוי זאל איך דאס מגדיר זיין?
כל תאוות והנאות שבעולם קומט נישט צו צו דעם,
ניין ענדערש אזוי: דער גוי וועט שטיין מיט פארגלאנצע אויגן זיך צוקוקן די התרוממות וואס מפילט דעמאלטס.
אה איך האב א בעסערע הגדרה: ממש מעין עולם הבא, דאס האט דער רבי געמיינט!

אוי גייט זיך פילן ריכטיג דעם אכול משמנים און דערנאך כי א-ל יתן לכל בו דבקים!
זינגטס אידעלעך אוי אוי אוי אוי אוי ה---שמים מספרים כבודו, קלאטש קלאטש, יום זה מבובד!


אמר"ש, זיי וואלטן עס געמעגט זינגען א משהו שטייטער.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

תגובהדורך איש פשוט אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:16 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:דריי נישט אויס מיינע ווערטער
איך האב געזאגט "גניבת דעת" און יא עס איז גניבת דעת
אז דו מאכסט א ליקוט פון אלטע ניגונים שרייב קלאר וואס דו פארקויפסט
א אלטן יונה מצאה. מיט א יום מכובד וואס האט נישט קיין פוס און הענט וגומר
איז נישט ווערט דאס געלט
און עס איז גניבת הציבור

פינעף פאזעטיווע אייוועלט בלעטער איז א זעלטענהייט,
איך זעה נישט אז די עולם זאל זיך אפרעדן אויף די סידי
טערקישע סולטאן קיינער צווינגט נישט הנאה האבן פון די סידי, אבער קעגן א דעת יחיד איז נישט קיין גניבת דעת.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:34 pm

אקעי, לאמיר מאכן א קורצע איבערבליק....
צוערשט גיי איך געבן עטוואס מער גערעכט פאר הרב זינגער.... און לאמיר זיך מסביר זיין: קודם, איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף די אוטענטישקייט פון קיין איין ווארט וואס איך זאג, ווייל אלעס איז בלויזע השערות לויט וויאזוי עס הערט זיך פאר מיר. איז אזוי: יא, א היבשע חלק פון די סידי הערט זיך ווי בחורים, פארוואס האב איך אנגעכאפט לכה דודי? ווייל דארט הייבט זיך די טרעק אן זייער בולט'דיג בחוריש... אבער עס קען זיין אז יש דברים בגו דברי המשורר, און נאכאמאל איך נעם נישט קיין אחריות...
אבער די עצם סידי: מעעעעכטיג!!! ריייייייייזיג!!! א פראכט! זיס פארן אויער, נישט פראסט, גוטע ניגונים, א מעסטער פיס.
וואס יא? די פראבלעם איז אז אויב לב וויל דאס ניצן פאר אדווערטייזמענט וואלטן זיי געמעגט אריינלייגן מער רייכקייט אין די קווייער... ס'זייער זייער שיין אבער היבש ליידיג... ממש א שאד, איך ווארט און ווארט צו הערן עפעס רייכער... טיפער... און איך בלייב הונגעריג!!! ממש א שאד!
אבער די ניגונים זענען עפעס סמעשינג! פאר איינער וואס איז נאכנישט פארטעמפט פון די היינטיגע פראסטקייטן איז דאס האניג....!!! און דודי... הפלא'דיג! הערליך!
ניסלעך!!!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:48 pm

פיינע נייעס!
כ'ווארט שוין אזוי לאנג אויף אזא סידי... כ'האף אז עס קומען נאך אין די צוקונפט...... דער עולם זאל זיך אפלערנען.. פליז, איך בעט ענק.. גיבט'ס נאך..
די ניגונים: וואס איז שייך צו זאגן.. א קנאק פון א סעלעקציע, אלטע נייע, זייער היימיש און חסידיש.
מוזיק: מורא'דיג קלאסיש און פלעזנט...
דודי: וואף! זייער גוט און קלאר!
לב" איך האלט דא מיט די דעבאטע יא לב נישט לב... איך ווייס נישט וואס, ס'זייער שיין און געשמאק. דאס יא, איך וועל צושטימען צו לעגוי אז ס'נישט אזוי פול און רייך.. שוין, מ'קען נישט האבן אלעס...
שכח שכח לב! שכח שכח דודי! כה לחי!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], טשולענט בונדלעך און 17 געסט