בלאט 1 פון 6

״גוט שבת״ דודי קאליש מיט לב

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:47 pm
דורך יישר כח באשעפער
תיקף נאך די דריי וואכן וועט ערשיינען א הערליכע שבת סידי געזינגען דורך דודי קאליש אין לב
עס איז ערווארטעט א סידי איינס אין די וועלט

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 10:11 pm
דורך א גראם מיט טעם
ניי ניגונים צו אלטע?
דודי קאמפאוזד, ארעינדזשד, און זינגט?
דודי לאזט אפ ידידים?

ביטע ברענגט עפעס זאכליכע אינפא. א דאנק!

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 11:37 pm
דורך יישר כח באשעפער
רוב נייע עטליכע אלטע

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 11:44 pm
דורך זינגער
א גראם מיט טעם האט געשריבן:ניי ניגונים צו אלטע?
דודי קאמפאוזד, ארעינדזשד, און זינגט?
דודי לאזט אפ ידידים?

ביטע ברענגט עפעס זאכליכע אינפא. א דאנק!

אסאך פון די קווייער האט מען רעקארדירט אין א"י נישט דורך לב

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 12:20 am
דורך Intern Tish
הער איך פון העכער די קוליסן אז די פאפולערע ׳לב׳ קווייער אנגעפירט דורך די טאלאנטפולע אבא בערקאוויטש, גרייט זיך אט אט (תיכף נאך תשעה באב אי״ה) צו רעליסען א נייע סידי צונעזאם מיטן וועלט בארימטע זינגער, קאמפאזער און אראנדזשער דודי קאליש.

די אלבוים וועט זיין א גאר היימישע, ווארימע און געשמאקע שבת׳דיגע אלבום, ווי איך הער וועט עס זיין דרייצן טרעקס רובא דרובא נייע קאמפעזיציעס, קאמפאזירט ביי שלמה קאליש, אליעזר קאליש, ר׳ יוסף צבי ברייער און מערסטענס פון דודי קאליש, ווי אויך דריי צו פיר אלטע נאסטעלעגישע שבת׳דיגע ניגונים, און א נייע אידישע ניגון וואס די ווערטער איז געשריבן געווארן דורך די בארימטע בדחן מאטי אילאוויטש,

מוזיק איז אראנדזשירט ביי דודי פון אנפאנג ביזן סוף, מיט די בעסטע און העכסט פראפעשענעל מוזיקאנטן פון ארץ ישראל,

ווי איך הער איז עס אויסגעשטעלט צו זיין זייער צוציענד מיט א העכערע היימישע שבת׳דיגע געפיהל.

און א סייד נאטע צייעכנט לב אפ יעצט 2 יאר זינט איר עפענונג און דערגרייכונג כהיום צום שפיץ פון די אידישע מוזיק אינדעסטרי.

העלמיר צו ווארטן אביסל און לאמיר האפן צו הערן די גוטע בשורה בביאת גואל צדק בקרוב ממש.

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 12:30 am
דורך קרן
וואס איז געשען אז לעצטענס איז דא אן אינפלאציע מיט שבת סידיס ?
בערי וועבער
אידיש נחת
נפתלי משה קרויס
לב

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 12:52 am
דורך זינגער
קרן האט געשריבן:וואס איז געשען אז לעצטענס איז דא אן אינפלאציע מיט שבת סידיס ?
בערי וועבער
אידיש נחת
נפתלי משה קרויס
לב

איעדער קאנעקט צו שבת.

די שבת סידיס גייען זייער שטארק.

איינע פון די ניגונים "משוך" איז א שטיקל פון א לאנגע בעלזא כל מקדש וואס איז ארויס געקומען בערך 18 יאר צוריק.

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:17 am
דורך וויכטיג מאכער
נאכניש געהאט די זכיה צו הערן, אבער גערעדט מיט אבא בערקאוויטש, ער זאגט אז ס'קומט א עכט חסידישע סידי פון אלטע און אפאר נייע ניגונים, חסידיש געזינגן... קענט וועיט!

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:38 pm
דורך קרן
זינגער האט געשריבן:
קרן האט געשריבן:וואס איז געשען אז לעצטענס איז דא אן אינפלאציע מיט שבת סידיס ?
בערי וועבער
אידיש נחת
נפתלי משה קרויס
לב

איעדער קאנעקט צו שבת.

די שבת סידיס גייען זייער שטארק.

איינע פון די ניגונים "משוך" איז א שטיקל פון א לאנגע בעלזא כל מקדש וואס איז ארויס געקומען בערך 18 יאר צוריק.


וואס האט זיך יעצט יעדער דערמאנט ?

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 6:13 pm
דורך יישר כח באשעפער
יא לב איז אין מיינע אויגן איז די שטערקסטע קווייער גאר שנעל זענען זיי ארויף אויפן לייטער אין שטייען היינט ביים שפיץ גיטע חברה האבן זיי

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:28 am
דורך משה יענקל
דודי???? גיימיר שוין קויפן!!!!

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 03, 2019 10:47 pm
דורך יישר כח באשעפער
אויף קול מבשר איז דא א שיינע אינטערוויא מיט דודי אין אבא בערקאוויטש פין לב איבער די נייע סידי

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:16 am
דורך ליבלעך
יישר כח באשעפער האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א שיינע אינטערוויא מיט דודי אין אבא בערקאוויטש פין לב איבער די נייע סידי

https://www.yiddish24.com/cat/111

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:52 am
דורך א גראם מיט טעם
יישר כח באשעפער האט געשריבן:יא לב איז אין מיינע אויגן איז די שטערקסטע קווייער גאר שנעל זענען זיי ארויף אויפן לייטער אין שטייען היינט ביים שפיץ גיטע חברה האבן זיי

כ'האב געמיינט אז שירה איז די שטערקסטע?
viewtopic.php?p=1961962#p1961962

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:42 pm
דורך יישר כח באשעפער
איר טרייט מיר צו כאפן ביים ווארט נעבעך.... ביידע זענען שטארקע קווייערס שירה אין לב זענען ביידע די שפיץ פין אידישע קווייערס ביידע האבן מעלות וואס די אנדערע האט נישט

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:46 pm
דורך יישר כח באשעפער
עס מעג זיין צוויי וואס זענען די שפיץ אין די זעלבע ביי זינגערס ווען איינער זאגט ליפא איז די מלך מיינט נישט אז מרדכי צו אברעמעל זענען נישט עס מעג זיין עטליכע מלכים

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:24 pm
דורך Of course
יישר כח באשעפער האט געשריבן:איר טרייט מיר צו כאפן ביים ווארט נעבעך.... ביידע זענען שטארקע קווייערס שירה אין לב זענען ביידע די שפיץ פין אידישע קווייערס ביידע האבן מעלות וואס די אנדערע האט נישט



כאפ אים נישט ביים ווארט. ער איז אדשענדע דריווען. ממילא ווענדט זיך לויט זיין גוסטע אדער מערכה.


עיין ערך מענדי ווייס נייע אלבום, והפאקט שלב קווייערס פתאום היא "הקווייער הכי טוב שבדורנו, עד כדי כך שהוא פתח האשכול, בו בזמן שה"שניצלערטע" הם פיעס אף גארבידש, ודו"ק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:36 pm
דורך קאץ און מויז
נאמען פון די אלבום "גוט שבת"

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:46 pm
דורך קרן
פארוואס האט דודי קאליש געטוישעט פון ידידים צי לב ?!?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:51 pm
דורך פוילישע וואסער
גוט שבת

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:29 pm
דורך Intern Tish
Cover
די מענטשן זענען לב מעמבערס (די מיט די ווייסע זאקן איז ר' אבא)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:30 pm
דורך יישר כח באשעפער
Wow wow א הערליכע דעקעל גאר שיין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:49 am
דורך פראביר נאר
Intern Tish האט געשריבן:Cover
די מענטשן זענען לב מעמבערס (די מיט די ווייסע זאקן איז ר' אבא)

מיט די שיך און זאקן איז פארשטייט זעך "דודי"

למעשה ווען איז עס אינדרוסן??

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:52 am
דורך יישר כח באשעפער
מאנטיג א טאג נאך תשעה באב

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:29 am
דורך אמאל געווען
קרן האט געשריבן:נפתלי משה קרויס

;l;p-