בלאט 5 פון 5

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:14 am
דורך abeg
גלות איד האט געשריבן:א הערליכע סידי, עס שפילט נאכאמאל און נאכאמאל.

מיר איז געווען אינטערסאנט די ערשטע שירו לו, איך בין געווען געוואוינט ביי די הייליגע לעכטיגע טישן פלעגט מען זינגן די צווייטע פאל נאר איין מאל. ד.ה. אז מ'איז נישט איבעבערגעגאנגען די גאנצע פאל, הגם עס פילט ווי עס וואלט יא געדארפט איבערגייין, ישמח לב מבקשי השעעעעם (ארויף, מיט די באקאנטע סקולענע תנועה פון איבערגיין גי פעלער).
דא אויף די סידי הער איך אז זיי גייען יא איבער.

ווער ס'האט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן זאל אויפהייבן די האנט.

בײם רבי זז״ג זינגט מען יא די צװײטע פאל צװײ מאל

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:26 pm
דורך טישטוך
הרב יואל קליין האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:כהאב זייער הנאה אז דער עולם האט הנאה פינעם סקולענע אלבום.
איך האב פערצופאל היפש געשוויצט דערפאר, און ווען כהאב געהערט די פיינעל מיקס האט עס מיר פאדראסן פארוואס עס הערט זיך ווי איין גרויסע וואש מאשין, א ווידער קול - אדער ווי מען רופט עס Reverb וואשט אויס די גאנצע מעשה. קוים וואס מ׳הערט די קינדער, און בכלל האט עס נישט קיין איין אינגל סאלא וואס וואלט א געוואַלט צוגעגעבן צום שיינקייט.
נו וואס זאלעך טאן, כבין נישט געווען דער דעסישן מאכער. נאר געהאט א זכיה צו זיין געדינגען צו צולייגן א האנט מיט די אידיש נחת קווייער. די קינדער האבן אריינגעלייגט די מאקסימום טאלאנט צו געבן יעדן ״קנייטש און קוועטש״ פאר אט די הייליגע ניגונים. און אויפן פיינעל מיקס איז עס ממש פארוואשן. כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט דאס געמיקסט אבער ס׳איז א מעסס פון א מיקס. מ׳קען עס מאכן אויסזעהן ווי א טיש און ס׳זאל נאך אלץ זיין שיין קלאָר, נישט אזא געמויזעכטס.

כהאב שטארק צער סאו איך שרייב עס.

פשיהא ווי די קינדער שרייען זיך אויס ביי רבי מאיר אומר...


ווילסט א בילד ווי זיי היטן דעם נאוט?!

נעוואדע טאמער ס'איז דא (אגב כ'האב קאמפלימענטירט און נישט חלילה פארקערט).

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:02 pm
דורך דוד משה
מצלמה האט געשריבן:איך פארמאג אלע סקולענע טעיפס/אלבומס פון די לעצטע 40 יאר כולם שוין לטובה

אפשר רופסטו זיך אן ווארעם דא?
viewtopic.php?t=12120

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:24 am
דורך אשורר שירה
"קוה קויתי" איז א גוטען ניגון, וייסט אפשר איינער ווער האט געמאכט דעם ניגון, רבינו זצ"ל אודער זיין טאטע?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:36 am
דורך abeg
אשורר שירה האט געשריבן:"קוה קויתי" איז א גוטען ניגון, וייסט אפשר איינער ווער האט געמאכט דעם ניגון, רבינו זצ"ל אודער זיין טאטע?

רבינו זצ"ל

ווער זינגט ביי די טרעק פן ניגון חופה

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 5:55 am
דורך הערסט?
ס'איז נישט מאשקאוויטש דאכצעך, נו ווער יא? ישכר? בערי?

הערליך שיין!

געלאפן, געקויפט, הערט עס נאכאמאל און נאכאמאל. די פנים פון רבי'ן זיע''א טאנצט מיר פאר די אויגן וואס ווערן נאסליך.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:33 am
דורך ארגינעלע יוד
סאיז הערליך שיין סשפירט זיך ממש ווי אין סקולען