בלאט 1 פון 5

נייע סידי "א סקולענער פארברענג"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:56 pm
דורך Intern Tish
נייע סידי "א סקולענער פארברענג"
22 געקליבענע סקולענע ניגונים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:00 pm
דורך Intern Tish
Intern Tish האט געשריבן:נייע סידי "א סקולענער פארברענג"
22 געקליבענע סקולענע ניגונים

ליסטע פון ניגונים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:27 pm
דורך קלאָצקאָפּ
שוין ערשינען?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:08 pm
דורך בר חכים
נא לייגט ארויף א sample

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:28 am
דורך דוד משה
בר חכים האט געשריבן:נא לייגט ארויף א sample

https://cloudfront.yiddish24.com/A__Sku ... 576392.mp3

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:32 am
דורך חנוך
מ'קען עס קויפן אנליין? מאסטלי מוזיק האט עס נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:46 am
דורך חושב מחשבות...
Wow
כמים קרים על נפש עייפה, מיינע טיפסטע הארץ סטרונעס זענען דערפרישט געווארן הערנדיג די פריוויו, איך מוז עס קויפן, שוין לאאאאאנג נישט ארויסגעקומען אזעלכע אריגינעלע ריינע הייליגע סחורה.

קדוש קדוש קדוש!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:47 am
דורך חושב מחשבות...
אגב די גרעפיקס איז אויך זייער פאסיג און קלאסיש, ס'שטומט מיט די תוכן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 5:29 am
דורך נאר מיט שמחה
ר' אבריימי מושקוביץ איז דער היימישסטער גרעסטער און שענסטער זינגער און א"י, נוסח ישכר גאטמאן, ער זינגט נאר מיט א היט און גארטל (גראדע אויך א רעקל...). די חסידי'שע אידן 'רייסן זיך' אויף איהם...
וויז'ניץ'ע קווייער איז אויך אין שפיץ פון רעבישע חסידישע חתונות.
אידיש נחת דארף איך נישט זאגן.
רובי פייערשטיין איז די סגן פון מאיר אדלער אין וויז'ניץ.
ולמעלה בקודש, סי'דאך סקולענע ניגונים.

נו, וואס דארף מען מער ווי דעם?

לויפט און קויפט א הערליכע חסידישע ווארעמע סידי, (גראדע האב נישט קיין האנונג, איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער אפי' טאמער סי' נישט פראפעשעניל אינגאנצן, לוינט'צעך עס, לויט די אויבנדערמאנטע פינגערפרינט'ס...).

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:48 pm
דורך משה פאלאפל
פריוויא איז אויסטערליש גוט.
שוין ארויסגעקומען?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:53 pm
דורך גרעסער
מורא'דיג! נו ווען קומט עס ארויס?!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:50 pm
דורך שמחה ונחת
!wow
ענדליך קומט ארויס עפעס געשמאק & חסידיש צו קויפן און צו הערן..
די סעלעקשאן זעהט אויס פיין און די געדאנק פון נעמען די וויזניצע מקהלה איז נאך בעסער!
א געשמאקע פראפעסיאנאלע "חסידישע" כאר, מיט א געשמאק און עקספיריענס און סקולענע ניגונים.
גיימיר עס זיכער קויפן אי"ה

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:59 pm
דורך יישר כח באשעפער
די היינטיגע רבי שליט"א אין די ברידערס האדמורים והרבנים מאכן אויך אייגענע ניגונים?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:23 pm
דורך abeg
יישר כח באשעפער האט געשריבן:די היינטיגע רבי שליט"א אין די ברידערס האדמורים והרבנים מאכן אויך אייגענע ניגונים?

נײן אין די פריערדיגע סקולענע רבי׳ס האבן אױך נישט געמאכט ניגונים אין אװאדי נישט "אייגענע" די אײבישטער שיקט זיי תנעות אין אפשר װעט די אײבישטער אױך שיקן פאר די נײע רבי׳ס

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:26 pm
דורך abeg
איך האלט אינמיטן אױסהערן די נײע סי די כ׳האב נישט קײן װערטער ס׳איז אויסטערליש הערליך נישט פארדרײט קײן אײן קנייטש

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:28 pm
דורך יין שרף
יישר כח באשעפער האט געשריבן:די היינטיגע רבי שליט"א אין די ברידערס האדמורים והרבנים מאכן אויך אייגענע ניגונים?

די סקולען-מאנסי רבי שליט"א האט שביעי של פסח פארגעזונגן א נייע ניגון/תנועה אויף ואמונה כל זאת וקיים עלינו.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 5:16 pm
דורך חושב מחשבות...
נו ווי קען מען עס קויפן? שוין אוועליבעל?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:49 am
דורך סארקאזי
זייער ארגינעל.. גארנישט מגשם געווען די הייליגע ניגונים...ס פילט זיך שטייענדיג ביי די לעכטיגע טישען

כקען פארשטיין אז סאיז נאר געמאכט פאר אייינעם וואס האט שוין טועם געווען דאס מתיקות פון סקולענער ניגונים. משא''כ פאר די גאס. דארף מען אפשר אביסל א גרעבערע לבוש. ד''ה שענערע מוזיק.

מקען מחולק זיין מיט דעם. אני כשלעצמי האב איך דאס זייער ליב איך ווארט עס צו קענען קויפן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:19 am
דורך געטראכט
WOW
אויף דעם ווארט איך, ווען קימט עס אין געשעפטען?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:52 am
דורך איצל פיצל
די פריוויא איז הערליך ווארים און ארגינעל. אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט אז פון די זיבן מנוט וואס די פריוויא שפילט, איז מיינעך נאר דא צוואנציג סקונדעס וואס מען הערט די סאלא אליינס אן די קווייער/עולם. די קווייער איז ממש א חלק פון די מיוזיק וואס שפילט א גאנצן צייט מיט. עס זעהט אויס ווי עס איז געמאכט אויף א וועג וואס זאל זיך שפירן ווי מען איז ביים רבין׳ס טיש. עס גיט צו עפעס א געוואלדיגע געשמאק און נאסטלאגיע.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 9:13 am
דורך אביונה
געזעהן איצטער אין מיין לאקאלע גראסעריי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 9:36 am
דורך עקבי הצאן
שוין דא צו באקומען אנליין?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:26 pm
דורך אדער יא
עקבי הצאן האט געשריבן:שוין דא צו באקומען אנליין?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:47 am
דורך yid
אדער יא האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:שוין דא צו באקומען אנליין?


https://www.nigunmusic.com/a-skulen-farbreng.html

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:42 am
דורך שדה ורוד
דאס ערט זיך מויראדיג, אמת? אדער דאר מיר זעט אויס אזוי.