נייע שבת פראיעקט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:49 am

moishy56 האט געשריבן:די Deli נעבן מיין הויז, פארקויפט א פארציע טשולענט פאר $6.
ער פארקויפט 400 פארציעס טשולענט יעדער weekend.

שטעל דיך פאר אז דעהר וואך קאסט די טשולענט $22.99.. אבער מען באקומט מיט דעם אויך א טייערע Cross פעדער.

קיין סאך פארציעס טשולענט גייט ער נישט פארקויפען.


גוט ארויסגעברענגט... דיין שכנ'ס טשאלנט איז נישט ווערד מער פון זעקס טולר... ווייל עס איז דא היבש רעסטוראנטס וואס פאר קויפן טשולענט פאר מער פון צוואנציג דאלער און עס איז דא מער ווי 400 קאסטומערס...

פאר די נעמען אויפ'ן דעקל, און זייער חזקה פון האלטן געשפאנט טויזענטער מענטשן פאר שעות, גייט שבת'דיג זיין בעזר השם א ריזן סוקסעס.

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:26 am

א בחור זאגט מיר היינט, אז ער האט געהערט פון א מקור מוסמך, אז די חברה וואס געבן ארויס די שבת פראיעקט 'טוען עס לשם מצוה צו דעליווערען ערליכע היימישע כשר׳ע נגינה פאר די יוגנט'.. אזויווי די ארויסגעבערס פונם ''יונגערליך'' אלבום.

האב איך אים געזאגט אז עס איז לכאורה נישט אמת.
ווייל אויב זיי ווילן די יוגנט זאל געניסן פון היימישע כשר׳ע נגינה וואלטן זיי געמאכט א אלבום פאר $17, און אסאך מער משפחות וועלן קויפן א $17 אלבום ווי גיין קויפן א באמבאסטישע $50 פעקעדזש.
--

בקיצור.
זיי גייען אפשר מאכן profit, ווייל יעדער איינס קאסט $50,
אבער זיי גייען פארקויפן ווייניגער שטיק ווי די ''יונגערליך'' אלבום, ווייל מענטשן טראכטן 10 מאל פאר מקויפט א $50'דיגע מתנה.

דאס מיינט אז אויב 20,000 משפחות האבן פארמאגט די ''יונגערליך'' אלבום, גייען לכאורה ווייניגער ווי 8,000 משפחות פארמאגן די שבת פראיעקט.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:30 am

moishy56 האט געשריבן:א בחור זאגט מיר היינט, אז ער האט געהערט פון א מקור מוסמך, אז די חברה וואס געבן ארויס די שבת פראיעקט 'טוען עס לשם מצוה צו דעליווערען ערליכע היימישע כשר׳ע נגינה פאר די יוגנט'.. אזויווי די ארויסגעבערס פונם ''יונגערליך'' אלבום.

האב איך אים געזאגט אז עס איז לכאורה נישט אמת.
ווייל אויב זיי ווילן די יוגנט זאל געניסן פון היימישע כשר׳ע נגינה וואלטן זיי געמאכט א אלבום פאר $17, און אסאך מער משפחות וועלן קויפן א $17 אלבום ווי גיין קויפן א באמבאסטישע $50 פעקעדזש.
--

בקיצור.
זיי גייען אפשר מאכן profit, ווייל יעדער איינס קאסט $50,
אבער זיי גייען פארקויפן ווייניגער שטיק ווי די ''יונגערליך'' אלבום, ווייל מענטשן טראכטן 10 מאל פאר מקויפט א $50'דיגע מתנה.

דאס מיינט אז אויב 20,000 משפחות האבן פארמאגט די ''יונגערליך'' אלבום, גייען לכאורה ווייניגער ווי 8,000 משפחות פארמאגן די שבת פראיעקט.

וואס קומט דא אריין יונגערליך? ס'איז א געהעריגע סידי ווי אלע סידיס, פארוואס האסטו מחליט געוועהן אז יונגערליך איז לשם שמים?

דער וואס געבט יעצט ארויס זיין סידי האט אסאך געלט, ער האט משקיע געוועהן איבער 250 טויזענט דאלער אפשר אפי' א האלבע מיליון כ'געדענק נישט יעצט די נאמבער וואס כ'האב געהערט, ער זאל אפי' נישט חלומ'ן פון צוריק מאכען אפי' האלב די געלט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:23 am

יאפ יאפ יאפ... איך גלייך זייער שטארק קריטיק אויף א סידי פאר ס'קומט ארויס... ס'מאכט די קאמפלימענטס נאכדעם סאאאך זיסער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:30 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יאפ יאפ יאפ... איך גלייך זייער שטארק קריטיק אויף א סידי פאר ס'קומט ארויס... ס'מאכט די קאמפלימענטס נאכדעם סאאאך זיסער...

כאב הנאה ווי די דרייסט ארום דא מיטן עולם , די עולם רעדט פון די פרייז! געלט און נאכאמאל געלט און האסט נאך קיינמאל נישט אנגערירט די נקודה וועגן די געלט חלק

איך בין נישט באזארגט דאס גייט ווערן א רייץ צווישען קינדער און חנוכה קומט יעצט און וועט זיין מיט פאמפע ביז די לבנה און ער וועט פארקויפן, אבער די קאממאן סענס פון א סידי צו בעטן 50 דאלאר מאכט נישט קיין סענס , וועגן עס האט א בעג מיט הענטלעך מיט א זמירות איז נאך אלס נישט צו פארשטיין אז פאר א סידי זאל מען צאלן 50 טאלער

געב מיר נישט קיין קי טשעין און זמירות מיט א טייערע באקס מיט הענטלעך אום אן קיין עמ פי טרי מיט עירפאונס און פארקויף עס פונקט ווי יעדע באמבאסטישע סידי ווי ביז יעצט
לעצט פאראכטן דורך ערליכער אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:32 am

הגם איך ביניש קאנווינסד אז ער טוט גוט מיטן MP3 פלעיער אנשטאטס סידיס, האבעך געהערט פון איינעם וואס איז געווען אינוואלווד אין אהערשטעלן דעם פלעיער אז דער ארויסגעבער "דערלייגט" געלט אויף יעדן שטיקל וואס ווערט פארקויפט, ער טוט דאס לשם מצוה!

און מ'דארף נישט עכט קיין מקור אויף דעם... יעדער וואס קען די MP3 ביזנעס ווייסט אז אזא פלעיער קאסט מינימום 20-30 דאללער, און ווען מ'קאסטעמייזד עס, סיי אז מ'זאל נישט קענען קאפיען, סיי ארויפלייגן די זאכן, און ארויפפרינטן א לאוגא ועוד, איזעס מער ווי דעם... פלאס א זמירות, הערליכע ביכל, עיר פאונס, Aux און אנדערע מתנות אינעם פעקידזש...

און אויב לאמער זאגן אז די סטאר לייגט ארויף 20 פראצענט מארדזשין, און די דיסטריביוטער 5 פראצענט... (אלעס הייפעטעטיקל) קומט אויס אז דער אינוועסטער באקומט ערגעץ אין די געגענט פון 35 דאללער א שטיקל...

און דאס איז אויסער די עצם פראדאקשן, קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, זינגערס, מיקסן ועוד...

נאו טשענס אז ער מיינט דא געלט!

האפענטליך וועלעך שפעטער שרייבן איבער די עצם סידי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:37 am

שוין אז ער מיינט נישט קיין געלט, איז דאך גוט , קען דער אינוועסטער שרייבן אויף זיין צוואה אז מען זאל אים באערדיגען מיט די עמ פי טריס...שטייט אז גוטע זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט , געווען אידן וואס האבן געבעטן אריינצווארפן זייער כתבי ידות... א נייע דערהער נגידיםוועןן שרייבן צוואה אריינצוווארפן זייערע סידיס... :cry:

אבער איין סתירה שטומט נישט, טאמער מיינט ער נישט קיין געלט, פארוואס גייט אים אן אז מענטשן וואס גייען עניוועי נישט קויפן קאפיען עס ?

און איך האב געהערט אז עס איז פשוט טעקס דידאקטעבעל ...
לעצט פאראכטן דורך ערליכער אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:44 am

אין איך האב געהערט אז..........

יעדער קען ארייפילען די בלענק...

מענטשען הערען לעצטענס זייער גיט ב"ה אחוץ קאמי מאמע
Sorry for my misspellings

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:45 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הגם איך ביניש קאנווינסד אז ער טוט גוט מיטן MP3 פלעיער אנשטאטס סידיס, האבעך געהערט פון איינעם וואס איז געווען אינוואלווד אין אהערשטעלן דעם פלעיער אז דער ארויסגעבער "דערלייגט" געלט אויף יעדן שטיקל וואס ווערט פארקויפט, ער טוט דאס לשם מצוה!

און מ'דארף נישט עכט קיין מקור אויף דעם... יעדער וואס קען די MP3 ביזנעס ווייסט אז אזא פלעיער קאסט מינימום 20-30 דאללער, און ווען מ'קאסטעמייזד עס, סיי אז מ'זאל נישט קענען קאפיען, סיי ארויפלייגן די זאכן, און ארויפפרינטן א לאוגא ועוד, איזעס מער ווי דעם... פלאס א זמירות, הערליכע ביכל, עיר פאונס, Aux און אנדערע מתנות אינעם פעקידזש...

און אויב לאמער זאגן אז די סטאר לייגט ארויף 20 פראצענט מארדזשין, און די דיסטריביוטער 5 פראצענט... (אלעס הייפעטעטיקל) קומט אויס אז דער אינוועסטער באקומט ערגעץ אין די געגענט פון 35 דאללער א שטיקל...

און דאס איז אויסער די עצם פראדאקשן, קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, זינגערס, מיקסן ועוד...

נאו טשענס אז ער מיינט דא געלט!

האפענטליך וועלעך שפעטער שרייבן איבער די עצם סידי...

אויב מיינט ער נישט קיין געלד פארשטיי איך באמת נישט פארוואס ער אינוועסט אזויפיל געלט פאר א ספק ספיקא אז מ'גייט עס נישט קענען קאפיען
דו מיינסט אידישקייט? פארקויף עס פאר 16 רייניש
ביים בעטן 50 דאלער מאכסטו גרעסער דעם נסיון צו טרעפן א.ג. היתרים צו קאפיען, געלט מאכסטו סיי ווי נישט, צו וואס סתם מאכן די גאנצע משוגעת פון ארום און ארום (בנוסח רא"ב...)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:47 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הגם איך ביניש קאנווינסד אז ער טוט גוט מיטן MP3 פלעיער אנשטאטס סידיס, האבעך געהערט פון איינעם וואס איז געווען אינוואלווד אין אהערשטעלן דעם פלעיער אז דער ארויסגעבער "דערלייגט" געלט אויף יעדן שטיקל וואס ווערט פארקויפט, ער טוט דאס לשם מצוה!

און מ'דארף נישט עכט קיין מקור אויף דעם... יעדער וואס קען די MP3 ביזנעס ווייסט אז אזא פלעיער קאסט מינימום 20-30 דאללער, און ווען מ'קאסטעמייזד עס, סיי אז מ'זאל נישט קענען קאפיען, סיי ארויפלייגן די זאכן, און ארויפפרינטן א לאוגא ועוד, איזעס מער ווי דעם... פלאס א זמירות, הערליכע ביכל, עיר פאונס, Aux און אנדערע מתנות אינעם פעקידזש...

און אויב לאמער זאגן אז די סטאר לייגט ארויף 20 פראצענט מארדזשין, און די דיסטריביוטער 5 פראצענט... (אלעס הייפעטעטיקל) קומט אויס אז דער אינוועסטער באקומט ערגעץ אין די געגענט פון 35 דאללער א שטיקל...

און דאס איז אויסער די עצם פראדאקשן, קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, זינגערס, מיקסן ועוד...

נאו טשענס אז ער מיינט דא געלט!

האפענטליך וועלעך שפעטער שרייבן איבער די עצם סידי...


א מורא'דיגע מצוה האט ער זיך געטראפן.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:55 am

וויכי ער האט באשטעלט די פלעירס פון טשיינע פאר א נישטיגע פאר רייניש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:12 pm

ערליכער האט געשריבן:שוין אז ער מיינט נישט קיין געלט, איז דאך גוט , קען דער אינוועסטער שרייבן אויף זיין צוואה אז מען זאל אים באערדיגען מיט די עמ פי טריס...שטייט אז גוטע זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט , געווען אידן וואס האבן געבעטן אריינצווארפן זייער כתבי ידות... א נייע דערהער נגידיםוועןן שרייבן צוואה אריינצוווארפן זייערע סידיס... :cry:

אבער איין סתירה שטומט נישט, טאמער מיינט ער נישט קיין געלט, פארוואס גייט אים אן אז מענטשן וואס גייען עניוועי נישט קויפן קאפיען עס ?

און איך האב געהערט אז עס איז פשוט טעקס דידאקטעבעל ...



פרעגסט גוט, אבער סיז דא א חילוק צווישן דערלייגן געלט און נישט מאכן... דא ליגט לאמער זאגן א מיליאון דאללער אריינגעלייגט, אויב העט מען נישט קאפיען העטער "נאר דערלייגן" 2-3 הונדערט טויזענט, אויב העט מען יא קאפיען, העטער דערלייגן מער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:13 pm

קרייסלער האט געשריבן:וויכי ער האט באשטעלט די פלעירס פון טשיינע פאר א נישטיגע פאר רייניש



איך קען דאכצעך די ליין בעסער ווי רוב אירע דא... און איך זאג דיר אז אזא פלעיער קאסט אין טשיינע אויך אסאך געלט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:17 pm

ווי איך הייב אן מיין תגובה, איך בין נישט קאנווינסד אז ער טוט גוט דערמיט, איך האב אויך א קלער אז אפשר זאלער יא ווען ארויסגיבן די מוזיק חלק אויף א סידי, און פארקויפן פאר 25 דאללער, (עפעס מער מעגער בעטן, סיז א דאבל סידי מיט א זמירות, און נאך זאכן)

די מציאות איז אז דאס האט ער געטוהן! און די מציאות איז אז ער טוט עס אויפצוטוהן! ער איז אריין דערין וויסענדיג אז ס'גייט אים קאסטן אפאר הונדערט טויזענט דאללער לטובת הכלל!

ריגארדלעסס ווי גערעכט ער איז, קומצעכעם קרעדיט פארן וועלן אויפטוהן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קעדילעק
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:19 pm

מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט.....

אינדערזייט, איך פלאן עס אי"ה צו קויפן וויבאלד ס'קומט ארויס, א סידי וואס איך וויל נישט, איז 17 טאלער מיר אויך צופיל, און צען טאלער אויך, א סידי וואס איך וויל און איך גלייך גיי איך קויפן פאר 50 אויך.

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:20 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ערליכער האט געשריבן:שוין אז ער מיינט נישט קיין געלט, איז דאך גוט , קען דער אינוועסטער שרייבן אויף זיין צוואה אז מען זאל אים באערדיגען מיט די עמ פי טריס...שטייט אז גוטע זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט , געווען אידן וואס האבן געבעטן אריינצווארפן זייער כתבי ידות... א נייע דערהער נגידיםוועןן שרייבן צוואה אריינצוווארפן זייערע סידיס... :cry:

אבער איין סתירה שטומט נישט, טאמער מיינט ער נישט קיין געלט, פארוואס גייט אים אן אז מענטשן וואס גייען עניוועי נישט קויפן קאפיען עס ?

און איך האב געהערט אז עס איז פשוט טעקס דידאקטעבעל ...



פרעגסט גוט, אבער סיז דא א חילוק צווישן דערלייגן געלט און נישט מאכן... דא ליגט לאמער זאגן א מיליאון דאללער אריינגעלייגט, אויב העט מען נישט קאפיען העטער "נאר דערלייגן" 2-3 הונדערט טויזענט, אויב העט מען יא קאפיען, העטער דערלייגן מער...

אז מען רעדט שוין

איר האלט אז די קאפיען האט געהרגעט די מוזיק אינדוסטרי און וועגן דעם מאכט מען נישט קיין געלט ?אמאל איז יא מוזיק סידיס געווען א ביזנעס? האבן נישט די זינגערס עס געטין פאר עדווערטייזמענט? אדער פשוט אלעס קאסט היינט אסאך געלט און א סידי קאסט מער צומאכן אדער גאר פארקערט היינט איז אלעס מער דזשיטעל און סאיז ביליגער , אדער פשוט סאיז נישדא קיין קונים פאר אזויפיל סידיס יערליך ווטס קומען ארויס ממש וועכענטליך , טאמער האלט איר אז די קאפיען איז יא שילדיג, וויפעל פארצענט מער וואלט עס געווען? פארשטייט זיך אז סאיז שווער צו וויסן אבער איך האלט אז די קאפיען איז נישט די שולד

איך האלט פשוט עס איז דא צוסאך מוזיק סידיס וואס קומען ארויס ,עס איז אמאל נישט געווען קיין קינדער סידיס ווי היינט און אוודאי נישט די קוואליטי ווי היינט , נישט אזויפיל האטליינס אדער דרשות עפפס וואס מען קען הערן

ביי מיר למשל איך האב גענוג צו הערן אויפן סמארט פאון , און אז איך ברויך מוזיק אין קאר אדער אפיס הער איך אויף א עפפ פרי אפ זשארזש , איך הער און זעה קליפס פון אלע נייע ניגונים ביי שמחות , קומזיצען , אז איך בין אפדעיטעד צו הערן אלע פרישע מוזיק , איך פיל נישט אז איך ברויך קויפן א סידי צו הערן פרישע מוזיק

א 2 אדער 3 מוזיק סידיס א יאר צו קויפן פאר אינדערהיים איז פונקט גענוג פאר מיר און נאר פון די טאפ, סתם סידיס אבי געשאסן בין איך נישט אינטערסירט צו קויפן

איך האב גראדע אויסגעהערט ר' אברהם מרדכי מלאך אינטערוויו אויף קול מבשר , אויסער א פיינע עדווערטייזמענט זע איך נאך נישט פארוואס א סידי זאל זיין ווערט 50 טאלער , טאמער די תירוץ אז עס איז 2 סידיס , איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געקויפט 2 נייע סידיס אויף איינמאל , סא זיי האבן עס געקענט פארקויפן עקסטער
לעצט פאראכטן דורך ערליכער אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:27 pm

:grin:
ערליכער האט געשריבן:שוין אז ער מיינט נישט קיין געלט, איז דאך גוט , קען דער אינוועסטער שרייבן אויף זיין צוואה אז מען זאל אים באערדיגען מיט די עמ פי טריס...שטייט אז גוטע זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט , געווען אידן וואס האבן געבעטן אריינצווארפן זייער כתבי ידות... א נייע דערהער נגידיםוועןן שרייבן צוואה אריינצוווארפן זייערע סידיס... :cry:

אבער איין סתירה שטומט נישט, טאמער מיינט ער נישט קיין געלט, פארוואס גייט אים אן אז מענטשן וואס גייען עניוועי נישט קויפן קאפיען עס ?
..


וויכי קענסט ענטפערן זיין קושיא?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:43 pm

די פעסימיזם וואס עס גיסט זיך דאָהי אויף אן אלבום שעדיין לא בּאָ לעולם, איז מיינד באגעלינג.

אדרבא, גייט און ליינט די הונדערטער קורצזיכטיגע תגובות והערות אין אנדערע ענליכע אשכולות. אביסל געדולד און איר קענט אייך פארמיידן בושות.
אכטונג: עס איז נישט ערלויבט ארויסצונעמען א סמארטפאון, פליפּ פאון, אדער בּעיסיק פאון דא אין ביהמ"ד.

מפתח

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3792
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:04 pm

דערווייל האט נאך קיינער נישט געזאגט וואס גייט זיין אויף דעם אלבום וואס זאל אנרייצן קויפערס, מ'איז ביזי אז ס'עפעס יוניק און ספעשיל בלא בלא, אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויא מיט הרב מלאך וואס זאגט אויך גארנישט. יא ס'גייט אריין ברענגן א ועם אין שבת, יא ס'איז מיוזקעל, יא ס'האט א זמירות, יא ס'האט א עם פי טרי, אלעס פיין און וואויל אבער רבונו של עולם זאג וואס עס פארמאגט מוזיקאליש! ווער קאמפאוזד? ווער מאכט מוזיק? ווער זינגט? ברענג א נארמאלע פריוויא, און דאן אפשר וועלן מענטשן באקומען א רייץ דערפאר. סתם אראפרייסען יעדער וואס ווערט נישט פארקויפט פאר ענקער מארקעטינג און וויל באמת פארשטיין פארוואס עס קאסט $50 וועט נישט ציפיהל אויפטוהן! פארקויף נישט קיין לאקשען פון א אריין ברענגן א העכערקייט און גייסטישקייט וכו' נאר ענדרעשער זאג מיך פון א מוזיקאלישע פוינט אוו וויא פארוואס איך זאל עס בכלל קאנסידערן.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:10 pm

ווי עס זעט אויס פון די סידיס לעצטענס ווי לב אל הנשמה , פינגערפרינטס , און יעצט די סידי , אפשר דא נאך אזאנע

ווי עס זעט אויס אז די סידי ביזנעס ברענגט נישט קיין געלט, איז עס געווארן ווי א פאנדרעיזינג ביזנעס, סא כולי עלמא מודה אז דא איז דא א סאליד אינוועסטער וואס האט שוין אריינגעפלאשט די געלט דא , סא פעלט שוין נישט אויס קיין הסבירים

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:30 pm

מי יודע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:האבעך געהערט פון איינעם וואס איז געווען אינוואלווד אין אהערשטעלן דעם פלעיער אז דער ארויסגעבער "דערלייגט" געלט אויף יעדן שטיקל וואס ווערט פארקויפט, ער טוט דאס לשם מצוה!

אויב מיינט ער נישט קיין געלד, פארשטיי איך באמת נישט פארוואס ער אינוועסט אזויפיל געלט פאר א ספק ספיקא אז מ'גייט עס נישט קענען קאפיען..

דו מיינסט אידישקייט? פארקויף עס פאר 16 רייניש

;l;p-

לעבאדיג
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:16 pm

תגובהדורך לעבאדיג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:57 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי איך הייב אן מיין תגובה, איך בין נישט קאנווינסד אז ער טוט גוט דערמיט, איך האב אויך א קלער אז אפשר זאלער יא ווען ארויסגיבן די מוזיק חלק אויף א סידי, און פארקויפן פאר 25 דאללער, (עפעס מער מעגער בעטן, סיז א דאבל סידי מיט א זמירות, און נאך זאכן)

די מציאות איז אז דאס האט ער געטוהן! און די מציאות איז אז ער טוט עס אויפצוטוהן! ער איז אריין דערין וויסענדיג אז ס'גייט אים קאסטן אפאר הונדערט טויזענט דאללער לטובת הכלל!

ריגארדלעסס ווי גערעכט ער איז, קומצעכעם קרעדיט פארן וועלן אויפטוהן!
לעצט פאראכטן דורך לעבאדיג אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:21 pm

גייט ארויסקומען א פריוויו ? אדער הערעמאטיש פארשלאסן?

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:29 pm

איך פארשטיי די אינוועסטאר'ס. זיי האבן א פשוטע טענה:

הלמאי די דירות פרייזן האבן זיך געמעגט טריפלן ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?
הלמאי די בעבי סטראלער פרייזן האבן זיך געמעגט טריפלען ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?
הלמאי די שיינע טייערע קארס האבן זיך געמעגט טריפלען ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?

וכו' וכו' וכו'............ אז דער עולם שמעטערט סיי ווי דאס געלט וואס זיי האבן נישט, לאז אים שוין אריין קנאקען א פופציגער פאר מיין סידי (אנטשולדיגט, עם פי טרי).

מיך וואונדערט נאר אויף א געוויסער מרביץ תורה, כבודו במקומו מונח, וואס רעדט אויף קולמע, כאילו די אלבום גייט ראטעווען דעם דור פון מוזיק השחתה. ווייסט ער דען נישט אז א טעם אין שבת קען מען נאר אויפ-פיקען און א שטיקעל אור החיים הקדוש? אדער א שטיקעל שפת אמת? און צו פייטן דעם בעל דבר קען מען נאר מיט א חובת הלבבות/מסילת ישרים, וכדו'?

יעדער וועט מודה זיין אז נגינה האט פארנומען א שיינע ארט און חסידישע הויפן. אבער צו פרעימען א מוזיק אלבום וואס מען הערט און .......... איך וויל נישט זאגען ווי, גייט ראטעווען דאס יונגווארג פון השחתה?

און אט דאס איז מיין טענה צו די אינוועטארס, פארוואס דארף מען אריין לייגען דאס אידישקייט אינעם פופציגער?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:32 pm

blue moon האט געשריבן:איך פארשטיי די אינוועסטאר'ס. זיי האבן א פשוטע טענה:

הלמאי די דירות פרייזן האבן זיך געמעגט טריפלן ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?
הלמאי די בעבי סטראלער פרייזן האבן זיך געמעגט טריפלען ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?
הלמאי די שיינע טייערע קארס האבן זיך געמעגט טריפלען ביי אונזער ציבור און די לעצטע צען יאר, און פאר מיין סידי צאלט מען נאך אלס 16.99?

וכו' וכו' וכו'............ אז דער עולם שמעטערט סיי ווי דאס געלט וואס זיי האבן נישט, לאז אים שוין אריין קנאקען א פופציגער פאר מיין סידי (אנטשולדיגט, עם פי טרי).

מיך וואונדערט נאר אויף א געוויסער מרביץ תורה, כבודו במקומו מונח, וואס רעדט אויף קולמע, כאילו די אלבום גייט ראטעווען דעם דור פון מוזיק השחתה. ווייסט ער דען נישט אז א טעם אין שבת קען מען נאר אויפ-פיקען און א שטיקעל אור החיים הקדוש? אדער א שטיקעל שפת אמת? און צו פייטן דעם בעל דבר קען מען נאר מיט א חובת הלבבות/מסילת ישרים, וכדו'?

יעדער וועט מודה זיין אז נגינה האט פארנומען א שיינע ארט און חסידישע הויפן. אבער צו פרעימען א מוזיק אלבום וואס מען הערט און .......... איך וויל נישט זאגען ווי, גייט ראטעווען דאס יונגווארג פון השחתה?

און אט דאס איז מיין טענה צו די אינוועטארס, פארוואס דארף מען אריין לייגען דאס אידישקייט אינעם פופציגער?

ווייל דער דירות פארקויפער לייגט אויך אריין זיין פרייז אין אידישקייט, וואוינען אין א היימישע געגנט וכו' וכו'

דאס איז די שפראך אויף יעדע זאך וואס מ'וויל שלעפן געלט פונעם ציבור, פאר 100% פיור עוה"ז דארפסטו נישט מסביר זיין גארנישט, ער וועט דיר געבן וויפיל דו ווילסט, אויב האט עס אין זיך א ניצוץ רוחניות מוזטו שוין רעדן פון אידישקייט און פון הצלת הדורות
#מיר מיינען נישט קיין....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט